תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 7:09 pm
בקיצור, ערב די ענדע פון די מוללער אינוועסטיגעישען קומט ארויס FBI דעפיוטי דירעקטער מעקעב און איז מסביר פארוואס ער האט גע'עפענט די "אבסטרקשען אוו דזאסטיס" קעיס קעגען פרעזידענט טראמפ, און גע'עפעט א קאנטער אינטעלידזענס פראוב צו זעהן צו רוסלאנד האט געמאכט טראמפ פרעזידענט.
אז נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט געפייערט קאומי (וואס ער האט געהאט ליגאל אלע רעכטען דערצו); איז די גאנצע דיעפ סטעיט אריין אין שאק און געזעהן אז כלתה עליהם הרעה, און דער פרעזידענט וועט זיי נישט פארשווייגען פאר דער סטיעל דאזיער און פאר אלעס וואס זיי האבען געטוהן אים צו שטערען פון זיין פרעזידענט (וואס זיי האבען "נישט" געהאט קיין רעכט דערצו).
דער גאנצע טאפ ברעס פון די FBI און דיעפ סטעיט (זיי רופען עס נישט דיעפ סטעיט נאר "הייער לויעלטי") האבען געוויינט איינער צום צוויטען וואס טוהט מען? אומר ועושה זאגט ער, אז ער האט גלייך געלאונטשט דער קאנטער אינטעלידזענס פראוב און זיך גענומען צו ארויף קלעבען א "אבסארקשען אוו דזאסטיס" טשארדז אויפען פרעזידענט אז דער איינציגסטע סיבה וואס קען זיין אז ער זאל פייערען קאומי (דער ראש פונעם דיעפ סטעיט) איז נאר צו אבסטראקען דזאסטיס.
ער האט זיך געטראפען מיט ראזענשטיין (און דאכט זיך מיר סעשאן'ס) און פארגעהאלטען ראזענשטיין (מסתמא געגאנגען קולות) היתכן ער האט געטוהן וואס טראמפ האט אים געהייסען און געשריבען דער מעמא אז טראמפ פייערט קאומי פאר זיין אומיושרדיגע האנדלונג אין די קלינטאן אימעילס. ראזענשטיין האט זיך פאר אים פארענטפערט אז יא ער איז אריין געפאלען אין דער פרעזידענטס הענט. און וואס טוהט מען יעצט?
זייער פשוט, מען ווערט פטור פון דער פרעזידענט בכל אופן שהוא יעצט און פאר אייביג. שיסען אים האבען זיי געוויסט אז זיי קענען דאס נישט באווייזען אפילו דורך א דריטע פארטיי ווייל דער קלימאט אין אמעריקע וועט עס נישט אראפ שלינגען און עס פארשווייגען און פארשרייען אלס א קאנספירעסי. זענען זיי געפאלען אויף א המצאה; עס איז דאך דא דער 25'סטע עמעדמענט, וואס שטייט אז דער ווייס פרעזידענט מיט דער מעדזאריטי פון די קאבינעט קען באזייטיגען דער פרעזידענט (קען מען דאך מאכען א אומליגאלען coup דיעפ סטעיט סטייל).
ולא אחר הנער לעשות הדבר כי חפץ פטור צו ווערען פון טראמפ, און מען האט געציילט קעפ, מען האט צונומען יעדען איינעם אינעם ווייסען הויז אין קאבינעט און געציילט הלנו אתה אם לצרינו, צו קען מען רעכענען אויף אים צו צושטיין צום ווייס פרעזידענט אדער נישט (און אויפען ווייס פרעזידנעט וועלען זיי שוין ארבעטען ווען זיי וועלען שוין האבען די מעדזאריטי פונעם קאבינעט און אים שטעלען פאר דער נסיון פון זיין פרעזידענט); אבער אזוי ווי זיי האבען געזעהן אז זיי האבען נישט דער ווייס פרעזידענט מיט רוב קאבינעט, איז מען געגאנגען צום לעצטען וועג ווי אזוי פטור צו ווערען פונעם פרעזידענט און ריסטארען דער דיעפ סטעיט; און דאס איז דער מוללער פראוב און אימפיעטשמענט.
סעשאן'ס האט מען געזאגט וואס מעקעב זאגט קלאר אז "איך האב עכט מורא געהאט אז דער פרעזידענט איז א עדזענט פון ראשע", און מיט אזעליכע ווערטער און ענליכע צו סעשאן'ס אז דער פרעזעדינט איז א אנטי-פרעזידענט און א מאול (א פלענט) פון רוסלאנד, אמעריקעס "ארטש עדווארסערי" אין זיינע ווערטער, האט סעשאן'ס נישט געהאט קיין ברירה (גיין קעגען אמעריקע מיט די דיעפ סטעיט האט ער נישט געוואלט אויב עס איז דא איין פראצענט אז עס איז אמת) און האט זיך רעקיוזד דערפון (נישט צו שטיצען דער מוללער פראוב און נישט גיין קעגען דעם); און אנשטוטס אים האט ראזענשטיין געלאנטשט דער מוללער אינוועסטיגעישען ויצא העגל הזה און דער רעסט איז היסטארי, דא האלט מען.
דער עיקר קשיא איז דאס. ווי קענסטו באשולדיגען א פרעזידענט פאר טוהן א זאך וואס ער מעג ליגאל טוהן, אלס "אבסארקשען אוו דזאסטיס"? לאמיר שוין זאגען אז מוללער וועט פראדוצירען אלע טעלעפאן קאלס (און אינטערהער מאשינען) צווישען אים און זיינע געהילפען וואס ווייזט ווי אויף געברויזט ער איז אויף קאומי (און נישט דוקא צוליב די קלינטאן אימעילס), איז יעצט וואס? א האלב לאנד וועט ווייטער שרייען אז ער האט געמעגט טוהן וואס ער האט געטוהן, און א האלב לאנד וועט שרייען אז ער האט נישט געטארט און נישט געטארט געבוירען ווערען.
אלזא איז עס איין גרויסע צירקוס. מוללער גייט ארויס געבען א הויפען מיט דאקומענטען, אבער ווי האט יענער געזאגט אויף א גרויסע רעדנער, אז ער רעדט און רעדט און האלט געשפאנט דער עולם פאר 3 שעה אבער זאגט גארנישט. דא די זעלבע, מוללער קען פראדוצירען א הויפען מיט אינפארמאציע אבער זאגען וועט עס גארנישט. יעדער וועט זיך ווייטער האלטען בייי די זייעריגע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז