אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מיין שאלה איז דא, האט טראמפ נישט געמאכט קיין פונקטליכע פלאן וואס ער ערווארט פון נ"ק כדי מען זאל קענען אנהייבן פארלייכטערן סאקנציעס?

אויב יא, פארוואס מעלדט מען נישט די פלאן אין פובליק? און פארוואס האבן זיי נישט אינטערגעשריבן צוזאמען אויף אזא סארט דעטאלירטע פלאן? אז נ"ק זאל נישט קענען שרייען חי וקים מיר האלטן איין די אפמאך.

און אויב נישט, נו פארוואס טאקע נישט? קען מען דען אזוי האנדלען מיט א לאנד? יעדער וועט דאך שרייען אז ער האט געמיינט צו זאגן עפעס אנדערש, וואו קומט מען אהן אזוי?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

פעיק נוז האט געשריבן:מיין שאלה איז דא, האט טראמפ נישט געמאכט קיין פונקטליכע פלאן וואס ער ערווארט פון נ"ק כדי מען זאל קענען אנהייבן פארלייכטערן סאקנציעס?

אויב יא, פארוואס מעלדט מען נישט די פלאן אין פובליק? און פארוואס האבן זיי נישט אינטערגעשריבן צוזאמען אויף אזא סארט דעטאלירטע פלאן? אז נ"ק זאל נישט קענען שרייען חי וקים מיר האלטן איין די אפמאך.

און אויב נישט, נו פארוואס טאקע נישט? קען מען דען אזוי האנדלען מיט א לאנד? יעדער וועט דאך שרייען אז ער האט געמיינט צו זאגן עפעס אנדערש, וואו קומט מען אהן אזוי?

מען האט קלאר אפגעמאכט וואס יעדער זייט דארף טוהן, אבער נישט געזאגט ווען.

אמעריקע ווייסט אז נארט קאריע וויל שפילען פאר צייט עד יעבור זעם; און טראמפ מיינט אז ער קען לייגען די נויטיגע דרוק עס צוצואיילען.

דער מיליאן דאלער קשיא איז צו נארט קאריע האט נישט געהאלטען ביי גארנישט ווען קים האט צוגעזאגט; אדער יא געהאלטען אבער איראן מיט כינע האבען זיך אריין געמישט און ער האט געטשעינדזד זיין מיינד.

די מידיע ווייסט נישט דער תירוץ און מיט דער צייט דארף עס זיך אויס קלארען.

וועגען דעם זאג איך אז עס גייט זיין לעבעדיג ווייל דער סטאטוס קווא גייט נישט בלייבען.

די פאלגענדע געשעענישען זענען אלעס געקניפט און געבינדען און מאכט א דעדלי מיקס:

* צו נארט קאריע גייט ווערען דינוקליערייזד אדער איר עקינאמיע גייט ערגער ווערען.
* צו איראן האלט ביי ווערען ציוויליזירט (קען נישט, ווייל דעמאלט פארלירען די מולעס די העגעמאניע), אדער איר עקינאמיע וועט ערגער ווערען און עס גייט זיין ריזיגע דעמענסטראציעס וואס קענען פאטענשילי איבערווארפען דיי רעגירונג.
* די טעריף מלחמה צווישען אמעריקע מיט כינע וואס אמעריקע געווינט, און דאס גיבט כינע דער ווילען צו אפען שטיצען די שונאים פון אמעריקע.
* די אנגעצויגענקייט צווישען אמעריקע מיט רוסלאנד צוליב די אינערליכע פאליטיק אין אמעריקע און אויך דאס וואס ענגלאנד (אמעריקע'ס נאטירליכער עליי) און רוסלאנד, זענען אויף שטעך מעסערס.
* די עקענאמיע אין טערקיי שרינקט און טערקיי איז גרייט צו טוהן אומפאראנטפורליכע זאכען.
*אויך קען מען אריין ווארפען צווישען די טראבעל מעיקערס, וועניזועלע וואס איז אין א שריקלעכע מצב פינאנציעליש, און אויך סיריע וואס איז איראן'ס פאפעט און שפיל גארטען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

צפון און דרום קארעא האבן געמאלדן אז אירע פירער וועט אפהאלטן א דריטן סאמיט דעם קומענדיגן סעפטעמבער אין פיאנגיענג, דער הויפטשטאט פון צפון קארעא. אין די צייט וואס די געשפרעכן צווישן אמעריקע און צפון קארעא הינקען אונטער און אמעריקאנער באאמטע דרוקן אויס סקעפטישקייט איבער איר גרייטקייט זיך אנטוואפענען פון נוקלעארע וואפנס.

דער מעלדונג איז געקומען נאך א לענגערע זיצונגן צווישן דעלעגאציעס פון ביידע לענדער וואו עס איז דיסקוטירט געווארן דאס דע-נוקלעאריזאציע פונעם קארעאר האלב-אינזל און נענטערע באציאונגען צווישן די צוויי לענדער, אבער ביידע זייטן האבן נישט אנגעגעבן מער דעטאלן איבער פארשריט וואס ווערט געמאכט אין דעם הינזיכט.

אין אנדערע נייעס האט די רויטע קרייץ געווארנט אז צפון קארעא געפונט זיך אויפ׳ן שוועל פון א שווערער הונגער אלס רעזולטאט פון א גאר טרוקענער זומער וואס האט עפעקטירט דאס רייז און ווייץ שניט, א ענליכע טרוקעניש אין די 90ער יארן האט געקאסט דאס לעבן פון איבער 3 מיליאן בירגער.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

ווען קים ווערט הינגעריג כאפט ער זיך אריבער אויף א לאנטש אויף די סאוט.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

דממה דקה האט געשריבן:ווען קים ווערט הינגעריג כאפט ער זיך אריבער אויף א לאנטש אויף די סאוט.

;l;p-
נע ער דארף נאר די וויא ער עסט נאר היימיש ער גייט ארויס נאר היימיש
איך ווייס נישט וואס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פרעזידענט טראמפ גיבט איבער אז ער וועט העכסט ווארשיינליך האבן נאך א זיצונג מיטן פירער פון צפון קארעא
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פאמיליע מיטגלידער וועלכע האבן זיך נישט געזען פאר איבער 60 יאר האבן זיך צום ערשטן מאל געטראפן א דאנק א ספעציעלע פראגראם וואס צפון און דרום קארעא האבן אויסגעארבעט אונטער וועלכע עס ווערן ערלויבט קורצע באגעגענישן צווישן פאמיליעס וועלכע זענען צוטיילט געווארן ווען קארעא איז צוטיילט געווארן מיט 60 יאר צוריק ביים ענדע פונעם קריג.

ווען קארעא איז צוטיילט געווארן אין צוויי, און אן אייזערנער פארהאנג איז געשטעלט געווארן אינדערמיט זענען פילע פאמיליעס צוטיילט געווארן, אריינגערעכנט ברודערס און שוועסטערס, עלטערן און קינדער, און האבן נישט געקענט האבן די מינדעסטע פארבינדונג אפילו דורך בריוו אדער טעלעפאניש.

אין 1985 האבן די צוויי לענדער אנגעהויבן א פראגראם אונטער וועלכע איינמאל א יאר ווערן עטליכע טויזנט - צווישן די הונדערטער טויזנטער צוטיילטע - ערלויבט זיך צו טרעפן מיט פאמיליע מיטגלידער, אבער דער פראגראם איז אפגעשטעלט געווארן אין די לעצטע יארן צוליב די דערקייקלונג אין די באציאונגען.

א דאנק די לעצטע אנווארמונג פון די באציאונגען האט זיך דער פראגראם פריש באנייט און עטליכע טויזנט פאמיליע מיטגלידער האבן נעכטן זיך פארזאמלט אין א זאל אינעם דע-מיליטאריזירטע זאנע פאר עטליכע שטונדן פון פאראייניגונג, וויסנדיג אז זיי וועלן זיך מער נישט זען אויף אייביג.

אנוועזנדע זשורנאליסטן זאגן אז מען האט געזען הארצרייסנדע סצענעס ווי מאמע׳ס און קינדער טרעפן זיך צום ערשטן מאל נאך זעכציג יאר און דארפן זיך ווידער צוטיילן נאך עטליכע שעה, אזוי אויך האבן פילע אויפגעפאסט אז אלע צפון קארעא באטייליגטע זענען נידריגער און מער פארעלטערט ווי זייערע געשוויסטער אויף די אנדערע זייט גרעניץ, צוליב די פיין און הונגער וואס זיי שטייען אויס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

דער ״אינטערנאציאנאלער אטאמישע אגענטור״ - א נוקלעארער וואטשדאג פון די יו.ען. וועלכע איז הויפטקווארטירט אין ווין - זאגט היינט אין א סטעיטמענט אז זי האט דערווייל נישט אבזערווירט קיין שום צייכנס אז צפון קארעא האט סיי וועלכע פלענער צו אויפלעזן אדער פארקלענערן איר נוקלעארעא ארסענאל.

״די לעצטע שריט און רעטאריק פון די נארט קארעא רעזשים צייגט נישט קיין שום וויליגקייט צו אייגנטליך אויפגעבן אירע נוקלעארעא מעגליכקייטן, און איז שטארק באזארגנד״ שרייבט זי אין איר באריכט וועלכע וועט פארגעשטעלט ווערן פאר די אינטערנאציאנאלע געמיינדע קומענדיגע חודש ביי איר יערליכע סאמיט איבער נוקלעארע זיכערהייט.

דאס קומט א טאג נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געזאגט אין אן אינטערוויו מיט די ״רויטערס״ נייעס אגענטור אז ער ״גלייבט״ אז צפון קארעא האט יא גענומען געוויסע שריט אין די ריכטונג פון דע-נוקלעאריזאציע און געזאגט אז ער קוקט ארויס אויף נאך א סאמיט מיט קים יאנג-אן צו פארשנעלערן דעם פראצעדור.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אויסערן מיניסטער מייק פאמפעא שטעלט סטיווען ביעגאן צו דינען אלץ זיין פערזענליכע רעפרעזענטאט צו פארהאנדלען מיט צפון קארעא
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ברצונם הטוב אפילו אז זיי האבען צו געזאגט, גייען זיי עס נישט טוהן. צו האלטען זיי בכלל ביי דעם, ווייסען מיר אויך נישט (און יעדען טאג וואס גייט ארובער האלטען זיי ווייניגער ביי דעם). כינע שטערט נישט אז נארט קאריע האט עס, און עס שטערט זיי יא אז אמעריקע זאל אויס פירען. דאס זעלבע איז רוסלאנד, אבער זיי זענען יא גרייט צו מאכען א דיעל מיט אמעריקע. איראן ארבעט אויף קעסיל און כלים אז נארט קאריע זאל בלייבען דערמיט און ביי עקסטענשען זיי אויך. טערקיי (און אויך שוואכלינג סיריע) און נאך א פאר ראוג סטעיטס ארבעטען שטארק מיט נארט קאריע.

און דא אין אמעריקע האט מען געבינדען די הענט (און די פיס אויך) פונעם פרעזידענט און ער קען נישט מאכען א דיעל מיט רוסלאנד. באלד האלב אמעריקע וויל נישט אז דער פרזעידענט זאל מצליח זיין. דערווייל באקומט איראן יעדען חודש צוריק אירע סחורה וואס איז געעווען געסטאורד אין רוסלאנד ואין פוצה פה ומצפצף.

דער פרעזידענט פון סאוט קאריע איז א אידיאט איינער אין דער וועלט און איז צופרידען ווי עס איז. יאפאן פלאצט אבער דערווייגט זיך נישט זיך אנצורופען. אייראפא (דער אמאליגע מערב וועלט) איז ביזי קאמיטען סועסייד און ווילען אויך נישט אז דער פרעזידענט זאל מצליח זיין.

א נס מוז געשעהן.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 1:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

SPUSMN האט געשריבן:ברצונם הטוב אפילו אז זיי האבען צו געזאגט, גייען זיי עס נישט טוהן. צו האלטען זיי בכלל ביי דעם, ווייסען מיר אויך נישט (און יעדען טאג וואס גייט ארובער האלטען זיי ווייניגער ביי דעם). כינע שטערט נישט אז נארט קאריע האט עס, און עס שטערט זיי יא אז אמעריקע זאל אויס פירען. דאס זעלבע איז רוסלאנד, אבער זיי זענען יא גרייט צו מאכען א דיעל מיט אמעריקע. איראן ארבעט אויף קעסיל און כלים אז נארט קאריע זאל בלייבען דערמיט און ביי עקסטענשען זיי אויך. טערקיי (און אויך שוואכלינג סיריע) און נאך א פאר ראוג סטעיטס ארבעטען שטארק מיט נארט קאריע.

און דא אין אמעריקע האט מען געבינדען די הענט (און די פיס אויך) פונעם פרעזידענט און ער קען נישט מאכען א דיעל מיט רוסלאנד. באלד האלב אמעריקע וויל נישט אז דער פרזעידענט זאל מצליח זיין. דערווייל באקומט איראן יעדען חודש צוריק אירע סחורה וואס איז געעווען געסטאורד אין רוסלאנד ואין פוצה פה ומצפצף.

דער פרעזידענט פון סאוט קאריע איז א אידיאט איינער אין דער וועלט און איז צופרידען ווי עס איז. יאפאן פלאצט אבער דערווייגט זיך נישט זיך אנצורופען. אייראפא (דער אמאליגע מערב וועלט) איז ביזי קאמיטען סועסייד און ווילען אויך נישט אז דער פרעזידענט זאל מצליח זיין.

א נס מוז געשעהן.

עס איז קלאר אז שטיפען צייט איז נארט קאריע'ס סטראטעגיע. און דער סטראטעגיע ארבעט. זיי האפען אז טראמפ וועט לאנג נישט זיין פרעזידענט, און אפילו אויב יא וועט ער גארנישט טוהן זייענדיג פארנומען מיט אימפיעטשמענט און הונדערטע אנדערע דאגות.

דאס בעסטע עצה בעיני בשר זעהט מיר אויס אז דער פרעזידענט זאל גיין זייער שטייף (אראפ שטיפען דער עקסעלערעטאר); האלטען א קליינע מייער מיט א גרויסע ריזיגע שטעקען. דערשטיקען איראן מיט נארט קאריע מיט וואס מען קען פינאנציעל, און אויך ברענגען שטארקע מיליטערישע כוחות צו אירע ברעקען צו לייגען דער מאקסימום דרוק. געבען אולטימאטום'ס ווען זאכען "מוזען" געזעהן, און אויב זיי געשעהן נישט, נעמען די נויטיגע שריט. ווייטער האלטען כינע באזארגט און אין דער זעלבע ציייט שמייכלען צו זיי (אזוי ווי זיי טוהען). קומען צו א ערענסטע אפמאך מיט רוסלאנד און נישט קוקען וואס די לינקע וועלען שרייען קאלוזען קאלוזען. זיי וועלען אים סיי ווי אימפיעטשען אויב זיי קענען; אבער אויב עס געלונגט אים מיט נארט קאריע וועט מען אין נישט קענען לאזען פאלען אין מיטען וואס נארט קאריע ווערט דינוקלערייזד, ער וועט צו באקומען אלע אונדערסיידעדס און אפילו א פאר דעסיידעד פארקערט.

עס וואלט געווען פאר אים ראטזאם צו לייגען זיין גאנצע מוח אריין אין דעם פראבלעם, וועלען אלע אנדערע גרינגער ווערען פאר אים. ער זאל זיין דער וואס שטעלט די טיים טעבעלס און נישט זיי.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

SPUSMN האט געשריבן:

לויט מיין מיינונג
אויב וועט @SPUSMN זיין א קאבינעט מיטגעליד וועט די פרעזידענט אסאאאאאאאאך שטערקער מצליח זיין......
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

ברעיקינג:

טראמפ האט און א טוויט׳ע געמאלדן אז ער האט פארארענט סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיאו אפצורופן זיין רייזע קיין צפון קאריע וואס איז געווען געפלאנט אויף קומענדע וואך.

