אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1090
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 4:04 pm

טייערע חברים וואס פאררעכענען זיך אין די אנטי טראמפ גרופע, איך וויל אייך געבן א נקודה למחשבה. אבער ביטע ענטפערטס נישט דא, נאר יעדער זאל ענטפערן פאר זיך אליינס און פרובירן צו זיין אמת'דיג אויפריכטיג.

וואס וואלט געווען אייער רעאקציע ווען די פאלגענדע אויסצוגן וואלטן געקומען פון דעם פירער פון אמעריקע, נישט פון יאפאן?

א גולם האט געשריבן:
אבער ווי עס שיינט איז יאפאן נישט אנטציקט פון דעם נייעם צוגאנג פון דעם רעזשים, און זי באטראכט עס אלס א כיטרע שפיל פון דעם רעזשים צו ״איינשלעפן״ די מערב וועלט פון דעם געפאר וואס זי שטעלט פאָר פאר דער וועלט, און דער יאפאנעזער אויסערן מיניסטער, טאַראָ קאוטא, האט אפעלירט צו די וועלט–פירער אנצוהאלטן א שארפע ליניע קעגן דעם נארט קארעא רעזשים, טראץ איר אנגעבליכן טויש אין טאן. דער מיניסטער האט זיך געבעטן, ״לאזט נישט דעם רעזשים אייך איינשלעפן מיט זיסע רייד״, און געזאגט אז אראפנעמען אדער פארלייכטערן די סאנקציעס איז א ״נאיאיווער גרייז אויף וועלכן די וועלט וועט חרטה האבן.[/align]

פין: ד.ד.א.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10781
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 4:08 pm

צל עובר האט געשריבן:ראש הקהל, וואס דען איז געווען די טעסט וואס האט געהייסן אז זיי האבן געטעסטעט א מיסיל וואס קען דערגרייכן גאנץ אמעריקע.

זאגסט דאך דער תירוץ; ס'האט געהייסען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1090
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 4:20 pm

צל עובר האט געשריבן:ראש הקהל, וואס דען איז געווען די טעסט וואס האט געהייסן אז זיי האבן געטעסטעט א מיסיל וואס קען דערגרייכן גאנץ אמעריקע.

אה וואס? עס איז געווען טייל פון די מידיע'ס פראגראם צו שאפן היסטעריע ביים פאלק איבער טראמפ.

עס האט געהייסן אז וואס? איך געדענק נאך ווי כאפצעם האט ברייט ערקלערט אז כאטש דער מיסיל איז געפלויגן זעקס הונדערט מייל איז עס בלויז ווייל זיין טרעדזשעקטארי איז געווען זייער ארויף. אבער בפועל איז עס געפלויגן דריי טויזנט מייל.


דער אמת איז אבער אז צו שיסן א מיסיל אריבער די פאסיפיק, דארף דער מיסיל האבן סאאאך א העכערע טרעדזשעקטארי. אזוי הויך אז עס זאל אריינפליען אין ספעיס! דאס מיינט אז די דריי טויזנט מייל איז נישט זעקס הונדערט אויך דער ערד,נאך סאך ווייניגער ווען מען רעדט פון אן אינטערקאנטינענטאל באליסטיק מיסיל.

ווען עס וואלט ווען געווען א מציאות צו שיסן א מיסיל גראד פון צפון קארעא קיין אמעריקע, ווואלט דער מיסיל געהאט די מעגליכקייט צו בלא בלא בלא. העטיך פעטיך. און דאס אויך מיט א ליידיגן קאפ, נישט מיט א שווערע אטאם באמבע דערין.

און דאס איז נאך פאר'ן נעמען אין באטראכט דאס עצם ארויסגיין אין ספעיס און צוריקקומען, א זאך וואס צפון קען נאך בהחלט נישט.

און דאס איז נאך פאר'ן נעמען אין באטראכט אז זייערע מיסילס פליען אזוי סטאביל און פונקטליך ווי די וואס כאמאס פארמאגט.


דערפאר טאקע האט דעמאלטס דער פארטיידיגונגס סעקרעטאר מעטיס געזאגט אז אלעס איז שטותים.


ומכאן ראי' אז ספוזמן איז גערעכט, אז אסאך פון די זאכן וואס 'יעדער' באריכטעט און 'יעדער' ווייסט איז אומוויסנהייט, דמיון און שקר.

http://www.cnn.com/2017/12/15/politics/ ... index.html
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm

תגובהדורך אויפגעפרישט » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 5:26 pm

יאסעלע האט געשריבן:איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס ס'קומט זיך זיי כבוד? ווייל ער פייפט אויף די וועלט?


יא ליידער :grin:
האלט אייך פריש געזונט און מינטער

אוועטאר
צל עובר
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 7:09 pm

וואס הייסט עס איז דאך ארויף געפלויגן כמעט 3,000 מייל הויעך ביז טיף אריין אין ספעיס, די חשבון וויפיל עס וואלט געפלויגן גראד איז איבער 8,000 מייל , דאס יא אז מ'האלט אז עס איז געווען פראבלעמען ביים צוריק אריינקומען פון ספעיס, און עס איז געפלויגן מיט א ליידיגע קאפ.

מקור Hwasong-15 - Wikipedia .
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1090
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 8:15 pm

גערעכט.

אבער דאס מיינט נאכאלץ נישט אז עס קען פליען אכט טויזנט מייל, ווייל עס דארף פונקט אזוי ארויפפליען צו ספעיס. דאס מיינט אז די אלע נעטווארקס און צייטונגען און עקספערט וואס האבן געשריבן אז 'דאס מיינט אז עס קען דערגרייכן אומעטום אין אמעריקע' האבן פלעין געשריבן ליגנט. ארויפפליענדיג האט עס ביז היינט בלויז באוויזן צו פליען פינף זעקס הונדערט פון די עטליעע טויזנט מייל וואס עס דארף פליען צו דערגרייכן אמעריקע.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

אוועטאר
צל עובר
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג ינואר 19, 2018 1:51 am

רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:גערעכט.

אבער דאס מיינט נאכאלץ נישט אז עס קען פליען אכט טויזנט מייל, ווייל עס דארף פונקט אזוי ארויפפליען צו ספעיס. דאס מיינט אז די אלע נעטווארקס און צייטונגען און עקספערט וואס האבן געשריבן אז 'דאס מיינט אז עס קען דערגרייכן אומעטום אין אמעריקע' האבן פלעין געשריבן ליגנט. ארויפפליענדיג האט עס ביז היינט בלויז באוויזן צו פליען פינף זעקס הונדערט פון די עטליעע טויזנט מייל וואס עס דארף פליען צו דערגרייכן אמעריקע.


עס איז דאך אריינגעפלויגן טיף אין ספעיס, 3,000 מייל איז שוין טיף, טיף אריין אין ספעיס לכל הדעות.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג ינואר 19, 2018 1:54 am

צל עובר האט געשריבן:
רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:גערעכט.

אבער דאס מיינט נאכאלץ נישט אז עס קען פליען אכט טויזנט מייל, ווייל עס דארף פונקט אזוי ארויפפליען צו ספעיס. דאס מיינט אז די אלע נעטווארקס און צייטונגען און עקספערט וואס האבן געשריבן אז 'דאס מיינט אז עס קען דערגרייכן אומעטום אין אמעריקע' האבן פלעין געשריבן ליגנט. ארויפפליענדיג האט עס ביז היינט בלויז באוויזן צו פליען פינף זעקס הונדערט פון די עטליעע טויזנט מייל וואס עס דארף פליען צו דערגרייכן אמעריקע.


עס איז דאך אריינגעפלויגן טיף אין ספעיס, 3,000 מייל איז שוין טיף, טיף אריין אין ספעיס לכל הדעות.


יעצט כאפ איך וואס דו מיינסט, אז א גרויסע חלק פון די 3,000 מייל דארף ער דאך ממילא ארויף פארן.

אבער עס דאכט זיך מיר אז איר זענט זיך טועה, ווייל ווייניגער ווי 100 מייל ארויף איז שוין זיכער ספעיס לגבי ארויספליען פון די אטמאספער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1090
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » פרייטאג ינואר 19, 2018 12:40 pm

די געווענליכע טרעדזשעקטארי פון אן ICBM לויפט צווישן צוויי און פיר טויזנט מייל אין די הייך.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7459
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג ינואר 19, 2018 2:55 pm

"ספעיס" איז נישט איבער די הייעך, נאר איבער ספיד.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
צל עובר
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג ינואר 19, 2018 3:48 pm

הערסט מיר אויס רה"ק אלע עקספערטס זענען נישט משוגע, און זאכליך אודאי נישט.

קען זיין אז געווענליך פליעט עס אזוי הויעך פשוט אז עס זאל זיין שווערער אראפ צושיסן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7459
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג ינואר 19, 2018 3:59 pm

צל עובר האט געשריבן:הערסט מיר אויס רה"ק אלע עקספערטס זענען נישט משוגע, און זאכליך אודאי נישט.

קען זיין אז געווענליך פליעט עס אזוי הויעך פשוט אז עס זאל זיין שווערער אראפ צושיסן.

צפון קאריע איז בכלל נישט אנגעקומען צו די נויטיגע ספיד.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
צל עובר
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש ינואר 20, 2018 7:56 pm

זאכליך האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:הערסט מיר אויס רה"ק אלע עקספערטס זענען נישט משוגע, און זאכליך אודאי נישט.

קען זיין אז געווענליך פליעט עס אזוי הויעך פשוט אז עס זאל זיין שווערער אראפ צושיסן.

צפון קאריע איז בכלל נישט אנגעקומען צו די נויטיגע ספיד.


ווען איר האט א געלעגנהייט, ביטע לייג אראפ דעם גאנצן ענין ברחל בתך הקטנה, אזוי וועל איך מיט נאך אידן קענען שערן א חלק פון אייערע ידיעות.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7459
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מוצ"ש ינואר 20, 2018 8:41 pm

דאס פארלאנגט אסאאך צייט, אבער פריטה ופריטה מצטרפות, כהאף ממשיך צו זיין דא

viewtopic.php?f=3&t=34174
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
צל עובר
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש ינואר 20, 2018 9:21 pm

זאכליך האט געשריבן:דאס פארלאנגט אסאאך צייט, אבער פריטה ופריטה מצטרפות, כהאף ממשיך צו זיין דא

viewtopic.php?f=3&t=34174


א גרויסן ישר כח. :P
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג פאברואר 04, 2018 10:56 pm

מייק פאמפעיא דער CIA דירעקטאר זאגט אז נארט קאריע שטייט געציילטע חדשים אוועק פון קענען שיקן א נוקלעארע מיסיל קיין אמעריקע.

קרעדיט דער בלאט.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום זונטאג פאברואר 04, 2018 11:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: און ערגעץ נישט

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג פאברואר 04, 2018 11:00 pm

צל עובר האט געשריבן:מייק פאמפעיא דער CIA דירעקטאר זאגט אז נארט קאריע שטייט געציילטע חדשים אוועק פון קענען שיקן א נוקלעארע מיסיל קיין אמעריקע.

#טענקס אבאמא
!...Jobs Jobs Jobs

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1776
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » זונטאג פאברואר 04, 2018 11:05 pm

צל עובר האט געשריבן:מייק פאמפעיא דער CIA דירעקטאר זאגט אז נארט קאריע שטייט געציילטע חדשים אוועק פון קענען שיקן א נוקלעארע מיסיל קיין אמעריקע.

הייסט אז דאס וואס די מידיע און אמעריקאנע אגענטורן האבן אונז איינגערעדט אז זיי קענען שוין איז אויך געווען ליגענט

#דיעפ סטעיט
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
צל עובר
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג פאברואר 04, 2018 11:14 pm

משה כספי האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:מייק פאמפעיא דער CIA דירעקטאר זאגט אז נארט קאריע שטייט געציילטע חדשים אוועק פון קענען שיקן א נוקלעארע מיסיל קיין אמעריקע.

הייסט אז דאס וואס די מידיע און אמעריקאנע אגענטורן האבן אונז איינגערעדט אז זיי קענען שוין איז אויך געווען ליגענט

#דיעפ סטעיט


מ'האט גערעדט פון קענען שיקן א אינטערקאנטינענטעל באליסטיק מיסיל וואס קען גרייכן גאנץ אמעריקע, ער רעדט פון עס שיקן מיט א נוקלעארע באמבע אויפן שפיץ.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג פאברואר 04, 2018 11:19 pm

דער ארבעטער וואס האט געשיקט די ווארנונג אין האווייאי איז ארויסגעווארפן געווארן, און דער דירעקטאר פון די אגענטור וואס איז פאראנטווארטליך האט רעזיגנירט.

קרעדיט דער בלאט
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג פאברואר 05, 2018 3:23 am

משה כספי האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:מייק פאמפעיא דער CIA דירעקטאר זאגט אז נארט קאריע שטייט געציילטע חדשים אוועק פון קענען שיקן א נוקלעארע מיסיל קיין אמעריקע.

הייסט אז דאס וואס די מידיע און אמעריקאנע אגענטורן האבן אונז איינגערעדט אז זיי קענען שוין איז אויך געווען ליגענט

#דיעפ סטעיט

אור אלטע נייעס.

זיי האבן נאכנישט באוויזן ארויסצושיסן א מיסיל פון די אטמאספערע, ווער רעדט נאך פון צוריק אריינברענגען גאנצערהייט.
יש ברירה האט געשריבן:נישט יעדע דעבאטע האט איין זייט וועלכע איז א הענעטי.

אוועטאר
צל עובר
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג פאברואר 05, 2018 1:58 pm

@ רב משה זוך מיר, דאס איז וודאי זיכער (בנוסח הרבי מחב"ד) אז זיי האבן שוין ארויסגעשיקט א מיסיל אינדרויסן פון די אטמאספערע, נאר ביים צוריק קומען האט זיך עס צובראכן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג פאברואר 05, 2018 2:29 pm

גערעכט.
די עיקר קונץ אבער איז ביים אריינקומען. אבער ביזט גערעכט מיט דעם אז ארויפשיקן האבן זיי שוין באוויזן, וטעות לעולם חוזק..

צל עובר האט געשריבן:דאס איז וודאי זיכער (בנוסח הרבי מחב"ד)

:lol:
יש ברירה האט געשריבן:נישט יעדע דעבאטע האט איין זייט וועלכע איז א הענעטי.

אוועטאר
צל עובר
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג פאברואר 05, 2018 2:37 pm

און איר זענט גערעכט אז דער עיקר איז צוריק אריינצוקומען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7459
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג פאברואר 05, 2018 4:20 pm

ס'איז דא נאך א נקודה וואס כ'זעה קיינעם נישט רעדן דערפון, אבער לדעתי איז עס א שטארקע פאקטאר.

דאס איז נעוויגאציע.

די GPS סיסטעם באלאנגט פאר די אמעריקאנער מיליטער, מיט איין קנעפל קענען זיי עס אויסלעשן פאר די פאבליק.

איינע פון די שוועריקייטן פאר די ICBM איז די ראבאטישע נעוויגאציע וואס די ראקעט דארף אליינס אויסרעכנען אין ערשטע פאר מינוט פונקטליך ווי ער וויל לאנדן, און א גאנצע וועג דארף עס מאכן גאר פונקטליכע קארעקשאנס צו היטן אין ציל.

צפון קאריע האט נישט קיין איין סעטעלייט אין ארביט, אפגערעדט פון א פולע נעוויגאציע פלאטע. וויאזוי פלאנען זיי צו שיסן באליסטיק מיסילס?

צווייטענס איז טרעקינג סטאנציעס. אמעריקע האט סטאנציעס אויף די גאנצע גלאוב, צו טרעקן יעדע אבזדשעקט אין ספעיס יעדע מינוט. צפון קארעא האט נישט קיין שום וועג צו קאמיוניקירן מיט די באליסטיק מיסיל בשעת ס'פליט.

א חוץ אויב ס'גייט זײ נישט אן ווי ס'לאנדעט ווייל די גאנצע וועלט איז סייווי זייערע שונאים...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: yid101, נו שוין און 22 געסט