הרה"ג רבי ישראל זאב (וואלף) בלום זצ"ל ר"י דישיב"ק דסאטמאר לונדון

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
moishy56
שר שבעת אלפים
תגובות: 7685
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג פאברואר 26, 2019 12:52 pm

גרינע האט געשריבן:ארויפגעברענגט לרגל די יארצייט

יארצייט כ"א אדר

מחאה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am

תגובהדורך מחאה » דינסטאג פאברואר 26, 2019 3:17 pm

איך האב דעם ר"י געקענט פערזענליך, ער איז געווען א דמות פון א ערליכער איד, א מוסר השכל פאר אלע ראשי ישיבות
אמאל האט מען זיך אפגערעדט צו אים אז עס דייען זיך בחורים אינדרויסן בשעת סדר און זיי פארשמירן די נאמען פון די ישיבה, און מען דארף עפעס טון, האט ער געזאגט, עס איז דא 3 מהלכים וואס מען קען טון:
1) מען זאל אריינברענגן די 20 פראצענט וואס דרייען זיך אינדרויסן, און זיי זאלן שוואך מאכן די מצב און שאדן מאכן פאר די איבריגע 80 פראצענט
2) מען זאל פארשיקן די 20 פראצענט פון ישיבה און ווער ווייסט וואס וועט זיין מיט זיי
3) מען זאל לאזן 80 פראצענט כמו שהוא און 20 פראצענט זיך דרייען אינדרויסן כמו שהוא און וואלף בלום'ס נאמען זאל ווערן פארשמירט...
זאגט מיר וועלכע פון די 3 זאל איך אויסקלויבן...
יא! ער האט געפירט די ישיבה מיט א אמת! נאר געזוכט די טובה פון די בחור!
איינער זאגט מיר, ער איז אריין צו אים נאכן רעדן צו א בחור, און ער האט אים געטראפן וויינען בכיות נוראות! ער האט נישט געקענט סובל זיין אז א בחור זאל מיטמאכן!
ווען עס איז געקומען צו משפחה שמחות האט זיך די גאנצע קומען קיין אמעריקא געוואנדן לויט די ישיבה! ער קען נישט איבערלאזן די ישיבה פאר אזוי לאנג... וכדו'
עס איז געווען זייער אסאך וואס זיך צו לערנען פון אים, זאל ער זיין א מליץ יושר פאר זיין משפחה, פאר זיינע תלמידים, און פאר גאנץ כלל ישראל. ת.נ.צ.ב.ה.
אם יש בידו למחות ואינו מוחה הרי זה רשע גמור

גרינע
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 8:18 am

צייטווייליגער ליכטיגקייט

דער בית המדרש דינערט אפ מיט א מעכטיגער קול תורה, איבעראל זעט מען וויאזוי חברותות זיצן און לערנען
מיט גרויס פלייס און ברען, זה בונה וזה סותר, עס הילכעט אפ פון יעדן ווינקל א צווייטער צורבא מדרבננ'דיגער
געשריי, פול מיט לעבנסלוסט און חשקת אהבת התורה.
"נו, אויב אזוי לויטן מחצית השקל קומט דאך קלאר אויס, אז אין אזא פאל קענען מיר נישט זאגן אז דער
איסור ווערט בטל בששים, דעמאלט איז דער ש"ך מער נישט קיין ספק בכלל...
"יאסל, דו מיינסט צו זאגן מיט דעם א חידוש, אז דער מחצית השקל קריגט אויפן הייליגן רא"ש וואס מיר האבן
פריער געלערנט? אדער אפשר קען גאר זיין אז ער האט נישט געלערנט אזוי פשט אינעם הייליגן רא"ש, ווייל
אזא סברא וואס דו זאגסט יעצט וואלט איך נישט געזאגט אז עס איז אזוי מסתבר"...
"נע, דאס איז נישט מיין חידוש, אזוי פארשטיי איך זאגט דער מחצית, אויף דער זעלבער שניט ווי דער ש"ך.
לאמיר גיין פרעגן ברוך בער, ער וועט זיכער וויסן וויאזוי צונויפצוברענגען די אלע ענינים אויף איין ארט, וועסטו
זען אז אלו ואלו דברי אלוקים חיים"...
די צוויי הייבן זיך אויף פון פלאץ, און הייבן אן צו שפאנען צום ריכטונג פונעם תלמיד חכם ר' ברוך בער, וואס
זיצט מיט א פארקנייטשטער געזיכט איבער א הויפן פון ספרים איינס אויפן צווייטן, און אינמיטן גיין האבן זיי זיך
געגעבן א שטעל אפ. נישט בלויז זיי האבן זיך אפגעשטעלט, דער גאנצער קול תורה האט זיך אפגעשטעלט,
אלעס איז געווארן שטיל, מען האט נישט געהערט מער גארנישט.
וואס האט פאסירט? פארוואס איז פלוצלינג געווארן שטיל? פארוואס האט זיך אלעס אפגעשטעלט?
דער לעכטיגער בית המדרש איז פלוצים געווארן איינגעהילט אין פינסטערניש, דער לעקטער האט געקראכט,
און מען האט נישט געזען קיין טריט ווייטער, אוודאי אז מען האט נישט געקענט זען די פיצקעלע רש"י אותיות
וואס שטייט אין די פילע ספרים וועלכע זענען אנגעהויפנט אויף די טישן.
קיינער האט זיך נישט גערישט אז דאס גייט געשען, קיינער איז נישט געווען צוגעוואוינט, עס איז פינסטער און
שווארץ פאר די אויגן, מען זעט נישט קיין וועג ארויס. וויי געוואלד; וויאזוי וועט מען דא ווייטער לערנען? וויאזוי
וועט מען דא ווייטער אנגיין? וויאזוי וועט מען וויסן וואס מר זוטרא ענטפערט, און פארוואס רבי חיים האלט ווי
דעם רשב"א און נישט ווי רבינו תם? אלעס איז אפגעשטעלט...
קיינער ווייסט נישט ווי לאנג עס וועט זיין דא טונקל, עס הערשט א צומישעניש און א כאאס, מען ווייסט נישט
וואס דער קומענדיגער שריט וועט זיין, און ווען עס וועט שוין אויפשיינען פון פריש, און וואס מען וועט טון ביז
דעמאלט.

אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר א שיינע פאר מינוט, ביז ווען איינער האט זיך אויפגעשטעלט פון ארט, און איז
ארויס מיט פארזיכטיגע טריט. נאך א מינוט קומט ער צוריק, און מען זעט אז מיט אים קומט מיט א שטיקעלע
ליכטיגקייט... עפעס א שוואכע בלאסער מאטע ליכט, עס צאנקט טאקע, אבער זי ווארפט א שטראל, מען קען
זען אביסל...
יא, ער האלט א פעקל אין זיין האנט, דערין ליגט לעכטעלעך, און שוועבעלעך. דער אינגערמאן גייט ארום פון
איין טיש צום צווייטן, און הייבט אן אראפצולייגן ליכטעלעך נעבן יעדעם'ס פלאץ. צוביסלעך כאפט זיך דער קול
תורה צוריק, און ביז א שטיק צייט איז שוין יעדער איינער צוריק איינגעטונקען אין זיינע לימודים, דער קול תורה
איז הילכיג פונקט ווי פריער.
דאס לעכטיגקייט איז טאקע נישט די זעלבע, דער גרויסער מאכטפולער עלעקטעריציטעט פעלט, עס שיינט פון
יעדן יחיד א עקסטערע פלאמעלע, אבער די קול תורה יא, עס שאקלט די ווענט!

***

רבי וואלף בלום זצ"ל
א שורה וואס ברענגט ארויף געגועין, א שורה וואס ברענגט ארויף בענקשאפט, א שורה וואס ברענגט ארויף
נאנטקייט, א שורה וואס ברענגט ארויף געטריישאפט, א שורה וואס ברענגט ארויף לעכטיגקייט, און נישט
סתם א לעכטיגקייט.
ער איז געווען א לייכט טורעם, ער האט געשיינט אויף די בחורי הישיבה, עס האט געקלינגען א קול תורה
ווען ער איז געווען אין ישיבה, יעדער בחור האט געלערנט, זאל מען נאר זיין אין סיי וועלכע מצב. בחורים וואס
האבן זיך אייביג געהאלטן אז זיי וועלן מיט הצלחה זיך קיינמאל נישט צוזאמענטרעפן, זיי וועלן קיין סוקסעס
נישט האבן מיט לערנען, זיי וועלן זיך קיינמאל נישט שפירן באקוועם אין געגנווארג פון יראת שמים, אבער ווען
ר' וואלף האט איבערגענומען די לייצעס האבן זיך זאכן אנגעהויבן רוקן צו די גוטע ריכטונג.
כל זמן וואס ר' וואלף האט געלעבט, האט זיין גרויסער פראדזשעקטאר געשיינט און געלאכטן, ער האט זיכער
געמאכט אז יעדער זעט די דברי תורה, יעדער לערנט מיט א געשמאק און מיט זאפט, אבער יעצט איז ר' וואלף
געווארן אוועקגעריסן פון אונז, הוא הלך למנוחות ואותנו עזב לאנחות, עס איז געווארן א קורצשלוס, ס'איז
פינסטער און טונקל, מען קען נישט זען דעם קומענדיגן טריט.
אבער מיר קענען נישט זיין פארלוירן, מען דארף גיין ווייטער. לאמיר אנצינדן די קליינע פלאמעלעך, לאמיר זיך
לאזן באלייכטן מיט די לעכטעלעך, כאטש די ביסל ליכטיגקייט וואס מיר פארמאגן, זאל אריינקומען אין בית
המדרש, אז מען זאל קענען ווייטער מיט א ברען, דער קול תורה זאל ווערן אזוי לעבעדיג און הילכיג ווי פריער.

רבותי, מיר מוזן זיך אונטערגארטעלן!!! לאמיר נישט לאזן דעם בית המדרש שטיל און אומהיימליך, נאר
אינאיינעם אויסשפרייטן די ליכטיגקייט, זען אז די קול תורה זאל ווייטער הילכען בקול רעש גדול, מיר וועלן זיך
נישט לאזן פון די אומעטיגקייט באהערשן דעם ישיבה, מיר וועלן נישט לאזן די בחורים וואס דארפן הילף קענען
נישט בלייבן אויסגעשפילט, דער קופה וועט ווייטער צושטעלן אינגעלייט, מיט וואס די בחורי הישיבה זאלן
קענען ווייטער לערנען מיט א געשמאקער קול תורה.
יא, אט אט וועט אונזער צדקה העלפן פארן ביאת הגואל, ווי דער פסוק זאגט ציון במשפט תפדה ושביה
בצדקה, דאן וועט ר' וואלף זיצן מיט די בחורים און לערנען מיט זיי צוזאמען בזיו השכינה, אבער ביזדערווייל
לאמיר אריינשיינען א צייטווייליגער ליכטיגקייט, און זיי העלפן - מיטן שטיצן קופת רבי וואלף!
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

גרינע
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 8:24 am

היינט כ"א אדר פאלט די יארצייט פון אונזער אומפארגעסליכער געטרייער פאסטעך

ראש ישיבתינו הגה"צ ר' ישראל זאב בלום זצ"ל

בן יבלחט"א הרב חיים אלימלך שליט"א

רופט שוין און מאכט זיכער צו פארמאגן, די חלק אינעם

ספר וואס איהר ווילט/באצאלט אייערע התחייבות'ן

020-3868-9939

ביטע לאזט א קלארע מעסידזש

hachnosassefer@gmail.com:email

הכנסת ספר תורה לע''נ הרה''צ ראש ישיבותינו זצוקללה''ה3.jpg
הכנסת ספר תורה לע''נ הרה''צ ראש ישיבותינו זצוקללה''ה3.jpg (111.98 KiB) געזעהן 780 מאל
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

גרינע
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » דינסטאג מארטש 17, 2020 8:10 am

יארצייט היינט כ"א אדר
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re:

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך מארטש 18, 2020 6:47 pm

גרינע האט געשריבן:יארצייט היינט כ"א אדר

שכוח פארן ארויף ברענגן. זאל ער זיין א מליץ יושר.
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re:

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך מארטש 18, 2020 6:48 pm

גרינע האט געשריבן:היינט כ"א אדר פאלט די יארצייט פון אונזער אומפארגעסליכער געטרייער פאסטעך

ראש ישיבתינו הגה"צ ר' ישראל זאב בלום זצ"ל

בן יבלחט"א הרב חיים אלימלך שליט"א

רופט שוין און מאכט זיכער צו פארמאגן, די חלק אינעם

ספר וואס איהר ווילט/באצאלט אייערע התחייבות'ן

020-3868-9939

ביטע לאזט א קלארע מעסידזש

hachnosassefer@gmail.com:email

הכנסת ספר תורה לע''נ הרה''צ ראש ישיבותינו זצוקללה''ה3.jpg

ווען גייט שוין זיין די הכנס''ת?????
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Burach_Nussen, private, Toyota, אבי.גערעדט, אץ קוצץ, טשיפקא, מילכיגער, נו גוט נו שוין און 76 געסט