תגובהדורך מי חכם » מיטוואך אפריל 26, 2017 12:31 am
וואס נאך האט טשיינע געטאן קעגן נארט קארעא? שרייבן א ארטיקל צו ווארענען קים זשאנג אן אז טראמפ איז אויך א משוגע'נער אבער איז שטערקער, און צום סוף פון די פייט וועט צ.ק. דערלייגן מער, קען נאר אויפטון וויפיל עס קען. כ'געדענק נישט סאדאם חוסעין זיך דערשרעקן פון לאגישע הסברים און ווארענונגען.
(הגם, לויט ווי ס'איז לעצטנס ארויס געקומען, איז זיין פאטאלע טעות געווען אז ער האט איבערגעשאצט בוש און טשעיני און ראמספעלד... ער האט געקלערט אז זיי ווייסן גאנץ גוט אז אן אים איז איראק אין כאאס, און אמעריקע בלאפט נאר. דוכט זיך אפילו נאכן ארעסטירט ווערן האט ער נאך געהאלטן אז אמעריקע וועט אים צוריק אריין שטעלן אין אמט).
קענען זיי דען עפעס טאן בכלל? נאך צען מינוט רעדן צו כינע האט מען דאך גראד געזען אז דאס איז א קאמפליצירט עסק. וואס טוט זיך מיט סאנקציעס? איז דא יו ען סאנקציעס קעגן צ.ק.? אויב יא, איז דאך פשט אז כינע האט עס נישט וועטאאירט. צי האלט כינע איין די סאנקציעס?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