אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 8:07 pm

רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:נארט קאריע זאגט אז זיי זענען נישט אינטערסירט אין קיין געשפרעכן ביז ווילאנג זיי דעוועלאפן א ICBM מיט די מעגליכקייט צו גרייכן אמעריקא'ס מזרח ברעג.

סי ען ען באריכטעט אז די אנדייטונגען זענען אז זיי זענען גאר נאענט דערצו.

ווי זאגט נאר יענער? טענקס אבאמא.

עמיר ווארטן מיט געדולד ביז איראן פאלגט נאך דעם ביישפיל - לעגאל צוליב'ן 'לעגענדארן' דיעל.

איך בין גארנישט זיכער אז איראן האלט נישט נאענט דערצו
עס איז געווען באריכטעט ערגעץ אז זיי האבן באהאלטענע פלעצער וואס אמעריקע און די UN קען נישט צוקומען

פעיק נוז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 2:43 pm

פּיאנגיענג – דער צפון קארעאר רעזשים האט נעכטן רעאגירט צו דעם וואס דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן האט געזאגט, אז אמעריקע איז גרייט פאר א דיפלאמאטישע שליכטונג ביז ווילאנג די ערשטע באמבע פאלט, זאגנדיג אז צפון קארעא איז דערווייל נישט גרייט זיך אראפצוזעצן פאר דיפלאמאטישע געשפרעכן מיט אמעריקע, ביז ווילאנג זי אנטוויקלט נישט קיין פולקאמע באמבע וועלכע קען גרייכן דעם מזרח בארטן פון די פאראייניגטע שטאטן. צפון קארעא האט אין א פרישן סטעיטמענט אויך געסטראשעט אירע ארומיגע לענדער, אז זיי זאלן זיך נישט אנשליסן אין א מיליטערישער קאאליציע מיט דעם אמעריקאנער מיליטער, זאגנדיג "אויב איר שטעלט זיך נישט צו צו אמעריקע, זענט איר פארזיכערט מיט אייער עקזיסטענץ". די שארפע ווערטער קומען אין דער זעלבער צייט וואס אמעריקע און דרום קארעא האבן אנגעהויבן 5 טעג פון מיליטערישע טרענירונגען אין וואסער נעבן קארעא, מיט פליגערס, העליקאפטערס און פערציג שיפן און סובמארינען.
Russia! Russia! Russia! .....

קיסריה
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 6:30 pm

טראמפ האלט אין איין באשולדיגן קלינטאן, בוש און אבאמא, אז זיי האבן געלאזט נ.ק. זיך בויען מעכטיגע נוקלעארע וואפן - אסער ער וועט נישט לאזן.

טראמפ נישט! טראמפ וועט זיין אנדערש פון אלע שוואכלונגען!

מיסטער פרעזידענט: נ.ק זאגט קלאר אז ווילן נישט פארהאנדלען, ביז זיי האבן א פארטיגע ICBM וואס קען דערגרייכן גאנץ יונייטעד סטעיטס.

מיסטער טראמפ: וואס ביזטו יעצט אנדערש פון אבאמא?

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4076
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 8:39 pm

קיסריה האט געשריבן:טראמפ האלט אין איין באשולדיגן קלינטאן, בוש און אבאמא, אז זיי האבן געלאזט נ.ק. זיך בויען מעכטיגע נוקלעארע וואפן - אסער ער וועט נישט לאזן.

טראמפ נישט! טראמפ וועט זיין אנדערש פון אלע שוואכלונגען!

מיסטער פרעזידענט: נ.ק זאגט קלאר אז ווילן נישט פארהאנדלען, ביז זיי האבן א פארטיגע ICBM וואס קען דערגרייכן גאנץ יונייטעד סטעיטס.

מיסטער טראמפ: וואס ביזטו יעצט אנדערש פון אבאמא?

דער פרעזידענט האט מיר געבעטן דיר איבער צו געבן אז ער ארבייט דערויף, ער וועט האבען א ענטפער אין א דריי יאר פון יעצט.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 12:16 pm

יא איך האט געשריבן:
רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:נארט קאריע זאגט אז זיי זענען נישט אינטערסירט אין קיין געשפרעכן ביז ווילאנג זיי דעוועלאפן א ICBM מיט די מעגליכקייט צו גרייכן אמעריקא'ס מזרח ברעג.

סי ען ען באריכטעט אז די אנדייטונגען זענען אז זיי זענען גאר נאענט דערצו.

ווי זאגט נאר יענער? טענקס אבאמא.

עמיר ווארטן מיט געדולד ביז איראן פאלגט נאך דעם ביישפיל - לעגאל צוליב'ן 'לעגענדארן' דיעל.

איך בין גארנישט זיכער אז איראן האלט נישט נאענט דערצו
עס איז געווען באריכטעט ערגעץ אז זיי האבן באהאלטענע פלעצער וואס אמעריקע און די UN קען נישט צוקומען

ריכטיג; זיי לאזען נישט אריין אין די מיליטערישע אינסטאלאציעס; און דאס איז חוץ פון דעם וואס זיי ארבעטען האנט אין האנט מיט נארט קאריע (און אויב נארט קאריע האט עס, האבען זיי עס) און אויך האבען זיי אנדערע לענדער ווי ווענעזועלע ווי זיי קענען דארטען אויס באהאלטען זייער ארבעט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

פעיק נוז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 12:50 pm

איך פערסענעלי האלט, אז מען קען נישט טראסטן איראן מיט קיין אינטש, סאו אידער וועי איז א דיעל מיט זיי ארויסגעווארפן און ס'איז ס"ה הכל א בת היענה סטראטעגיע, און נאכדעם וואס מען מאכט זיך אויף די אויגן איז שוין צו שפעט
Russia! Russia! Russia! .....

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2634
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 12:54 pm

וואס איז די לאגישע טענה פאר אמעריקא רוסלאנד פאקיסטאן מדינת ישררל מעגן האבן נוקלעיר, און נ. ק. מיט איראן נישט?

פעיק נוז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 1:05 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:וואס איז די לאגישע טענה פאר אמעריקא רוסלאנד פאקיסטאן מדינת ישררל מעגן האבן נוקלעיר, און נ. ק. מיט איראן נישט?


די פוינט איז נישט, יא נוקלער נישט נוקלער, ווען איראן און נארט קערעא זאלן ווען זיין פרידליכע לענדער און שטילערהייט זאלן זייי ווען אנטוויקלען נוקלארע וואפן וואלטן מען געמאכט א שווייג ווי כאילו מען ווייסט נישט, ווייל אמת'דיג גערעדט קען מען עכט גארנישט טון מיט זיי ווייל זיי טוען דאך קייינעם גארנישט, און שוין, דאס איז חוץ פון דעם וואס די אויבנדערמאנטע לענדער האבן קיינמאל נישט אפן געזאגט אז זיי האבן נוקעלארע וואפן, אפעציעל איז עס א סוד, אבער פאר גאנץ בראד,

משאכ נ"ק און איראן זיי זענען טעראריסטן, און זיי באהאלטן נישט דעם פאקט אז זיי האבן נוקלארע וואפן און זיי סטראשענען דערמיט אנדערע לענדער, און חוץ פון דעם איז איראן פון די גרעסטע טעראר שטיצער און דו קענסט קיינמאל נישט וויסן וועלכע טעראר באנדע איז די נעקסטע דאס צו אנצוהאנדלען דורך איראן, און די זעלבע איז מיט נ"ק וואס זיי האבן אויך באהאלטענע געשעפטן מיט טעראר באנדעס, ממילא אויב אזוי באדראעט עס אנדערע לענדער און און אזא פאל קען אפשר יא עפעס טון ווייל אמעריקא קען זאגן אז דו ביסט מיר א געפאר
לעצט פאראכטן דורך פעיק נוז אום מיטוואך אוקטובער 18, 2017 1:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Russia! Russia! Russia! .....

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 1:11 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:וואס איז די לאגישע טענה פאר אמעריקא רוסלאנד פאקיסטאן מדינת ישררל מעגן האבן נוקלעיר, און נ. ק. מיט איראן נישט?

יעדער פארשטייט אז אויב לאמער זאגען סטעטען איילענד וועט זיך אפטיילען פון ניו יארק סיטי, און נאך דעם אויך זיך אפטיילען פון די יונייטעד סטעיטס און דערקלערען א אייגען לאנד, וועט דאס אמעריקע נישט צו לאזען מיט די (אומ)לאגישע טענה, אז זיי טארען נישט; אבער "מעגען" און "נישט טארען" האט באמת גארנישט מיט לאגיק, נאר מיט ווער עס וויל זיך אפטיילען און ווער עס לאזט נישט.

דא די זעלבע. עס איז נישט דא א וועלט קערפערשאפט וואס קענען זאגען די מעגסט און די טארסט נישט; עס עקזיסטירט נישט אזא קערפערשאפט וואס האט די נאמנות'דיגע עטישע אוטאריטעט אויך דעם. נאר וואס דען? עס ווענדעט זיך ווער איז דער וואס וויל נוקליארע וואפען? סטעטען איילענד אלץ א זעלבסטשטענדיגע מדינה פון איטאליענער וועט מען נישט לאזען; און אזוי אויך לענדער ווי נארט קאריע און איראן וואס האבען נישט קיין שום מאראלישען פראבלעם פון ווארפען אטאמישע באמבעס; טאר דער וועלט עס נישט צו לאזען.

ווי האט יענער געזאגט; אז די האסט נישט צו וועם צו רעדען; יענער פארשטייט נישט קיין לאגיק נאר פעטש.
--
כ'זעה אז איינער האט שוין גע'ענטפערט; גיימער ליינען.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך אוקטובער 18, 2017 1:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6992
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 1:12 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:וואס איז די לאגישע טענה פאר אמעריקא רוסלאנד פאקיסטאן מדינת ישררל מעגן האבן נוקלעיר, און נ. ק. מיט איראן נישט?


קודם ווי פעיק ניוז שרייבט זענען זיי לענדער וואס מ'קען נישט געטרויען און זיי האבן אן היסטאריע פון אנדרייען מלחמות און טעראר.

צווייטנס, איינער וואס האט שוין איז שווערער צו הייסן אויפגיבן, אבער איינער וואס האט נישט טאר מען נישט לאזן באקומען.

דריטנס, אמעריקע און רוסלאנד ארבייטן אפיציעל אויף א פלאן צו רעדוצירן זייער נוקלעאר סטאק, איך שרייב אפיציעל ווייל לדעתי גייט עס קיינמאל נישט געשען, אבער מ'זעהט פון דעם אז די הנחה אז "אמעריקע רוסלאנד וכו מעג האבן" איז נישט אינגאנצן ריכטיג.

אגב, דאס קאנטראלירן נוקלעאר וואפן איז א זאך וואס יעדער פארשטייט די פרא טראמפ, די אנטי טראמפ, די קאנסערוואטיווע און די ליבעראלע.

---

האקט
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 1:14 pm

געליינט וואס ניוז זאגט. זאגט ענליך און זאגט זייער גוט; דער חילוק איז אז זיי זענען טעראריסטען.

זאכליך זאגט אויך זאכליך.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

Naftule
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 1:18 pm

און איך האלט אז מ'דארף אזא פראגע ניטאמאל ענטפערן...

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6992
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 1:49 pm

און איך האלט אז מ'דארף עס יא ענטפערן פאר 3 סיבות.

1. דער שואל האט געפרעגט זייער נארמאל
2. דער שואל איז אן אלטע ניק וואס גיבט צו אסאך צום וועלטל
3. ס'איז א שאלה וואס אסאך האבן
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 1:54 pm

זאכליך האט געשריבן:און איך האלט אז מ'דארף עס יא ענטפערן פאר 3 סיבות.

1. דער שואל האט געפרעגט זייער נארמאל
2. דער שואל איז אן אלטע ניק וואס גיבט צו אסאך צום וועלטל
3. ס'איז א שאלה וואס אסאך האבן

;l;p- ;l;p- ;l;p- פאר אלע 3 סיבות
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:25 pm

זאכליך האט געשריבן:
קודם ווי פעיק ניוז שרייבט





זייט ווען הערסטו אויס וואס פעיק ניוז זאגט?

:wink:

פעיק נוז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג אוקטובער 27, 2017 1:13 pm

אומבאשטעטיגטע באריכטן לויטן, אז מאנומענטן פון די צפון קארעא פירער אין צפון קארעא זענען וואנדאליזירט געווארן, צום ערשטן מאל אין היסטאריע, ברענגענדיג שפעקולאציעס איבער אן אויפשטאנד

איד דעלי
Russia! Russia! Russia! .....

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג אוקטובער 27, 2017 1:23 pm

אויב האט אמעריקע באוויזען א אויפשטאנד אין צפון קארעא איז עס געוואלדיגע נייעס. יעדער גייט ארויס צופרידען דערפון אריין גערעכענט כינע.

יעדער, פארשטייט זיך, חוץ איראן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

גרויסע-גדולה
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מוצ"ש אוקטובער 28, 2017 11:13 pm

פעיק נוז האט געשריבן:אומבאשטעטיגטע באריכטן לויטן, אז מאנומענטן פון די צפון קארעא פירער אין צפון קארעא זענען וואנדאליזירט געווארן, צום ערשטן מאל אין היסטאריע, ברענגענדיג שפעקולאציעס איבער אן אויפשטאנד

איד דעלי


מקור? לינק?
דאס איז גאר שטארקע נייעס! אויב וואר

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » זונטאג אוקטובער 29, 2017 12:06 am

גרויסע-גדולה האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:אומבאשטעטיגטע באריכטן לויטן, אז מאנומענטן פון די צפון קארעא פירער אין צפון קארעא זענען וואנדאליזירט געווארן, צום ערשטן מאל אין היסטאריע, ברענגענדיג שפעקולאציעס איבער אן אויפשטאנד

איד דעלי


מקור? לינק?
דאס איז גאר שטארקע נייעס! אויב וואר


קול מבשר זאגט עס אויך, איך מיין אינעם דאנערשטאג באריכט

ממש אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » זונטאג אוקטובער 29, 2017 12:12 am

קול מבשר זאגט אין א היינט נאכטיגן בולעטין בליץ אז דער סגן מנהל רבי מיילעך פענס האט זיך געלאזט הערן צו די אמעריקאנע טרופן אז זיי זאלן זיין גרייט יעדע ליאדע מינוט צו א אויסברעך פון א מלחמה מיט צפון קארעא, און זיי וועלן אהין קעמפן.

#שומר ישראל
האסט שוין געזען עפעס פאזעטיוו אין דיין טאג? אויב נישט דאן ווייסטו אפשר נישט די הגדרה פון ׳פאזעטיוו׳!!

אוועטאר
איינפאכער איד
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג אוקטובער 29, 2017 1:06 am

ממש אזוי האט געשריבן:קול מבשר זאגט אין א היינט נאכטיגן בולעטין בליץ אז דער סגן מנהל רבי מיילעך פענס האט זיך געלאזט הערן צו די אמעריקאנע טרופן אז זיי זאלן זיין גרייט יעדע ליאדע מינוט צו א אויסברעך פון א מלחמה מיט צפון קארעא, און זיי וועלן אהין קעמפן.

#שומר ישראל

זיין נאמען דוכט זיך איז "מעכל" [אדער "מיכאל"] פענס...

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6992
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 8:15 am

געוויסע באריכטן קומען אריין אז אן אונטערערדישע נוקלעאר פלענט איז איינגעפאלן הרג'נדיג איבער 200 מענטשן, און ס'איז דא אן ערענסטע חשש פון א ראדיאציע דיזעסטער א שטייגער ווי טשערנאביל אדער פישקימא.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

הצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 8:26 am

זאכליך האט געשריבן:געוויסע באריכטן קומען אריין אז אן אונטערערדישע נוקלעאר פלענט איז איינגעפאלן הרג'נדיג איבער 200 מענטשן, און ס'איז דא אן ערענסטע חשש פון א ראדיאציע דיזעסטער א שטייגער ווי טשערנאביל אדער פישקימא.



ווי איז דעיס געשען ?
קום אריין קלאר

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 8:35 am

הצדיק האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:געוויסע באריכטן קומען אריין אז אן אונטערערדישע נוקלעאר פלענט איז איינגעפאלן הרג'נדיג איבער 200 מענטשן, און ס'איז דא אן ערענסטע חשש פון א ראדיאציע דיזעסטער א שטייגער ווי טשערנאביל אדער פישקימא.



ווי איז דעיס געשען ?

North Korea nuclear base COLLAPSES killing at least 200 people, local reports claim, amid fears of massive

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 8:35 am

ווער ווייסט צו ס'איז נישט יד אמעריקע באמצע


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט