אנקעטעס איבער פרעזידענט טראמפ.

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » זונטאג יולי 16, 2017 1:54 pm

און אז מען רעדט שוין נאר 32% אינדעפענדענטס האלטען אז די דעמאקראטישע פארטיי שטייט פאר עפעס דאס טייטשט אז די דעמאקראטען זענען ערענסט אויף צרות
If you think it’s expensive to hire a professional, wait until you hire an amateur
הק' 9863 (נאך א נאומבער דא)

Naftule
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » זונטאג יולי 16, 2017 3:46 pm

Trump’s Approval Stands at 50 Percent in the Counties That Fueled His Win

http://www.nbcnews.com/politics/first-r ... d_nn_tw_ma

קאזאק
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 12, 2017 7:10 am

תגובהדורך קאזאק » זונטאג יולי 16, 2017 4:27 pm

כאפצעם, דיינע polls זעען אויס גענוי ווי די polls פאר די עלעקשינס וואס איז געווען ווייט פון אמת, ווי אלע ווייסן. ליידער זיי וויינען אן אויפהער און קענען דאס נאך אלס נישט פארדייען נאך 9 חדשים!!!
די וואך איז גענומען געווארן א poll נאר פון דעמאקראטן איבער זייער מיינונג וואס פאר א chance האט פרוי קלינטן צו געוואונען טאמער זי לויפט נאכאמאל פאר די פרעזידענט אמט אין 2020? נישט מער ווי 4% פון דעמאקראטן האבן געענטפערט יא. מער ווי העלפט פון דעמאקראטן האבן געזאגט "נישט פארהאנען קיין איין קאנדידאט וואס וועט קענען באזיגן פרעזידענט טראמפ"! דאס ווייזט ווי אויפריכטיג דיינע polls זענען.
חוץ פון דעם, די polls האבן אייגנטליך געוויזן אז מער ווי 55% פון דעמאקראטן זענען צופרידן פון טראמפ.

אוועטאר
באלזאם
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 9:13 am
לאקאציע: צווישן האמער און נאגל

תגובהדורך באלזאם » זונטאג יולי 16, 2017 4:44 pm

קאזאק האט געשריבן:כאפצעם, דיינע polls זעען אויס גענוי ווי די polls פאר די עלעקשינס וואס איז געווען ווייט פון אמת, ווי אלע ווייסן. ליידער זיי וויינען אן אויפהער און קענען דאס נאך אלס נישט פארדייען נאך 9 חדשים!!!

אפשר ברענגסטו אראפ די poll?
העי, וואטש ווי די טרעטסט, טרעט נישט אין קיין מאראסט. . (קרעדיט: זעמל)

קאזאק
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 12, 2017 7:10 am

תגובהדורך קאזאק » זונטאג יולי 16, 2017 5:03 pm

באלזאם האט געשריבן:

צוגעלייגטע
polls.png
polls.png (31.03 KiB) געזעהן 437 מאל

אוועטאר
באלזאם
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 9:13 am
לאקאציע: צווישן האמער און נאגל

תגובהדורך באלזאם » זונטאג יולי 16, 2017 5:08 pm

חוץ פון דעם, די polls האבן אייגנטליך געוויזן אז מער ווי 55% פון דעמאקראטן זענען צופרידן פון טראמפ.

די דאזיגע חלק האט אנגעצינדן מיין נייגער, פארדעם האב איך געבעטן ברענגען די פאול. פארוואס האסטו עס ארויסגעשניטן?
העי, וואטש ווי די טרעטסט, טרעט נישט אין קיין מאראסט. . (קרעדיט: זעמל)

קאזאק
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 12, 2017 7:10 am

תגובהדורך קאזאק » זונטאג יולי 16, 2017 5:40 pm

באלזאם האט געשריבן:
חוץ פון דעם, די polls האבן אייגנטליך געוויזן אז מער ווי 55% פון דעמאקראטן זענען צופרידן פון טראמפ.

די דאזיגע חלק האט אנגעצינדן מיין נייגער, פארדעם האב איך געבעטן ברענגען די פאול. פארוואס האסטו עס ארויסגעשניטן?

איך האב עס נישט ארויסגעשניטן און נישט געשריבן וועגן דעם צוזאמען ווייל ס'איז נישט געווען צוזאמען. ס'איז געווען מיט א וואך צוויי פריער. איך וועל עס פאסטן בל"נ וויבאלד איך וועל האבן א געלעגנהייט. אבער דער פאקט אז האלב פון די דעמאקראטן זאגן אז קיינער קען נישט איבערשטייגן טראמפ איז גענוג באווייז... און מען דארף נישט מער.

