פרעזידענט טראמפ 2/16/2017 פרעסע קאנפרענס - טורקס

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
יואב בן צרויה האט געשריבן:נאך קיינעם נישט בייגעפאלן וואסערע דזשיניעס דער טורקס איז? א געניאלע מידיע שפיל און פי אר טאקטיק! יעדער רעדט פון אים, יעדער רעדט רעדט פון עמי מאגאזין, ער דרייט זיך אויף פאקס; וואס קאן זיין בעסער?!

o-h?e

אויפען חשבון פון היימישע אידען
טראכט א מינוט וואס איז דא פארגעגאנגען
די פרעזידענט האט געזאגט לאמיר טרעפען א פרענדלי ריפארטער און ער האט אים געטשוסט פארוואס? ווייל ער איז געווען זיכער אז א היימישע איד וועט זיין פריינטליך צו אים

אלס טורקס וואלט איך נישט געזאגט אז דאס איז געווען זיין פלאן, אדער אז ער איז בדיעבד צופרידן. ער האט געמאכט א מיסטעיק און וויל זייער שטארק עס פאררעכטן.
אלס זיין ארבעטסגעבער, וואלט איך נישט געזאגט אז דאס איז לכתחילה געווען די פלאן - פשוט ווייל זיי זענען ווייט נישט אזוי קלוג - אבער בדיעבד איז עס פאר זיי א לכתחילה אזוי ווי יואב זאגט, נאר ליידער אויף אונזער חשבון ווי קאמפיוטער עקספערט זאגט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

משהזוךמיר האט געשריבן:
טראבל מעיקער האט געשריבן:יואל אשר לאבין שרייבט אויף טוויטטער

JakeTurx you were great, you did your best, zayde was tired and in a bad moods. Zayde's, you know...

:lol:

אה, זייער גוט, יעצט האט יואל אשר גוט אריינגעפליקט דעם משוגע'נעם טראמפ און נאך אין פאבליק! יעצט ווער ער זיך נישט וואגן זיך אנצוהייבן מיט מיר וויל ער ווייסט שוין אז איך האב א בלוטעדיגע פאסיק!

רבוש''ע, דאס זענען אונזערע עסקנים?!?!? יונגעלייטלעך וואס שפילן מיט אידיש בלוט פאר זייערע פאליטישע מיינונגען (ניטאמאל אינטערעסן ווייל ער פערזענליך גייט גארנישט פארדינען פאליטיש דערפון.)?!?!? דו ווייסט וואספארא כח דער אמעריקאנער פרעזידענט האט?!? דו ווילסט אים צווינגען צו ווערן אן אנטיסעמיט?!?!?!?


זעהט אויס אז טראמף איז נישט פון יואל אשר'ס פאלאויערס אויף טוויטער, ווען יא וואלט ער מסתמא נישט געשריבן אזוי
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

אן ארטיקל אין די ניו יארק טיימס איבער די טורקס פראגע און אלעס ארום און איבער די עמי מאגאזין

https://apple.news/AnwpF_JAmRMCyo7n2hyuVJw
ישראל אשר בך אתפאר
טייטל
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

ישלהוסיף האט געשריבן:די ערפארענדע ריפארטערס וואס זיצען ביי פרעזעדענטליכע פרעס קאנפרענסיס, געווענדליך האבען מיט זיך גרייט בעיקר דריי ערליי שאלות,
א) אויב ער איז דער ערשטע צו ווערן געפרעגט (וואס דאס לייגט אראפ כעין א יסוד, ער שטעלט דעם טאון, און ווי אויך שטעלט דער מאוד פונעם פרעזעדענט)
ב) אויב ער וועט געפרעגט אינדערמיט (וואס זיין שאלה קען ווערן פארלוירען ציווישען אלע אנדערע שאלות, אדער פארקערט זיין שאלה ווערט א גאנצע עסק)
ג) אויב ביסטו דער לעצטע צו פרעגען (בדרך כלל וועט דער פרעזעדענט זאגט 'אקעי איין מער שאלה"), דאן וועט א ערפארענדע ריפארטער פרעגן אינגאנצען עפעס אנדערש (ווי לדוגמא "ווי אזוי טעיסט די עסן פון דער ווייסע הויז" וכו'), על אחת כמה וכמה ווען ער זאגט בפירוש ער זוכט א 'פרענדלי' שאלה.

דא, טורקס איז אומשולדיג, ווען ער וועט אנגעוויזען אינמיטן דער פרעס קאנפרענס דאן מאכט זיין 'שאלה' זייער גוט סענס צו ווערן געפרעגט, אבער זיין טעות איז געוועהן אז דער פרעזעדענט האט קלאר געזאגט ער וויל ענדיקן ועוד בפירוש געזאגט אז ער זוכט א 'איזי' שאלה, בכהאי גוונא וואלט טורקס געדארפט אפלאזען זיין אנגעגרייטע שאלה בנוגע 'אנטסימיטיע' (וואס איז גאנץ א רעכטע שאלה צו ווערן געפרעגט) און ער וואלט געדארפט פרעגן א שאלה וואס פון דעם איז משמע ווי כאילו ער נעמנט זיך שטארק אן פאר דער פרעזעדענט און גיבט איהם גאר חיזוק. בפרט נאך אזא לאנגע אנגעצויגענע פרעס קאנפרענץ.


גוט מנתח געוועזן!

אבער איך מיין אז טורקס איז אפשר יא אביסל שולדיג, כ'שטעל מיך פאר אז ער האט זיך געגרייט שוין טעג מיט נעכט אויף 'וועלכע שאלה גייט ער פרעגן מיסטער פרעזידענט ווען עס גייט קומען צו איהם אזא געלעגנהייט', און עס אפילו אדורך גערעדט מיט ראביי פרנקפורטער אפשר... ער שטרעבט דאך און ווארט דאך אויף די מינוט שוין א פאר יאר! און ער האט באשלאסן צו פרעגן וועגן אנטיסעמטיזעם, אויף א פריינדליכע וועג פארשטייט זיך, אבער קוקט אויס ער נישט געווען גענוג קלוג צו כאפן אז אמאל דארפן מען טוישן די פלאן ווען דו ביסט אין די זאך אליינס, און נישט געכאפט אז די שאלה איז נישט די פלאץ פאר 'די לעצטע שאלה' צו פרעגן, און נאך בפרט ווען ער בעט א פריינדליכע שאלה.
נאך אלעס איז לכאורה איז עס נישט מעוות לא יוכל לתקון.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אפענע וועלט האט געשריבן:אלס א זייטיגע נאוט מוז מען זאגן א טורקס האט עס געמאכט, ער דרייט זיך שוין ביי ראליס פון אנפאנג קאמפעין און ווארט פאר די מינוט פון א געזונטן פאבליסיטי מאוו, דרייט זיך שוין אין וואשינגטאן פונעם אינאגורעישאן און ביי פרעס קאנפערענסעס, א.א.וו. איך האב מיך אלס געוואונדערט, וואס וויל ער?
און יעצט איז עס געלונגען, די עמי מיט טורקס' סטאקס שפרינגען יעצט ארויף אין די מיליאנען, זדשאב וועל דאן,

טורקס:
I wish Ken Bone would tell me how much longer these fifteen proverbial minutes will last. Cc/ @kenbone18

#SillyQuestionsIWantAnswered
עכט
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 06, 2015 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט »

איז מעגליך צו שיקן א אימעיל דירעקט צו טרקס?
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

ווען טורקס באקומט א נארמאלע תשובה, וואלט קיינעם נישט בייגעפאלן ער האט געפרעגט עפעס שלעכט.
.
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

זאגט ווער?
איך וואלט געהאט די זעלבע מיינונג נאר איך וואלט געזאגט אז דאך האט די פרעזידענט גענטפערט ווי אן עדאלט
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

סראלי האט געשריבן:אפילו טשעלסי קלינטאן נעמט זיך אן פאר טורקס

זי לויפט שוין פאר פרעזידענט...
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:סתם נייגעריג, טורקס באזוכט נישט דא אויפן וועלטל אמאל?

יעצט גייט ער שוין זיכער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

אן עמי קאווער פון Jan 11, 2012 למספרם
אטעטשמענטס
IMG_3292.JPG
ישראל אשר בך אתפאר
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

פארטראכטער האט געשריבן:טורקס איז יעצט געווען לייוו אויף פאקס, און ווי א קלוגע טראמפ פאנאטיקער, פארטיידיגט ער גאר די פרעזידענט אז ער האט גאר ארויסגענומען פון דעם אז טראמפ האט מוראדיג שטארק ליב אידן, אז סבאדערט אים מוראדיג שטארק ווען סדאכט זיך אים נאר אז מען באשולדיגט אים אין אנטיסעמיטיזעם....

נישט אלץ א קלוגע פאנטאטיקער; נאר ווי שטאלצער יוד האט פאראויס געזאגט:
שטאלצער יוד האט געשריבן:ער זעהט אויס צו זיין א בר דעת. ער פארשטייט קלאר די בילד פון די אנדערע זייט. ער רומט שטארק אויס דעם פרעזידענט אלץ א גרויסע אוהב ישראל.

ער גייט היינט ביינאכט זיין אויף פאקס. אפשר וועט די פרעזידענט עם דארט אויסהערן און איינזעהן די מיסאנדערסטענדיג און שלום על ישראל.

קען מען שוין אויף הערען מיט די "פאנאטישע" ביזנעס? "ביזט א טראמפ פאנאטיקער; ניין, די ביזט א אנטי טראמפ פאנאטיקער". ווען וועט מען שוין אויף הערען מיט די "נעים קאללינג"?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

סראלי האט געשריבן:אן עמי קאווער פון Jan 11, 2012 למספרם

מממ... ווייל אויב מען פרעגט טראמפ איבער אנטי-סעמיטיזם קען מען אים מאכן חלילה פאר א אנטי-סעמיט...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
פארטראכטער האט געשריבן:טורקס איז יעצט געווען לייוו אויף פאקס, און ווי א נארישע טראמפ פאנאטיקער, פארטיידיגט ער גאר די פרעזידענט אז ער האט גאר ארויסגענומען פון דעם אז טראמפ האט מוראדיג שטארק ליב אידן, אז סבאדערט אים מוראדיג שטארק ווען סדאכט זיך אים נאר אז מען באשולדיגט אים אין אנטיסעמיטיזעם....

ווי שטארק איך האס דעם טראמפ און ווי שטארק איך קוק אראפ די בלינדע טראמפ נאכשלעפער, האלט איך אז יעצט ווען די נאציאנאלע מידיע איז פאקוסירט אויף אים איז נישט די צייט אז ער זאל זיך ארויסצושטעלן קעגן טראמפ'ס היינטיגע נידרטרעכטיגע אויפפירונג.
בעסער וואלט געווען ווען ער איז אינגאנצן שטיל, וויל ער דאך פארט זיין אויף נאציאנאלע טעליוויזיע...

בלינדע טראמפ נאכשלעפער?

אפשר איז דיין "שטארקע" האס וואס ביזט מודה, מקלקלת את השורה?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

פלטיאל האט געשריבן:
סראלי האט געשריבן:אן עמי קאווער פון Jan 11, 2012 למספרם

מממ... ווייל אויב מען פרעגט טראמפ איבער אנטי-סעמיטיזם קען מען אים מאכן חלילה פאר א אנטי-סעמיט...

מען קען יעדען גוי מאכען פאר א אנטי-סעמיט.

בדוק ומנוסה
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מטעמים האט געשריבן:אלס א שטענדיגע ליינער פון טורקס און איינער וואס האט שטארק הנאה פון זיינע מעמוארען בין איך זייער דיספוינטעד אז ער האט נישט געקענט אויפקימען מיט עפעס בעסערס.

איך בין מלמד זכות אז ער האט זיך מן הסתם פארלוירען און דאס איז אים ערשט אינטערגעקומען, דרך אגב דער פרעזידענט דארף נישט גארנישט טוהן צו אנטיסעמיטיזעם, עס איז די נידריגע מידיע וואס האט אריינגעברענגט אנטיסעמיטיזעם אין די פארמעסט, טראמפ האט רעכט ער איז א עכטע יודען פריינט.

טראמפס אטאקע גיי איך נישט פארענטפערען, אבער עס איז זייער קלאר אז עס איז געוועהן א שעת חירום און אזוי זעהט א מענטש אויס ווען עס הערשט א חרון אף, און פאר די וואס האבען געוואלט הערן פון אים א ענטפער אזוי ווי וואשינגטאן-אבאמא זאלען ביטע צוריק גיין און נאכאמאל אפלערנען די עלעקשאן און פיינעלי נאכאמאל אנערקענען אז א גרויס טייל פון אמעריקע האט דאס מאל אנדערשט געוואלט.

זייער גוט געזאגט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

ביאור: דער דאטום פון די אויסגאבע איז אין יארע 2012 וואס דאן איז געווען א פרעזידענט מיטן נאמען אבאמא און די הלכה איז דאך אז אויב דער פרעזידענט הייסט 'אבאמא' איז נישט קיין פראבלעם צו רעדן פון אנטי-סעמיטיזם און אפילו באשולדיגן דעם פרעזידענט אלס אנטי-סעמיט...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

נישט קיין פראבלעם צו רעדען דא; יא א פראבלעם צו רעדען דארט (דאס איז דער חילוק); און ספעציעל אין די דארטיגע אומשטענדען ווי אנדערע האבען שוין ארויס געברענגט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ישלהוסיף האט געשריבן:די ערפארענדע ריפארטערס וואס זיצען ביי פרעזעדענטליכע פרעס קאנפרענסיס, געווענדליך האבען מיט זיך גרייט בעיקר דריי ערליי שאלות,
א) אויב ער איז דער ערשטע צו ווערן געפרעגט (וואס דאס לייגט אראפ כעין א יסוד, ער שטעלט דעם טאון, און ווי אויך שטעלט דער מאוד פונעם פרעזעדענט)
ב) אויב ער וועט געפרעגט אינדערמיט (וואס זיין שאלה קען ווערן פארלוירען ציווישען אלע אנדערע שאלות, אדער פארקערט זיין שאלה ווערט א גאנצע עסק)
ג) אויב ביסטו דער לעצטע צו פרעגען (בדרך כלל וועט דער פרעזעדענט זאגט 'אקעי איין מער שאלה"), דאן וועט א ערפארענדע ריפארטער פרעגן אינגאנצען עפעס אנדערש (ווי לדוגמא "ווי אזוי טעיסט די עסן פון דער ווייסע הויז" וכו'), על אחת כמה וכמה ווען ער זאגט בפירוש ער זוכט א 'פרענדלי' שאלה.

דא, טורקס איז אומשולדיג, ווען ער וועט אנגעוויזען אינמיטן דער פרעס קאנפרענס דאן מאכט זיין 'שאלה' זייער גוט סענס צו ווערן געפרעגט, אבער זיין טעות איז געוועהן אז דער פרעזעדענט האט קלאר געזאגט ער וויל ענדיקן ועוד בפירוש געזאגט אז ער זוכט א 'איזי' שאלה, בכהאי גוונא וואלט טורקס געדארפט אפלאזען זיין אנגעגרייטע שאלה בנוגע 'אנטסימיטיע' (וואס איז גאנץ א רעכטע שאלה צו ווערן געפרעגט) און ער וואלט געדארפט פרעגן א שאלה וואס פון דעם איז משמע ווי כאילו ער נעמנט זיך שטארק אן פאר דער פרעזעדענט און גיבט איהם גאר חיזוק. בפרט נאך אזא לאנגע אנגעצויגענע פרעס קאנפרענץ.

