טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

ביסט גערעכט, ליגט מיר נישט און זכרון עפעס וועגן די פאון קאל, אפשר ביסטו מיר מרחיב?
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

כאפצעם האט געשריבן:אזוי גאר.. קענסט אפשר זיין אזוי גוט און אנצייגן וועלעכע סטעטוע אין די געזעץ זאגט אזאנס?

און איך גיי ניטאמאל אריין זיך קריגן אין די סיבה, וואס הגם יעדער ווייסט סאיז געווען א נאציאנאלע זיכערהייט פראגע ווען די אינטעל האט אויפגעכאפט אן אמעריקאנער בירגער רעדן מיט די רוסן קעגן דעם אייגענעם לאנד, אבער פאר די סעיק פון פארשטיין אפילו ענקער צד, לאמיר אננעמען אז דא איז בכלל נישט געווען קיין רוסלאנד פראגע, קיין מעדלינג פאקטאר, קיין העקינג אטאקע..

נאר לאמיר גיין מיט דעם אז ס'פלעין דער אבאמא האט אין א בלויען דאנערשטיג דעסיידעד צו אנמעסקן זיינע שונאים (בשעת איך שרייב די ווערטער לאך איך פון מיין אייגענע סענטענס, היכי דמי וויסן אז סאיז דיינע שונאים ווען דו האלטסט נאך בעפארן אנמעסקן....), וואסארא געזעץ איז דאס?

א חוץ אויב מיינסט צו זאגן געפיליש אומלעגאל, נישט געזעצליך אומלעגאל, אין דעם רעד איך שטייצעך שויניש אריין. איך האב אן אלטע כלל אינדערהיים ווילאנג מ'טענהט זיך אויף פאקטן לייג איך צו מיין צד און מיין אינפוט, די רגע ס'גייט אריבער צו די געפילן איז זי גערעכט אלל די וועי, איך גיי מיר ניטאמאל טענהן.

ס׳קען זיין ביסט גערעכט אז אנמעסקן פאונקאלס סתם אזוי איז נישט אין ווייאלעישן פון א ספעסיפיק קאוד, (איך בין נישט זיכער דערמיט, ס׳קען זיין אז יא). אבער אביוז אוו פאוער, אדער אוטארעטעיט איז יא א קרימענאל אקט.

די גאנצע קאנצעפט פון ווייערטעפינג דאמעסטיק פאונקאלס איז גאר פריש, הערשט נאך 9/11 האט די NSA אנגעהויבן אזא פראגראם מיטן ציל אויפצוכאפן טעראריזם פלענער. עדווארד סנאודען האט אונז פארציילט די צווייטע זייט פונעם מטבע, און דערזייט האט מען עס היבש אביסל איינגעשרימפן, ווייל דאס האט זיך געגרעניצט צו זיין אין קעגנזייט מיט די פערטע אמענדמענט פונעם קאנסטעטוציע, די ביל אוו רייט׳ס. וואס ווען מ׳האט יענס געשריבן האבן נאך ערעפלאנען נישט געפארן אין די לופטן, סאו ווער רעדט פון טעלפאונס, און אפגערעדט פון גאר עס אינטערהערן? בקיצור, עס איז פארשטענדליך אז עס קען כסדר צוקומען סעיפים צו דעם, ספעציעל אין אזא טעכנעלאגיש פארגעשריטענע גענעראציע, ווי קאנסטעטוציענאלע פרייוועסי איז מער אויסגעשטעלט צו ווערן ווייאלעיטעט.

כהיום, די וועג וויזוי פאון רעקארד׳ס ווערן אוועקגעלייגט איז אז די אידענטיטעיט פון דעם וועם מ׳הערט אינטער איז פארדעקט. אויב ברויך מען ארויסקלייבן א טעלפאון קאל, למשל, אויב ווערט איינער אויפגעכאפט רעדן פון מאכן א באמבע, באקומט די FBI יענעמס פאון רעקארד׳ס, די אגענטן ווייסן אבער נישט וועמענס געשפרעכן דאס איז. די קאנווערסעישן איז געלעבלט ווי צווישן ״פערזאן א׳ און פערזאן ב׳״.

אין פאל די אגענטן עסטעבלישן אז יש דברים בגו, און אז לדוגמא פערזאן א׳ איז פארדעכטיגט, זענען דא העכערע אינערהאלב די FBI און אזוי אויך אין די אנדערע פליגלען פון די איטעליגענס קאמיוניטיס וועלכע פארמאגן ״אנמעסקינג אוטארעטעיט״. דהיינו, אויב זעה׳ן זיי איין אז די קעיס איז טאקע גענוג שטארק קענען זיי געבן רעכט צו ״אנמעסקן״ די פאונקאל׳ס.

[פון צווישן די טויזענטער ארבעטער אינערהאלב די איטעליגענס קאמיוניטיס, זענען פארהאן א ס״ה פון צענדליגע מענטשן וועלכע האבן די אוטאריטעיט, אריינגערעכנט די העכסט ראנקיגע אפישעל׳ס.]

וואס טוט זיך אויב איינע פון די וועלכע האבן די ״אנמעסקינג אוטארעטי״ עפענען די רעקארד׳ס פאר פערזענדליכע צוועקן, למשל. אויב וויל ער אויסהערן זיין שכן רעדן מיט א קאנטראקטאר וויזוי ער פלאנירט בויען אן עקסטעשן צו זיין דירה.. האט דער אגענט אביוזט זיין אוטאריטעיט. ולא עוד, ער האט ווייאלעיטעט יענעמס קאנסטעטוציענאלע רעכטן פון ציווילע רעכט.

אין אונזער קעיס מיט די אבאמאגעיט סקאנדאל (אבאמאגעיט! פארפאלן עס איז שוין אינעם דיקשונערי), קודם כל דאס וואס דו זאגסט אז עס איז געווען א אינטעל זיכערהייטס פראגע.. דאס איז דאך הוילע שקר. ספעציעל אויב רעדסטו פון א פראגע אויף אינערהאלב די טראמפ קאמפיין. און וויבאלד עס איז נישט געווען קיין שום אינטערשטרייכענדע סיבה צו געבן רעכט פאר אנמעסקן טראמפ קאמפיין געשפרעכן, מיינט עס אז די העכסטע אין די איטעליגעט קאמיוניטיס האבן אביוזד זייער אוטאריטעיט. און דאס ווייסן מיר שוין לאנג. וואס מען איז יעצט געוואויר געווארן איז, אז עס איז געגאנגען ביז ארויף צום עקזעקאטיוו ברענטש. צו זיי (אבאמא ביידען) האבן עס פארארענט, צו סתם צוגעלאזט.. בינעך נישט זיכער אויב עס איז א קנאפע נפק״מ. געוויסט און מיטגעהאלטן האבן זיי זעכער. וואס מיינט אז זיי האבן עביוזד זייער פאוער.

איך וויל דערמאנען, ס׳איז אפשר כדי ארויסצוקראצן די אינטערוויא (מסתמא איינס פון צענדליגע) ווי מ׳צווינגט טראמפ, און ער אנערקענט, אז אפילו מ׳וועט טרעפן קאלאזשען בלויז צווישן נידריג ראנקיגע קאמפיין איינגעשטעלטע, איז עס אבער אויף זיין פיקל, זייענדיג דער טשיעף אוו קאמענט פונעם פרעזידענטליכער קאמפיין.

עגען, דאס איז אלעס נאר בנוגע די חלק פון אנמעסקינג, מיטן הנחה אז עס איז נישט אין ווייאלעישן פון א ספעסיפיק קאוד אוו לא.

כאפצעם, ס׳איז א מנהג ישראל צו לעקן האניג נאכן לערנען א׳ ב׳, טוה עס שנעל, ווייל פון דעם סקאנדאל וועט קיין סאך האניג נישט רינען.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

שיינע תגובה, קודם ווי געזאגט איז דאך קלאר יא דא די סיבה פון די פלין/רוסלאנד קיסליעק קאול און די אנדערלייאינג רוסלאנד מעדלינג/העקינג סקאנדאל, אשע"כ האט מען נישט געמעגט, נאר געמוזט וויסן ווער ס'דיעלט מיט זיי.

און נאכדעם, ווען דו האסט די פארלעצונג קאוד קום צוריק. אביוז אוו פאוער איז קיין געזעץ, דאס איז וואס יעדער צד קען אפלערנען וויאזוי ער וויל. קענסט איינזעצן אבאמא פארן אביוזן זיין פאוער מיט די דאקא עקזעקיוטיוו ארדער און טראמפ פארן וואנט מיטן נעשאנעל עמערזשענסי ארדער..

דאונט געט מי ראונג, איך פארשטיי גוט די עירדזש נאכן זיין 4 יאר אויף טראמפס צד און הערן סקאנדאל נאך סקאנדאל לעכצט די נשמה פאר אן אבאמא סקאנדאל, אבער ס'גוט ווי שנעלער שלום צו מאכן מיטן מצב אז ס'זאל נישט צורעקציפן ווי די באריזמע 'סקאנדאל' פרואוו, און די סונער די בעטער.
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

טשאדעלע שרייבט:
“און וויבאלד עס איז נישט געווען קיין שום אינטערשטרייכענדע סיבה צו געבן רעכט פאר אנמעסקן טראמפ קאמפיין געשפרעכן, מיינט עס אז די העכסטע אין די איטעליגעט קאמיוניטיס האבן אביוזד זייער אוטאריטעיט.”
און אפשר איז דער פאקט אז א ווילדער קרומקאפ האלט ביים אנקומען צום העכסטן אמט אויף דער וועלט, קעגן אלע ערווארטונגן אריינגערעכנט זיין אייגענע, יא א בארעכטיגטע סיבה צו וועלן מיטהאלטן אויב געזעצן ווערן נישט געבראכן פאר די אייגענע אינטערעסן וכדו׳?
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

כאפצעם האט געשריבן:שיינע תגובה, קודם ווי געזאגט איז דאך קלאר יא דא די סיבה פון די פלין/רוסלאנד קיסליעק קאול און די אנדערלייאינג רוסלאנד מעדלינג/העקינג סקאנדאל, אשע"כ האט מען נישט געמעגט, נאר געמוזט וויסן ווער ס'דיעלט מיט זיי.

גענוי פון וועכע סקאנדאל רעדסטו? מיין זיכעניש האט גארנישט געפונען. און וואס די קיסליעק קאל איז געווען ווייסעך אויך, און אז ס׳האצעך ארויסגעשטעלט אז גארנישט ווייסט שוין מוללער אויך. איך וויל אבער וויסן וואס האט זיי געגעבן די רעכט עס צו אנמעסקן אין די פירסט פלעיס. עה, איך ווייס. די דאסיער בלאוני, סקעם #345. און דאס איז עקזעקטלי מיין פוינט, עביוז אויף אוטארעטי.

און נאכדעם, ווען דו האסט די פארלעצונג קאוד קום צוריק. אביוז אוו פאוער איז קיין געזעץ, דאס איז וואס יעדער צד קען אפלערנען וויאזוי ער וויל. קענסט איינזעצן אבאמא פארן אביוזן זיין פאוער מיט די דאקא עקזעקיוטיוו ארדער און טראמפ פארן וואנט מיטן נעשאנעל עמערזשענסי ארדער..

קודם כל, דו ביסט מיסאינפארמירט.. אדער פלעין אומוויסענד. אבער עביוז אוו פאוער איז א קרימענאל עפענס. ליין דאס ביטע.. צווייטנס, ס׳איז אין פאקט געווען א קארט רולינג וואס האט קלארגעשטעלט אז די קלעים אז די עמערדזשענסי ארגער איז אביוז אויף פאוער איז שטייצעך ווי צו זאגן אז דער ערד איז פלאך.

איך ווייס און פארשטיי אז ביי דיר איז א נעשנאל עמערדזשענסי פון א פרעזידענט - וואס געפעלט נישט פאר פעלאוסי שומער - עביוז אויף פאוער, אבער אנמעסקינג פאונקאל׳ס פון א פאליטיקאל עפאונענט איז פארט פונעם פרעזידענט׳ס דזשאב. ס״ה ברענג איך דיר וואס דער געזעץ איז, פון דארט און ווייטער איז עס פולשטענדיג פאר דיר צו באשליסן וויזוי צו טראכטן.

דאונט געט מי ראונג, איך פארשטיי גוט די עירדזש נאכן זיין 4 יאר אויף טראמפס צד און הערן סקאנדאל נאך סקאנדאל לעכצט די נשמה פאר אן אבאמא סקאנדאל, אבער ס'גוט ווי שנעלער שלום צו מאכן מיטן מצב אזנישט צורעקציפן ווי די באריזמע 'סקאנדאל' פרואוו, און די סונער די בעטער.