טראמפ:
I have asked Secretary of State Mike Pompeo not to go to North Korea, at this time, because I feel we are not making sufficient progress with respect to the denuclearization of the Korean Peninsula...
רשעות קאלטע סעלצער
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א פלא אז ער האט ביז יעצט נאך געדולדיג פרובירט מיט גוטען. אפשר אז מען זאל צו אים נישט האבען קיין טענות ווען ער וועט סטראשען מיט זיין גרויסע באטאן.

זאכען גייען זיך האפענטליך מיט די צייט אויס קלארען.

ס'זעהט מיר אויס אז ס'האט א סאך צו טוהן מיט איראן און דער ראוד פון דינוקליראציע פון נארט קאריע גייט דורך איראן; איז דערובער נארט קאריע דער סייד שאו און איראן דער עיקר.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

אט אזוי!., כ׳האב גראדע געהאלטן (כ׳האלט נאך אלטס) אז טראמפ באגייט א טעות מיטן טוען אלעס אויף אמאל. אפילו איך עגרי מיט אים אויף די מהלכים וויזוי ער ארבעט מיט טשיינע, נארט קאריע, רוסלאנד, מעקסיקא, קאנאדע.. איז דאס אלעס אבער נאר ווען מ׳קוקט אן יעדע זאך אינדעווידזשעוואל. מיט טשיינע האלט איך אז נאר דעם שפראך פארשטייען זיי, נארט קאריע פארשטייט נאר פייער און פיארי.. אא״וו

ס׳איז אבער זייער מעגליך אז, למשל דאס אויספירן זיינע פלענער אויף נאטאו קען זיך פארהאנקענען ״נאר״ צוליב דעם ווייל ער פירט א טאריפן קריג מיט די זעלבע לענדער. און די זעלבע איז מיט מעקסיקאו. ווען ער צורייסט זיך ווען נישט מיטן זייער ארויסגייענדע פרעזידענט איבער וואנט ארויף וואנט אראפ, וואלט ער זיי מעגליך געקענט גרינגער קארנער׳ן מיט טאריפן.

קען זיין אז און ביזנעס איז עס יא א גוטע סטראטעגיע, בפרט אויב רעדסטע פון טראמפ וואס האט אלעמאל גע׳אפארעיט אויף דעם וועג. ווען ס׳קומט אבער צו דילן מיט לענדער וואס מיט יעדע לאנד עקסטער פירט מען פארשידענע סארט רילעישנשיפ׳ס מיז עס נישט זיין אז אזא סארט מהלך איז ווירקזאם. כ׳האב גראדע געטראכט, און פאל טראמפ פאלט אדורך מיט נארט קאריע און אזוי אויך מיט א טשיינע האנדל אפמאך. וואלט איך דע זאך אפ געשריבן אלטס טראמפ׳ס גרעסטע טעות.

נאכאמאל, ס׳איז זייער מעגליך אז ער וועט למעשה אויספירן, און פאקט יעצט בשעת די אלע זאכן דיוועלעפען זיך און די זעלבע צייט, ריקן זיך אבער זאכן פאראויס. טשיינע איז ביים טיש, מעקסיקאו איז ביים טיש, נארט קאריע, יאפאן... אא״וו. ס׳קען אבער זיין ס׳קומט אן שווערער ווי ווען ער ארבעט אויף יעדע זאך באזינדער. ווי מער באקסעס די קאר האט אלטס לענגער נעמט ארויף צו פארן׳פ בארג.

ס׳קען זיין ער האט מתחילה באשלאסן מאיזה סיבה דייקא יא צו נעמען דעם ריכטונג, אזוי צו אזוי.. שרייבט ער היינט אויף טוויטער דאס

BACD211A-603D-4DC2-A9B3-526CEA04C320.jpeg
BACD211A-603D-4DC2-A9B3-526CEA04C320.jpeg (75.77 KiB) געזען 1842 מאל
רשעות קאלטע סעלצער
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

וואס מיינט

In the meantime I would like to send my warmest regards and respect to Chairman Kim. I look forward to seeing him soon!

ער פלאנט יא זיך צו טרעפן מיט קים?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אט אזוי!., כ׳האב גראדע געהאלטן (כ׳האלט נאך אלטס) אז טראמפ באגייט א טעות מיטן טוען אלעס אויף אמאל. אפילו איך עגרי מיט אים אויף די מהלכים וויזוי ער ארבעט מיט טשיינע, נארט קאריע, רוסלאנד, מעקסיקא, קאנאדע.. איז דאס אלעס אבער נאר ווען מ׳קוקט אן יעדע זאך אינדעווידזשעוואל. מיט טשיינע האלט איך אז נאר דעם שפראך פארשטייען זיי, נארט קאריע פארשטייט נאר פייער און פיארי.. אא״וו

ס׳איז אבער זייער מעגליך אז, למשל דאס אויספירן זיינע פלענער אויף נאטאו קען זיך פארהאנקענען ״נאר״ צוליב דעם ווייל ער פירט א טאריפן קריג מיט די זעלבע לענדער. און די זעלבע איז מיט מעקסיקאו. ווען ער צורייסט זיך ווען נישט מיטן זייער ארויסגייענדע פרעזידענט איבער וואנט ארויף וואנט אראפ, וואלט ער זיי מעגליך געקענט גרינגער קארנער׳ן מיט טאריפן.

קען זיין אז און ביזנעס איז עס יא א גוטע סטראטעגיע, בפרט אויב רעדסטע פון טראמפ וואס האט אלעמאל גע׳אפארעיט אויף דעם וועג. ווען ס׳קומט אבער צו דילן מיט לענדער וואס מיט יעדע לאנד עקסטער פירט מען פארשידענע סארט רילעישנשיפ׳ס מיז עס נישט זיין אז אזא סארט מהלך איז ווירקזאם. כ׳האב גראדע געטראכט, און פאל טראמפ פאלט אדורך מיט נארט קאריע און אזוי אויך מיט א טשיינע האנדל אפמאך. וואלט איך דע זאך אפ געשריבן אלטס טראמפ׳ס גרעסטע טעות.

נאכאמאל, ס׳איז זייער מעגליך אז ער וועט למעשה אויספירן, און פאקט יעצט בשעת די אלע זאכן דיוועלעפען זיך און די זעלבע צייט, ריקן זיך אבער זאכן פאראויס. טשיינע איז ביים טיש, מעקסיקאו איז ביים טיש, נארט קאריע, יאפאן... אא״וו. ס׳קען אבער זיין ס׳קומט אן שווערער ווי ווען ער ארבעט אויף יעדע זאך באזינדער. ווי מער באקסעס די קאר האט אלטס לענגער נעמט ארויף צו פארן׳פ בארג.

ס׳קען זיין ער האט מתחילה באשלאסן מאיזה סיבה דייקא יא צו נעמען דעם ריכטונג, אזוי צו אזוי.. שרייבט ער היינט אויף טוויטער דאס

BACD211A-603D-4DC2-A9B3-526CEA04C320.jpeg

ער זעהט ריכטיג כינע אלץ דער עיקר פראבלעם און שטער, און האט נאך האפעניננג אויף קים.

דאס מיינט אז זיין אינטעלידזענס עדזענסיס זאגען אים אז נארט קאריע האלט טאקע באמת ביים דינוקליאריזירען (ווי מיר האבען געהאלטען ביז נישט צו לאנג צוריק), נאר כינע מיט איראן איז דער שטער.

שייינע אנאליז טשאדאלע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

אויף בוש43 האט מען געזאגט אז ער איז אריין אין איראק מען זאל זעהן אז זיין טאטע איז נישט געווען אזא בהמה ווען ער איז נישט אריין.