אויך זייער גוט געזאגט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:
אויבער-חכם האט געשריבן:לאמיר לייגען טורקס איבערקערניש אין א זייט אין דורך שמיסן די עצם פרעס קארנפרענס.
אסאך מער וויכטיגער ווי די ליעקס צו די מידיע, אסאך מער ווי די נייעס מיט רוסלאנד אדער פין טראמפ טיעם איבערקעריניש, איז צו טראמפ ווייסט די חילוק פין אמת אין שקר פין א זאך וואס איז געשען אין א זאך וואס ער וויל עס זאל געשען.
לאמיר נעמען אפאר זאכן וואס טראמפ האט יעצט געזאגט ביים קאנפרענס, דוגמא איינס, אז ער האט געוואנען די מערסטע עלעקטורל וואוטס זייט ראנולד רעיגן, די פאקט איז אז, דאס וואלט געווען אמת אויב מ'רעכנט נישט אריין ביידע אבאמא'ס געווינסן ביידע קלינטון געווינסן אין אויכט בוש,

דוגמא צוויי, אז עס איז געווען א זייער רואיגער עקזעקעטיוו ארדער אויף די אימערגרעשן בען, די פאקט איז אז אבער אז יעדער נארמאלע מענטש האט געזען די כאאס וואס דאס האט געטוען אין אמעריקע אדער איבער אין וועלט, קודם איז עס געווען נישט גרין קארדס נאכדעם יא, זיין אייגענע רייעלי האט געזאגט אז עס געווען א טעות ווי אזוי עס איז באהאנדעלט געווארן.

דוגמא דריי, אז עס איז געווען פינעף מיליאן אליגעלס וואס האבן געוואוט פאר הילערי, לאמיר זען א מינוט, עס איז דא אין אמעריקא לויט די רוגירונג עלעף מיליאן איליגעלס, קומט אויס אז כמעט פיפציג פרעצענט האבן זיך געריסקט צו גיין וואוטן נאר פאר הילערי ווען מ'נעמט אין אכט אז בערך 55 פערצענט פין גאנץ אמעריקא איז געגאנגן וואוטן, אין אז די ריבובליקאנער האבן געווינען די סענעט אין קאנגרעס מיט די אלע איליגעלס, אתמהה

באראק אבאמא ביל קליטון ראנעלד רעיגן אין מסתם יעדע פאליטישען האט אמאל געספינט נייעס וואס זאל זיין לטובתו, אבער טראמפס שקרים נישט נאר עס טוט אים גארנישט אויף נאר עס מאכט אים שאדן, וועם גייט אן וויפיל מענשען ער האט געהאט ביי די איינשווערינג, וועם גייט אן צו עס האט יא גערעיגנט ביי זיין דרשה צו נישט, וואס האט אים אויסגעפעלט צו זאגן אז עס איז געווען פינף מיליאן וואטערס פראוד, קיין איין נאמאלע מענטש גלייבט עס ממילא נישט.
יעדער האט געוויסט אז הילערי האט געוואונען די ערשטע דיבעיט אחוץ טראמפ, קיינער האט נישט געהאלטן אז א ווען ריפורטער וואס האלט א פען האט אויסגעקוקט ווי א באמבע אחוץ טראמפ, יעדער האט געוויסט אז דז'אן מילער איז טראמפ אליין אחוץ טראמפ,

עס איז דא צווי מהלכים, אדער האט ער עפעס א באהאלטענע אינטערעס צו פארציילן פארן פאלק ליגענטס שמש כהצרים וואס קיינער גלייבט נישט אדער האט אונזער פרעזידענט האט א פראבלעם אז ער שפירט נישט קיין חילוק צווישען א זאך וואס איז געשען אין א זאך וואס ער וואלט געוואלט עס זאל געשען.
טראמפ האט געזאגט ביי די פריימעריס אז ער פיעלט אז ער איז געווען אין די מיליטערי אפילו ער איז קיינמאל געווען, איך האב געטראפן א שמיעס וואס טראמפ האט אמאל געהאט מיט א לויער Andrew Ceresney אין לאמיר דאס אראפ ברענגן כלשונו,
Ceresney: Let me just understand that a little. You said your net worth goes up and down based upon your own feelings?

Trump: Yes, even my own feelings, as to where the world is, where the world is going, and that can change rapidly from day to day ...
איך מיין אז דאס ברענגט גאר שטארק טראמפס מהלך המחשבה, דאס איז די סיבה פארוואס ער זעהט קיינמאל א חיסרון אין אים אדער אז ער האט געמאבט א טעות ווייל ער לעבט אין עולם הפיעלינגס....

זייער גוט ארויסגעברענגט אונזער פרעזידענט

אבער עס קומט נישט דא אריין; נאר צו פארדריייען די נושא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4855
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

אויסגערעכנט האט געשריבן:דער טורקס האט גראדע זייער נארמאל געפרעגט און טראמפ האט נישט פארשטאנען, ממילא האט ער אזוי גענפערט.

סי ען ען האט צו געכאפט צו די מעשה און עס גוט פראפעגאנדירט, האט זיך טורקס אויפגעשטעלט אויף פאקס מסביר זיין אז ער האט גארנישט געמיינט, און געזאגט קלאר אז אידן האלטן נישט אז טראמפ איז א אנטיסעמיט, ער האט זייער גוט געטון ווייל טראמפ וועט הערן וואס ער האט באמת געוואלט פרעגן, און פארשטיין אז דער האט אים נישט אטעקירט אין די וועלט אריין.

א קרישקעלע אין די זייט:
מושי לאקס איז בעל הבית פון די עמי, און טוט אויך ביזנעס מיט איוואנקע טראמפ, סאו איך גלייב אז מושי וועט זיך אנטשולדיגן פאר איוואנקע פאר די טעות און עס וועט צוריקומען צו טראמפ, ‏‏און עס וועט ווערן שלום צווישן עמי-טורקס און דעם פרעזידענט.

שרעקעדיג וואס דו זאגסט מיט אזא גלייכגילטיגקייט, ס'איז שוין געווארן די נארמע אז מ'טאר נישט פרעגן שווערע פראגע'ס פון טראמפ, און אויב יא דארף מען עם איבער בעטן. דא איז א ריכטיגער רעזשים מיט הייסע סאמפאטיקער וואס שטיפן זיין וואגן און רייסן אראפ יעדעם וואס פרעגט שווערע פראגע'ס, און יעצט דארף שוין לאקס איבער בעטן טראמפ ווייל זיינס א ריפארטער האט געפרעגט א הייסע פראגע פונעם פירער.

סעד.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

פלאחותיך האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
טראבל מעיקער האט געשריבן:יואל אשר לאבין שרייבט אויף טוויטטער

JakeTurx you were great, you did your best, zayde was tired and in a bad moods. Zayde's, you know...

:lol:

אה, זייער גוט, יעצט האט יואל אשר גוט אריינגעפליקט דעם משוגע'נעם טראמפ און נאך אין פאבליק! יעצט ווער ער זיך נישט וואגן זיך אנצוהייבן מיט מיר וויל ער ווייסט שוין אז איך האב א בלוטעדיגע פאסיק!

רבוש''ע, דאס זענען אונזערע עסקנים?!?!? יונגעלייטלעך וואס שפילן מיט אידיש בלוט פאר זייערע פאליטישע מיינונגען (ניטאמאל אינטערעסן ווייל ער פערזענליך גייט גארנישט פארדינען פאליטיש דערפון.)?!?!? דו ווייסט וואספארא כח דער אמעריקאנער פרעזידענט האט?!? דו ווילסט אים צווינגען צו ווערן אן אנטיסעמיט?!?!?!?


זעהט אויס אז טראמף איז נישט פון יואל אשר'ס פאלאויערס אויף טוויטער, ווען יא וואלט ער מסתמא נישט געשריבן אזוי


אה האסט מיר בארואיגט. אמער, ווען טראמפ וועט וועלן זעהן וואס די רעאקציע אין די אידישע גאס איז, וואס איינס פון וועגן דאס מברר צו זיין - עכ''פ פאר טראמפ וואס איז זייער אקטיוו אויף טוויטער - איז צו זען וואס די גרויסע אידישע מוילמאכער (ד.ה. די מיט אסאך פאלאוערס) האבן צו זאגן, וועט ער נישט האבן קיין שום וועג צו וויסן וואס דער מטורף האט געשריבן ווייל ער איז נישט פון זיינע פאלאוערס...