ווידער, איך האב קיין בלאסן השגה פון וועלכע סקאנדאל דו רעדסט, אדער לעבסטו אין לולו לאנד, אדער מיינסטו אז מ׳האט יא געטראפן קאלאזשען?

קום אריין קלאר ביטע.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:קודם ווי געזאגט איז דאך קלאר יא דא די סיבה פון די פלין/רוסלאנד קיסליעק קאול און די אנדערלייאינג רוסלאנד מעדלינג/העקינג סקאנדאל

גענוי פון וועכע סקאנדאל רעדסטו? מיין זיכעניש האט גארנישט געפונען.

אנטשולדיגט פארן אנהייבן, כאב געמיינט מיר לעבן אויפן זעלבן פלאנעט.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

אה, איך כאפ מיר יעצט אז כ׳האב טאקע אויך געמיינט אזוי.

גיטשאבעס.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

shalsheles האט געשריבן:טשאדעלע שרייבט:
“און וויבאלד עס איז נישט געווען קיין שום אינטערשטרייכענדע סיבה צו געבן רעכט פאר אנמעסקן טראמפ קאמפיין געשפרעכן, מיינט עס אז די העכסטע אין די איטעליגעט קאמיוניטיס האבן אביוזד זייער אוטאריטעיט.”
און אפשר איז דער פאקט אז א ווילדער קרומקאפ האלט ביים אנקומען צום העכסטן אמט אויף דער וועלט, קעגן אלע ערווארטונגן אריינגערעכנט זיין אייגענע, יא א בארעכטיגטע סיבה צו וועלן מיטהאלטן אויב געזעצן ווערן נישט געבראכן פאר די אייגענע אינטערעסן וכדו׳?

דארפסט ניטאמאל גיין אזוי ווייט. דאס אליין אז אין ברען פון אן פרעמדע אטאקע, דהיינו די רוסלאנד העקינג, קומט דיין אינטעל קאמיונעטי צו דיר מעלדן, מר. פרעזידענט מיר האבן געשפרעכן פון לאקאלע מענטשן וואס שמועסן מיט די רוסן וויאזוי צו אינטערמינעווען די יונייטעד סטעיטס אוו אמעריקא, און די ברענעדיגע שאלה ווערט, האמיר דא א טרעיטער, א קאלאברירער מיטן אטאקע?!

איז דאך פשוט אז נישט דערגיין די פרטים, זאגן "ביי ביי, ס'אינטערסירט מיך נישט ווער דאס איז" איז א פארלעצונג פון זיין פרעזידענטליכע שבועה פון "פארהיטן דאס לאנד פון פארען און דאמעסטיק שונאים".
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

@כאפצעם לעבט נאך?! יויש....
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

כאפצעם האט געשריבן:

שטייטלעך. פון ווי נעמסטו אז די רוסן האבן טאקע געהעקט די DNC?

איך פרעג פאר א חבר.. כ׳מיין, פאר א סיבה.

נאכדעם, אקעי. סאו דו ווארפסט די שולד אויף די איטעליגענס קאמיוניטי׳ס. זיי האבן געזאגט אז בלא בלא.. און אבאמא/ביידען זענען פשוט געווען אינפארמירט אויף שקרים. שטומט?

דריטענס, אויב איז עס ממש די דוטי פונעם פרעזידענט אליינס, איז טייטש, אז אויב הערט ער אז ביידען האט גארבידזש אויפן פיקל, איז דאך פשוט אז נישט דערגיין די פרטים, נאר זאגן "ביי ביי, ס'אינטערסירט מיך נישט״.. פונקט אזוי עובר געווען אויפן שבועה.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

פעיק נוז האט געשריבן:@כאפצעם לעבט נאך?! יויש....

נעע.. כאגעשיקט מיין דאבל.

---
טשאדעלע, ניין קיין שקרים, די רוסלאנד העקינג איז א פאקט וואס יעדער איינציגער אפישעל, פון עדעם שיף ביז דעווין נונעז, פון זשאן ברענען ביז מייק פאמפעיא און ריטשערד גראנעל, פון אבאמא ביז טראמפ האבן דאס באשטעטיגט אלס מציאות.

אבער ווי געזאגט, אין די פלאנעטן אויף די העכערע ספערן קען זיין זאכן גאנץ אנדערש, דארט רעד איך נישט אריין.
לעצט פארראכטן דורך כאפצעם אום פרייטאג מאי 15, 2020 1:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

WOW די זעלבע צאל תגובות ווי דיר... א ריכטיגער דאבל....
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

כאפצעם האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:@כאפצעם לעבט נאך?! יויש....

נעע.. כאגעשיקט מיין דאבל.

---
טשאדעלע, ניין קיין שקרים, די רוסלאנד העקינג איז א פאקט וואס יעדער איינציגער אפישעל, פון עדעם שיף ביז דעווין נונעז, פון זשאן ברענען ביז מייק פאמפעיא און ריטשערד גראנעל, פון אבאמא ביז טראמפ האבן דאס באשטעטיגט אלס מציאות.

אבער ווי געזאגט, אין די פלאנעטן אויף די העכערע ספערן קען זיין זאכן גאנץ אנדערש, דארט רעד איך נישט אריין.

איז די פאלגענדע נישט אמת?
פעיק נוז האט געשריבן:עס איז דא די פירמע קראודסטרייק וואס זיי האבן אויסגעפארשט די העקינג אויף די DNC קאמפיוטערס. און דער דירעקטאר פון די קאמפאני האט טעסטיפייעד פאר קאנגרעס, און ער האט געזאגט: מיר האבן נישט געטראפן קיין באווייז אז עס איז ארויסגעגאנגען סיי וואס פאר א אינפארמאציע פון די סערווער! יא, מען זעט אז עס איז געווארן פריפערד ארויס צו נעמען אינפארמאציע פון דארט אבער מיר קענען נישט זען אז עס איז למעשה ארויס געגאנגען..... און א ודאי און א ודאי האבן זיי נישט געטראפן קיין באווייז אז עס איז געטון געווארן דורך די רוסן....
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

נעוואדע, דעק שוטה עדעמס שיף האט דאך קלאר געזאגט דורכאויס די סענאט אומפיטשמענט הירינגס אז קראודסטרייק איז געווען זייער מקור.

מוללער אין זיין ריפארט שרייבט גראדע יא אז די רוסן זענען געווען די העקער׳ס, אבער ער עקאוד ס״ה די קאנקלושן פון די עדעם שיף אינוועסטיגעשען, וואס האט געעקאוד די אבאמא איטעליגענס קאמיוניטיס, וואס האבן געהאט גענומען די קאנקלוזשן פון קראודסטרייק.

לעבעדיג.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מוללער שרייבט און זיין רעפארט: עס 'זעט אזוי אויס'...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

למעלה משבעים האט געשריבן:איז די פאלגענדע נישט אמת?
פעיק נוז האט געשריבן:עס איז דא די פירמע קראודסטרייק וואס זיי האבן אויסגעפארשט די העקינג אויף די DNC קאמפיוטערס. און דער דירעקטאר פון די קאמפאני האט טעסטיפייעד פאר קאנגרעס, און ער האט געזאגט: מיר האבן נישט געטראפן קיין באווייז אז עס איז ארויסגעגאנגען סיי וואס פאר א אינפארמאציע פון די סערווער!

נעע, ס"ה זאגן זיי אז זיי האבן נישט געהאט בשעתן אטאקע קיין
סענסאר צו זאגן צו די דאטא ווערט ארויסגעקאפיעט אבער זיי האבן יא סערקאמסטענשאל עווידענס דערויף, לויט די סעטאפ פון די העק און די רעזולטס.

"There is circumstantial evidence that that data was exfiltrated off the network. … We didn't have a sensor in place that saw data leave. We said that the data left based on the circumstantial evidence. That was the conclusion that we made."
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

יישר כח פארן געבן די ווערטער וואס צו זיכן, גוגל פירט מיר צו דעם דאקיומענט עמער עס אפליינען און אליין זען https://d3i6fh83elv35t.cloudfront.net/s ... 5/sh21.pdf
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

זיי מסביר פאר די אבאמא גלויביגער אז מעדלינג אין עלעקשנס (ס׳איז א פענסי נאמען סמיינט עכט קויפן עדס) קומט שוין פאר דורך אסאך לענדער און פאר לאנגע יארן
די גאנצע רעיון פון אויפבלאזן די רוסישע עדווערטייזמענטס (וואס אגב אסאך דערפון לטובת קלינטון זיי זוכן בלויז צי מאכן פרייליך און כאאס)
איז נאר טאקע צו בארעכטיגן זייער אומדערהערטע שריט אויף א ענין וואס איז מעשים בכל יום
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

פעיק נוז האט געשריבן:@כאפצעם לעבט נאך?! יויש....

נישט געזארגט,

אויף א אנדערע פלאנעט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

shalsheles האט געשריבן:טשאדעלע שרייבט:
“און וויבאלד עס איז נישט געווען קיין שום אינטערשטרייכענדע סיבה צו געבן רעכט פאר אנמעסקן טראמפ קאמפיין געשפרעכן, מיינט עס אז די העכסטע אין די איטעליגעט קאמיוניטיס האבן אביוזד זייער אוטאריטעיט.”
און אפשר איז דער פאקט אז א ווילדער קרומקאפ האלט ביים אנקומען צום העכסטן אמט אויף דער וועלט, קעגן אלע ערווארטונגן אריינגערעכנט זיין אייגענע, יא א בארעכטיגטע סיבה צו וועלן מיטהאלטן אויב געזעצן ווערן נישט געבראכן פאר די אייגענע אינטערעסן וכדו׳?

דאס טענה'ט דאך פוטין יעדען טאג...
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

און אין דעם אשכול טאר אבאמע אויך נישט אנמעסקן ווען גרענעל מעג יא.

און ווי אזוי א טראמפ שטיצער קען טענה'ן אז עביוז אף פאוער - אן א ספעציפישע פוינט - איז גאר א קריים, איז ביאנד קאמפרעהענסעבל פאר מיר, אנטשולדיגט.

וועלקאם בעק @יואב בן צרוי'
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

צל עובר האט געשריבן:און אין דעם אשכול טאר אבאמע אויך נישט אנמעסקן ווען גרענעל מעג יא.

און ווי אזוי א טראמפ שטיצער קען טענה'ן אז עביוז אף פאוער - אן א ספעציפישע פוינט - איז גאר א קריים, איז ביאנד קאמפרעהענסעבל פאר מיר, אנטשולדיגט.

וואס הייסט, יענער לייגט דאך א מראה מקום מיט א לינק צום קריים.

יוש האביך מיר געוואקעלט ביים עפענען די לינק טרעפנדיג "ברייבערי" :lol:
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

יא, איך האב שוין געלאכט ווען פעלאוסי האט געפעסט דער גענוי עפענס אין די אימפיטשמענט ארטיקלס :lol:
רשעות קאלטע סעלצער
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

צל עובר האט געשריבן:און אין דעם אשכול טאר אבאמע אויך נישט אנמעסקן ווען גרענעל מעג יא.

און ווי אזוי א טראמפ שטיצער קען טענה'ן אז עביוז אף פאוער - אן א ספעציפישע פוינט - איז גאר א קריים, איז ביאנד קאמפרעהענסעבל פאר מיר, אנטשולדיגט.

וועלקאם בעק @יואב בן צרוי'

קיינער האט נישט געזאגט אז סטאיז אימלעגאל צי אנמעסקן די פראגע איז נאר די סיבה צו אנמעסקן און אויך וואס איז גאר שטארק אינטערסאנט ווער סהאט פארלאנגט
ווייל אבאמא האט פאר סאם ריעזן פאבליקלי דעקלערט אז ער פערזענליך האט גארנישט צוטון מיט די רוסלאנד האעקס ער לאזט עס פאר די אינטעלידשענס קאמיוניטי
למעשה זעה מיר אז פארלאנגט די נעמען זענען לאו דוקא אינטעל חברה אבאמא טשיף או סטעף? דשאו ביידען ?
סא דעיס איז זייער זייער אינערסאנט צי וויסן פארוואס
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ באשולדיגט אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:יא, איך האב שוין געלאכט ווען פעלאוסי האט געפעסט דער גענוי עפענס אין די אימפיטשמענט ארטיקלס :lol:

That's my point babe
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”