א דאנק אייך.
א שיינע מעשה. קומט אויס אז דאס איז נאך איינע פון די געזעצען וואס זענען געבליבען אויף די ביכער כדי צו קענען דערמיט שמייסען אירע סיטיזענס וועל מען וויל.
דא איז וויקיפעדיע'ס ערשטע פאראגראף, סענטענס ביי סענטענס:
https://en.wikipedia.org/wiki/Logan_ActLogan Act
The Logan Act (1 Stat. 613, 18 U.S.C. § 953, enacted January 30, 1799) is a United States federal law that details the fine and/or imprisonment of
unauthorized citizens who
negotiate with foreign governments having a
dispute with the United States
דריי תנאים שטייט דא:
1) נישט אוטארעזירט.
נישט אוטארעזירט פון וועם? ווער קען אלץ אוטורעזירען?
זענען אריין קומענדיגע בא'אמטע טאקע נישט אוטארעזירט? אויב א אריין קומענדיגע פרעזידענט איז נישט אוטורעזירט, איז פארוואס בריפט מען אים?
2) וואס ניגאשיעטעט.
וואס איז דאס טייטש ניגאשיעטען? א קאמפליעט ניגאשיעטען ווי מען האמערט אויס א דיעל? אדער איז זאגען העלאו אויך פארבאטען? און וואס איז צו זאגען "וואהרט, טוה אונז נישט קיין שלעכטס, ווויל עס קומען בעסערע צייטען מיט אונז". איך וואלט געזאגט אז אויב איינער קען פארמיידען שלעכץ פאר אמעיריקע
און ער טוהט עס נישט, קומט אים א שטראף דערפאר, און נישט פארקערט. (זכין לאדם [למדינה] שלא בפניו; ניין?).
3)וואס האט א דיספיוט.
וואס מיינט האט א דיספיוט? ווי גרויס ווי קליין? אויב אמעריקע האט ליעב איין ספארטס טיעם און קאנאדע האט ליב א אנדערע איז דאס א דיספיוט? וואסארע דיספיוט איז דער הלכה אז מען טאר זיך נישט אריין מישען, טוהן עפעס דערוועגען, און הייסט נישט אוטורעזירט דערצו?
It was intended to prevent the undermining of the government's position
דא שטייט א נייע תנאי; אז אפילו אויב אלע דריי קרייטעריע יעצט דערמאנט איז דא, דארף אויך זיין נאך צוויי זאכען. איינס "א עבירה בכוונה", און צווייטנס, א בייזע כוונה אינטער צוהאקען דער רעגירונגס פאזיציע. (וואס מיינט "רעגירוגס" פאזיציע? אויב קאנגרעס האלט איין וועג, דער פרעזידענט א צווייטער וועג, און דער סופריעם קארט א דריטער וועג? ווער איז דער רעגירונג דא, און איז א ערוועלטער נייע פירער וואס זיצט נאך נישט אויפען בענקעל נישט דער "עלעקטעד" פיוטשער רעגירונג?)
The Act was passed following George Logan's unauthorized negotiations with France in 1798, and was signed into law by President John Adams on January 30, 1799
The Act was last amended in 1994, and violation of the Logan Act is a felony
To date, only one person has ever been indicted for violating the Act's provisions. However, no person has ever been prosecuted for alleged violations of the Act
יעצט, וואס עט זיין אויב טראמפ וועט זיך צורייסען מיט א פרעזידענט פן א אנדערע לאנד, און אבאמא וועט מאכען א סטעיטמענט אז ער שטיצט נישט דער פרעזידענט (נאט מיי פרעזידענט), און אז אמעריקע האלט נישט ווי אים; וועט מען אים קייטלען פאר עובר זיין אויף דער לאגען עקט?
און וואס איז אויב א קאנגרעסמאן אדער א סענאטאר וועט אזוי טוהן; קען מען אים קייטלען דערפאר?
אוןן וואס איז אויב מיר, סתם בירגער אין לאנד וועלען אזוי טוהן, קען מען קומען נאך אונז?
און וואס איז מיט פרידאם אוו ספיעטש, און אז איך האב א רעכט צו זאגען וואס איך וויל און צו וועם איך וויל און ווען איך וויל???