אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קושנער ביזטו גערעכט, מסתמא איז אזוי געווען דעמאלטס די פלאן און עס האט זיך געטוישט.

מיט קעלי זעהט אויס אז עס שלעפט זיך נאך ווייל מען זוכט נאך א גוטן ממלא מקום.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

שפל ברך האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
שפל ברך האט געשריבן:עס איז אזא באריכט קיינמאל נישט געווען. קען זיין אז זיי האבן געזאגט 'טילערסאן גייט רעזיגנירן, מעגליך אזוי פרי ווי היינט'. וואס דאס טוישט די גאנצע מציאות.

אקעי, נישט ממש מארגן, אבער עס איז געווען פונקטליכע באריכטן אז ער האט מתחילה געפלאנט צו רעזיגנירן ענדע 2017, אבער ער קען שוין נישט אויסהאלטן און ער גייט רעזיגנירן אין געציילטע וואכן. די באריכט איז געווען געמאלדן דא אויף אייוועלט בשם סי ען ען גענוי א יאר צוריק.
און טילערסאן האט עס דאן געלייקנט.

למעשה האט טילערסאן נישט נאר נישט רעזיגנירט תיכף, נישט נאר נישט רעזיגנירט ענדע 2017, נאר אינמיטן מארטש 2018 איז ער געפלויגן. און אפי' דאן האט ער נישט נאר נישט ריזיינט, נאר האט בשום אופן נישט געוואלט ריזיינען אפי' ווען קעלי האט אים אפאר מאל געבעטן, און מען האט אים געמוזט ווארפן.

ווען מען וועט ענדיגן די חלק שמועס וועל איך דיר ענטפערן דיין צווייטע שאלה.

איך געדענק נישט פונקטליך די באריכטן. אבער אויב האט נישט גענומען קיין האלבע יאר פון ווען זיי האבן עס אויפגעברענגט, ביז ער האט געקושט די מזוזה פון די ווייסע הויז אויף די צווייטע זייט, זענען זיי געווען קראנט און קלאר.

די דעטאלן ארום זענען נישט אזוי וויכטיג.

דאס וואלט איך געזאגט אפילו ווען טילערסאן וואלט געווען די איינציגסטער צו פארלאזן זיין פאזיציע אזוי פרי אינעם טערמין.

כל שכן ווען די רעדע איז פון א האנדפולע איינגעשטעלטע וואס זענען געפלויגן, געגאנגען אין די ערשטע תקופה פון זיין פרעזעדענטסי, איז נישט מתקבל על הלב אז זיי האבן פליען געגעסט אפאר רענדעם נעמען, און סהאט זיך פונקט ארויסגעשטעלט צו זיין אקוראט אזוי.

כנלע"ד.

דא האסטו די דעמאלסדיגע באריכטן.

סאו דו האלטסט אז ווען סי ען ען זאגט אז סארסעס נאנט צו טילערסאן זאגן אז ער וויל ניטאמאל ווארטן נאך פינף חדשים ביז ענדע יאר נאר גייט רעזיינען אין די קומענדיגע פאר וואכן, און למעשה האט מען אים געווארפן אכט חדשים שפעטער (דריי חדשים נאך די צייט אויף ווען ער קען שוין נישט ווארטן), איז די באריכט קראנט און קלאר?

גוד פור יו.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

@צל, ס׳האט מסתמא געווען און פלאן, למעשה האצעך געטוישט די פלענער.

ממש ווי די באן וואס האצעך למעשה נישט איבערגעדרייט. אבי די מידיע זאל בלייבן קראנט. געוואלטיג!
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

Think and Thank האט געשריבן:סאו דו האלטסט אז ווען סי ען ען זאגט אז ער וויל ניטאמאל ווארטן נאך פינף חדשים ביז ענדע יאר נאר גייט רעזיינען אין די קומענדיגע פאר וואכן, און למעשה האט מען אים געווארפן אכט חדשים שפעטער איז די באריכט קראנט און קלאר?

אויב איז געווארן א דעוועלאפמענט אינדערצווישן און מ'האט געלייגט גרויס פרעשור אויף אים, פארוואזשע נישט?

אט איז א דעוועלאפמענט:
אטעטשמענטס
20180712_200920.png
20180712_200920.png (97.05 KiB) געזען 1876 מאל
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

אקטאבער איז 'די קומענדיגע פאר וואכן'?
און דערפאר האט מען ער נישט געוואלט גיין נאך עטליכע מאל בעטן אזש מען האט אים געמוזט ווארפן?

אז דו ווילסט דוקא אז יא, געזונטערהייט.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אפשר פארקערט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר פארקערט »

צל עובר האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:איך מיין איך פארשטיי שוין פשט אין קים'ס בריוו: וואס עפעס זאלסטו מיך אויסרומען ביזן הימל און ערווארטן אז לכבוד דעם זאל איך טון עפעס למעשה אפשר מאכט מען פארקערט איך וועל אויסרומען "דיין עקסעלענץ" און דו זאלסט טון למעשה.

דאס איז א געפערליכע סכנה, ווייל מיט טראמפ קען עס ארבעטן, אפשר איז דאס די תירוץ פאר ווער עס וואונדערט זיך פארוואס טראמפ איז אזוי פרייליך מיט די בריוו.

איך געדענק נאך ווען מען האט געזאגט אז טשיינע האט טראמפ אין די הענט נאך זייער גרויסע קבלת פנים וואס זיי האבען עם געמאכט אין סאיז א גרויסע סכנה
און למעשה מיינעך אז סאיז שוין אויס סכנה איך האף אז די סכנה וועט אויך אריבער גיין
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שפל ברך האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:דממה, כ'גיי נישט דיבעיטן די סאבדזשעקט, אבער לייג דיינע ווערטער אויך דארט ווי די מידיע זאגט פאר אז למשל דזשאן קעלי אדער עני אנדערע טראמפ איינגעשטעלטער גייט פליען...

דערווייל זענען זיי געווען מער ווייניגער אן טיים.

פאריאר זומער, קוים א האלבע יאר אריין אין זיין קאדענץ, האט מען שוין געהאלטן ביי היפש אפאר געפלויגענע, געווארפענע.

און לאמיר נישט פארגעסן, עס איז נישט די נאראם אז קאבינעט מיטגעלידער זאלן פליען, און אודאי נישט אזוי שנעל, סאו פאר די מידיע פאראויס צו זאגן, און עס זאל זיך ארויסשטעלן ווי זיי האבן געזאגט, איז פיינע און קראנטע רעפארטינג.

עליכם השלום, וועלקאם אבאורד...

די סאבדזשעקט גייעך אויך נישט דעבאטירן... כאנאר מייעץ געווען ער זאל ארויסברענגען די זעלבע פוינט דארט ווי ס'באלאנגט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

@וויכי, דו האלטסט טאקע אז קעלי וועט נישט גיין אין די נעקסטע פאר חדשים/האלבע יאר?

הרב, צל דיר מוז איז ענטפערן!

איך האב נישט געזאגט אז די מידיע ווייסט קיינמאל גארניש! זיי האבן אבער די לעצטע פאר יאר גאר אסאך אנגע'מעססד, ספעציעל ווען סיז געקומען צו טראמפ, סאו גלייבן בלענק ווייל זיי האבן א סארס איז שוין שווער...

עכ"פ דאס וואס דממה דקא האט געשריבן וואלט גוט אריינגע'פאסט!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צל עובר האט געשריבן:וואס ער שרייבט פריער, אז דאס וואס זיי האבן בכלל געוואוסט אז טילערסאן גייט איז שוין גענוג.

אויב איר פארגעסט ער איז געווען דער ביזנעס וועלט אריינגעברענגטע מענטש אנשטאט די סוואמפ צו ווערן דער חשוב'סטער מיניסטער פון אמעריקע, און ער איז געפלויגן ווי א דאגי.

ווי טינק האט שוין געשריבן, טילערסאן האבן זיי נישט געוואוסט, זיי האבן געשריבן אז ער גייט רעזיגנירן, חדשים שפעטער האט מען אים געווארפן נאכן נישט וועלן ריזיינען...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שפל ברך
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 14, 2015 6:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפל ברך »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
שפל ברך האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:דממה, כ'גיי נישט דיבעיטן די סאבדזשעקט, אבער לייג דיינע ווערטער אויך דארט ווי די מידיע זאגט פאר אז למשל דזשאן קעלי אדער עני אנדערע טראמפ איינגעשטעלטער גייט פליען...

דערווייל זענען זיי געווען מער ווייניגער אן טיים.

פאריאר זומער, קוים א האלבע יאר אריין אין זיין קאדענץ, האט מען שוין געהאלטן ביי היפש אפאר געפלויגענע, געווארפענע.

און לאמיר נישט פארגעסן, עס איז נישט די נאראם אז קאבינעט מיטגעלידער זאלן פליען, און אודאי נישט אזוי שנעל, סאו פאר די מידיע פאראויס צו זאגן, און עס זאל זיך ארויסשטעלן ווי זיי האבן געזאגט, איז פיינע און קראנטע רעפארטינג.

עליכם השלום, וועלקאם אבאורד...

די סאבדזשעקט גייעך אויך נישט דעבאטירן... כאנאר מייעץ געווען ער זאל ארויסברענגען די זעלבע פוינט דארט ווי ס'באלאנגט...

ברוכים תהיה

אז גייסטעס נישט דעבאטירן האצעך נישט געלוינט אנצעהייבן.

כאנאר אנאייצע פאר דיר. ווען דו ווילסט נישט דעבאטירן דאפסטע ניש זאגן אז דו ווילסט ניש, קענסט סתם אזוי איגנארן.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך איגנאר אסאך תגובות, דו ביסט אבער דא מיט א פרישע ניק האבעך געוואלט גיבן די בענעפיט אוו די דאובט... אבער געוויסע סאבדזשעקטס איז א שאד צו דעבאטירן, ווי איך זעהן לארעל זעהסטו יעני... סאו וואס די פוינט?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@וויכי, ווי דו זעהסט לאורעל זעה איך יעני, גוט ..
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

צל, איבער קעלי'ס יא גיין, נישט גיין.

איך האב שוין אמאל געשריבן דא (אזוי ליגט מיר אין קאפ. אפשר איז עס געווען א #לעיט נייט טאלק, אףף די קאףף....) אז אויב וויל מען עכט וויסן וואס און וויאזוי די ווייסע הויז ארבייט. וויאזוי פאלעסיס ווערן אויסגעארבייט. וויאזוי די שטאב מיטגלידער אפערעטען. וויאזוי שטאב באאמטע טוישן זיך. ברויך מען אביסעל קוקען די היסטאריע, און מאכן אביסעל ריסורדש איבער די 'ביאגרעפי' פון די "פאזישען" און די וועלכע האבן געהאט די פאזישען.

#שאל נא לימים ראשונים...

למשל, פראביר צו טרעפען א היסטארישע ליסטע פון די טשיף אוף סטעיף פון די לעצטע 4 פרעזידענטען. ווילאנג זענען זיי געווען אין אמט? וואס איז געווען זייער עקספיריענס אלס טשיף אוף סטעף. און נאכדעם קוק וויאזוי דשאן קעלי קאמפערט צו די פאריגע טשיפ'ס באהאנדעלט די פאזיציע.

(מיין פרעדיקשען: וועסט זיין סורפרייזד אז דשאן קעלי איז אסופער טשיף אוף סטעף...)

פ.ס. זעהט לדוגמה די ביכל:
https://www.amazon.com/Gatekeepers-Whit ... 0804138249
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
זונדל שאלאמאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:53 am

קים יאנג אן גלייכט בעסער פאטעיטא ווי פאמפעא…

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זונדל שאלאמאן »

[די באריכט איז געשריבן געווארן פארלאפענעם מיטוואך מטו"מ, אבער היות כ'האב ערשט היינט באקומען צוטריט צו אייוועלט, און כ'זעה אז קיינער דא האט עס נאכנישט באריכטעט, וועלן מיר עס יעצט ארויפלייגן].

אין ענדע פון די פארלאפענע וואך האט דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעא, אפגעהאלטן א פרישע באזוך אין צפון קארעא, פארצוזעצן מיט די געשפרעכן איבער דענוקלעאריזאציע אינעם קארעא האלב אינזל, וואו טראמפ און קים יאנג אן האבן אונטערגעשריבן ביים היסטארישן טראמפ-קים סאמיט אין סינגאפאר.

כאטש וואס עס האט געהייסן אז פאמפעא וועט זיך טרעפן מיט דעם פירער קים יאנג אן, האט מען פאקטיש נישט צוגעלאזט פאמפעא צו רעדן מיט קים. בכלל איז ער באהאנדלט געווארן מיט ווייניג רעספעקט, און ער האט בלויז געפירט געשפרעכן מיט קים יאנג טשאאל, איינע פון די גרעסטע באאמטע אינעם רעזשים.

נאכן באזוך זענען ארויסגעקומען געמישטע באריכטן, פון איין זייט האט פאמפעא געזאגט אז די זיצונגען זענען געווען פראדאקטיוו, אבער פון די אנדערע זייט האט צפון קארעא געגעבן צו הערן ווילדע סטעיטמענט’ס אז אמעריקע פירט זיך אויף צו איר ווי די גענגסטער און מאפיא, און פארלאנגט פון איר גאר גרויסע זאכן.

פרעזידענט טראמפ האלט זיך אבער אפטימיסטיש און ווערט נאכנישט ווילד, שרייבנדיג נעכטן אויף טוויטער אז ער איז זיכער דאס קים וועט זיכער רעספעקטירן זייער אפמאך וואס מ’האט אונטערגעשריבן, און איבערהויפט זייער האנט-דרוק. דער פרעזידענט האט אויך געשריבן אז עס איז שטארק מעגליך אז כינע האט דא א האנט אין די געטוישטע טאן פון קארעא.

נאך זיבן גאנצע טעג וואס דער צפון קארעא דיקטאטור איז נישט געווען אין די אפיציעלע נייעס קאנאלן פון זיין לאנד, איז היינט ארויסגעקומען פיר באריכטן איבער דאס וואס קים יאנג אן האט געטון אין די לעצטע פאר טעג: ער איז געפארן צום סמאדזשיאן געגנט וואס איז נעבן די גרעניץ מיט כינע, וואו ער האט זיך אומגעקוקט אויף זיינע פעלדער.

אין א געגנט וואס הייסט דזשאנגוהאנג, האט קים אויסגעלערנט א שטאב מיט פעלד ארייבטער “נישט בלויז צו פלאנצן, נאר וויאזוי צו פלאנצן געשמאקע עסנווארג, און זיכער מאכן אז די קארטאפל ווערט אויסגעארבעט פראפעסיאנאל, און עס קומט ארויס פון די העכסטע קוואליטעט” פארציילט מיט שטאלץ די צפון קארעא מידיע פון די איבערגעגעבנקייט וואס זייער פירער האט צום פעלד און צום קארטאפל…

באזונדער האט קים שטארק אויסגעלויבט די ארבייטער אין געגנט נעבן דעם “פאקטו בארג” – א בארג וואס איז פארהייליגט ביי די צפון קארעא בירגער, ווייל ווי דער לעגענדע דערציילט איז דארט געבוירן די קים דינאסטיע. קים יאנג אן האט געזאגט אז דאס ארט גיבט ארויס די בעסטע גרינצייג, ווייל “די ערד איז הייליג פון די גרויסע רעוואלאציע וואס זי האט געמאכט מיט די וועלט”… און די מידיע באצייכנט עס אז דאס איז די “ביישפיל פון דאס לאנד, און פון די וואונדערליכסטע זאכן אין קאמוניזם”.

טראץ וואס אין די באריכטן שטייט נישט ווען קים יאנג אן האט אפגעשטאט זיין פאטעיטא באזוך, האט אבער קים יאנג טשאאל – די רעכטע האנט פון קים יאנג אן – געזאגט ענדע פאריגע וואך פאר סעאול באאמטע, אז קים יאנג אן געפינט זיך ווייט אוועק פון געגנט.

דאס איז געווען אין די זעלבע צייט וואס פאמפעא האט באזוכט צפון קארעא, און מ’דארף נישט זיין צו געריבן צוזאמענצושטעלן אז אנשטאט זיך צו טרעפן מיט פאמפעא, האט קים בעסער אויסגעוועלט זיך צו טרעפן מיט די פעטעיטא...

קרעדיט - אידישער ווינקל
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

כ'האב געמיינט אז זיי זענען אפיקורסים אזויווי די רוסישע קאמוניסטן?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די געשפרעכן צווישן אמעריקאנער און צפון קארעא באאמטע זענען באנייט געווארן, נאכדעם וואס צפון קארעא האט געטריבן שפאס פונעם אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא ביי זיין באזוך, און נאכדעם וואס זיי זענען נישט אנגעקומען צו א באשטימטע זיצונג מיט אמעריקאנער באאמטע פאריגע וואך.

פאמפעאו האט געמאלדן, אז נעכטן איז אפגעהאלטן געווארן א זיצונג צווישן אמעריקע און צפון קארעא, און צפון קארעא האט זיך פארפליכטעט אנצוהייבן אומקערן די קערפער-איבערבלייבענישן פון אמעריקאנער זעלנער וואס זענען אומגעקומען אינעם קארעאר קריג.

פאמפעיא זאגט אז די געשפרעכן מיט צפון קארעא וואלן ווייטער אנגיין, און אז א שטאב פון אמעריקאנער עקספערטן וועלן אריינגעלאזט ווערן קיין צפון קארעא צו אונטערזוכן די באגרעבעניש ערטער פון די זעלנער און אנגרייטן די לאגיסטישע אפעראציע פון פאראייניגן די איבערבלייבענישן מיט זייערע פאמיליעס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

donald trump on Twitter
(@realDonaldTrump)
....Russia has agreed to help with North Korea, where relationships with us are very good and the process is moving along. There is no rush, the sanctions remain! Big benefits and exciting future for North Korea at end of process!
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

פארשער האט געשריבן:donald trump on Twitter
(@realDonaldTrump)
....Russia has has't agreed to help with North Korea, where relationships with us are very good and the process is moving along. There is no rush, the sanctions remain! Big benefits and exciting future for North Korea at end of process!

:wink: :wink:
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער פרעזידענט האט היינט שטארק פארטיידיגט זיין צוגאנג ווען עס קומט צו באציאונגען מיט רוסלאנד, זאגנדיג אז דער סאמיט האט געברענגט שטארקע דערגרייכונגען, און צווישן אנדערן האט דער פרעזידענט אונטערגעשטראכן אז פוטין איז מסכים צו העלפן אין די אנגייענדיגע פארהאנדלונגען מיט צפון קארעא.

דאס קומט עטליכע טעג נאכדעם וואס סעקרעטערי אף סטעיט מייק פאמפעאו האט קלארגעשטעלט, אז טראץ די שוועריגקייטן וואס צפון קארעא מאכט גייען די פארהאנדלונגען ווייטער אן, און דער פרעזידענט האט אין א טוויט געשריבן, אז ״די באציאונגען צווישן אונז און צפון קארעא איז זייער גוט, און דער פראצעדור רוקט זיך פאראויס, שטייטליך אבער עס רוקט זיך, דערווייל בלייבן אלע סאנקציעס אין פלאץ״.

נאך א צייכן אז די פארהאנדלונגען רוקן זיך פאראויס האט מען געזען דעם זונטאג, ווען די אמעריקאנער דעלעגאציע צום יו.ען. האט זיך געטראפן פאר א זיצונג מיט די צפון קארעא דעלעגאציע צום יו.ען. צום ערשטן מאל אין איבער צען יאר.

די קרעמלין האט דערווייל נישט באשטעטיגט אויב פוטין האט געמאכט אזא צוזאג אונטער פארמאכטע טירן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

די קרעמלין האט דערווייל נישט באשטעטיגט אויב פוטין האט געמאכט אזא צוזאג אונטער פארמאכטע טירן.

אוי וויי... דאס מיינט אז ס'איז פארהאן א מעגליכייט אז די קרעמלין לייקענט אפ טראמפס באהויפטונג?!

וועמען גייט די מידיע גלייבן? די אמעריקאנע אדמיניסטרעישאן, אדער די רוסישע פוטין?

צו גייט די מידיע פארקויפן אמעריקא פאר פוטין מיטן ערקלערן אז זיי "גלייבן נישט די אמעריקאנע הויפטן"????

כ'וויל עס אפילו נישט טראכטן....

כליפ כליפ....
עיני עיני ירדה מי גשמים...
ליבי ליבי על חחחחליהם....

ווי גערעכט איז געווען די 'ס'כסא-וואנט-אנשרייבער' מיט זיין ווארענונג פיל יארן צוריק: "ליינט נישט קיין טמא'נע צייטונגען און מאגאזינען! פארקויפט נישט די נשמה פארן שטן"....

יוי ווי גערעכט ער קען זיין....
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6189
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

שמאטע האט געשריבן:
די קרעמלין האט דערווייל נישט באשטעטיגט אויב פוטין האט געמאכט אזא צוזאג אונטער פארמאכטע טירן.

אוי וויי... דאס מיינט אז ס'איז פארהאן א מעגליכייט אז די קרעמלין לייקענט אפ טראמפס באהויפטונג?!

וועמען גייט די מידיע גלייבן? די אמעריקאנע אדמיניסטרעישאן, אדער די רוסישע פוטין?

צו גייט די מידיע פארקויפן אמעריקא פאר פוטין מיטן ערקלערן אז זיי "גלייבן נישט די אמעריקאנע הויפטן"????

כ'וויל עס אפילו נישט טראכטן....

כליפ כליפ....
עיני עיני ירדה מי גשמים...
ליבי ליבי על חחחחליהם....

ווי גערעכט איז געווען די 'ס'כסא-וואנט-אנשרייבער' מיט זיין ווארענונג פיל יארן צוריק: "ליינט נישט קיין טמא'נע צייטונגען און מאגאזינען! פארקויפט נישט די נשמה פארן שטן"....

יוי ווי גערעכט ער קען זיין....

גוט געזאגט שמאטע!!!
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

נארט קאריע האט געהאט פאריאר די ערגסטע עקאנאמיע אין 20 יאר

גיט צו פארשטיין אביסל פארוואס קים האט געהאט דרוק.

North Korea's economy just had its worst year in two decades
by Daniel Shane @CNNMoney
July 20, 2018: 4:27 AM ET

North Korea's economy has shifted i
nto reverse following the introduction of crippling international sanctions targeting its nuclear weapons program.
Estimates released by South Korea's central bank show that North Korea's economy shrank by 3.5% in 2017. This year is likely to be even more dire.

The isolated state does not publish its own growth figures. But South Korea has been compiling annual GDP estimates about its neighbor since 1991.

The contraction is a sharp turnaround from 2016, when North Korea's economy expanded by an estimated 3.9%. It's also the worst performance since 1997, when Seoul estimated that North Korea's economy shrank 6.5% amid widespread famine.

The data for 2017 show that North Korean exports — of products such as coal, iron ore and textiles — plunged almost 40% to just $1.8 billion. The average annual income of North Koreans was just 5% of that earned by people in the South, the central bank estimated.

Some experts think the picture will be even bleaker in 2018.

"The economy is likely to get worse," said Kim Byung-yeon, an economics professor at Seoul National University and expert on the North Korean economy. "I estimate this year's growth rate can be at least minus 5% if the sanctions are fully and thoroughly implemented."

Related: These sanctions will keep squeezing the North Korean economy

The United States pushed through a series of UN resolutions last year that significantly escalated the pressure on North Korea's economy in response to Pyongyang's repeated tests to advance its nuclear weapons program.

The UN sanctions have taken aim at North Korea's exports, banning the sale of coal, iron ore, textiles and seafood. The Trump administration has also sought to deprive North Korea of the fuel it needs to keep its economy running.

US measures have also sought to cut North Korea off from the global financial system, barring American banks from pursuing any financial transactions directly or indirectly with the country.

China, which accounts for the vast majority of North Korea's foreign trade, has said it was enforcing the sanctions, despite skepticism from some analysts.

Following a summit with North Korean leader Kim Jong-un in Singapore last month, President Donald Trump said that sanctions would only be removed "when we are sure the nukes are no longer a factor." He acknowledged that could take a long time.
אוועטאר
זונדל שאלאמאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:53 am

פרעזידענט טראמפ איז פרוסטרירט איבער צפון קארעא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זונדל שאלאמאן »

וויפיל מען האט געהאפט אז דאסמאל איז צפון קארעא ענדליך גרייט צו טוישן איר צוגאנג, און דענוקלעאריזירן זייער וואפן ארסענאלן, זעט זיך דערווייל אויס מער און מער וויאזוי קים יאנג אן טרייבט שפאס פון פרעזידענט טראמפ, און האלט נישט ערנסט ביים טוישן סיי וואס.

טראצדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געזאגט ביז היינט אז ער איז זייער צופרידן איבער די אויסגאנג פון די געשפרעכן מיט צפון קארעא, האט ער ווארשיינליך אויך אנגעהויבן צו אנערקענען אז זאכן פארן נישט אזוי געשמירט ווי עס האט אויסגעזען פון פריער, און ער האט אנגעהויבן צו פארלירן געדולד צו די שפילערייען פונעם צפון קארעא דיקטאטור.

לויט א באריכט אין די וואשינגטאן פאסט, פארלאנגט פרעזידענט טראמפ פון זיין שטאב א טעגליכער רעפארט איבער די געשפרעכן מיט פיאנגיענג, און אצינד האט ער באשלאסן צו גיין מיט א טריט ווייטער, און נעמען פרישע שריט אז די נוקלעארע וואפן פון צפון זאלן קומען צו פארניכטונג.

זיין פרוסטרירונג וואקסט מיט יעדן פארבייגייענדער טאג, איבערהויפט נאכדעם וואס צפון קארעא באאמטע האבן אפגערופן א זיצונג מיט אמעריקאנע באאמטע, און האבן נישט געהעריג קאמיוניקירט און רעאגירט צו די אמעריקאנע ליניעס וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן. אויב איז דאס אלעס נישט גענוג, האט מען באמערקט ווי פיאנגיענג האט גאר אנגעהויבן אויסצוברייטערן פארשידענע נוקלעארע איינריכטונגען אין געהיים, א זאך וואס האט גאר שטארק אויפגעברויזט פרעזידענט טראמפ.

די וואשינגטאן פאסט באריכט איז באזירט אויף די ווערטער פון ווייסע הויז באאמטע, וואס לויט זיי איז טראמפ זייער שטארק אויפגעברויזט אויף קים יאנג אן און אויף זיין רעזשים, נאכדעם וואס ער זעלבסט האט באצייכנט דעם סאמיט אין סינגאפאר צווישן אים און קים יאנג אן אלס א היסטארישער סוקסעס, און דערקלערט מיט דראמא אז עס איז געקומען אן ענדע צו די נוקלעארער געפאר.

פרעזידענט טראמפ האט טאקע אנגעהויבן צו ווערן שארפער אנבאלאנגט די צפון קארעא אנטוויקלונגען, און געווארנט אז לענדער דארפן ווייטער אנהאלטן אלע סאנקציעס קעגן צפון קארעא מיט די פולסטע שארפקייט, און ער האט אפעלירט צו רוסלאנד און כינע אז זיי זאלן נישט ווייכער ווערן צו צפון, ווילאנג מ’הייבט נישט אן צו זען א טויש צום גוטן אין צפון קארעא, אנבאלאנגט די נוקלעארע געפאר.

