אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער אמת איז אז ווילאנג מען זעהט נישט קיין סימנים פון נוקלעארע אנטוואפענונג זענען די אלע שיינע זאכן גארנישט ווערד
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

פאמפעיא יעצט פאר די סענאט פארעין קאמיטי:

מיר האבן געזען די לעצטע שטיק צייט מער אקטיוויטעטן ביים גרעניץ צווישן נארט קערעא און טשיינע,
אבער מיר האבן נישט געזען קיין שום פארלעצונג פון די סאנקציעס.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

יונהלע האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:איז מיר א פלא מעיקרא מאי קא סבר
וואס האט דער קאם-דזשאנג-אן געוואלט מיטן זיך טרעפן מיט דעם טראמפ????

דאס איז טאקע די טענה פון די דעמיקראטען, צפון קאריע האט די זעלבע רעקארט פון פרעה גוזר ואינו מקיים... שוין צענטליגער יארען וואס מ'מאכט אן אפמאך און זיי פייפען זיך אריין כאילו לא היה ,
אבער ער וויל מען זאל אים אנערקענען אזוי ווי א געהעריגע וועלט פירער, מ'זאל רעדען צו אים מיט כבוד און ריספעקט, און אים קאווערען און די צייטונגען אזוי ווי יעדע אנדערע וועלט פירער.

אבער קיין איין פרעזידענט האט עס אים נישט געוואלט נאכגעבען פשוט ווייל מ'ווייסט אז זיין ווארט איז נישט ווערט די שפייאכטס און זיין אינטערשריפט איז נישט ווערט די טינט וואס מ'ניצט אויס, סיי ער האלט זיך נישט דערצו און דערנאך נעמט ער נאך אויס דערפון צוווייזען פאר זיין לאנד אז ער איז א מעכטיגע פירער ווייל אנדערע לענדער מיזען זיך בעטען צו אים.

Wow! זאגסט אקוראט ווי מיר, 5 חדשים צוריק...


כאפצעם האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:#breaking The South Korean delegation hand delivered a letter from North Korean leader Kim Jong Un to the White House for President Trump, according to a foreign diplomatic source. “Major announcement” on North Korea coming at 7p ET from White House briefing room.

בקיצור אנשטאט אמעריקא זאל זיך בעטן ווי א גזלן נ.ק. צו קומען צום טיש, האט טראמפ געמאכט נא נא, און נ.ק. בעט זיך צו קומען צום טיש.

# major accomplishment


צו לייגן זאכן אין קאנטעקסט.

נארט קאריע וויל שוין א מיטינג מיטן אמעריקאנער פרעזידענט פון אייביג אן, דאס וועט זיי געבן לעגעטימיטעט און עהערע. מהאי טעמא האבן זיך אלע אמעריקאנע פרעזידענטן אפגעהאלטן פון אים עס נאכגעבן, און אפילו צו אן אפיציעלע אמעריקאנע דעלעגאציע האבן זיי אויך זוכה געווען נאר נאך ערענסטע קאנסעשאנס. דאס איז געווען די קעיס ביי אבאמא, ביי בוש, און אפילו ביי קלינטאן וואס איז גרייט געווען אפילו אויף עני דיעל, אבער א פערזענליכע מיטינג, דאס נישט!

סאוט קאריע האט באקריגן לעצטענס א שטארק ליבעראלער פרעזידענט. קים יאנג און האט אנגעקניפט מיט אים גוטע באציאונגען און ער האט ארלעדיגט דעם שידוך פון קים מיט טראמפ כאטש קים גיבט נישט נאך קיין שום זאכליכע פראדוקט צו עררייכן דעם זיצונג.

ס'נישטא איין פענטעגאן, אויסערן פאליסי, אדער נעשאנעל סעקיורעטי עקספערט אין אמעריקא וואס שטיצט אזא זאך פון געבן דעם נארט קאריער חברה'מאן אזא עטענשאן און לעגעטימיטעט אן קיין שום ערענסטע קאנסעציע. אה, ער האט "געפלעדזשט" רוהיגקייט.. ער האט אויסגעדריקט א "קאמיטמענט" פאר דענוקלעראציע.. נישטא ווער זאל לאכן.

די מיטינג וועט נישט ווערן אפגעהאלטן אין א בונקער שטייצעך, דער קים וועט זיכער מאכן אז ער באקומט די פולסטע רעספעקט אין די אנוועזנהייט פון די גאנצע פרעסע. ווער איז דאס דער קים יאנג אן? א טעראריסט, א מערדער און א דיקטאטור. יעצט שטעלט אייך פאר דער אמעריקאנע פרעזידענט טרעפט זיך אויף אן אפישעל מיטינג מיט באשאר על אסאד, סאדאם כוסעין, אדער מואמאר קאדאפי! פעך.

איז פארוואס זאל דאס דער קים יאנג אן יא קריגן?! אה ווייל ער איז געווען א מחוצף פאר אמעריקא און די גלאבאלע געמיינדע און זיך אויפגעבויעט א נוקליארע מאכט? איז דאס טאקע די מעסעדזש וואס מ'וויל שיקן דא פאר די וועלט?

העווינג סעד דעט. איך בין אימפרעסט ווי דער טראמפ שלאפט נישט קיין מנוט אין טאג.. קאמאנטירט אויף יעדע רעדנער אויף טעלעוויזיע און ריקט אריין אין איין טאג טאריפס אנאנסירונג, סקאנדאלן דעמעדזש קאנטראל, ווידיא געים רעגולאציע מיטינג, און א נארט קאריע באמבשעל. וואףף!!

למעשה עט סאם פוינט מוז זיך די "אלל טאלק ענד נאו עקשאן" ענדיגן, דער עולם פארלאנגט רעזולטס! מ'זעהט יעדן טאג שיינע מיטינגען, אנאנסירונגען, און דרשות אבער ווען ס'קומט למעשה? גאן קאנטראל האט זיך געענדיגט מיט גארנישט, די באמבאסטישע נונעז מעמאו האט זיך געענדיגט מיט גארנישט, אימיגראציע האט זיך געענדיגט מיט א דורכפאל, אינפעסטרוקטור איז ערגעצוואו ערענסט פארהאנקערט וכו'

און.. הלוואי וועליך נישט זיין גערעכט אבער די טראמפ-נארט קאריע מיטינג וועט זיך אויך ענדיגן מיט גארנישט. האט איינער אינאכט גענימען וואספארא פנים אמעריקא קריגט פון ארויסקומען פון אזאנס מיט ליידיגע הענט?

כ'האף אז מ'קלערט דערפון באצייטענס.

כ'מיין די פרעדיקשאן האט נישט געקענט ארויסקומען קלארער..
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

double?
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

וואשינגטאן פאוסט באריכט:

נארט קארעא איז נישט אנגעקומען צו א געפלאנטע זיצונג אין די דמז איבער דאס צוריקגעבן איבערבלייבענישן פון זעלנער.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

יש ברירה האט געשריבן:וואשינגטאן פאוסט באריכט:

נארט קארעא איז נישט אנגעקומען צו א געפלאנטע זיצונג אין די דמז איבער דאס צוריקגעבן איבערבלייבענישן פון זעלנער.

דאס איז נאך די ערשטע 200 (וואס זיי האבן שוין צוריק געגעבען אפאר וואכן צוריק.…)?
אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמעלע »

@realDonaldTrump
A very nice note from Chairman Kim of North Korea. Great progress being made
אטעטשמענטס
Dh6yPzzVQAYn759.jpg
Dh6yPzzVQAYn759.jpg (41.64 KiB) געזען 1620 מאל
Dh6yPzwUwAAZlWz.jpg
Dh6yPzwUwAAZlWz.jpg (104.93 KiB) געזען 1620 מאל
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קוקט מיר אויס אז ער מיינט צו זאגן אז עס פאסט אים נישט צו פארהאנדלען מיט פאמפעיא, אז דו ווילסט ווייטער גיין וויל איך האנדלען מיט דיר אליינס.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

קוקט מיר אויס ווי ס׳שטייט נישט גארנישט דארט עפעס אויסערגעוועדליך. אבי געשאסן א בריוו
רשעות קאלטע סעלצער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

למעשה מיינט די בריוו אז ער איז נאך מיט אונז, ווערט שווער דעמאלטס פארוואס קומסטו נישט צו קיין מיטונג, פארדעם קלער איך פשט אז ער וויל נאכאמאל רעדן מיט טראמפ אליינס.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

ברעיקינג

אמעריקע האט אריינגעגעבן א פארלאנג צו די יו ען צו בא'שגצ'ן רוסלאנד און כינע פארן פארלעצן די סאנקציעס און פארקויפן אויל פאר נארט קארעא

וואל סטריט זשורנאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דאס טייטשט, "אשר יגורו בא".

ווייל מען האט אראפגענומען די פרעשור, פארלעצן זיי די סאנקציעס, אדער האט טשיינע מורא אז זיי זאלן זיך נישט ברעכן, אזוי אז אמעריקע זאל מוזן נאכגעבן פאר טשיינע.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

צל עובר האט געשריבן:דאס טייטשט, "אשר יגורו בא".

ווייל מען האט אראפגענומען די פרעשור, פארלעצן זיי די סאנקציעס, אדער האט טשיינע מורא אז זיי זאלן זיך נישט ברעכן, אזוי אז אמעריקע זאל מוזן נאכגעבן פאר טשיינע.

דיין מח קען פארנעמען מער, האק אים נישט אפ, אמת אז די מיטונג האט געדארפט בויען א צוטרוי צווישען טראמפ און קים וואס אלטימעיטלי מיינט עס ווייניגער פרעשור, איי די ראשענס און טשייניז מיינען אז זיי קענען טוהן וואס זיי ווילען איז די ענטפער ניין מען נעמט עקשאן ביי די יו ען.

איך ווייס דו גייסט מיר מסביר זיין אז אויך מיין מח זאל לאזען גיין ווייטער אז טשיינע און ראשע גייען זיך אויסלאכען און איך גיי דיר זאגען אז די טראמפ אדמין וועט ריטאליעיטאן מיט ווייטאגליכע רעספאנס צו די צוויי אבער ווער נאר נישט דערשראקען ווען דו זעהסט עקשאן, פארדעם זאג איך אייביג פרעדיקשענס קען מען מאכען ווען די פרעזידענט איז א דעמאקראט אדער א רעפובליקען אבער נישט מיט דאנעלד טראמפ.

אלעס איז אויפען טיש
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מטעמים, גוט ארויסגברענגט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ווי זאג אז עס לוינט זיך נישט, מיין פאזישן אויף נארט קאריע איז אז אפילו אויב עס ווערט גארנישט פון די גאנצע מעשה איז טראמפ אויך גערעכט, ווען אזא איינער האט נוקלער וואפן מוז מען נוצן עני מהלך וואס איז נישט געפראווט אז עס ארבעט נישט.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

אנדערע וואונדערן זיך פארוואס אייראפע הייסט מער אליאירט מיט אמעריקע, ווי רוסלאנד...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@ברירה גוט...
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ברעיקינג: נארט קאריע קענסלד א מיטינג מיט אמעריקא.

די מיטינג האט היינט געדארפט אפגעהאלטן ווערן מיט אמעריקאנע פארהאנדלער ביים דימילעטריזירטע זאנע און קומט שוין נאך א פריערדיגע קענסלד מיטינג איבער צוריקגעבן די פארבליבענע ביינער פון אמעריקאנע סאלדאטן. לויט באריכטן האבן די נארט קאריער געלאזט די אמעריקאנער הענגן און זיך פראסט און פשוט נישט באוויזן.

מר. אמת זאגער 'מייק פאמפעיא' (וואס נאר עטליכע טאג צוריק האט דערקלערט אלעס פארט פיין) איגנארירט רעפארטערס פראגן דערוועגן. ווידער פרעזידענט טראמפ אויף טוויטער פייערט זיג מיט א שיינע לויב בריוו וואס ער האט באקומען פון קים יאנג און.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

יש ברירה האט געשריבן:אנדערע וואונדערן זיך פארוואס אייראפע הייסט מער אליאירט מיט אמעריקע, ווי רוסלאנד...

פשוט, ווייל אייראפע פארלעצט נישט די סאנקציעס אויף נארט קאריע ווי רוסלאנד. לאידך גיסא איז רוסלאנד אויף איין בלעטעל מיט כינע אינטערצוהאקען די פיס פון אמעריקע אין נארט קאריע וכו'.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג: נארט קאריע קענסלד א מיטינג מיט אמעריקא.

די מיטינג האט היינט געדארפט אפגעהאלטן ווערן מיט אמעריקאנע פארהאנדלער ביים דימילעטריזירטע זאנע און קומט שוין נאך א פריערדיגע קענסלד מיטינג איבער צוריקגעבן די פארבליבענע ביינער פון אמעריקאנע סאלדאטן. לויט באריכטן האבן די נארט קאריער געלאזט די אמעריקאנער הענגן און זיך פראסט און פשוט נישט באוויזן.

מר. אמת זאגער 'מייק פאמפעיא' (וואס נאר עטליכע טאג צוריק האט דערקלערט אלעס פארט פיין) איגנארירט רעפארטערס פראגן דערוועגן. ווידער פרעזידענט טראמפ אויף טוויטער פייערט זיג מיט א שיינע לויב בריוו וואס ער האט באקומען פון קים יאנג און.

