בלאט 2 פון 15

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 2:30 pm
דורך שטאלצער יוד
איז בכלל דא א קלארער אויפשטייג אין אינטסעמיטיזים?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 2:32 pm
דורך לאלתר לחיים
ויתן לך האט געשריבן:איינער זאגט מיר אף מ'דארף אויפשטעלן א ארגעזניעישן אז די פראטעסטירער און די 'חסידישע' טארקס פאטרעט נישט אונזער געמיינדע

וועלעכע פראטעסטירער מיינסטו?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 2:33 pm
דורך SPUSMN
ווייסט נישט א חסידישע איד זיין פלאץ און וויאזוי צו רעדען צו א פרעזידענט.

עס איז איין זאך צו שרייבען וועגען דער פרעזידענט אין די בלאגס, אדער אין א צייטונג (יעדער בירגער איז בארעכטיגט דערצו); און א צווייטע זאך וויאזוי צו רעדען נוכח צו אים.

משה רבינו האט געזאגט צו פרעה "וירדו כל עבדיך" - חלק כבוד למלכות.

רבי יהודה הנשיא האט געשיקט א בריוו צו אנטונינוס קיסר האט ער געשריבען "מעבדך יהודה לאדוני אנטונינוס"

רבי אשר פארסט פלעגט מיר אלע מאל זאגען "איך בין א גלות איד".

דאס אראגאנס האט נישט א שיעור.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 2:36 pm
דורך אמביציע
לאן אתה הולך האט געשריבן:אונז זעמער ארויס פון גלות, א חסידישער ''רעפארטער'' האט זיך אויפגעשטעלט אין ווייט האוז אין 'אינעדווערטענטלי' עקיוזד דעם פרעזידענט אין זיין פנים אריין אז ער איז אן אנטעסעמיט אין ראסיסט. אנבעליוויבעל..

ביי אבאמא וואלט מען אויך אזוי געזאגט???

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 2:36 pm
דורך סידיראם
eller האט געשריבן:איינער זאל ביטע אריין קומען קלאר וואס איז דארט געווען

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 2:37 pm
דורך SPUSMN
שטאלצער יוד האט געשריבן:איז בכלל דא א קלארער אויפשטייג אין אינטסעמיטיזים?

איז יא, איז נישט; אבער פרעגט מען דאס א פרעזידענט? דא איז דער פלאץ?

וואס האט ער געוואלט? מאכען אז דער פרעזידענט זאך פיינט האבען אלע פרומע אידען?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 2:39 pm
דורך שטאלצער יוד
קען איינער אראפברענגן פינקליטך וואס ער האט געפרעגט?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 2:40 pm
דורך eller
שטאלצער יוד האט געשריבן:קען איינער אראפברענגן פינקליטך וואס ער האט געפרעגט?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 2:41 pm
דורך אויבער-חכם
מיין צווי סענט אויף די טורקס סומוטאכע
איך האלט נישט אז טורקס האט געמיינט עפעס שלעכט, עפעס האט ער געוואלט פרעגן פין טראמפ נאר אנשטאט עס צו מאכן קורץ אין פראפעשינעל האט ער עס געמאכט לאנג אין קאמלעצירט,
לעססען פין טאג, צו זיין א ריפארטער דארף מען לערנען אין קאליטש פין די צוועלעוו יאר עס איז נישט גענוג צו זיין א גבאי חק"ס אין ישיבה אדער געהערט די מערסטע קול מבשר, ער איז פינקט גוט צו שרייבן אין עמי אדער צו שמיסן מיט ליפא

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 2:41 pm
דורך SPUSMN
אמביציע האט געשריבן:
לאן אתה הולך האט געשריבן:אונז זעמער ארויס פון גלות, א חסידישער ''רעפארטער'' האט זיך אויפגעשטעלט אין ווייט האוז אין 'אינעדווערטענטלי' עקיוזד דעם פרעזידענט אין זיין פנים אריין אז ער איז אן אנטעסעמיט אין ראסיסט. אנבעליוויבעל..

ביי אבאמא וואלט מען אויך אזוי געזאגט???

יא, אבסאלוטלי יא; ווען א חסידישער איד וואלט אפען אין פנים פארשעמט דער פרעזידענט וואלט איך אים דא פארדאמט.

פארוואס זיהכען דזאסטיפיקעשין און שלאגען קאפיטאל מיט דעם?

עס איז ווראנג צו פארשעמען אבאמא בפניו און ווארנג צו פארשעמען טראמפ בפניו; ביזט מסכים מיט מיר?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 2:42 pm
דורך שלמה הילדעסהיימער
ווידיאו פון די אויסטויש.

https://twitter.com/tommyxtopher/status ... 4643691524

טורקס האט אנגעפאנגען מיטן זאגן אז נישט ער און נישט קיינער פון זיינע מיטארבייטער האלטן אז דער פרעזידענט אדער איינער פון זיינע געהילפן זענען אנטיסעמיטן. דערנאך האט ער געזאגט עס איז דא א גרויסע אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם אין אמעריקע, וואס גייט דער פרעזידענט טון דערצו?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 2:44 pm
דורך מאכט סענס?
ישר כח שלמה.
וואלט איינער געקענט דא ברענגען די ווידיאו פאר די וואס זענען געבלאקט?
תודה מראש.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 2:46 pm
דורך קאמפיוטער עקספערט
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ווידיאו פון די אויסטויש.

https://twitter.com/tommyxtopher/status ... 4643691524

טורקס האט אנגעפאנגען מיטן זאגן אז נישט ער און נישט קיינער פון זיינע מיטארבייטער האלטן אז דער פרעזידענט אדער איינער פון זיינע געהילפן זענען אנטיסעמיטן. דערנאך האט ער געזאגט עס איז דא א גרויסע אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם אין אמעריקע, וואס גייט דער פרעזידענט טון דערצו?

און אזוי ווי איך האב אויבען געשריבען אז איינער האט געפרעגט קעסעקטלי די זעלבע שאלה נעכטען

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 2:49 pm
דורך Naftule
ער האט נישט געהאט א מייק ער מעג האבן מער שכל פאר א ערשטע חסידישע איד אין היסטאריע צו פרעגן א פראגע ביי א פרעס קאנפערערנס צו רעדן עפעס אנדערש פון אנטיסעמיטיזם

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 2:51 pm
דורך SPUSMN
למעשה איז ארויס געקומען א גרויסע חילול השם.

ער זאגט אז ער גייט מסביר זיין וואס ער האט געמיינט (א גוטע זאך); אבער מיר האבען א התחייבות צו זאגען פארען פרעזידענט אז מיר זענען נישט מסכים מיט אים (מיט זיין מיסטעיק) וואס האט אויף גערעגט דער פרעזידענט וואס איז געווארען פארשעמט און רויט ווי א בוריקע פאר דער גאנעצע וועלט.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 2:54 pm
דורך יש ברירה
וואס די גיהנם גייט דא פאר?

טורקס האט געפרעגט א נארמאל קשיא מיטן העכסטן דרך ארץ און דער פרעזידענט האט עס שלעכט גענומען קומט מען דא און מען באשייגעצט דעם פרעגער?!

אנשטאט מיר זאלן זיך באגראבן פאר בושה וואספארא פארשוין פירט דאס לאנד רייסט מען אראפ טורקס?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 2:56 pm
דורך בשבילי נברא
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ווידיאו פון די אויסטויש.

https://twitter.com/tommyxtopher/status ... 4643691524

טורקס האט אנגעפאנגען מיטן זאגן אז נישט ער און נישט קיינער פון זיינע מיטארבייטער האלטן אז דער פרעזידענט אדער איינער פון זיינע געהילפן זענען אנטיסעמיטן. דערנאך האט ער געזאגט עס איז דא א גרויסע אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם אין אמעריקע, וואס גייט דער פרעזידענט טון דערצו?


קען עס אפשר איינער לייגן אויף דראפבאקס, באקס. דרייוו וכדו'?

ייש"כ למפרע

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 2:56 pm
דורך אמביציע
די גרעסטע חילול השם איז אז ''מיללער'' וואס איז פון זיינע נאנסטע ראט געבער איז געווען פון די פאנדעמענטן פון די אימיגראציע פאלעסי און ער האט ארום געשריגן וואו א צעלאזטער פערזאן דעם זינטאג אויף יעדע איינציגסטע נייעס סטאנציע. דאס איז די ריכטיגער שרעקליכער חילול השם. איך האלט אויך אז מ'טאר נישט אריין רייסן אונעם פרעזידענט אלץ איד אבער איך האלט נישט אז טורקס האט געטאן ווייס איך וואס.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 2:57 pm
דורך יעך'בין שוין גרויס
Turx questions was a very normal question but it was at the wrong time. He meant well but Trump was not interested in having a normal press conference with these type of questions, he was out to get the media and extremely sensitive...

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 2:58 pm
דורך שטאלצער יוד
אקעי . ער האט גארנישט געמיינט שלעכט. ער האט אפילו קלאר מקדים געווען אז ער מיינט נישט דעם פרעזידענט וחבריו. אבער דאך, ווען די פרעזידיענט זוכט ביים סוף פון די פרעס קאנפרענס מסיים צו זיין בדבר טוב, ער זוכט איינער וואס גייט פרעגן עפעס א שיינע גוטע שאלה פרעגט מען נישט א זאך וואס עס קען זיך אפילו דאכטן אז מ'מיינט עם צו אטקירן.

איך בין זיכער אז טורקס וועט טרעפן די וועג זיך איבערצובטען און אויפווייזן זיין כונה, און אפשר גאר פארקערט עס נאך אויסניצן אלץ א עפענונג צו נאנטע באיציענגן מיט'ן פרעזידענט.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 3:00 pm
דורך קאמפיוטער עקספערט
יש ברירה האט געשריבן:וואס די גיהנם גייט דא פאר?

טורקס האט געפרעגט א נארמאל קשיא מיטן העכסטן דרך ארץ און דער פרעזידענט האט עס שלעכט גענומען קומט מען דא און מען באשייגעצט דעם פרעגער?!

אנשטאט מיר זאלן זיך באגראבן פאר בושה וואספארא פארשוין פירט דאס לאנד רייסט מען אראפ טורקס?

איך האב שוין געוויסט פאראויס וואס דו וועסט האלטען!
יעצט עס איז נישט קיין נארמאלע זאך איבערצופרעגען א קשיא וואס איינער האט שוין נעכטען געפרעגט
און איך האלט די פרעזידענט האט יא פארשטאנען ווייל נעכטען האט ער זיכער פארשטאנען און ער האט אויך גענטפערט אויף א אופן כאילו מען באשילדוגט אים
און איך פארשטיי פארוואס אויך
חוץ דעם פון ווי נעמען זיי בכלל דאס אז עס איז דא אן אויפשטייג פון אנטיסעמיטזים?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 3:00 pm
דורך eller
שטאלצער יוד האט געשריבן:אקעי . ער האט גארנישט געמיינט שלעכט. ער האט אפילו קלאר מקדים געווען אז ער מיינט נישט דעם פרעזידענט וחבריו. אבער דאך, ווען די פרעזידיענט זוכט ביים סוף פון די פרעס קאנפרענס מסיים צו זיין בדבר טוב, ער זוכט איינער וואס גייט פרעגן עפעס א שיינע גוטע שאלה פרעגט מען נישט א זאך וואס עס קען זיך אפילו דאכטן אז מ'מיינט עם צו אטקירן.

איך בין זיכער אז טורקס וועט טרעפן די וועג זיך איבערצובטען און אויפווייזן זיין כונה, און אפשר גאר פארקערט עס נאך אויסניצן אלץ א עפענונג צו נאנטע באיציענגן מיט'ן פרעזידענט.

כ'האף אזוי .
ווייל דאס מיינט וויאזוי די גאנצע וועלט גייט אנקוקן די חסידישע יודן

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 3:04 pm
דורך יואב בן צרויה
Naftule האט געשריבן:ער האט נישט געהאט א מייק ער מעג האבן מער שכל פאר א ערשטע חסידישע איד אין היסטאריע צו פרעגן א פראגע ביי א פרעס קאנפערערנס צו רעדן עפעס אנדערש פון אנטיסעמיטיזם

אמת, ווען איך בין דארט וואלט איך געפרעגט עפעס אנדערש, אבער ער האט אלע רעכטן צו פרעגן וואס ער וויל.

ער האט גארנישט שלעכט געפרעגט און ער איז גארנישט שולדיג אז דער פרעזידענט נעמט אלעס פערזענליך. נעכטן אדער דינסטאג זענען געווען באריכטן אז ארום 48 יודישע צענטערן האבן באקומען באמבע סטראשונגען די לעצטע שטיק צייט און ס׳קלאר אז אסאך טראמפ שטיצער דורכאויס די קאמפיין האבן זיך באנוצט מיט אנטי סעמיטישע מאטעריאל.


יש ברירה, שלמה, ;l;p-

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 3:07 pm
דורך שמאטע
#לייק

אט אזוי. טורקס האט געפרעגט זייער א נארמאלע שאלה. ער האט זאגאר אנגעהויבן מיט א הקדמה אז 'דעספייט וואס זיינע קאליגס (אינעם צימער) האלטן האלט ער אבער נישט אז דער פרעזידענט איז א אישו. ער וויל נאר וויסן, וויאזוי די אדמיניסטרעשען פלאנט צו ארבייטען צו אפשטעלען אנטיסעמיטישע אטאקעס'.

דער פרעזידענט האט קלאר נישט געכאפט וואס ער פרעגט, און ער האט אים שארף אנגעוויזן אז ער זאל זיך אראפזעצען.... און זיך אנגעהויבן פארטיידיגען אז ער איז די ווייטסטע וואס 'עניבאדי' קען זיין פון זיין אן אנטיסעמיט... בלא בלא בלא

טורקס האט געהאט די מיטלייד פון די אנדערע רעפארטערס וואס האבן געהאט די אויגן ברעמען הויעך נישט כאפענדיג פארוואס דער פרעזידענט איז אין דיפענסיוו מאוד.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 3:09 pm
דורך יואב בן צרויה
איך וואלט זיך נישט גערעכענט אז דער אמעריקאנע פרעזידענט וועט אזוי רעאגירן.