ברוך הטוב והמטיב - פריידיגע פאזיטיווע נייעס ביי כלל ישראל

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

ברוך הטוב והמטיב - פריידיגע פאזיטיווע נייעס ביי כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

כמעט טאג איין טאג אויס קום איך דא אריין זען אביסעלע נייעס, און וואס א טאג נאך א טאג ווערט נאר פארגרעסערט און פארלענגערט דער אשכול 'ברוך דיין האמת'.

וואלט זיך געקענט אנהייבן דאכטן אז אונזער הייליגער טאטע דער בורא כל העולמים שיקט אונז נאר אראפ צרות יגון ואנחה. ברויך מען זיך דאך אביסל מחזק זיין און זיך איבערשמועסן וואספארא גרויסע חסדים טובים מרובים דער געטרייער באשעפער אין הימל גיבט אונז אויף א טאגטעגליכן באזיס.

פון טיפן הארצן ברויכן מיר אויסשרייען יעדן איינציגן טאג: געלויבט ביזטו הייליגער טאטע אז דו האסט מיך געגעבן כח נאך א טאג אויפצושטיין און גיין אויף מיינע אייגענע פיס. אויף טריט און שריט האסטו מיך געטון באגלייטן מיט רחמים וחסדים, ווייל עס איז ביי מיר קלאר, אז אויב חלילה וחס דו וואלסט נאר כביכול אראפגענומען דיין השגחה פון מיר ח"ו אפילו אויף א טויזנסטעל פון א רגע, וואלט איך מער אויף די סכנות'דיגע וועלט נישט געקענט איבערלעבן.

אז מען טראכט נאר אריין פאר איין מינוט, זעט מען די גרויסע רחמים וחסדים מיט וואס דער הייליגער טאטע אין הימל באגלייט אונז אויף יעדן טריט. אדרבא, קוקט אייך נאר איינמאל אביסל נאך, וויפיל מאל זענט איר אריבערגעלאפן די גאס יאגעדיגערהייט, און נישט קיין סאך האט געפעלט אז א ווילד פארענדיגער קאר זאל אייך ח"ו שעדיגן. וויפיל מאל פארמיידט איר א סכנה פאר אייער קינד אדער הויז וואס איר מערקט אפילו נישט, אבער אויב זאלט איר נאר א מינוט אריינטראכטן וואס עס וואלט ווען געקענט פאסירן וואלט איר נישט אויפגעהערט צו אפגעבן שבח והודי-ה פארן הייליגן באשעפער.

דעריבער, בכדי מיר זאלן פון די זאכן נישט פארגעסן זיך פארקוקנדיג כסדר אויפן 'ברוך דיין האמת' אשכול, טו איך עפענען דעם 'ברוך הטוב והמטיב' אשכול, ווי עס וועט געמאלדן ווערן די נייעסן וואס זענען אין די קאטאגאריע בגלוי, כאטש כל מה דעביד רחמנא ווייסן מיר איז לטב עביד.

--------------

נעכטן האט א ריזן העלישער פייער אויסגעבראכן אין קרית יואל, ווי א גאנצער הויז האט געפלאמט. און ב"ה קיין איין מענטש, ווי אויך נישט קיין ארומיגע הייזער זענען געשעדיגט געווארן, ב"ה.

ברוך הטוב והמטיב.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איינער וואס פארמאגט קליינע קינדערלעך - אזוי ווי איך און רוב אדער אלע פון אייך - בלי עין הרע, קען יעדן טאג מאכן א "ברוך הטוב והמטיב"! דער "שומר פתאים" היט אונז און באשיצט אונז פון אלעם בייזן, נישט איין מאל א טאג קלער איך אז ווען נישט די ספעציעלע וואכזאמע אויג פון אויבן וואלטן מיר דאס נישט געקענט באווייזן, אויף קליינע קינדער ברויך מען דאך מיליאן אויגן זיי אפצוהיטן פון יעדע שעדליכע אביעקט וואס דרייט זיך אין שטוב אדער אויפן גאס, אפילו א דינע בענדל קען זיין אן אומגליק ח"ו, ווער רעדט נאך ווען א קינד לויפט אראפ אויפן ראוד (גאדער), השם ישמרנו.

לאמיר טאקע בעטן און האפן אז דער שומר פתאים זאל אונז אלע אפהיטן פון אלעם בייזן מעתה ועד עולם.
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2674
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

גערעכט יענטאאש, מ'דארף צו קוקען אויף די גוטע זייט פון דעם ליבן באשעפער, אבער לאמיר האפן אז דער עולם וועט זיך אפגעבן מיט שרייבן די טובות שבכל עת.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אודה ה' מאד בפי ובתוך רבים אהללנו - שומר פתאים ה'

איך וויל אפגעבן א שבח והודאה פארן רבוש"ע וועלכער האט געטאן מיט מיר א חסד של אמת, און אפגעהיטן מיין פיצל קינד פון א שרעקליכע סכנה וואס איך האב אפילו נישט געוואוסט אז עס עקזיסטירט.

אינמיטן טאג - ביים איבערפאקן דאס קינד - האבן מיר באמערקט אז א שטיק ראבער, בערך 1 אינטש אויף 1 אינטש, איז ארויסגעקומען פון דאס קינד'ס געדערים, דאס איז געווען אן אפגעריסן שטיקל פון א באלון וואס האט זיך צוקראכט נעכטן אינמיטן טאג, און מיר האבן ווייזט אויס נישט באמערקט אז דאס פיצל קינד האט דאס אריינגענומען אין מויל!

א סקרוך לויפט מיר אדורך אין די ביינער יעדע מאל באזונדער וואס איך קלער אריין אין די גרויסע נסים וואס השי"ת האט מיט אונז געטאן, עס איז איבריג ארויסצוברענגן וואס אזא שטיקל ראבער קען - חס וחלילה, פאר קיין שום אידיש קינד געדאכט - אפטאן שאדן פאר די אטעם פון א קליין קינד רח"ל, און מיר האבן ניטאמאל געוואוסט דערפון!

אילו פינו מלא שירה כים ולשונינו רנה כהמון גליו וכו' אין אנחנו מספיקים ארויסצוברענגן די הכרת הטוב געפילן פארן כל יכול, ויה"ר שכשם שעד הנה עזרוני רחמיך כו' אל תטשנו לנצח, עד עולם אמן.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איך וויל דאנקען דא דעם באשעפער ברבים, איך האב עטליכע חדשים צוריק, באקומען א טיקעט פארן רעדן אויפן סעלפאן אינמיטן דרייוון, (הגם איך פראביר געווענליך אכטונג צו געבן צו רעדן נאר מיט אן עירפאון, אבער איר ווייסט דאך אז יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל, און דאס איז געווענליך פונקט דעמאלטץ ווען דער פאליס ווארט דערויף.) איך בין געווען אין קאורט, און דער פאליס איז ברוך השם נישט אנגעקומען, און ממילא איז עס געווארן דיסמיסד.

איך האב פארן גיין אין קאורט אריין געלייגט א דאלער פאר ר' מאיר'ן.

איינער האט מיר געגעבן אן עצה אפצושטיפן די קאורט, ווייל אזוי פארדינט מען צייט, אן ס'קען זיך מאכן אז נאך א צוויי דריי מאל שטיפן זאל דער פאליס נישט אנקומען, איך האב אבער געטראכט אז אזויווי די קאורט דעיט איז אויסגעקומען אין אדר, גיי איך דאס נישט אפשטופן און זיך פארלאזט אויף די מאמר, (וואס איך געדענק נישט פונקטליך וואו ס'שטייט.) אז ווען מ'האט א דין מיט א גוי, זאל מען דאס פראבירן צו מאכן אין אדר, און ברוך השם אז מ'קען דאס פארציילן אין פריידן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ב"ה.

די גמרא איז אין מס' תענית (כ"ט ע"ב) אמר רב פפא הלכך בר ישראל דאית ליה דינא בהדי נכרי לישתמיט מיניה באב דריע מזליה, ולימצי נפשיה באדר דבריא מזליה.

ספרים הקדושים טייטשן דאס אויס אויפן מלחמת היצר, אז אדר קען מען אים גרינג בייקומען.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

און עס ווערט אויך מוזכר אין שולחן ערוך הלכות מגילה. עיי"ש, סארי כ'געדענק נישט פונקטליך דעם מקור.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

סאכדעס:
לפי זכרוני ווערט כלל נישט דערמאנט אין שו"ע דער חלק פון "ולימצי נפשיה באדר דבריא מזלי". וואס יא? אין סי' תקנ"א, בהל' תשעה באב, ווערט געברענגט דער ערשטער העלפט פון "בר ישראל דאית ליה דינא בהדי נכרי לישתמיט מיניה באב דריע מזליה".
נאכמער, די ערשטע העלפט משנה פון "משנכנס אב ממעטין" ווערט געברענגט אין שו"ע סי' תקנ"א, און די צווייטע העלפט משנה פון "משנכנס אדר מרבין בשמחה" ווערט כלל נישט געברענגט אין שו"ע.

כתבתי לפי זכרוני. ומכבד אני את מע"כ לעיין במקור הדברים, ולציין לפנינו המקור בהל' מגילה. ויישר כח למפרע.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

מעלת כבודו האט שוין צופיל זאכן אוועגעלייגט אויף די נעקסטע געלעגנהייט. אלזא, כעל עס מסתמא נישט האבן צייט אויפצוקוקען אין די נאנטע געלגענהייט. ווער עס וויל איז מכובד.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

צוליב דער שמועס וואס איך האב געהאט מיט קרעמער'ן, אין דער אשכול, האב איך מיך דערמאנט פון אטא די אשכול. דארטן, אין דעם צוגעצייכנטער אשכול, איז דער שמועס איבער א ווארט פון דעם מונקאטשער רב זצ"ל איבער דער פשט און אפטייטש פון "משנכנס אב ממעטין בשמחה". אזוי איבערגייענדיג די ווערטער פונעם מונקאטשער רב (נימוקי או"ח סי' תרפ"ו) באגעגן איך זיך טאקע מיט אטא דעם שמועס פון וואס מיר האבן גערעדט דא אין דער אשכול, אז הלמאי דער מחבר ברענגט נישט אראפ די הלכה פון משנכנס אדר מרבין בשמחה? ער ברענגט די קשיא בשם החתם סופר און דערויף דעם תי' פונעם חת"ס, אבער ער ווענד אפ דעם חת"ס תי' און בלייבט ביי די קשיא, עיי"ש.
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

איך האב זיך דא באקלאגט אז מיין פאדעלע איז מיר פארלוירן געגאנגען די וואך.
איצט, הייב איך אויף מיינע הענט צום בוכ"ע מיט דאנק (קען מען זאגן שקויעך?) אז איך האב עס ברוך השם געטראפן, גאנץ, געזונט און פריש.
הודו לה' כי טוב.
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

יענטאש, ישר כח פאר'ן מאכען אזא ערנסטען אשכול.

איך וויל זיך דא ברבים באדאנקען צום פאטער אין הימעל פאר'ן געבען געזינד פאר מיר און מיין הויז געזינד, פרנסה און נחת און אלעס וואס א מענטש מיז האבען.
זאלען מיינע אלע ידידים און לייענער דא וויסען אז איך נעם גארנישט לייכט. איך טוה אנערקענען את רחמיו וחסדיו המרובים.
די דריי מאל א טאג וואס איך זאג וכל החיים יודוך סלה וכו' זאג איך עס טייל מאל אביסעל כיפערדיג. שבת ביי נשמת פרוביר איך יא אינזין האבען ביי אילו פינו אבער לויבען האט נישט קיין שיעור.
לכן שרייב איך עס אראפ עס זאל פארבלייבען לאות ולזכרון אז איך טוה אנערקענען אין אלע חסדים פון וואס איך טוה געניסען פון קודשא בריך הוא 24 שעה א טאג.

הכותב וחותם מעומק חדרי לבבי למען כבוד שמו באהבה.
נאטורליך
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ברוך השם פאר דעם - פאר אלעם, היינט - און אלעמאל. שבכל יום ויום הו הטיב הוא מטיב הוא ייטיב לנו אמן סלה
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
געזונטהייט

גוטע נייעס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געזונטהייט »

זיך דרייענדיג דא לעצטנס, האב איך זייער הנאה פונעם פלאץ. איך דארף נישט אויסרימען אלע פרטים, יעדער ווייסט און זעט עס סיי ווי.

וואס איך האב געטראכט אז עס פעלט, איז אן אשכול פון פרייליכע נייעס. עס איז דא אן אשכול פון ברוך דיין האמת, זאל די זעלבע זאך זיין אן אשכול פון פרייליכע נייעס.

אלץ מתחיל וועל איך אנהויבן, און דער עולם זאל נאכפאלגן ווען איינער ווייסט פון עפעס גוטע נייעס.

ר' שלום רובאשקין איז ארויסגעלאזט געווארן פון תפיסה אויף בעיל. הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו. עד הנה עזרנו רחמיך, בעטן מיר ואל תטשנו לנצח, און זאל ארויסקומען זכאי בדין.

נעכטן האט א יונגערמאן פארציילט אין בית המדרש, אז די וואך זענען דריי פאר פעלקער וואס האבן געווארט א שיינע פאר יאר אויף קינדער, געהאלפן געווארן מיט צווילינגען. מזל טוב אסאך אידיש נחת.

נאר אויף שמחות.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ברוך השם. הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

צוזאמגעשטעלט "געזונטהייט"ס גוטע נייעס אשכול מיט אן אלטע הטוב והמטיב אשכול.
געזונטהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געזונטהייט »

ישר כח, נישט באמערקט.
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

איך האב היינט טועם געווען פיינע גוטע וויין לכבוד ימי הפורים הבעל"ט. ברוך הטוב והמטיב!
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

היימישע וויין! אליין פאבריצירט...
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

שיק מיר אביסל לאמיך אויס פראבירען (איך רעד מיך איין א איך פארשטיי צי וויין)
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מיין פינף יעריג אינגל איז איין נאכט געשלאפן מיט מיר.
אינמיטן וועק איך מיך אויף ווייל איינער שלעפט מיך, איך זע ווי מיינע ציצית זענען ארומגעדרייט דעם קליינעם'ס האלז און ער פרובירט עס אראפשלעפן ווייל ער האט נישט געקענט אטעמען.
אין שאק האב איך עס גלייך ארויסגעשלעפט פון ארום זיין האלז און אים בארואיגט.

הנה לא ינום ולא יישן שומר ישראל, בזכות מצות ציצית.
ברוך ה' יום יום.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

נו, ווי קען מען עס טועם זיין ?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

ביי מיר אינדערהיים.
זעה מיין אדרעס ביי מיין חתימה.
(ביטע רופט פאר איר קומט)
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אלעס פארשטיי איך
אבער וואס מיינט 20610?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

זיפ קאוד
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”