איז געווען איין poll אין די מידיע וואס האט גאזאגט דעם אמת פאר די עלעקשנס? איינע?? יעדן טאג האבן זיי פראבירט איינצורעדן דעם המון עם אז ס'איז נישט מער ווי א פוינט צוויי דריי חילוק צווישן די צוויי. און מיטאמאל האט טראמפ געוואונען אין א לאנדסלייד. ווי איז מעגליך? דאס זענען די זעלבע פאללס מיט די זעלבע ליגנס וועגן טראמפ'ס אפראוועל רעיטינג. זיי ווייסן גאנץ גוט ווי די עקאנאמי איז געשטיגן פון די לעצטע צענדליגע יארן און ווי די זיכערקייט איז בעסער וכו' זייט טראמפ האט איבערגנומען די לייצעס. זיי טארן אבער נישט וויי טון די פריערדיגע פרעזידענטן...

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מאנטאג יולי 17, 2017 9:02 am

Poll: 70 percent say Trump’s actions unpresidential

abeg
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג יולי 17, 2017 10:43 am

כאפצעם האט געשריבן:צום זעקס חדשים אפצייכענונג פון די טראמפ פרעזידענסי קריגט דער פרעזידענט א ספעציעל היסטארישער געשאנק.

אמעריקאנער פארציילן אז דער פרעזידענט זייערער האט דערגרייכט דעם היסטארישער מילשטיין צו זיין דער מערסטער אומפאפולערער פירער אין די פאראייניגטע שטאטנס היסטאריע.

און דאס איז נאך בעפאר ער האט נאך אפילו באוויזן אנצוחרוב'ן אמעריקא מיט זיין טראמפקעיר (מיליאנען פארלוירענע אינשורענס).

זיינע טעקס שניטעריי מתנות פאר די רייכע (טעקס רעפארם).

פינאנציעלע דיזעסטער (דאביע בוש בענק רעגולאציע פאליסיס).

זיך צוזאמלייגן אויף אלע פיר פאר די רוסן/פוטין (אננעמען זייערס א ווארט איבער די אייגענע אמעריקאנע אגענטורן און פארוואסערן זייערע סאנקציעס).

פארשניידן מיליאנען זשאבס (אפהאקן טרעיד דיעלס).

און אנווערטשאפטן א גלאבאלע נוקליערע קאטאסטראפע.

קאנגרעטולאציעס!

װיבאלד ס׳איז נישט יעצט דא Elections איז נישטא קײן שום װעג צי װיסן אױב די Poll איז אמת אין זײ צי האלטן Accountable אין זײ װײסן דעס אין װעגן דעם טעין זײ װאס זײ װילן גיבט א קיק זײער לעצטע Poll האבן זײ אױסגעפרעגט 28% ריפאבליקענס אין טראמפ איז געװען בײ 42% אין כדי יעצט זאל הײסען אז טראמפ איז געפאלען מיט 6% פין די פריערדיגע Poll װאסזשא טיט מען? א פושעטע עצה מען פרעגט אױס מיט 6% װײניגער ריפאבליקענער פין פאריגע מאל (כ׳מײן טאקע אז סאיז געװען לאנגע רײעס די לעצטע פאהר װאכן צי טױשען זייער פארטײ) אין די גאנצע שטאט דרײט זיך איבער אז ער איז געפאלען מיט 6% אין דער פרעזידענט האט דערגרייכט דעם היסטארישער מילשטיין צו זיין דער מערסטער אומפאפולערער פירער אין די פאראייניגטע שטאטנס היסטאריע. JUST NO!!!!

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3577
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג יולי 17, 2017 12:23 pm

כאפצעם האט געשריבן:צום זעקס חדשים אפצייכענונג פון די טראמפ פרעזידענסי קריגט דער פרעזידענט א ספעציעל היסטארישער געשאנק.

אמעריקאנער פארציילן אז דער פרעזידענט זייערער האט דערגרייכט דעם היסטארישער מילשטיין צו זיין דער מערסטער אומפאפולערער פירער אין די פאראייניגטע שטאטנס היסטאריע.

און דאס איז נאך בעפאר ער האט נאך אפילו באוויזן אנצוחרוב'ן אמעריקא מיט זיין טראמפקעיר (מיליאנען פארלוירענע אינשורענס).

זיינע טעקס שניטעריי מתנות פאר די רייכע (טעקס רעפארם).

פינאנציעלע דיזעסטער (דאביע בוש בענק רעגולאציע פאליסיס).

זיך צוזאמלייגן אויף אלע פיר פאר די רוסן/פוטין (אננעמען זייערס א ווארט איבער די אייגענע אמעריקאנע אגענטורן און פארוואסערן זייערע סאנקציעס).

פארשניידן מיליאנען זשאבס (אפהאקן טרעיד דיעלס).

און אנווערטשאפטן א גלאבאלע נוקליערע קאטאסטראפע.

קאנגרעטולאציעס!

:lol: :lol: :lol: :lol:

לאמר אביסעלע צונעמען די תגובה:

העלטקעיר. ווען אבאמאקעיר האט צוגענומען אינשורענס פון מיליאנען מענטשן וועם דער 'פרעזידענשעל' אבאמא האט פארשפראכן איינמאל און נאכאמאל אז זיי קענען עס האלטן, נישט ווייל זיי האבן עס נישט געוואלט (אזויווי רוב פון די וואס גייען עס 'פארלירן' אונטער די רעפובליקאנער פלאן), ניטאמאל ווייל זיי האבן עס נישט געקענט עפארדן, נאר ווייל אזוי האט ליבעראלע אגענדע דיקטירט, איז עס נישט געווען קיין חורבן פאר אמעריקע. נאר געבן די רעכט אליינס צו באשליסן איז. כ'הער.

טעקס ריפארם. א נייער חידוש בעולם הליבעראליזם; מ'טאר נישט געבן קיין טעקס קאטס פאר קיינעם אויב איינער וואס פארדינט מער וווי אויף ברויט מיט פוטער גייט אויך פארדינען דערפון! כ'הער. (אפשר ווען איך וועל באקומען מעדיקעיד וכו' אנשטאט צאלן פאר יענעם'ס וועל איך עס בעסער פארשטיין).

די סטאק מארקעט ברעכט יעדן טאג פרישע רעקארדס, די דזשאבס נומערן שטייגן, קליינע ביזנעסער אטעמען אפ פון די שרעקליכע רעגולאציע יאך פון די אבאמא אדמיניסטראציע, אבער דאס איז אלעס אבאמא'ס קרעדיט. טראמפ איז נאר דא ווען די סטאק מארקעט פארלירט א צענטל פון א פראצענט. (ס'דערמאנט מיר פון אבאמא'ס אייסערונג ''Today, the number one oil and gas producer in the world is no longer Russia or Saudi Arabia; it’s America." ווען דאס איז געווען'טראץ' אלע שטיינער און שטרויכלונגען וואס ער האט זיי אונטערגעלייגט). כ'הער.

זיך צוזאמלייגן פאר די רוסן.... ריסעט-אוראניום וואן-פלעקסיביליטי-סיריע-איראן איז געוויזן מאכט. אננעמען פוטין'ס ווערטער קעגן פיר פאליטיש געפירטע אגענטורן וואס האבן קיינמאל נישט געזען די באווייזן בעת וואס ווען ס'קומט למעשה גיבט מען נישט קיין דעם פאר רוסלאנד (ע''ע סיריע עירסטרייק) - דא ליגט דער חורבן. כ'הער.

פארשניידן דזשאבס דורך אפהאקן טרעיד דיעלס......די טרעיד דיעלס וואס האבן אוועקגעטראגן מעניופעקטשורינג דזשאבס קיין מעקסיקא און כינע זיי זענען גאר די וואס שאפן דזשאבס... כ'הער.

אויף די ערווארטעטע גלאבאלע נוקלעארע קאטאסטראפע האב איך שוין נישט וואס צו ענטפערן.

די שאלה איז נאר, פארוואס מיט אזעלכע דיזעסטערס דארף נאך די מידיע לייגן 35 פראצענט דעמאקראטן, 35 פראצענט אינדיפענדענטס, און בלויז 23 פראצענט רעפובליקאנער צו באקומען די אזוי געגארטע נעגאטיווע רעזולטאטן?
"Figures don't lie, but liars figure"

CLUES פאר די וואס זוכן מיר

קאזאק
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 12, 2017 7:10 am

תגובהדורך קאזאק » מאנטאג יולי 17, 2017 4:02 pm

צו 6 חדשים פרעזידענשל אנקעטע האט פרעזידענט טראמפ א 92% אפראוועל רעיטינג!!!
צוגעלייגטע
Trump's 92% approval rating.jpg
Trump's 92% approval rating.jpg (56.68 KiB) געזעהן 210 מאל

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט