פרעזידענט טראמפ 2/16/2017 פרעסע קאנפרענס - טורקס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:30 pm

איז בכלל דא א קלארער אויפשטייג אין אינטסעמיטיזים?

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:32 pm

ויתן לך האט געשריבן:איינער זאגט מיר אף מ'דארף אויפשטעלן א ארגעזניעישן אז די פראטעסטירער און די 'חסידישע' טארקס פאטרעט נישט אונזער געמיינדע

וועלעכע פראטעסטירער מיינסטו?

SPUSMN
שר שמונת אלפים
תגובות: 8965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:33 pm

ווייסט נישט א חסידישע איד זיין פלאץ און וויאזוי צו רעדען צו א פרעזידענט.

עס איז איין זאך צו שרייבען וועגען דער פרעזידענט אין די בלאגס, אדער אין א צייטונג (יעדער בירגער איז בארעכטיגט דערצו); און א צווייטע זאך וויאזוי צו רעדען נוכח צו אים.

משה רבינו האט געזאגט צו פרעה "וירדו כל עבדיך" - חלק כבוד למלכות.

רבי יהודה הנשיא האט געשיקט א בריוו צו אנטונינוס קיסר האט ער געשריבען "מעבדך יהודה לאדוני אנטונינוס"

רבי אשר פארסט פלעגט מיר אלע מאל זאגען "איך בין א גלות איד".

דאס אראגאנס האט נישט א שיעור.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אמביציע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3325
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:36 pm

לאן אתה הולך האט געשריבן:אונז זעמער ארויס פון גלות, א חסידישער ''רעפארטער'' האט זיך אויפגעשטעלט אין ווייט האוז אין 'אינעדווערטענטלי' עקיוזד דעם פרעזידענט אין זיין פנים אריין אז ער איז אן אנטעסעמיט אין ראסיסט. אנבעליוויבעל..

ביי אבאמא וואלט מען אויך אזוי געזאגט???

סידיראם
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:36 pm

eller האט געשריבן:איינער זאל ביטע אריין קומען קלאר וואס איז דארט געווען
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

SPUSMN
שר שמונת אלפים
תגובות: 8965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:37 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:איז בכלל דא א קלארער אויפשטייג אין אינטסעמיטיזים?

איז יא, איז נישט; אבער פרעגט מען דאס א פרעזידענט? דא איז דער פלאץ?

וואס האט ער געוואלט? מאכען אז דער פרעזידענט זאך פיינט האבען אלע פרומע אידען?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:39 pm

קען איינער אראפברענגן פינקליטך וואס ער האט געפרעגט?

eller
שר האלפיים
תגובות: 2906
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:40 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:קען איינער אראפברענגן פינקליטך וואס ער האט געפרעגט?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
אויבער-חכם
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm

תגובהדורך אויבער-חכם » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:41 pm

מיין צווי סענט אויף די טורקס סומוטאכע
איך האלט נישט אז טורקס האט געמיינט עפעס שלעכט, עפעס האט ער געוואלט פרעגן פין טראמפ נאר אנשטאט עס צו מאכן קורץ אין פראפעשינעל האט ער עס געמאכט לאנג אין קאמלעצירט,
לעססען פין טאג, צו זיין א ריפארטער דארף מען לערנען אין קאליטש פין די צוועלעוו יאר עס איז נישט גענוג צו זיין א גבאי חק"ס אין ישיבה אדער געהערט די מערסטע קול מבשר, ער איז פינקט גוט צו שרייבן אין עמי אדער צו שמיסן מיט ליפא
האיש האשכולות...

SPUSMN
שר שמונת אלפים
תגובות: 8965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:41 pm

אמביציע האט געשריבן:
לאן אתה הולך האט געשריבן:אונז זעמער ארויס פון גלות, א חסידישער ''רעפארטער'' האט זיך אויפגעשטעלט אין ווייט האוז אין 'אינעדווערטענטלי' עקיוזד דעם פרעזידענט אין זיין פנים אריין אז ער איז אן אנטעסעמיט אין ראסיסט. אנבעליוויבעל..

ביי אבאמא וואלט מען אויך אזוי געזאגט???

יא, אבסאלוטלי יא; ווען א חסידישער איד וואלט אפען אין פנים פארשעמט דער פרעזידענט וואלט איך אים דא פארדאמט.

פארוואס זיהכען דזאסטיפיקעשין און שלאגען קאפיטאל מיט דעם?

עס איז ווראנג צו פארשעמען אבאמא בפניו און ווארנג צו פארשעמען טראמפ בפניו; ביזט מסכים מיט מיר?
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5839
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:42 pm

ווידיאו פון די אויסטויש.

https://twitter.com/tommyxtopher/status ... 4643691524

טורקס האט אנגעפאנגען מיטן זאגן אז נישט ער און נישט קיינער פון זיינע מיטארבייטער האלטן אז דער פרעזידענט אדער איינער פון זיינע געהילפן זענען אנטיסעמיטן. דערנאך האט ער געזאגט עס איז דא א גרויסע אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם אין אמעריקע, וואס גייט דער פרעזידענט טון דערצו?
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:44 pm

ישר כח שלמה.
וואלט איינער געקענט דא ברענגען די ווידיאו פאר די וואס זענען געבלאקט?
תודה מראש.
שומר פיו ולשונו שומר מצרות נפשו (משלי כא, כג)

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר חמש מאות
תגובות: 935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:46 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ווידיאו פון די אויסטויש.

https://twitter.com/tommyxtopher/status ... 4643691524

טורקס האט אנגעפאנגען מיטן זאגן אז נישט ער און נישט קיינער פון זיינע מיטארבייטער האלטן אז דער פרעזידענט אדער איינער פון זיינע געהילפן זענען אנטיסעמיטן. דערנאך האט ער געזאגט עס איז דא א גרויסע אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם אין אמעריקע, וואס גייט דער פרעזידענט טון דערצו?

און אזוי ווי איך האב אויבען געשריבען אז איינער האט געפרעגט קעסעקטלי די זעלבע שאלה נעכטען
If you think it’s expensive to hire a professional, wait until you hire an amateur
הק' 9863 (נאך א נאומבער דא)

Naftule
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:49 pm

ער האט נישט געהאט א מייק ער מעג האבן מער שכל פאר א ערשטע חסידישע איד אין היסטאריע צו פרעגן א פראגע ביי א פרעס קאנפערערנס צו רעדן עפעס אנדערש פון אנטיסעמיטיזם

SPUSMN
שר שמונת אלפים
תגובות: 8965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:51 pm

למעשה איז ארויס געקומען א גרויסע חילול השם.

ער זאגט אז ער גייט מסביר זיין וואס ער האט געמיינט (א גוטע זאך); אבער מיר האבען א התחייבות צו זאגען פארען פרעזידענט אז מיר זענען נישט מסכים מיט אים (מיט זיין מיסטעיק) וואס האט אויף גערעגט דער פרעזידענט וואס איז געווארען פארשעמט און רויט ווי א בוריקע פאר דער גאנעצע וועלט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
יש ברירה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3708
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:54 pm

וואס די גיהנם גייט דא פאר?

טורקס האט געפרעגט א נארמאל קשיא מיטן העכסטן דרך ארץ און דער פרעזידענט האט עס שלעכט גענומען קומט מען דא און מען באשייגעצט דעם פרעגער?!

אנשטאט מיר זאלן זיך באגראבן פאר בושה וואספארא פארשוין פירט דאס לאנד רייסט מען אראפ טורקס?

בשבילי נברא
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:56 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ווידיאו פון די אויסטויש.

https://twitter.com/tommyxtopher/status ... 4643691524

טורקס האט אנגעפאנגען מיטן זאגן אז נישט ער און נישט קיינער פון זיינע מיטארבייטער האלטן אז דער פרעזידענט אדער איינער פון זיינע געהילפן זענען אנטיסעמיטן. דערנאך האט ער געזאגט עס איז דא א גרויסע אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם אין אמעריקע, וואס גייט דער פרעזידענט טון דערצו?


קען עס אפשר איינער לייגן אויף דראפבאקס, באקס. דרייוו וכדו'?

ייש"כ למפרע

אמביציע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3325
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:56 pm

די גרעסטע חילול השם איז אז ''מיללער'' וואס איז פון זיינע נאנסטע ראט געבער איז געווען פון די פאנדעמענטן פון די אימיגראציע פאלעסי און ער האט ארום געשריגן וואו א צעלאזטער פערזאן דעם זינטאג אויף יעדע איינציגסטע נייעס סטאנציע. דאס איז די ריכטיגער שרעקליכער חילול השם. איך האלט אויך אז מ'טאר נישט אריין רייסן אונעם פרעזידענט אלץ איד אבער איך האלט נישט אז טורקס האט געטאן ווייס איך וואס.
לעצט פאראכטן דורך אמביציע אום דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יעך'בין שוין גרויס
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

תגובהדורך יעך'בין שוין גרויס » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:57 pm

Turx questions was a very normal question but it was at the wrong time. He meant well but Trump was not interested in having a normal press conference with these type of questions, he was out to get the media and extremely sensitive...

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 2:58 pm

אקעי . ער האט גארנישט געמיינט שלעכט. ער האט אפילו קלאר מקדים געווען אז ער מיינט נישט דעם פרעזידענט וחבריו. אבער דאך, ווען די פרעזידיענט זוכט ביים סוף פון די פרעס קאנפרענס מסיים צו זיין בדבר טוב, ער זוכט איינער וואס גייט פרעגן עפעס א שיינע גוטע שאלה פרעגט מען נישט א זאך וואס עס קען זיך אפילו דאכטן אז מ'מיינט עם צו אטקירן.

איך בין זיכער אז טורקס וועט טרעפן די וועג זיך איבערצובטען און אויפווייזן זיין כונה, און אפשר גאר פארקערט עס נאך אויסניצן אלץ א עפענונג צו נאנטע באיציענגן מיט'ן פרעזידענט.

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר חמש מאות
תגובות: 935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 3:00 pm

יש ברירה האט געשריבן:וואס די גיהנם גייט דא פאר?

טורקס האט געפרעגט א נארמאל קשיא מיטן העכסטן דרך ארץ און דער פרעזידענט האט עס שלעכט גענומען קומט מען דא און מען באשייגעצט דעם פרעגער?!

אנשטאט מיר זאלן זיך באגראבן פאר בושה וואספארא פארשוין פירט דאס לאנד רייסט מען אראפ טורקס?

איך האב שוין געוויסט פאראויס וואס דו וועסט האלטען!
יעצט עס איז נישט קיין נארמאלע זאך איבערצופרעגען א קשיא וואס איינער האט שוין נעכטען געפרעגט
און איך האלט די פרעזידענט האט יא פארשטאנען ווייל נעכטען האט ער זיכער פארשטאנען און ער האט אויך גענטפערט אויף א אופן כאילו מען באשילדוגט אים
און איך פארשטיי פארוואס אויך
חוץ דעם פון ווי נעמען זיי בכלל דאס אז עס איז דא אן אויפשטייג פון אנטיסעמיטזים?
If you think it’s expensive to hire a professional, wait until you hire an amateur
הק' 9863 (נאך א נאומבער דא)

eller
שר האלפיים
תגובות: 2906
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 3:00 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:אקעי . ער האט גארנישט געמיינט שלעכט. ער האט אפילו קלאר מקדים געווען אז ער מיינט נישט דעם פרעזידענט וחבריו. אבער דאך, ווען די פרעזידיענט זוכט ביים סוף פון די פרעס קאנפרענס מסיים צו זיין בדבר טוב, ער זוכט איינער וואס גייט פרעגן עפעס א שיינע גוטע שאלה פרעגט מען נישט א זאך וואס עס קען זיך אפילו דאכטן אז מ'מיינט עם צו אטקירן.

איך בין זיכער אז טורקס וועט טרעפן די וועג זיך איבערצובטען און אויפווייזן זיין כונה, און אפשר גאר פארקערט עס נאך אויסניצן אלץ א עפענונג צו נאנטע באיציענגן מיט'ן פרעזידענט.

כ'האף אזוי .
ווייל דאס מיינט וויאזוי די גאנצע וועלט גייט אנקוקן די חסידישע יודן
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 3:04 pm

Naftule האט געשריבן:ער האט נישט געהאט א מייק ער מעג האבן מער שכל פאר א ערשטע חסידישע איד אין היסטאריע צו פרעגן א פראגע ביי א פרעס קאנפערערנס צו רעדן עפעס אנדערש פון אנטיסעמיטיזם

אמת, ווען איך בין דארט וואלט איך געפרעגט עפעס אנדערש, אבער ער האט אלע רעכטן צו פרעגן וואס ער וויל.

ער האט גארנישט שלעכט געפרעגט און ער איז גארנישט שולדיג אז דער פרעזידענט נעמט אלעס פערזענליך. נעכטן אדער דינסטאג זענען געווען באריכטן אז ארום 48 יודישע צענטערן האבן באקומען באמבע סטראשונגען די לעצטע שטיק צייט און ס׳קלאר אז אסאך טראמפ שטיצער דורכאויס די קאמפיין האבן זיך באנוצט מיט אנטי סעמיטישע מאטעריאל.


יש ברירה, שלמה, ;l;p-

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 3:07 pm

#לייק

אט אזוי. טורקס האט געפרעגט זייער א נארמאלע שאלה. ער האט זאגאר אנגעהויבן מיט א הקדמה אז 'דעספייט וואס זיינע קאליגס (אינעם צימער) האלטן האלט ער אבער נישט אז דער פרעזידענט איז א אישו. ער וויל נאר וויסן, וויאזוי די אדמיניסטרעשען פלאנט צו ארבייטען צו אפשטעלען אנטיסעמיטישע אטאקעס'.

דער פרעזידענט האט קלאר נישט געכאפט וואס ער פרעגט, און ער האט אים שארף אנגעוויזן אז ער זאל זיך אראפזעצען.... און זיך אנגעהויבן פארטיידיגען אז ער איז די ווייטסטע וואס 'עניבאדי' קען זיין פון זיין אן אנטיסעמיט... בלא בלא בלא

טורקס האט געהאט די מיטלייד פון די אנדערע רעפארטערס וואס האבן געהאט די אויגן ברעמען הויעך נישט כאפענדיג פארוואס דער פרעזידענט איז אין דיפענסיוו מאוד.
לעצט פאראכטן דורך שמאטע אום דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 3:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 3:09 pm

איך וואלט זיך נישט גערעכענט אז דער אמעריקאנע פרעזידענט וועט אזוי רעאגירן.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: maybeeynot, police, rogers, א חסיד, אויבער-חכם, בארג, בשבילי נברא, דוקטור, דריידל, העלאו, הצדיק, זעליג, מטעמים, ראפאט קראמפלי, שטראמער, שמערעל און 32 געסט