וויכטיג מאכער האט געשריבן:די היינטיגע דורהעם און בארר סטעיטמענטס דארפן זיין די נייעס פונעם טאג, נישט נאר האט האראוויץ געטראפן פייסע אביוז, נאר ער שרייבט אז ער האלט אז ער האלט אז עצם אינוועסטיגעישן איז געווען גוט, אויף דעם זאגט דורהעם "איך האב מער אינפארמעישן ווי דיר, און איך דיסעגרי", אזוי אויך זאגט בארר אז די אינוועסטיגעישן איז געעפנט געווארן נישט גוט... עכ"פ דורהעם'ס סטעיטמענט דארף אויפשאקלן אלע וואס זענען געווען אינוואלווד... ער זאגט קלאר איך ווייס מער און איך דיסעגרי!
Wow!!!
ריכטיג, ער זאגט נאר אז דער אינוועסטיגעישן קאוד "קראספייער האריקען" (אינטרעסאנטע נעמען פאר א מעידזער FBI און CIA קאנספיראציע) האט מען אפיציעל גע'עפענט מיט א "ליגאלע" אינטערשלאק, באזירט אויף א שריפטליכע רעפארט פון א FFG (א פריינטיליכע לאנד) וואס האט געזאגט אז רוסלאנד האט אנגעבאטן דעמעדיזנג אינפארמעישן קעגן קלינטאן צו די טראמפ קעמפעין. און בעיסד אויף דעם האבן זיי געמעגט אנהויבן א "פרילימינערי" אינוועסטעיגעשן און אזוי ארום צו געקומען צו באקומען די פייסע ווערענט.
וואס האראוויץ זאגט נישט איז "וויאזוי" איז צושטאנד געקומען אזא FFG רעפארט! צו עס איז געווען א "אינעסענט" וויסעלבלאוער פון א פריינטיליכע לאנד, אדער א "אינטערגעשטעלטע" וויסעלבלויער! אויך ווייסט ער נישט אויב דער וואס האט אנגעבאטן פאר פאפאדאפעלעס האט טאקע גערעדט אין נאמען פון רוסלאנד, אדער איז עס געווען א אמעריקאנער שפיאן וואס איז געשיקט געווארן פון די CIA צו רעדן צו פאפאדאפעלעס און אזוי ארום איז די "שריפטלעכע" פאלשע FFG רעפארט צושטאנד געקומען. דאב איז שפעטער ארויס געקומען אז אמעריקע האט געמוזט שנעל צוריק רופן א געפלאנצטע שפיאן הויעך אויפן לייטער אין דער פירערשאפט אין רוסלאנד, און אפשר גאר (ליבי אומר לי) איז דאס געווען חתן דינן.
(עס דערמאנט וואס חז"ל דערציילען אונז אין וויאזוי די רוימער האבען אנגעדרייט אז בר כוכבא'ס פעטער רבי אלעזר כהן גדול זאל געהארגעט ווערן דורך בר כוכבא, ווייל די רוימער האבען געמאכט זיכער אז איינער זאל דאס צוזעהן און האבן אים געזאגט א לחש וואס ער האט אפילו נישט געהערט, און בר כוכבא האט געוואלט וויסען וואס זיי האבען אים געזאגט און האט אים באשולדיגט און פאראט און רעדן מיטען שונא און אים געהארגעט)
אויך נאך דעם ווען די "פרילימענערי" אינוועסטיגאציע האט זיך שוין אנגעהויבן און די FBI האט זיך ארום געזעהן אז זיי האבן נישט די ליגאלע באזיס צו באקומען די פייסע ווערענט, ווייסט נישט האראוויץ וויאזוי זיי האבן מאנעוורירט צו באשאפען די "נויטיגע" אינפארמאציע הנצרך צו פארפירן די פייסע קארט.
יעצט קומט אריין בארר און דורהעם, זיי ווייסען "יא" וויאזוי דער קאנספיראציע האט זיך אנגעהויבן און ווער זענען געווען אירע שפילערס און וואסערע אינפארמאציע האט מען מעניופעקטשערד און אינטערגעשטעלט. דער שאלה בלייבט נאר, צו זיי וועלן האבן די קוראדזש און צו מען וועט זיי בכלל לאזן אונז דערציילן דער גאנצע אמת. דער FBI און CIA קענען שרייען "נעשינעל סעקיוריטי" ווי זיי טוהען אלעמאל, און טענה'ן אז זיי שטיייען צו פארלירן אן א צאל געפלאנצטע אגענטן אויף דער וועלט אויב די אינפארמאציע ווערט פאבליק, און אינטער דער פאלשע שלייער פון נעשינעל סעקיוריטי וועלן זיי אויס מעקן די וויכטיגסטע פונקטן אינעם בארר און דורהעם רעפארטס.
בארר וועט זיך זיכער אינטער געבען צו "נעשינל סעקיוריטי" און עס איז נישט צו דערווארטן מער ווי קרימענאלע קלאגעס אויף יחידים ממש און אלע אנדערע וועלן ריין געוואשן ווערן אז זיי האבן געטוהן וואס זיי האבן געמיינט זיי מעגן, אבער אויף דורהעם איז יא צו דערווארטן אז ער וועט אויסטוהן דער שלייער פון די FBI און ווייזען אז עס איז דורך און דורך פארפוילט, און די גאנצע שפיאנאזש פירערשאפט פון אלע עדזענסיס זענען געווען צוזאמען פארמישט אין דעם עסק ביש דער קריים אוו דער סענטשורי.