ספעשיל קאנסיל מולער'ס אויספארשונג - והמסתעף

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:26 am

מענעפארט איז נישט שונא נומער 1 אבער אויך נישט קיין אומשולדיגע קרבן

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6078
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:31 am

@פאליטיקלי קארעקט, מיין ערשטע תגובה איז געווען בעפארן אפליינען דיין גאנצע תגובה, יעצט זעה איך גאר אז די גאנצע אג פארענטפערונג פון פעידזש איז א ליצנות.. קוים לצור על פי צלוחיתו. און דאס צעבלאזט גאר ווי א זייפן בלאז..

בדו, האסט פארגעסן צו דערמאנען נאך א חלק.. מ'האט איר געפרעגט פארוואס זיי האבן נישט מודיע געווען פאר די טראמפ קאמפיין אז מאנכע דארט האבן מעגליך סוספישעס פארבינדונדען מיט רוסלאנד האט זי געענטפערט אז ס'איז נישט געווען קיין עווידענס דערויף אז מ'זאל עס איבערגעבן.. סארא פורים שפיל..

#בעתו ובזמנו
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:32 am

אויב די מענטשן האבן נישט די פאקטן דאן קען נישט דעמאקראטיע ארבעטן

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12637
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:33 am

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:בום!!!

ליסע פעידזש האט טועסטיפייט פארנט פון קאנגרעס אז די 'אינשורענס פאלעסי' וואס זי מיט שטרויזאק האבן זיך געטעקסט איבער א שמועס דערוועגן אין מעקעיבס אפיס האט געמיינט די רוסישע אינוועסטיגעישאן.

#דזשאוק
#קאווע_איינס_אזייגער_פארטאגס


פונקט פארקערט זי האט ארויסגעברענגט אז על אף אז עס האט געמיינט די 'רוסישע אינוועסטיגעישאן' האט דאס בכלל נישט געמיינט אז זיי האבן פרובירט אונטערצוברענגען דאנאלד נאר ממש דאס פארקערטע:

זי זאגט אזוי: עס איז געווען א דיבעיט ווי ערענסט מ'דארף נעמען בכלל די אינוועסטיגעישאן.

אויב איז דא א טשאנס אז ער קען נאך ווערן פרעזידענט און ער וועט האבן עקסעס צו סענסעטיווע אינפארמעישאן דארף מען עס נעמען מער ערענסט ווייל ער קען זיין א טרעט פאר נעשענאל סעקיאריטי, אויב אבער האט ער נישט קיין טשענסעס דאן דארף מען נעמען די אינוועסטיגעישאן לעס סיריעס.

דא קומט אריין די אינשורענס פאליסי:

איינער פון זיי האבן זיך אנגערופן אז אפילו יעצט זעט נישט אויס ווי ער גייט ווערן עלעקטעד פרעזידענט, דאך דארף מען דילן דערמיט ווי אן אינשורענס פאליסי פון א פערציג יעריגער מענטש וואס וועט געווענדליך נישט שטארבן אבער עס מאכט זיך אז עס געשעט.

וועגן דעם דארף מען עס אין יעדן פאל באהאנדלן ווי ער וועט געווינען דעם פרעזידענטסי.

בכלל האבן די רעפובליקאנער געהאלטן אין איין זאגן כסדר אז ליסע פעידז קאפעריריט און זי גיט איבער אויפרייסענדע אינפארמאציע, מיט נעכטיגע טרענסקריפטס זעט מען לא דובים ולא יער!

אלע באשולדוגינגען פון די רעפובליקאנער קעגן די עף בי איי צופאלן ווי א זייפן בלאז.

עס איז קלאר פון די טעקסטס וואס זיי האבען געמיינט, אז זיי דארפען צו גרייטען א פאר טרעפס וואס מען וועט ניצען אין דער פאל וואס טראמפ זאל געווינען.

אין א רעגיולער אינשורעס פאליסי איז "געלט" וואס מען צילט צו באקומען אין פאל איינער שטארבט ח"ו אינג. אין דער פאל אבער וואס נישט געלט איז דער ציל, נאר סטאפען איינעם איז דער ציל, איז צו אויף קומען מיט א טרעפ אים צו כאפען דער ציל פון די אינשורענס פאליסי, און דאס האט זיך געמיינט.

פארשטייט זיך אז ווען מען האט איר אויס געפרעגט האט זי געהאט גרייט דער פיינע פאלשע לויערישע תירוץ וואס מאנכע קויפען פאר גוט געלט און כאפען זיך צו אלץ דער לעצטע שטרוי, אבער לא מיניה ולא מקצתיה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6078
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:34 am

פיינע?.. לויערישע, דאס יא..

און דאס איז ביסיידס די אנדערע באמבעלעך ווי אז סטראק האט געוואלט אונטערברענגען טראמפ כדי זיך ארויפצושארן אויפן לייטער..
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:36 am

עס איז נישטא קיין געהעריגע ערקלערונג פאר די רחמנות וואס ער בעהט איצט און ער איז נישט גראד מיט מיר איצט

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12637
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:37 am

הכל הבל האט געשריבן:ווייסמאן פרובירט ארויסצוברענגן ווי געפערליך עס איז צו לאביאירן אומלעגאל פאר אן אויסלענדישע רעגירונג

דער עצם לאביאירען איז בכלל נישט קיין קריים ווי געשריבען. מיר האבען געהאט א פרעזידענט וואס איז זייער רייך געווארען פון אינפלוענס פעדלען, און קען מען דען זאגעו אז אלעס וואס ער האט געוטוהון איז געווען מיט ליגאלע לאביאיסטען? אוודאי נישט; ער האט זיכער געניצט וועמען נאר ער האט געקענט (און אלע זייענ קאנטאקטען אלס פרעזידענט) וואס קען לאביען פאר אים!
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך מארטש 13, 2019 11:38 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:38 am

הכל הבל האט געשריבן:עס איז נישטא קיין געהעריגע ערקלערונג פאר די רחמנות וואס ער בעהט איצט און ער איז נישט גראד מיט מיר איצט

פלען רשעות
לעצט פאראכטן דורך שקר אום מיטוואך מארטש 13, 2019 11:39 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:39 am

הבל ווי האלסטו דאס מיט?

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:39 am

מענעפארט האט געספינט פון אנהויב ביז די ענדע און פרובירט צו מאניפולירן די געריכט פראצעדורן

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12637
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:40 am

הכל הבל האט געשריבן:מענעפארט איז נישט שונא נומער 1 אבער אויך נישט קיין אומשולדיגע קרבן

ריכטיג, קיין גרויסע צדיק איז ער נישט; אבער דער סיבה וואס מען משפט אים יעצט איז נישט יושרדיג ווויל מען האט אים סעלעקטירט פאר זיין אויף טראמפס זייט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:41 am

ריכטערין גלויבט אבער יא זיינע היינטיגע צובראכנקייט ביים רעדן וועגן די ליידן וואס זיין פאמיליע גייט אריבער

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:42 am

געריכטן זענען איינע פון די ערטער ווי פאקטן זענען נאך רעלעוואנט (פליק פאר טראמפ?)

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12637
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:43 am

הכל הבל האט געשריבן:מענעפארט האט געספינט פון אנהויב ביז די ענדע און פרובירט צו מאניפולירן די געריכט פראצעדורן

בקיצור א געזינטע חברה'מאן. אבער נישט דערפאר פארמשפט מען יעצט; נאר פאר העלפען טראמפ.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:45 am

ברענגט ארויס אז עס איז נישט אן איזאלירטע אינצידענט נאר אן אנגייענדע לעבן פון אויסשפילן די סיסטעם

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:47 am

זאגן אנטשולדיגט וואס איך האב געטוהן צוליב וואס מען ווערט געכאפט ביי די מעשה איז נישט קיין שטארקע קעיס צו אפעלירן פאר רחמנות

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:48 am

אדרעסירט איצט די פארטיידיגונג מעמא אז מולער האט קיינמאל נישט באווייזן צן איבערצייגן קאלוזשען

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:49 am

שווער צו פארשטיין פארוואס אן אדוואקאט זאל דאס שרייבן

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:50 am

הרב שפוזמאן, ביטע גיי אן.

שכח הבל פאר די לייוו באריכטן.
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:51 am

קאלושזען איז נישט די קלאגע און איז נישט געווארן דעבאטירט אין די קעיס דעריבער איז אבסורד זיך צו אייסערן אז קיין קאלוזשען איז געווארן איבערצייגט

בר דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מיטוואך מארטש 13, 2019 12:01 pm

הכל הבל האט געשריבן:קאלושזען איז נישט די קלאגע און איז נישט געווארן דעבאטירט אין די קעיס דעריבער איז אבסורד זיך צו אייסערן אז קיין קאלוזשען איז געווארן איבערצייגט


ער טוט עס מסתמא צו באקומען די אויפמערקזאמקייט פון טראמפ, ער וועט קענען טוויטן אז די דזשאדש באשטעטיגט אז עס איז נישט אויפגעוויזען געווארן קיין קאלוזשען.
פארשטייט זיך ער האפט אז עס קען אים ברענגען נענטער צו א פארדאן.

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 13, 2019 12:02 pm

ריכטערין טוט איצט אוועקמאכן די אומשטענדן אונטער וועלכע מענעפארט זיצט איצט און ווי אזוי די פארטיידוגונגס האמערט דערמיט אומריכטיג צו געוואונען סימפאטיע
זי זאגט אז די טערמין "סאלעטערי" וואס זיי נוצן איינמאל און נאכאמאל איז טעכניש אומריכטיג און ער האט זיין אייגענע צימער מיט א פענסטער, ראדיו,צייטונגען, און טעלעוויזיע אןו קען ארויסגיין אינדרויסן פאר עטליכע שטונדן אין טאג

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 13, 2019 12:02 pm

ריכטערין עימי בערמאן דזשעקסאן שליידערט אריין פאול מענעפארט פאר 90 מאנאטן אין טורמע

משה בעלז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

תגובהדורך משה בעלז » מיטוואך מארטש 13, 2019 12:02 pm

D1jOSxBWwAA0auo-01.jpeg
D1jOSxBWwAA0auo-01.jpeg (286.15 KiB) געזעהן 236 מאל

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 13, 2019 12:02 pm

איבער 6 יאר


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א מוח, איד_איד, אמביציע, טרעף מיך, קהל עדתינו און 41 געסט