בלאט 52 פון 55

געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2019 9:04 am
דורך יש ברירה
טעות...

געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2019 1:23 pm
דורך יש ברירה
:shock:

יו. עס. עי. טודעי/סופאלק - טראמפ אפראוועל רעיטינג

אפראוו 49%
דיסעפרואוו 48%

געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2019 1:31 pm
דורך קהל עדתינו
יש ברירה האט געשריבן::shock:

יו. עס. עי. טודעי/סופאלק - טראמפ אפראוועל רעיטינג

אפראוו 49%
דיסעפרואוו 48%

וואו, אן אלל טיים היי?

געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2019 2:05 pm
דורך יש ברירה
גראדע זייער פאריגע אנקעטע (דריי חדשים צוריק) איז אויך געווען א אוטלייער מיט טראמפ -1%

געשריבן: דאנארשטאג יוני 27, 2019 12:57 pm
דורך יש ברירה
כמיין אז דאס איז א רעקארד גוטע נומער פאר טראמפ (אויסער גלייך אין אנהייב פון זיין קאדענץ)

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 10:41 am
דורך הכל הבל
סורוועי מאנקי שטעלט פרעזידענט טראמפ'ס צופרידנהייט ראטע ביי 48%

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 10:50 am
דורך וויכטיג מאכער
טאקע אינטערעסאנט, זינט מאנטאג זענען ארויסגעקומען 3 אנקעטעס, רויטערס, עקאנעמיסט און יעצט סוירוועי מאנקי, אלע דריי האבן בעסערע נאמבערס ווי פאריגע וואך...

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 11:45 am
דורך כאפצעם
כאף דו גייסט זיין צום געפינען ביי די אנקעטעס וואס קומען ארויס קומענדיגע זינטאג/מאנטאג..

געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2019 9:09 pm
דורך הכל הבל
לויט מעריסט איז טראמפ'ס צופרידנהייט ראטע ביי44% וועלכע איז די העכסטע פאר אים אין די אנקעטע ביז איצט

געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2019 9:16 pm
דורך כאפצעם
הכל הבל האט געשריבן:לויט מעריסט איז טראמפ'ס צופרידנהייט ראטע ביי44% וועלכע איז די העכסטע פאר אים אין די אנקעטע ביז איצט

נישט ריכטיג. אין מארטש האבן זיי אים אויך געהאט

און גראדע איז זיין "דיסאפראוול" יעצט ארויף פון %49 צו %53.

געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2019 9:19 pm
דורך הכל הבל
מיי מיסטעיק

געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2019 9:29 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
כאפצעם האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:לויט מעריסט איז טראמפ'ס צופרידנהייט ראטע ביי44% וועלכע איז די העכסטע פאר אים אין די אנקעטע ביז איצט

נישט ריכטיג. אין מארטש האבן זיי אים אויך געהאט

און גראדע איז זיין "דיסאפראוול" יעצט ארויף פון %49 צו %53.


When we go high, they go low

געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2019 11:37 pm
דורך וויכטיג מאכער
כאפצעם האט געשריבן:כאף דו גייסט זיין צום געפינען ביי די אנקעטעס וואס קומען ארויס קומענדיגע זינטאג/מאנטאג..



וואס דארף איך דא זיין?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:05 am
דורך פעיק ניוז
א אנקעטע צייגט אז ניו יארק סטעיט וויילער גלייכן פרעזידענט טראמפ מער ווי זיי גלייכן דעם ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא.

די "סיענע קאלעדזש" אנקעטע צייגט אז בלויז 26 פראצענט וויילער איבער דער סטעיט האבן א פאזיטיוון בליק אויף דעבלאזיא, און 57 פראצענט זאגן אז זיי האבן א נעגאטיוון בליק אויף אים.
אין קאנטראסט איז פרעזידענט טראמפ, וואס 35 פראצענט ניו יארקער זאגן אז זיי האבן א פאזיטיוון בליק אויף אים, און 62 פראצענט האבן א נעגאטיוון בליק אויף אים.

דאס איז דעבלאזיא'ס נידריגסטע ציפער זינט'ן אריינקומען אין אמט 9 יאר צוריק.

איד דעילי

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 1:12 pm
דורך יש ברירה
נייע מאנמוט אנקעטע שטעלט טראמפ'ס אפראוועל רעיטינג ביי -13

רעדזשעסטערד וואוטערס איז עס -12

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:12 pm
דורך יש ברירה
דריי אנקעטעס פון די לעצטע טעג

CNN
39% approve,
55% disapprove

Post/ABC
38% approve,
56% disapprove

Gallup
39% approve,
57% disapprove

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 11:00 am
דורך הכל הבל
קוויניפיעק אין טעקסאס האט טראמפ'ס צופרידנהייט ראטע ביי 45% אקעגן 50% אומצופרידן

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:59 pm
דורך וויכטיג מאכער
אויף RCP איז די עוורידזש יעצט צו די העכערע זייט, 43.8, און דאס איז טראצדעם וואס רעסמעסון איז נישט ביי 50...

נישט ווייל ס'מאכט אויס, אבער כ'זעה דארט אנדערע נאמבערס פון וואס דו ברענגסט...

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 1:42 pm
דורך יש ברירה
רקפ איז רעדזשעסטערט וואוטערס.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 2:36 pm
דורך צל עובר
43.8 איז "נישט" צו די העכערע זייט.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 2:26 am
דורך וויכטיג מאכער
זיין העכסטע איז געווען 45 מיינעך, נישט אזוי?

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 9:00 am
דורך צל עובר
איך האב געמיינט אז מען רעדט אין אבסעלוטע טערמינען, רעלאטיוו לגבי טראמפ איז דאס טאקע פון זיינע בעסערע צייטן.

דאס מיינט אז רוי מור וואלט היינט געווינען אפילו ספעשל עלעקשנס אין אלאבאמע.

אבער נאוועמבער 2018 איז ער געווען העכער ווי דעם.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 6:05 pm
דורך Think and Thank
צל עובר האט געשריבן:איך האב געמיינט אז מען רעדט אין אבסעלוטע טערמינען, רעלאטיוו לגבי טראמפ איז דאס טאקע פון זיינע בעסערע צייטן.

דאס מיינט אז רוי מור וואלט היינט געווינען אפילו ספעשל עלעקשנס אין אלאבאמע.

דאס מיינט נישט גארנישט. ווי וויכי האט שוין אנגעוויזן מיליאנען מאל, איז יעדע עלעקשאנס אנדערש און ס'דא א מיליאן זייטיגע זאכן וואס באאיינפלוסן די אלטימעט אויסגאנג פון יעדע פארמעסט באזונדער.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 7:53 pm
דורך צל עובר
אמת.

אבער אז א דעמאקראט זאל געווינען אין אלאבאמע א פעדערעל עלעקשן מוזן כמעט אלע זאכן גיין זיין ריכטונג. און דייקא א ספעשל עלעקשן ווען זייער אסאך רעפאבליקאנער האבן נישט געשטימט.

איינס פון די זאכן איז א רעפאבליקאנער פרעזידענט טיף אין דער ערד, אזוי היפש אונטער 40%, וואס דאס איז שוין נישט דא, איך וויל בעיקר שרייבן א משל ווי עס כאפט א חילוק אז טראמפ איז ביי כמעט 44 אנשטאט אין די דרייסיגער. ווייל לגבי געווינען דעם עלעקטארעל קאלידזש כאפט עס קיין חילוק.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 9:21 pm
דורך צל עובר
וויכטיג מאכער האט געשריבן:אויף RCP איז די עוורידזש יעצט צו די העכערע זייט, 43.8, און דאס איז טראצדעם וואס רעסמעסון איז נישט ביי 50...

נישט ווייל ס'מאכט אויס, אבער כ'זעה דארט אנדערע נאמבערס פון וואס דו ברענגסט...


רעסמוסען האט געטון צו די זאך, און ארויפגעטאנצן צו 50% עפראוועל קעגן 49% דיסעעפראוועל.

און דאס האט צוגעברענגט אז די אר סי פי עוורידזש איז ארויף צו 44.1%, קעגן 53.1%.