ספעשיל קאנסיל מולער'ס אויספארשונג - והמסתעף

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2696
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג פאברואר 16, 2020 12:41 am

rutledge האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:די זעלבע זשאק ווי "אביוז אף פאוער".. 'קעלושן' איז א שם הכולל, עס ווענדט זיך וואס די קעלושן איז געווען.

כווייס נישט וואסערע דזשאוק די רעדסט די ביסט צי קורץ און שארף פאר מיין שטייטע קאפ

די זשאוק אז אביוז אף פאוער איז נישט קיין קריים, ווען אביוז אף פאוער איז א ברייטער נאמען, ס'ווענצעך וואס עס איז געווען.
די זעלבע מיט קעלושן.
אימפיטשמענט האט נישט מיט א קריים, עס איז געמאכט ווען א פרעזידענט נוצט זיין אפיס צו טוען זאכן וואס hurt מענטשן
~גרעהעם אלס מענעזשער ביים קלינטאן אימפיטשמענט טרייעל

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1431
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 10:38 pm

לאל מען קען שוין נאכאמאל אויפנעמען מולער....

20200220_223227.jpg
20200220_223227.jpg (263.66 KiB) געזעהן 650 מאל

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2992
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » פרייטאג פאברואר 21, 2020 12:57 pm

פאריגע וואך דאנערשטאג האט די אגענטור וואס רופט זיך NI אדער DNI - דיירעקטאר פון נאציאלע אינטעלעדשזענס געגעבן אן אינטעלעדשזענס בריעפינג צו קאנגרעסס אינטעלעדשזענס קאמיטי, א זאך וואס די אגענטור ברויך צו טוען אלץ א חלק פון די רעגירונג איבערזיכט. יוסל מעגווייער, וואס דינט יעצט אלץ עקטינג דיירעקטאר פון נאציאלע אינטעלעדשזענס, א טראמפ אפוינטי פון ממש עטליכע חדשים צוריק, איינער וואס מ'קען נישט חושד זיין אלץ טראמפ קעגנער, האט פאראארדענט דעם רעפארט.

לויט ווי מ'גיט איבער האט די DNI געזאגט פאר קאנגרעס אז רוסלאנד איז העווי אקטיוו אין מעדעלן אין די קומענדע פרעזידענטליכע וואלן. זיי האבן אויך צוגעלייגט אז זיי פרובירן צו מאכן זיכער אז טראמפ ווערט רי-עלעקטעד! די רוסן טוען עקטיוולי 1) העקינג, 2) שטארק אקטיוו אויף סאשיעל מידיע, 3) און אטאקירן עלעקשאן קאמפיאטער סיסטעמען.

קאנגרעסמאן דעווין נונז, איז באלד געלאפן צו טראמפ מוסר קעצלען. טראמפ איז געווארן זייער אויפגעבראכט - ויקצף המלך מאד וחמתו בערה בו און ער האט פארשיקט יוסל מעגווייער מיט בושות - וכדי בזיון וקצף.

ריטשארד גערנעל, וואס האט געדינט ביז יעצט אלץ אמבסאדאר צו דייטשלאנד, איז געשטעלט געווארן אויפן פלאץ פון עקטינג פירער פון די DNI. ריטשארד גערנעל וואלט גלייכער געפאסט דעם אמט פון דיירעקטאר פון נאציאלע פראפאגאנדע, ווי איידער דעם טיטל דיירעקטאר פון נאציאלע אינטעלעדשזענס, ער איז נאך א גרעסערער טראמפיסט ווי טראמפ אליין, ער איז נאך מער פויבסט'ליכער ווי דעם פויבסט, חוץ מזה, פארמאגט ער נישט קיין שום עקספיריענס אין אינטעלעדשזענס אנגעלעגענהייטן.

פלעש בעק, טראמפ ביי א פרעס קאנפרענס מיט פוטין אין 17: "דעי סעיד דעי טינק איטס ראשע, איי העוו פרעזידענט פוטין, היא דזשאסט סעיד איטס נאט ראשע, איי וויל סעי דיס, איידאנט סיע עני ריזען וויי איט וואלד בי".

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג פאברואר 21, 2020 2:40 pm

McGuire האט סייווי שוין געמוזט אפטרעטן, זייענדיג אן "עקטינג" דירעקטאר, שוין כמעט גאנצע 6 חדשים.

סא מעגליך די מעשה איז אויפגעבלאזן....

