ספעשיל קאנסיל מולער'ס אויספארשונג - והמסתעף

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג מארטש 29, 2019 2:47 pm

אמביציע האט געשריבן:קעלוזשן איז א פאקט וואס אינז אלע האב מיר מיטגעהאלטן

אינטערעסאנט אז יעדער האט עס מיטגעהאלטן חוץ מולער
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלף
תגובות: 1666
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

תגובהדורך יעך'בין שוין גרויס » פרייטאג מארטש 29, 2019 2:50 pm

איז נישט שיף געווען דער וואס האט גענומען א קאלל פון א פרעקנסטער וואס האט זיך אהערגעשטעלט ווי א רוסישע און געאפערט שמיץ אויף טראמפ?

עולם הפוך ראיתי קאלאודערס למעלה...
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג מארטש 29, 2019 3:13 pm

אמביציע האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
עניוועי, ס'קומט באלד ארויס די ריכטיגע מולער מעמאו'ס און דארט גייט זיין פיינע סורפרייזעס, וואס באר האט געטאן איז אז ער האט געמאכט אז אין עטליכע וואכן ארום גיין די רוסישע מעשה ווייטער פלאקערן אויפן העכסטן גראד

אינז דארף מיר די מולער ריפארט נישט די באר ריפארט

לאמיר עס יעצט אראפנאגלען: אויב ווען די מולער רעפארט שטייט נישט קיינע פון דיינע סורפרייזעס וועסטו פיינעלי מודה זיין אז ס'נישט געווען קיין קעלוזשען, אדער מען וועט דארפן שטעלן א ספעשל קאונסיל אויף דעם קארופטירטן מולער וואס האט ריינגעוואשן זיין בוזעם פריינט טראמפ?

קעלוזשן איז א פאקט וואס אינז אלע האב מיר מיטגעהאלטן, ער דארף מיר דאס נישט אויפווייזן, קען זיין אז מ'קען עם נישט אנקלאגן, אבער קלוזשען איז געווען. מר שיף האט עס נעכטן הערליך איבערגעגעבן

זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער קיין שום סעלף רעספעקטינג שרייבער וואלט נישט געטון וואס דו טוסט די לעצטע פאר חדשים: איבערקייען טויזנט מאל אז עפעס איז א פאקט, און ווען מען פרעגט אים קשיות איז דער ענטפער: קענסטעך הענגען, איך האב אפגעמאכט אז סיז א פאקט. אויב קעלוזשען איז טאקע אזא פאקט ווי דו לייגסט עס אראפ, וועל איך דיר בעטן (נישט די ערשטע מאל און נישט די צווייטע מאל די לעצטע פאר וואכן אליין) זאלסט מוחל זיין און איינמאל פאר אלעמאל קלאר אראפלייגן דיין שטעלונג:
1) איז געווען קרימינאלע קעלוזשען צווישן די טראמפ קאמפיין און די רוסישע רעגירונג?
2) איז געווען קעלוזשען צווישן די טראמפ קאמפיין וואס איז יא לעגאל?
3) אויב די ענטפער אויף שאלה 1 אדער 2 איז יא, וואס גענוי איז געווען די קעלוזשען (נישט קאוד ווערטער ווי 'טראמפ טאוער', נאר שרייב געהעריג ארויס די מעשה, מעג אויך זיין בקיצור.


איך האף אז דו וועסט מיר העלפן צוריקשטעלן דיין אנזען ביי די ליינער מיט'ן ענטפערן נארמאל, אנשטאט דיין ביז יעצטיגע מהלך פון דערקלערן , 'איך האב געזאגט אז סיז א פאקט, און אפי' די מציאות ועט מיר פאטשן אין פנים וועל איך נישט טוישן מיין מיינונג.'
Innocent until proven Republican

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5077
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג מארטש 29, 2019 3:26 pm

SPUSMN האט געשריבן:וואס מיינט קעלוזשן?


געשריבן באלד 3 חדשים צוריק:

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:עטליכע דעמעקראטן אין וואשינגטאן האבן די לעצטערע צייט אנגעהויבן זינגען א נייע ניגון, אז די מוללער ריפארט, ווען עווער ס׳גייט איבערגעגעבן ווערן פאר די DOJ זאל די ׳ארגינעלע באריכט׳ ווערן ארויסגעלייגט פובליק, אהן ווערן געעדיט.

בארר, טראמפ׳ס עפוינטי פאר AG איז די וואך ביי זיינע הירינגס אינעם סענאט פארענט פונעם דזשעדישערי קאמיטי עטליכע מאל געפרעגט געווארן איבער דעם.. ס׳ווערט אראפגעלייגט אויף א אויפן ווי כאילו די טראמפ אדמיניסטראציע האט געמאלדן אז זיי פלאנען צו עדיטן די מוללער ריפארט, וואס איז נישט ריכטיג. ביידע זייטן מאכן אבער סענס, ד״ה, ס׳איז פארהאן סברות פארוואס די טראמפ אדמיניסטראציע זאל עס ווילן עדיטן, און ס׳איז פארהאן סברות פארוואס די דעמעקראטן ווילן דייקא זעהן א ארגינעלע ריפארט.

סאיז כדי אויסצושמועסן עטליכע כללים וואס איך זעה פאר ארום דעם מוללער פארשליסונג סטעיטמענט, און אזוי צוקומען צום ווארט.

קודם כל, ראבערט מוללער קען זייער זייער גרינג זיכער מאכן אז אויף זיין ריפארט זאל שטיין אז ס׳איז געווען ׳קאלאזשן׳. פאר צוויי סיבות.

ערשטענס, ווייל קאלאזשן איז נישט קיין קריים, און אז ס׳איז נישט קיין קריים האט עס נישט קיין באשטומטע גבולים. ס׳הייסט אז אויב מוללער טרעפט א פאון קאָל ערגעץ דורכאויס די צוויי יאר פונעם טראמפ קאמפיין סייקל, ווי עימיצער רופט אן א רוס אים בעטן א גוטע רעסעפי פאר פיצאַ, דאס הייסט שוין ״קאלאזשן״. ווייל ס׳איז א לינק צווישן די קאמפיין מיט רוסן.

והשינית, אין אזא פאל וועט מוללער ניטאמאל הייסן א אכזר אויך נישט, ווייל ס׳איז דאך נישט קיין קריים, סוי קיינער ווערט נישט אנגעקלאגט [אויף די קאלאזשן], ס״ה איז עס א ריפארט אויף עפעס וואס מ׳האט אים געשטעלט. נו, וועם באדערט א באריכט אז כ׳האב געטראפן קאלאזשען?

און פארוואס זאל ער זיכן צו טאן אזאנס? זייער פשוט, ווייל ער איז אויף דעם געשטעלט געווארן! זיכן פארבינדונגען צווישן די טראמפ קאמפיין און רוסלאנד! ממילא, אויב שטייט אויף זיין ריפארט אז ער האט געטראפן א ״לינק״ איז ער מעכטיג. [אפילו ס׳איז א לצנות פארבינדונג].


אבער לאמיר זאגן מוללער ענדיגט אז איינער פון אינערהאלב די טראמפ קאמפיין האט יא קעלודעט אויף א מער ערענסטע פארנעם [אויך נישט קיין קריים, חוץ אויב זיי האבן געהאט שייכות מיט די DNC העקינג, דאס איז אבער ווארשיינדליך נישט די קעיס], און לאמיר מאכן א משל. מענעפארט האט פראבירט זיך צו אינטערסירן אויב ס׳איז פארהאן עימיצער א רוס וואס האט עקסעס צו קלינטאן שמיץ.

און אזא פאל וועט די דעקונג שטייצעך זיין מער געדעכט נעגעטיוו, דאס גייט אבער נישט אנשרעקן די טראמפ׳סטערס, ווייל די האסט מיר נאכאלטס נישט געברענגט עפעס זאכליך צום טיש. די FBI אקציעס קעגן טראמפ קען זיך נאכאלטס נישט פארמעסטן מיט אזא פיצי סאו_קלאד קאלאזשען. [וואס ווי געזאגט איז אזאנס פאר מוללער די והותר]. ובפרט ווען די קאמפערסט עס צו די מיסברויכן דורך די קלינטאן קאמפיין, דורך אהערשטעלן די דאסיע..


לאמיר גיין א טריט ווייטער, אויב ענדיגט מוללער אז עימיצער אינערהאלב די טראמפ קאמפיין האט יא באגאנגען קאלאזשן אויף א גרויסע פארנעם [למשל, זיי האבן שטענדיג באקומען אפדעיטס, און מיטגעהאלטן די די וויקי_ליעק אקטיוועטעטן, וואס איז אויך נאכנישט א קריים, אבער] וואס איז א ערענסטע בושה אז א אמעריקאנע פרעזידענטליכע קאנדידאט׳ס קאמפיין זאל אזאנס טאן, גייט מען נישט קענען עדיטן די ריפארט! ווייל ס׳גייט נישט העלפן נידערן די נעגעטיווע כ׳וואליע וואס געיט נאכפאלגן, פארקערט, די מידיע גייט שוין א ניגון מיט צוויי טענער. קאלאזשען, מיט די ריפארט עדיטינג. [יעך האלט אבער אז דאס איז נישט די קעיס, און זיכער נישט א קאלאזשען וואס איז קאנפייעריג עגענסט די יו עס וואס איז א קריים!].


קיינער ווייסט נישט וואס מוללער גייט למעשה שרייבן אויף זיין קלאוזינג סטעיטמענט. ס׳איז אבער זייער מעגליך ס׳זאל יא שטיין אז ער האט געפונען קאלאזשען, ווייל ווי געזאגט זיכט ער צו ווייזן ער האט געפונען וואס מ׳האט אים געהייסן טרעפן, און ס׳איז נארמאל ער זאל אזוי וויל טאן. ובפרט ווען אין די זעלבע צייט קלאגט ער נישט קיינעם דערויף. איז אויב גייט מוללער טאקע אזוי אויספירן גייען די פארדארבענע FBI אגענטן וואס האבן באגאנגען קריימס, מיטן עפענען די אינוועסטיגעשן קענען שרייען זעעעעעעעעעעעסט?!?!?... און אזוי מכלוימרש באקומען א פעסס אויף זייערע שקאָצעריי, און קאנגרעס וועט האבן א גוטן תירוץ צו אויפברענגען אימפיטשמענט.

די אמת איז אבער להד״מ, די שקר איז צווייפאכיג. איינס ווייל נישט דאס האסטו געזיכט, און אפילו אויף די קרעעפּ_קאלאזשען מיט וואס מוללער פיינעלייזט האסטו נישט געהאט קיין עוועדענס. סוי א שגץ ביסטו ריגארדלעס!

סוי אין פאל מוללער שיקט אזא ריפארט פאר די DOJ מאכט עס שטארק סענס די טראמפ אדמיניסטראציע זאל עס וויל עדיטן, אדער עכ״פ ארויסלייגן זייער ריספאנס נאכפאר די מידיע האט א געלעגענהייט עס צו זעהן. און טאקע דאס איז די סיבה פארוואס די דעמעקראטן זיכן דאס זאל נישט פאסירן, ווייל זיי ווייסן אז ס׳איז שטארק מעגליך אז די ווארט קאלאזשען גייט זיין די איינציגסטע ווארט וואס גייט זיי מאכן העפּי.

נאך א נקודה. ראבערט מוללער וועט אפילו קענען שפילן אויפן צימבל מיט טראמפ, און שרייבן אין זיין ריפארט אז די קאלאשן האט נישט אפעקטירט די אויסגאנג פונעם עלעקשן, און אז זיין געווינס איז געווען קאנסטעטושענאל. אזוי שטעלט ער צו פאר טראמפ א ישקיני מיט פינקטליך אויף א גאלדענעם טאץ.


דערווייל קוקט אויס אז דאס איז טאקע די קעיס. נישט קיין קאנספעראציע קאלאזשן, און אוואדי נישט אויף א לעוועל וואס איז א פעדעראל קריים. מוללער קלאגט טאקע נישט, באָט ער האט זיכער צוגעשטעלט עטליכע דיני שטריק׳ס אויף וואס די דעמעקראטן וועלן זיך אנגאפן [איבערייסן גייצעכעס אין 2020]..

און דאס איז די מעגליכע פארוואס באר האט צוגעשטעלט א בריפינג, קודם צו געבן טראמפ די געלעגענהייט צו פייערן זיג. די קרעפּ קאלאזשען וויל פאלאו אפ לעירער מערצאשעם.
די קראך פון די פיקל.. יוי..

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » פרייטאג מארטש 29, 2019 3:40 pm

Think and Thank האט געשריבן:Note: dont know responses not shown


וואס זענט איר געבליבן שטיין,
קאנדאקטעד?
March 20-25
ווען איז באאר ארויסגעקומען?..

א גוטן אדר ב'.

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6425
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג מארטש 29, 2019 4:13 pm

אופּס... נישט באמערקט.

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6425
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג מארטש 31, 2019 12:35 pm

נב"ס / וואל סטריט דזשורנאל

אגב אין זעלבע אנקעטע איז טראמפ'ס אפראוועל אראפ פון 46-52 אין פעברואר צו 43-53 יעצט.
צוגעלייגטע
D2_fR2LXgAAGMIc.png
D2_fR2LXgAAGMIc.png (10.05 KiB) געזעהן 1748 מאל

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג מארטש 31, 2019 1:27 pm

אמביציע האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
עניוועי, ס'קומט באלד ארויס די ריכטיגע מולער מעמאו'ס און דארט גייט זיין פיינע סורפרייזעס, וואס באר האט געטאן איז אז ער האט געמאכט אז אין עטליכע וואכן ארום גיין די רוסישע מעשה ווייטער פלאקערן אויפן העכסטן גראד

אינז דארף מיר די מולער ריפארט נישט די באר ריפארט

לאמיר עס יעצט אראפנאגלען: אויב ווען די מולער רעפארט שטייט נישט קיינע פון דיינע סורפרייזעס וועסטו פיינעלי מודה זיין אז ס'נישט געווען קיין קעלוזשען, אדער מען וועט דארפן שטעלן א ספעשל קאונסיל אויף דעם קארופטירטן מולער וואס האט ריינגעוואשן זיין בוזעם פריינט טראמפ?

קעלוזשן איז א פאקט וואס אינז אלע האב מיר מיטגעהאלטן, ער דארף מיר דאס נישט אויפווייזן, קען זיין אז מ'קען עם נישט אנקלאגן, אבער קלוזשען איז געווען. מר שיף האט עס נעכטן הערליך איבערגעגעבן



ס'האט געדרויערט א טאג צוויי, כ'זעה אבער אז ביסט שוין געקומען צו זיך.. אמביציע איז בעק!! יע, מיר האבן דא אמביציע בעק אן סטעידזש לייוו ריפארטינג אן די לעיטעסט ברעיקינג ניוז אין די ראשען קאלוזשען סטארי..

גיי אן!! ווי לאוו יו!
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » זונטאג מארטש 31, 2019 1:57 pm

יש ברירה האט געשריבן:אופּס... נישט באמערקט.


כלל נישט דיין שולד, זיי מאכן זיכער איר זאלט דאס באמערקן ווען זיי וועלן.

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6425
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג אפריל 01, 2019 10:14 am

דזשודישיערי קאמיטע גרייט זיך צו שטימען מיטוואך פאר א סעפינע צו באקומען די פולע מולער רעפארט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5077
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג אפריל 01, 2019 10:16 am

פולע ריפארט איז טייטש אהן קיין מחיקות אינגאנצן?
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6425
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג אפריל 01, 2019 10:32 am

יא, אינאיינעם מיט די אנדערלייאינג עווידענס.

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 01, 2019 10:52 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פולע ריפארט איז טייטש אהן קיין מחיקות אינגאנצן?


נישט פארן פאבליק, פאר די קאמיטע.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:18 am

צל עובר האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פולע ריפארט איז טייטש אהן קיין מחיקות אינגאנצן?


נישט פארן פאבליק, פאר די קאמיטע.

צ"ל פאר די ליעקערס...
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג אפריל 01, 2019 2:20 pm

טראנספארט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פולע ריפארט איז טייטש אהן קיין מחיקות אינגאנצן?


נישט פארן פאבליק, פאר די קאמיטע.

צ"ל פאר די ליעקערס...

זיי גיען נישט שטימען צו סובפינען נאר צו אויטאריזירן דעם טשעירמאן נאדלער צו שיקן סובפינעס, מער א סטראשע ווי א עקטשועל מאוו

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך אפריל 03, 2019 8:23 am

פאר די אלע וואס האלטן אז באשולדיגן די FBI אין רידעקטן זאכן צו פארדעקן אביוס אף פאוער און פראטעקטן זייערע אגענטן, דזשעימס קאומי האט געזאגט אין אן אינטערוויו נעכטן אז די דעמאקראטן זענען בארעכטיגט מיט'ן מורא האבן אז באר וועט רידעקטן זאכן וואס קענען שעדיגן דעם פרעזידענט. דאס מיינט אז ער איז מודה אז ס'נישטא גארנישט וואס זאל זיי אפהאלטן פון רידעקטן פאר פאליטישע סיבות.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6425
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אפריל 03, 2019 9:45 pm

ניו יארק טיימס.

D3Q-SrpU0AEhhy1.jpeg
D3Q-SrpU0AEhhy1.jpeg (129.32 KiB) געזעהן 697 מאל


די רבי איז שוין נישט אין חדר, די ליעקס הייבן זיך אן...

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך אפריל 03, 2019 9:48 pm

ניוואדע זיי האבן דאך איבערגעלאזט דער בייעס נעבן טיר פארן ארויסגיין פון אפיס.
דער סערווער איז צו שנעל, ממילא ביטע זיכט נישט איצטע

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6425
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אפריל 03, 2019 9:54 pm

יעצט האבן זיי דאס אויפגעפיקט אויפן וועג ארויס הייסט :P

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6425
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 1:49 am

וואשינגטאן פאוסט באריכט בערך די זעלבע זאך עטליכע שעה נאך די ני"ט.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 9:02 am

ארויסגעקומען א קליפ פון דזשערי נאדלער ווי ער רעדט איבער די ספעשל פראסעקיוטער סטאר׳ס באריכט אין 1992 (ער האט נאך געוואויגן מיט אזא 200 פונט מער ווי היינט) זאגנדיג אז עס איז אנפעיר דאס ארויסצולייגן פארן פאבליק, און מיז ווערן געהאלטן סיקרעט ווילאנג מען שטעלט נישט איינעם זאל איבערגיין בלאט ביי בלאט און זען וואס עס איז פאסיג ארויסצוגעבן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 9:05 am

משא"כ יעצט?

ווואס וויל ער היינט ארויסגעבן פארן פאבליק?

סך הכל וויל ער אז קאנגרעס זאל באקומען "די גאנצע".
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 9:22 am

נאופ, ער רעדט פון ׳די אמעריקען פיפל׳.

און צווייטנס, ווען עס קומט צו קאנפידענשל סחורה פון די די או דזשעי, האט נאר דער טשעירמאן א קליערענס, די איבריגע קאמיטי מעמבערס זענען פונקט ווי מיר און דיר.

(גראדע רוב רעפאבליקאנע לאומעיקער׳ס זינגען אויך די טרענספערענסי ניגון, אבער זענען גרייט צו עקסעפטן מיט נויטיגע רעדעקשן׳ס, משא״כ נאדלער זאגט אז ער גייט איברדרייען די וועלט אויב עס פעלט איין שורה פון דארט)
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 9:28 am

אנאנעמיס סאורסעס פון אינסייד מאולערס טיעם זאגן אז די רעפארט איז מער נעגעטיוו פאר טראמפ ווי בארר האט עס אראפגעלייגט.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6425
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 9:42 am

יש ברירה האט געשריבן:וואשינגטאן פאוסט באריכט בערך די זעלבע זאך עטליכע שעה נאך די ני"ט.

א שטיקל פון די וואשינגטאן פאוסט
צוגעלייגטע
D3TiZSYWkAMiNt9.jpeg
D3TiZSYWkAMiNt9.jpeg (183.89 KiB) געזעהן 1288 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dim און 23 געסט