קרעדיט - אידישער ווינקל
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

זונדל שאלאמאן האט געשריבן:וויפיל מען האט געהאפט אז דאסמאל איז צפון קארעא ענדליך גרייט צו טוישן איר צוגאנג, און דענוקלעאריזירן זייער וואפן ארסענאלן, זעט זיך דערווייל אויס מער און מער וויאזוי קים יאנג אן טרייבט שפאס פון פרעזידענט טראמפ, און האלט נישט ערנסט ביים טוישן סיי וואס.

טראצדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געזאגט ביז היינט אז ער איז זייער צופרידן איבער די אויסגאנג פון די געשפרעכן מיט צפון קארעא, האט ער ווארשיינליך אויך אנגעהויבן צו אנערקענען אז זאכן פארן נישט אזוי געשמירט ווי עס האט אויסגעזען פון פריער, און ער האט אנגעהויבן צו פארלירן געדולד צו די שפילערייען פונעם צפון קארעא דיקטאטור.

לויט א באריכט אין די וואשינגטאן פאסט, פארלאנגט פרעזידענט טראמפ פון זיין שטאב א טעגליכער רעפארט איבער די געשפרעכן מיט פיאנגיענג, און אצינד האט ער באשלאסן צו גיין מיט א טריט ווייטער, און נעמען פרישע שריט אז די נוקלעארע וואפן פון צפון זאלן קומען צו פארניכטונג.

זיין פרוסטרירונג וואקסט מיט יעדן פארבייגייענדער טאג, איבערהויפט נאכדעם וואס צפון קארעא באאמטע האבן אפגערופן א זיצונג מיט אמעריקאנע באאמטע, און האבן נישט געהעריג קאמיוניקירט און רעאגירט צו די אמעריקאנע ליניעס וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן. אויב איז דאס אלעס נישט גענוג, האט מען באמערקט ווי פיאנגיענג האט גאר אנגעהויבן אויסצוברייטערן פארשידענע נוקלעארע איינריכטונגען אין געהיים, א זאך וואס האט גאר שטארק אויפגעברויזט פרעזידענט טראמפ.

די וואשינגטאן פאסט באריכט איז באזירט אויף די ווערטער פון ווייסע הויז באאמטע, וואס לויט זיי איז טראמפ זייער שטארק אויפגעברויזט אויף קים יאנג אן און אויף זיין רעזשים, נאכדעם וואס ער זעלבסט האט באצייכנט דעם סאמיט אין סינגאפאר צווישן אים און קים יאנג אן אלס א היסטארישער סוקסעס, און דערקלערט מיט דראמא אז עס איז געקומען אן ענדע צו די נוקלעארער געפאר.

פרעזידענט טראמפ האט טאקע אנגעהויבן צו ווערן שארפער אנבאלאנגט די צפון קארעא אנטוויקלונגען, און געווארנט אז לענדער דארפן ווייטער אנהאלטן אלע סאנקציעס קעגן צפון קארעא מיט די פולסטע שארפקייט, און ער האט אפעלירט צו רוסלאנד און כינע אז זיי זאלן נישט ווייכער ווערן צו צפון, ווילאנג מ’הייבט נישט אן צו זען א טויש צום גוטן אין צפון קארעא, אנבאלאנגט די נוקלעארע געפאר.

קרעדיט - אידישער ווינקל

הכחשה:
Donald J. Trump (@realDonaldTrump) · Twitter

A Rocket has not been launched by North Korea in 9 months. Likewise, no Nuclear Tests. Japan is happy, all of Asia is happy. But the Fake News is saying, without ever asking me (always anonymous sources), that I am angry because it is not going fast enough. Wrong, very happy!
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

איינער רעדט זיך נאך איין אז קים יאנג אן האלט זיך ביים דינעקולערייזען ? קיינמאל
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”