גוטע נייעס און שנעלער ווי געראכטען. בעסער ווי אז קים זאל ארום פירען טראמפ ביים נאז צוויי יאר אז ער גייט און גייט און גייט און נאכדעם אויסשפילען אז ער גייט נישט; איז גוט אז ער שפילט שוין אויס און נעמט נישט אויף פאמפעאו און מאכט דער נער פון אים אין פיאנגיענג. טראמפ וועט דאס נישט פארשווייגען און זיי וועלען אלע (נארט קאריע, כינע, רוסלאנד, איראן) באלד זיין אויף נאטיס מיט איינעם וואס זיי קענען זיך נישט אויס רעכענען.

דער מילטערישע אפשען וועט צוריק ארויף גיין אויפען טיש, נאכען האבען פראבירט מיט גוטען (אנדערש ווי אבאמא); און דער וועלט וועט אים מוזען געבען גערעכט.

#שאך שפיל, און א דעינדזערעס וואן
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

ס'איז זייער מאדנע אז טראמפ פריידט זיך אזוי צו דעם ליידיגן בריוו בעת וואס קים מאכט פורים, עפעס מוז ליגן אונטער דעם.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

SPUSMN האט געשריבן:גוטע נייעס און שנעלער ווי געראכטען.

וואס וואלט ביי דיר געהייסן שלעכטע נייעס?
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

SPUSMN האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג: נארט קאריע קענסלד א מיטינג מיט אמעריקא.

די מיטינג האט היינט געדארפט אפגעהאלטן ווערן מיט אמעריקאנע פארהאנדלער ביים דימילעטריזירטע זאנע און קומט שוין נאך א פריערדיגע קענסלד מיטינג איבער צוריקגעבן די פארבליבענע ביינער פון אמעריקאנע סאלדאטן. לויט באריכטן האבן די נארט קאריער געלאזט די אמעריקאנער הענגן און זיך פראסט און פשוט נישט באוויזן.

מר. אמת זאגער 'מייק פאמפעיא' (וואס נאר עטליכע טאג צוריק האט דערקלערט אלעס פארט פיין) איגנארירט רעפארטערס פראגן דערוועגן. ווידער פרעזידענט טראמפ אויף טוויטער פייערט זיג מיט א שיינע לויב בריוו וואס ער האט באקומען פון קים יאנג און.

גוטע נייעס און שנעלער ווי געראכטען. בעסער ווי אז קים זאל ארום פירען טראמפ ביים נאז צוויי יאר אז ער גייט און גייט און גייט און נאכדעם אויסשפילען אז ער גייט נישט; איז גוט אז ער שפילט שוין אויס און נעמט נישט אויף פאמפעאו און מאכט דער נער פון אים אין פיאנגיענג. טראמפ וועט דאס נישט פארשווייגען און זיי וועלען אלע (נארט קאריע, כינע, רוסלאנד, איראן) באלד זיין אויף נאטיס מיט איינעם וואס זיי קענען זיך נישט אויס רעכענען.

דער מילטערישע אפשען וועט צוריק ארויף גיין אויפען טיש, נאכען האבען פראבירט מיט גוטען (אנדערש ווי אבאמא); און דער וועלט וועט אים מוזען געבען גערעכט.

#שאך שפיל, און א דעינדזערעס וואן

געווען איינער וואס האט געשאלטן זיין'ס א בר פלוגתא, (א באקאנטער קלוגער איד אין אייראפע) האט ער געזאגט ער זאלן געבן א דאטום ווען די קללה גייט חל זיין, נישט אז די נעקסטע 120 יאר וועט אלעס זיין די קללה.
די זעלבע פראגע, איך האלט און איין ליינען דא וויזוי טראמפ וועט ווייזן די חברה, זיי לערנען בלק, איך ברויך נאר וויסן וויפיל שטרוי גיימיר עסן פארדעם.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

איך מיין איך פארשטיי שוין פשט אין קים'ס בריוו: וואס עפעס זאלסטו מיך אויסרומען ביזן הימל און ערווארטן אז לכבוד דעם זאל איך טון עפעס למעשה אפשר מאכט מען פארקערט איך וועל אויסרומען "דיין עקסעלענץ" און דו זאלסט טון למעשה.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

פארשער האט געשריבן:איך מיין איך פארשטיי שוין פשט אין קים'ס בריוו: וואס עפעס זאלסטו מיך אויסרומען ביזן הימל און ערווארטן אז לכבוד דעם זאל איך טון עפעס למעשה אפשר מאכט מען פארקערט איך וועל אויסרומען "דיין עקסעלענץ" און דו זאלסט טון למעשה.

;l;p-
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”