עס איז שוין צייט יואל אשר און אנדערע 'עסקנים' (ווי י.כ.) זאלן אנערקענען עס איז א שפיל מיט פייער און אויפהערן שפילן פאליטיק אין די גוי'אישע גאס (אין די אידישע קענסטו זיך שטעלן אויפ'ן קאפ, עס גייט מיר - און טראמפ - גאנץ ווייניג אן וואס ער שרייבט אין דער שטערן. אבער זיי זאלן אויפהערן זיך צו רייצן מיט פאליטיקאנטן בפרהסיא.)
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4855
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

און דער פינעווער איז נאך פארנימען צו האקן אויף די מידיע בעת וואס ער האט געשריבן אזאנע העצערישע ארטיקלען קעגן אבאמא. א קליינע פיצי מח. אזא אמי דעקל, דאס איז זיך רייצן מיטן פרעזידענט נישט אזא פראגע וואו טורקס האט געפרעגט.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

אמביציע האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:דער טורקס האט גראדע זייער נארמאל געפרעגט און טראמפ האט נישט פארשטאנען, ממילא האט ער אזוי גענפערט.

סי ען ען האט צו געכאפט צו די מעשה און עס גוט פראפעגאנדירט, האט זיך טורקס אויפגעשטעלט אויף פאקס מסביר זיין אז ער האט גארנישט געמיינט, און געזאגט קלאר אז אידן האלטן נישט אז טראמפ איז א אנטיסעמיט, ער האט זייער גוט געטון ווייל טראמפ וועט הערן וואס ער האט באמת געוואלט פרעגן, און פארשטיין אז דער האט אים נישט אטעקירט אין די וועלט אריין.

א קרישקעלע אין די זייט:
מושי לאקס איז בעל הבית פון די עמי, און טוט אויך ביזנעס מיט איוואנקע טראמפ, סאו איך גלייב אז מושי וועט זיך אנטשולדיגן פאר איוואנקע פאר די טעות און עס וועט צוריקומען צו טראמפ, ‏‏און עס וועט ווערן שלום צווישן עמי-טורקס און דעם פרעזידענט.

שרעקעדיג וואס דו זאגסט מיט אזא גלייכגילטיגקייט, ס'איז שוין געווארן די נארמע אז מ'טאר נישט פרעגן שווערע פראגע'ס פון טראמפ, און אויב יא דארף מען עם איבער בעטן. דא איז א ריכטיגער רעזשים מיט הייסע סאמפאטיקער וואס שטיפן זיין וואגן און רייסן אראפ יעדעם וואס פרעגט שווערע פראגע'ס, און יעצט דארף שוין לאקס איבער בעטן טראמפ ווייל זיינס א ריפארטער האט געפרעגט א הייסע פראגע פונעם פירער.

סעד.


שרעקעדיג צו טראכן אז א יונגערמאןן מיט א קעפל אויף. פלייצעס האט א פראבלעם מיט דעם וואס א הייצחשער יונגערמאן וואס רעדט בשם כל ישראל זוכט נישט זיך צו רייסן בפרהסיא מיט'ן מאכטפולסטן וועלט פירער, און דיין פאליטיק לאזט דיר נישט טראכטן אז מיר זענען אידן אין גלותאוןמען דארף אכט געבן וואס מ'טוט.
(פאליטיש גערעדט ביסטו גערעכט, אבער פאליטיש וואלט ער זיך נישט איבערגעבעטן - והראי' אז קיין איין רעפארטער פון סי ען ען אדער עי בי סי האט נאכנישט איבערבעטן, נאר טורקס ווייל ער פארשטייט יא אז אלס חסידישער איד טראגט ער אן אחריות. קומט אויס אז דיין גאנצע כלומרש'טע פחד פאר דעם נייעם דקטאטאר האט נישט קיין הענט אין קיין פיס, כנהוג.)
לעצט פארראכטן דורך משהזוךמיר אום פרייטאג פעברואר 17, 2017 11:39 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

די זעלבע פראבלעם איז ווען אונזערע עסקנים נעמען זיך וויינען מיט קראקאדיל טרערן ווען א קליינע שגץ שרייבט א האקנקרייץ אין די שניי..... אונז דארפן זיך אביסל בארוהיגן....
איזי
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”