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2696
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג פאברואר 21, 2020 3:35 pm

גערעכט..

די שאלה נאר איז פארוואס אויפנעמען איינער וואס האט 0 עקספיריענס אין אינטעלעזשענס?...
אימפיטשמענט האט נישט מיט א קריים, עס איז געמאכט ווען א פרעזידענט נוצט זיין אפיס צו טוען זאכן וואס hurt מענטשן
~גרעהעם אלס מענעזשער ביים קלינטאן אימפיטשמענט טרייעל

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2696
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג פאברואר 21, 2020 3:37 pm

און אגב, לאמיר אויסלאזן קעלושן, אבער א פרעזידענט וואס דער דיקטאטור פוטין טוט אלעס אין די וועלט אים צו האלטן ביים בענקל, וואלט איך בכלל נישט געוואלט.

ווער רעדט נאך אז ווען מען נוצט די אייגענע קאמען סענס, קומט מען צום אויספירן אז פוטין טוט נישט מעדלען "סתם אזוי", נאר האט גוטע סיבות פארדעם..
אימפיטשמענט האט נישט מיט א קריים, עס איז געמאכט ווען א פרעזידענט נוצט זיין אפיס צו טוען זאכן וואס hurt מענטשן
~גרעהעם אלס מענעזשער ביים קלינטאן אימפיטשמענט טרייעל

עציץ נקוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » פרייטאג פאברואר 21, 2020 3:50 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:און אגב, לאמיר אויסלאזן קעלושן, אבער א פרעזידענט וואס דער דיקטאטור פוטין טוט אלעס אין די וועלט אים צו האלטן ביים בענקל, וואלט איך בכלל נישט געוואלט.

ווער רעדט נאך אז ווען מען נוצט די אייגענע קאמען סענס, קומט מען צום אויספירן אז פוטין טוט נישט מעדלען "סתם אזוי", נאר האט גוטע סיבות פארדעם..

ער דארף אים נישט האבן אלס פרעזידענט ער טוט עס צו אנזייען כאאס (אין 2016 האט ער געארבעט אנצודרייען אויף ביידע זייטן) און אפשר גאר טאקע אנצודרייען קעגן פרעזידענט טראמפ

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6259
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג פאברואר 21, 2020 4:07 pm

:lol: מיט סאנדערס אויפען טיקעט וועט א ודאי ראשע טוישען פון טראמפ צו סאנדערס
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6444
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מוצ"ש פאברואר 22, 2020 7:22 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:און אגב, לאמיר אויסלאזן קעלושן, אבער א פרעזידענט וואס דער דיקטאטור פוטין טוט אלעס אין די וועלט אים צו האלטן ביים בענקל, וואלט איך בכלל נישט געוואלט.

פארוואס? אויב האט רוסלאנד בענעפיטן פון אים טאר ער אים שוין נישט וועלן? און אויב ער וויל, טארסטו נישט? זיי מיר מסביר די קאממאן סענס פון דעם.

ואגב, וואס איז דיין פראף אז ער טוט אלעס אין דער וועלט אים צו האלטן ביים בענקל?
ווער רעדט נאך אז ווען מען נוצט די אייגענע קאמען סענס, קומט מען צום אויספירן אז פוטין טוט נישט מעדלען "סתם אזוי", נאר האט גוטע סיבות פארדעם..
איך גלויב אז האסטו א גוטע קאממאן סענס וואלטסטו זיכער באוויליגט אונז מיטצוטיילן מיט זיי, כדי מיר זאלן אביסל מער אנפילן אונזערע ליידיגע קעפעלעך, נו לאמיר הערן.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6444
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מוצ"ש פאברואר 22, 2020 7:23 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:גערעכט..

די שאלה נאר איז פארוואס אויפנעמען איינער וואס האט 0 עקספיריענס אין אינטעלעזשענס?...

אלא מאי?

#סקאנדאל
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6444
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מוצ"ש פאברואר 22, 2020 7:23 pm

דממה דקה האט געשריבן:McGuire האט סייווי שוין געמוזט אפטרעטן, זייענדיג אן "עקטינג" דירעקטאר, שוין כמעט גאנצע 6 חדשים.

סא מעגליך די מעשה איז אויפגעבלאזן....

שכח פאר'ן ברענגען נייעס פון דעם עולם הרעאליטי.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: MCITP, Of course, אהבת השם, בלי לחץ, שטיל און 51 געסט