טראמפ וויל אונז ווייזן אז אבאמא איז נישט געווען אזא בהמה ווי מען מיינט...
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דממה דקה האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:קע"ה, ס'שפריצט סוקסעס!

אויף בוש43 האט מען געזאגט אז ער איז אריין אין איראק מען זאל זעהן אז זיין טאטע איז נישט געווען אזא בהמה ווען ער איז נישט אריין.

טראמפ וויל אונז ווייזן אז אבאמא איז נישט געווען אזא בהמה ווי מען מיינט...

ווי אזוי ווייזט ער דאס?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אויף טראמפס צוגאנג צו נארט קארעא קען מען זאגען אז עס איז די מערסט דיפלאמאטיש וואס עס איז נאר מעגליך, אויב ער וועט דורך פאלען און גיין אין קריג קען מען זאגען בפה מלא אז ער האט אלעס אין דער וועלט פרובירט אויף א פרידליכע וועג.

מען קען נישט צוגלייכען אבאמאס נאו עקשאן צו טראמפס פול עקשאן.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

צפון קארעא האט נעכטן ארויסגעשטעלט פרישע שארפע רעטאריק קעגן די פאראייניגטע שטאטן, זאגנדיג אז אמעריקע פירט דורך געהיימע מיליטערישע טרענירונגען נישט ווייט פון אירע גרעניצן, מיט'ן ציל דורכצופירן א מיליטערישע אינוואזיע און פארכאפן קאנטראל פון צפון קארעא.

די באשולדיגונגען קומען נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אפגעשאפן א רייזע וואס סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא האט געזאלט דורכפירן די וואך קיין צפון קארעא, און טראמפ האט געזאגט אז ער איז מבטל די רייזע, וויבאלד צפון קארעא מאכט נישט קיין פארשריט מיט איר פארשפרעכונג אויפצוגעבן נוקלעארע וואפנס.

לויט דעם רעזשים'ס באשולדיגונג, האבן "ספעציעלע קרעפטן" פון דעם אמעריקאנער מיליטער זיך געהויבן פון וואשינגטאן און אפגעפלויגן צו די פיליפינען, און קיין יאפאן, וואו זיי פירן דורך די לעצטע צוגרייטונגען פאר א צפון קארעא אינוואזיע – אבער דער פענטאגאן לאכט אפ דערפון, זאגנדיג אז די באשולדיגונגען זענען פאנטאזיעס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אפשר פארקערט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר פארקערט »

אויב איז יא אמת וואס צפון קאריע שרייט קענען די אלע וואס זענען געווען אנגעצויגען אז היתכון טראמפ קענסעלט די עקסערסייז מיט דרום קאריע יעצט קענען זיי זיין רואיג אז ער האט געניג וועגען זיך ציגרייטען צי א מלחמה אן דעם וואס יעדער זאל עס מיטהאלטען און אויפרעגען צפון קאריע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אורזאך צו טראמפס אפרופן פאמפעא באזוך צו צפון קארעא איז געהיימע בריוו פון קים צו פאמפעא
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אז
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושך חסד »

ער זאגט דאך ס'איז געהיים...

אין אנדערע נייעס, האט קול מבשר געמאלדן אז הויעכראנגיגע רעגירונג באאמטע זאגן אז אמעריקע טאר נישט אויפגעבן דערווייל אויף א שאנס צו ברענגן אז צפון קארעא זאלאויפגעבן זייער נוקלעארע וואפנס, דערווייל זעט אויס ווי אלע שאנסן זענען פאריבער נאכדעם וואס טראמפ האט געקענסעלט די געפלאנטע רייזע פון סא״ס פאמפעא קיין צ.ק. די עקספערטן זאגן אבער אז פאמפעא זאל לייגן דריק אויף טראמפ אז ער וויל יא דורכפירן די רייזע און ווייזן פאר צ.ק. אז זיי האבן נאך א לעצטע שאנס..
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”