טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6944
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך מארטש 15, 2017 1:59 pm

יא

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4996
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך מארטש 15, 2017 2:03 pm

סאו פארוואס האט די DNC נישט געלאזט די FBI אונטערזוכן זייערע קאמפיוטערס? (איך באצי מיך נישט צו טראמפס טוויט, נאר צו די באריכן דערוועגן פון בעפאר די וואלן)

און וויאזוי קען די FBI ציען אזעלכע זיכערע מסקנות ווען זיי האבן ניטאמאל געזעהן די הארד עווידענס?
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4996
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך מארטש 15, 2017 2:03 pm

חוץ מזה, פאדעסטעס אימעיל איז 'נישט' געהעקט געווארן. איינער האט פשוט אונטערגעשטעלט א שפיצל ער זאל אים געבן דעם פעסווארד. דאס איז נישט קיין העקינג און פאדערט נישט קיין רוסלאנד.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6944
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך מארטש 15, 2017 2:09 pm

איך האב קיין אנונג ווי אזוי א עף בי איי אויספארשונג גייט צו

מן הסתם האבן זיי סאורסעס מיט זאכן אבער איך מיין אז עס איז נישטא קיין סיבה צו זאגן אז זיי מאכן אויף זאכן

האקט

דאס אז עס פאדערט נישט, מײנט נישט אז עס איז נישט געוועהן

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4996
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך מארטש 15, 2017 2:12 pm

יש ברירה האט געשריבן:איך האב קיין אנונג ווי אזוי א עף בי איי אויספארשונג גייט צו

מן הסתם האבן זיי סאורסעס מיט זאכן אבער איך מיין אז עס איז נישטא קיין סיבה צו זאגן אז זיי מאכן אויף זאכן

האו עבאוט פאליטישע סיבות?
(כו''ע מודי אז זיי זענען פאליטיזירט, צו ווייל זיי האבן פרייגעלאזט פרוי קלינטאן, אדער ווייל זיי האבן צוריק געעפנט די אויספארשונג....)
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6944
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך מארטש 15, 2017 2:15 pm

פאר דעם דארפסטו זאגן אז אלע אגענטורן זענען פאליטעזירט, די סי איי עי וכו', עס איז נישט געוועהן בלויז די עף בי איי

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4996
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך מארטש 15, 2017 2:18 pm

:
יש ברירה האט געשריבן:
דאס אז עס פאדערט נישט, מײנט נישט אז עס איז נישט געוועהן

ריכטיג.

מיין פוינט איז נאר געווען אז ווען מ'שרייט אז ' דער בער רוסלאנד האט געהעקט די דעמאקראטן און דזשאן פאדעסטא', בנוגע דזשאן פאדעסטא האבן זיי נישט אריינגעשטעקט א פינגער אין קאלט וואסער - אפי' אויב עס איז זיי.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4996
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך מארטש 15, 2017 2:22 pm

יש ברירה האט געשריבן:פאר דעם דארפסטו זאגן אז אלע אגענטורן זענען פאליטעזירט, די סי איי עי וכו', עס איז נישט געוועהן בלויז די עף בי איי

נאך די אבנארמאלע ליעקס פון קלאסיפיצירטע אינפא די לעצטע פאר וואכן, איז עס בכלל נישט רחוק מן השכל.

באט עניוועי, אונז טענה'ן זיך אהין און אהער אבער אונז זענען אויף (כמעט) די זעלכע פעידזש... ביידע האלטן אז ס'קען זיין רוסלאנד, און ביידע האלטן אז ס'איז ווארשיינליך זיי. דער חילוק איז נאר צו עס איז טאקע א באשטעטיגטע פאקט אדער ס'קען זיין אז מ'וועט נאך אמאל געוואויר ווערן אנדערש.

ימים ידברו.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6944
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך מארטש 15, 2017 2:39 pm

סאיז זייער רחוק מן השכל

א ליעק קען יעדער מאכן, יעדער וואס האט צוטריט (מן הסתם טויזענטער מענטשן) קען לאזן פאלן א ווארט אבער א אפיציעלע אויספארשונג פון אזא ערענסטע קעיס זאלן אלע צוזאמען אפמאכן צו זאגן ליגענט צוליב פאליטיקס

איי דאוט איט

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מארטש 15, 2017 2:46 pm

וויפיל איז אלע צוזאמען, פון וויפיל מענטשען רעדט מען?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך מארטש 15, 2017 2:48 pm

קלאץ קשיא פון יאר: איז דא איינער וואס האלט אז די עף. בי. איי אדער סי. איי. עי. איז נישט פאליטיש מאטאווירט (אויף א געוויסע שטאפל)?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
הער צו
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2016 11:23 am
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך הער צו » מיטוואך מארטש 15, 2017 2:52 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:קלאץ קשיא פון יאר: איז דא איינער וואס האלט אז די עף. בי. איי אדער סי. איי. עי. איז נישט פאליטיש מאטאווירט (אויף א געוויסע שטאפל)?


צו די גלייבסט עס אדער נישט, זענען נאך אלץ דא פיל מענטשען וואס האבן א שטארקע 'טראסט' אינעם יוסטיץ דעפארטמענט.

[פארשטייצעך אז די מענטשען האבן נאך קיינמאל נישט געהאט קיין פארקער מיט זיי, ווייל ווען יא......]
דו הערסט מיך?? יא יא, איך 'הער צו'.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך מארטש 15, 2017 6:20 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:Besides Sessions, Manafort, Page, Stone, Flynn...



און בעסיידס די טעלעפאון קאמפאני
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

גם זה יעבור
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

תגובהדורך גם זה יעבור » מיטוואך מארטש 15, 2017 8:15 pm

וואס האט טראמפ געזאגט?
אז ס'קומט פרישע עווידענס?

אוועטאר
הער צו
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2016 11:23 am
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך הער צו » דאנארשטאג מארטש 16, 2017 5:22 am

גם זה יעבור האט געשריבן:וואס האט טראמפ געזאגט?
אז ס'קומט פרישע עווידענס?


ער האט געזאגט, ער האט שוין אסאך באווייזן, און ער גרייט זיך, זיי אריין צו שיקן צו קאנגערס.
דו הערסט מיך?? יא יא, איך 'הער צו'.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מארטש 16, 2017 5:33 am

הער צו האט געשריבן:
גם זה יעבור האט געשריבן:וואס האט טראמפ געזאגט?
אז ס'קומט פרישע עווידענס?


ער האט געזאגט, ער האט שוין אסאך באווייזן, און ער גרייט זיך, זיי אריין צו שיקן צו קאנגערס.

ער האט געזאגט "באווייזן"?..
Trumpism is a mental tragedy

אוועטאר
הער צו
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2016 11:23 am
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך הער צו » דאנארשטאג מארטש 16, 2017 5:42 am

אזוי זאגט קולמע....
דו הערסט מיך?? יא יא, איך 'הער צו'.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מארטש 16, 2017 5:55 am

הער צו האט געשריבן:אזוי זאגט קולמע....

אה אקעי...

ער זאגט נישט ער האט באווייזן. ער זאגט ער האט געוויסע "זאכן", צווישן אנדערע די צייטונג ארטיקלעך און א סעגמענט פון ברעט בעיר אויף פאקס ניוז....
Trumpism is a mental tragedy

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג מארטש 16, 2017 9:57 am

וואס איז זיין לשון?

(אויב מעגליך)
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2520
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג מארטש 16, 2017 10:19 am

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:וואס איז זיין לשון?

(אויב מעגליך)


ער האט געזאגט אז ער האט 'באווייזען און ער וועט דאס ארויסגעבען אין צוויי וואכען ארום".

מן הסתם וועט ער א טאג פריער אדער שפעטער ארויס קומען מיט נאך א באמבאסטישע נייעס וואס דאס וועט פאר'וואסער'ן די ווייערטעפ נייעס...

נראה ונחזה.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג מארטש 16, 2017 10:32 am

ער האט נישט געזאגט אז ער האט באווייזן פון ברייטבארט און ברעט בעיר?
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2520
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג מארטש 16, 2017 10:41 am

נישט דאס [ברייטבארט און ברעט בעיר] האט ער געמיינט ווען ער האט געזאגט אז ער וועט ארויס קומען אין צוויי וואכען ארום מיט מער אינפראמאציע, אזוי פארשטיי איך.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג מארטש 16, 2017 10:49 am

אבער כאפצעם האט קלאר געשריבן פריער אז טראמפ האטעס 'געזאגט'






סאו ס'קען זיין ער האט געשריבן עפעס וואס איז 'נאנט צום אמת'?
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » דאנארשטאג מארטש 16, 2017 11:20 am

כאפצעם האט געשריבן:
הער צו האט געשריבן:אזוי זאגט קולמע....

אה אקעי...

ער זאגט נישט ער האט באווייזן. ער זאגט ער האט געוויסע "זאכן", צווישן אנדערע די צייטונג ארטיקלעך און א סעגמענט פון ברעט בעיר אויף פאקס ניוז....

ביטע ברענג נאך ווי ער זאגט דאס.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מארטש 16, 2017 11:45 am

פון טאקער קארלסאן/פאקס ניוז אינטערוויו מיט טראמפ (ווארענונג: נישט פאר שוואכע הערצער):


Carlson: So on March 4th, 6:35 in the morning, you’re down in Florida, and you tweet, the former administration wiretapped me, surveilled me, at Trump Tower during the last election. How did you find out? You said, I just found out. How did you learn that?

Trump: Well, I’ve been reading about things. I read in, I think it was Jan. 20th, a New York Times article where they were talking about wiretapping. There was an article. I think they used that exact term. I read other things. I watched your friend Bret Baier the day previous where he was talking about certain very complex sets of things happening, and wiretapping. I said, wait a minute, there’s a lot of wiretapping being talked about. I’ve been seeing a lot of things. Now, for the most part, I’m not going to discuss it, because we have it before the committee and we will be submitting things before the committee very soon that hasn’t been submitted as of yet. But it’s potentially a very serious situation.

Carlson: Why not wait to tweet about it until you can prove it? Don’t you devalue your words when you can’t provide evidence?

Trump: Well, because the New York Times wrote about it. Not that I respect the New York Times. I call it the failing New York Times. But they did write on Jan. 20th using the word wiretap. Other people have come out with…

Carlson: Right, but you’re the president. You have the ability to gather all the evidence you want.

Trump: I do. I do. But I think that frankly we have a lot right now. And I think if you watch—if you watched the Bret Baier and what he was saying and what he was talking about and how he mentioned the word “wiretap,” you would feel very confident that you could mention the name. He mentioned it. And other people have mentioned it. But if you take a look at some of the things written about wiretapping and eavesdropping… and don’t forget I say wiretapping, those words were in quotes. That really covers—because wiretapping is pretty old-fashioned stuff—but that really covers surveillance and many other things. And nobody ever talks about the fact that it was in quotes, but that’s a very important thing. But wire tape covers a lot of different things. I think you’re going to find some very interesting items coming to the forefront over the next two weeks
Trumpism is a mental tragedy


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Iphone, לאנדאנער, סמארט און 56 געסט