אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 12:08 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:אדער שפילט ער שטעקן און מייער

פאר שטעקען און מייער כבר חלפא שעתא; עס קען נישט העלפען און וועט נישט העלפען. דא, וועט ער מוזען ניצען א שטעקען און א גרויסע שטעקען אים צו צווינגען אויף געבען זיין מעס דיסטראקשען חלומות; און איראן איז נעקסט.

אז אמעריקע האט א פרעזידענט וואס האט א נאמען פאר א משוגענער און דערפאר וועט עס קענען דורך פירען דער אולד פעשינד וועי, איז א ברכה.

גלייבטס מיר, די רוימישע מלכים זענע געווען מער ענליך ווי דער נארט קאריע דיקטאטאר ווי צו א דזארדז וואשינגטאן; זיי האבען גערעדט די שפראך פון דער דזאנגעל.

פאר א בער העלפט נאר א שטעקען; און פאר א גרויסע און שטארקע בער, א גרויסע און לאנגע שטעקען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 1:39 pm

מטעמים האט געשריבן:איך מיין - אז לויט ווי עס זעהט אויס - האט טראמפ אפגעמאכט אז ער שיסט נישט די ערשטע שאס, פיריעד! און אויך האט ער אפגעמאכט אז קארעא גייט נישט שיסען ערשט ווייל דער ראקעט מאן ווייסט אז ער קען נישט ארויסקומען לעבעדיג פון אזא קריג און פארדעם האט ער נישט קיין שום פלאן צו שיסען ערשט, ער ווארט נאר צו שרייען אז אמעריקע שיסט אויף מיר און איך מיז זיך דיפענדען.

איז דא איין וועג וויאזוי שטיל צו מאכען דעם גראביאן, און דאס איז סטראשע צוריק אויף די זעלבע וועג ווי יענער טוהט, עספעציעל ווען ביידע האלטען נישט ביים טוהן גארנישט - און ווער איז נאך אזא מומחה אין שטותים רעדן ווי ירום הודו בכבודו ועצמו, עס איז א פערפעקט שידוך - פארשטייט זיך אז די ריזיגע חילוק איז אז טראמפ איז שטאלץ מיט אמעריקע און אירע פרייהייטען דערגעגן דער ראקעט מענטש איז א פארפוילטע דיקטאטור.

א ראי האב איך פון די עקסטשעינדזש וואס די אויסערן מיניסטער האט געהאט מיט די סטעיט דעפארטמענט - זיי האבען געטענהט אז טראמפ האט אויסגעריפען מלחמה מיט זיין טוויט און אמעריקע האט גלייך צוריק געשאסען אז דאס איז שקר לגמרי - ווייל למעשה וויל אמעריקע נישט קיין מלחמה מיט זיי לעת עתה, די איינציגסטע זאך וואס עס קומט ארויס פון די היציגע אויסטויש אין ווערטער איז די פאקט אז טשיינע ציטערט פון אפשר וועט יא עפעס אויסברעכן פון דעם היציגקייט, און ווי עס שיינט האבען זיי גענומען סך א שטרענגערע ליניע קעגן נארט קאריע ווי סיי ווען אין די פארגאנגענהייט און דאס איז טראמפס קרעדיט, צו ער האט עס אזוי אויס געפלאנט אדער עס איז פשוט אזוי געלונגען, וועט מען נישט אזוי שנעל וויסען.

זייער פיין און זייער וואול..
אבער למעשה געווינען זיי (קים) צייט, און ווער ווייסט וואס ער וועט טון ווען ער וועט האבן די מעגליכקייט צו שיסן נאקלער אויף אמעריקא ח"ו???
אדער אויב פאר אפאר $$$ וועט ער פארקויפן די סחורה פאר אייסיס \ אל קאידא \ טאליבאן \ חאמאס \ you name it???
כאניש וואס צו טון האט געשריבן: גראדע בינעך "זייער" ביזי...

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 2:31 pm

ריכטיג; דער שיף מיט א מיסטיריעס קארגא געליפערט פון נארט קאריע צו עגיפטען און אפגעהאלטען געווארען לעצטע וואך פארען אנקומען, דערמאנט מיר אין די מיליטערישע עראפלאנען פון איראק וואס האבען געלאנדעט ביים שונא אין איראן כדי עס זאל נישט דעסטרויעד ווערען אין דער ערשטע איראקער מלחמה; און אויך אין די לאנגע שיירא פון טראקס וואס זענען געפארען פון איראק קיין סיריע מיט די מעס-דעסטראקשען סחורה אין דער אנהויב פון דער צווייטע איראקער מלחמה.

די שכל זאגט אז נארט קאריע איז יעצט ביזי ארויס שיקען זייער ריכטיגע סחורה צו אנדערע לענדער עד יעבור זעם; און עגיפטען איז דא אויך א קונא.

די מער צייט מען גיבט זיי, טויג נישט. זיי זיצען נישט מיט פארלייגטע הענט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 2:47 pm

ר' הערשיל פר"מ אויף קול מבשר האט זיך אויסגעדריקט: "ענדערש 100,000 קארעא'נס יעצט,
ווי איידער 100,000,000 אמעריקאנער, קארעא'נס, רוסן, ענגלענדער, וכו' 5 \ 10 \ 15 יאר ארום..."
כאניש וואס צו טון האט געשריבן: גראדע בינעך "זייער" ביזי...

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4076
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 4:29 pm

איך מיין אז עס איז דא א געפערליכע טרייבס קראפט פון א טייל אמעריקאנע צו מלחמה אין יעדע קאנפליקט, איך האלט נישט אז אמעריקע זאל גיין אין מלחמה מיט יעדן קאנפליקט אין די וועלט.

איך למשל האלט אז טראמפ האט די מערסטע אויטסייד מין וועג פון טראכטען ווי אלע פריערדיגע פרעזידענטען, עס מיז נישט זיין אז עס איז א קלוגע וועג פון טראכטען, עס איז פשוט א וועג פון טשעלענזשען די קאמען מהלך מיט אלטערנאטיווע געדאנקען, אבער אויב זעסטו אז דערווייל איז יעדער געבליבען ביי די מסקנה נישט אנצורירען וואלט איך געהאלטען אז אפשר איז דא סיבות טאקע נישט אריין צו לויפען איז א געפעכט וואס גייט דיר ברענגען מער פראבלעמען ווי נישט אריינגיין.

איך האלט אז די מעין סיבה פארוואס מען גייט נישט אריין איז ווייל מען ווייסט אז דער ראקעט מען גייט גארנישט טוהן!!! איי ער קען עס פארקויפען פאר אנדערע? זעהט אויס אז מען קען אזאנס קאנטעינען מיט גוטע אינטעליזשענס און דאס קען אפשר זיין די סיבה פארוואס אמעריקע האט זיי באלאגערט מיט שיפען.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 10:39 pm

מטעמים האט געשריבן: זעהט אויס אז מען קען אזאנס קאנטעינען מיט גוטע אינטעליזשענס און דאס קען אפשר זיין די סיבה פארוואס אמעריקע האט זיי באלאגערט מיט שיפען.

צו א גרויסע ריסק זיך צו פארלאזען מיט אזעלכע ערענסטע זאכען אויף אינטעליזשענס נאכדערצו היינטיגע צייטען וואס זיי זענען א שטיק דורכפאל
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 6:56 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:אינטעליזשענס נאכדערצו היינטיגע צייטען וואס זיי זענען א שטיק דורכפאל

זיי מסבר
כאניש וואס צו טון האט געשריבן: גראדע בינעך "זייער" ביזי...

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4599
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 7:00 pm

די הסבר איז זייער פשוט, זיי האבן באשטעטיגט אז די רוסן האבן אינטעפירט אין די 2016 אלעקשענס....

ואידך פירושא זיל גמור.
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4076
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 7:03 pm

בוידעם האט געשריבן:די הסבר איז זייער פשוט, זיי האבן באשטעטיגט אז די רוסן האבן אינטעפירט אין די 2016 אלעקשענס....

ואידך פירושא זיל גמור.

נאך איין קלייניקייט, די איראקע מלחמה וואס איז א פאר טריליאן דאלער מיט עטליכע טויזענט טויטע. דעטס אל.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

Naftule
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 7:33 pm

ס.ק. האט דעוועלאפט באמבעס וואס קענען אויסשאלטערן גאנץ נ.ק. אן אומברענגן קיינעם

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 9:56 pm

Naftule האט געשריבן:ס.ק. האט דעוועלאפט באמבעס וואס קענען אויסשאלטערן גאנץ נ.ק. אן אומברענגן קיינעם

קרעדיט ר זלמן ווידער

:smile:

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 10:33 pm

בוידעם האט געשריבן:די הסבר איז זייער פשוט, זיי האבן באשטעטיגט אז די רוסן האבן אינטעפירט אין די 2016 אלעקשענס....

ואידך פירושא זיל גמור.

איך נישט דאס אינזינען געהאט בשעת איך האב עס געשריבען אבער טאקע דאס איז אויך א דוגמה ווי נישט פראפעשינעל זיי זענען אז זיי האבען באשטיגט אזא זאך אן האבען ראיות פלאס יעדע מאל האבען זיי גענוצט אנדערע לשונות ווי זיכער זיי זענען
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

Naftule
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » דינסטאג אוקטובער 10, 2017 3:36 am

בעריש'ל האט געשריבן:
Naftule האט געשריבן:ס.ק. האט דעוועלאפט באמבעס וואס קענען אויסשאלטערן גאנץ נ.ק. אן אומברענגן קיינעם

קרעדיט ר זלמן ווידער

:smile:

איך הער נישט ק.מ.
געליינט אין די נייעס

רה''ק דקהל פורים
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » דינסטאג אוקטובער 10, 2017 2:18 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:די הסבר איז זייער פשוט, זיי האבן באשטעטיגט אז די רוסן האבן אינטעפירט אין די 2016 אלעקשענס....

ואידך פירושא זיל גמור.

איך נישט דאס אינזינען געהאט בשעת איך האב עס געשריבען אבער טאקע דאס איז אויך א דוגמה ווי נישט פראפעשינעל זיי זענען אז זיי האבען באשטיגט אזא זאך אן האבען ראיות פלאס יעדע מאל האבען זיי גענוצט אנדערע לשונות ווי זיכער זיי זענען

אן האבן ראיות? אן ווערן צוגעלאזט אפי' איין מאל צו די כלים וואס זענען אפעקטירט געווארן, נאר זיך פארלאזט אויף א פירמע וואס די DNC האט געדינגען און האט אזוי געזאגט צו באשמוצן זייערע קעגנער, ובפרט ווען די זעלבע פירמע האט אין די זעלבע תקופה געמוזט צוריקציען פון גאר אן ענליכע באריכט וויבאלד עס איז פשוט געווען אויסגעזויגן פון פינגער.

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » מיטוואך אוקטובער 11, 2017 1:06 pm

בוידעם האט געשריבן:די הסבר איז זייער פשוט, זיי האבן באשטעטיגט אז די רוסן האבן אינטעפירט אין די 2016 אלעקשענס....

ואידך פירושא זיל גמור.

פאר די רעקארד, די איינציגסטע סאליד פראף אז רוסלאנד האט זיך געמישט איז די עדס וואס רוסישע האבן געקויפט אויף פעיסבוק, און זיי האבן געלייגט פרא לינק און פרא רעכטע עדס, דאס מיינט אז זיי האבן זיך טאקע געמישט, אבער נישט געזוכט צו העלפן טראמפ מער ווי קלינטאן, זיי האבן סתם געזוכט צו דיוויידן די קאנטרי.

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מיטוואך אוקטובער 11, 2017 1:17 pm

עס איז אויך נישט קיין פרוף אזוי ווי איך האב שוין געשריבען ערגעץ אנדערש
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

פעיק נוז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:19 pm

די שרעק מיט צפון קארעא האלט ווייטער אן, און מען האט געהערט אז סאטעליט בילדער צייגן וויאזוי דאס ארטיגע מיליטער רוקט ארום מיסיל טיילן, וואס ברענגט א זארג אז זיי גרייטן זיך פאר א פרישן מיסיל טעסט, הארט בעפאר אמעריקע וועט דורכפירן מיליטערישע איבונגען אין די וואסערן נישט ווייט פון צפון קארעא. אין אנדערע צפון קארעא נייעס, האט מען געהערט חול המועד, אז העקערס, וועלכע ארבעטן פאר דעם רעזשים, האבן באוויזן מיט א צייט צוריק ארויסצודערשנאפן האקעלע מיליטערישע פיילס פון דרום קארעא'ס קאמפיוטערס.

דער איד דעלי.
Russia! Russia! Russia! .....

שטייגען
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: וועירהאוז

תגובהדורך שטייגען » זונטאג אוקטובער 15, 2017 3:47 pm

אין די עמי איז געווען א באשרייבונג פון הארוויץ ווי ער האט לעצטענס בייזיכט צפון קארעא,
עס איז זייער אינטערסאנט צו ליינען וויאזוי ער שרייבט דארט, אז זיין פרעזנעליכע טור גייד/spy האט נישט געהאט קיין אנהוג פון אידן צו זאגן, חוץ אז עס איז דא עםעס א לאנד וואס דארט וויאוינען אסאך מענטשן פון די קאטאגאריע אידן, אין אויך אז אלבערט איינשטיין איז אויך געווען פון די מינע מענטשן.

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 11:52 am

http://www.abc.net.au/news/2017-10-16/n ... ap/8880894

א מעפ מיט דיטעילס ווי ווייט די נארט קאריע מיסעלס קענען דעגרייכן
איזי

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6992
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 2:23 pm

שכוח טראבעל, זייער אינטערעסאנט. גיימער זיך לערנען ספאניש?...
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 2:30 pm

נארט קאריע זאגט אז זיי זענען נישט אינטערסירט אין קיין געשפרעכן ביז ווילאנג זיי דעוועלאפן א ICBM מיט די מעגליכקייט צו גרייכן אמעריקא'ס מזרח ברעג.

סי ען ען באריכטעט אז די אנדייטונגען זענען אז זיי זענען גאר נאענט דערצו.
Mr. President Pls STOP! We are soooo tired of winning

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 2:59 pm

אויף קול מבשר אויף זיין וועכענטליכע 'חצי שיעור' שיעור, גיבט ר' שאול קליין א גאר לאנגע אינטרעסאנטע אנאליז אויף דעם גאנצן צפון קאריע נושא, און די גרויסע סכנה וואס זי באדראעט די וועלט, ס'ווערט אויסציהערן!
3 - 9 - 1 און דערנאך דרוקט 16 פארן שיעור פון פרשת נח

פעיק נוז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 3:38 pm

וואשינגטאן – דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, זאגט אז פרעזידענט טראמפ האט בכלל נאכנישט אויפגעגעבן אויף דיפלאמאטיע מיט צפון קארעא, און אז דער פרעזידענט האט אים אנגעוויזן אנצוהאלטן דיפלאמאטישע שריט צו שליכטן דעם צפון קארעא קריזיס, "ביז די ערשטע באמבע פאלט", מיינענדיג צו זאגן אז אמעריקע איז גרייט פאר א דיפלאמאטישע לעזונג, אבער דאס וועט אפלויפן אויב צפון קארעא אטאקירט אמעריקע.

טילערסאן'ס קאמענטארן קומען אין א צייט וואס פרעזידענט טראמפ און דער צפון קארעא פירער קים יאנג אן האבן פריש אויסגעטוישט טשעפערייען און שארפע סטראשונקעס אין די לעצטע טעג. טילערסאן זאגט אז טראמפ'ס אלע טשעפערייען קעגן קים יאנג אן זענען בכלל נישט וויכטיג, און בלויז די מידיא וויל זיך קאנצענטרירן דערויף, ווען אין רעאליטעט ארבעט מען העפטיג צו ברענגען צפון קארעא זיך צו זעצן צום טיש, און אויסצוארבעטן א דיעל איבער זייערע נוקלעארע וואפנס.

דער איד דעלי
Russia! Russia! Russia! .....

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:48 pm

וואספארע דיעל למשל וויל מען אויס ארבעטען? אדער ער גיבט אויף זיינע נוקליארע וואפען און באליסטיק מיסעלס אדער נישט.

איך פארשטיי נישט די גאנצע דיפלאמאטיע דא? אויב מיינט מען אז ער זאל עס אויף געבען שטילערהייט, פיין. אבער מיינט עס טאקע דאס?

ווער ארבעט דא העפטיג?

אמעריקע מיט סאוט קאריע, פארשטייט זיך.

כינע וויל נישט דער פאניכטונג פון נארט קאריע, איז בדלית ברירה ארבעטען זיי אויך העפטיג. (זיי מיינען נאר זיך)

איראן און רוסלאנד ארבעטען פארקערט העפטיג.

ווער נאך איז ביים טיש? יאפאן? אפשר אוסטראליע?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

רה''ק דקהל פורים
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 6:38 pm

כאפצעם האט געשריבן:נארט קאריע זאגט אז זיי זענען נישט אינטערסירט אין קיין געשפרעכן ביז ווילאנג זיי דעוועלאפן א ICBM מיט די מעגליכקייט צו גרייכן אמעריקא'ס מזרח ברעג.

סי ען ען באריכטעט אז די אנדייטונגען זענען אז זיי זענען גאר נאענט דערצו.

ווי זאגט נאר יענער? טענקס אבאמא.

עמיר ווארטן מיט געדולד ביז איראן פאלגט נאך דעם ביישפיל - לעגאל צוליב'ן 'לעגענדארן' דיעל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט