ספעשיל קאנסיל מולער'ס אויספארשונג - והמסתעף

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12395
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 5:42 pm

אין די פייסע ריקוועסט זאגען זיי אז:
Steele was a long time FBI source

אויך זאגען זיי:
the FISA application relied on Steele’s past record of credible reporting on unrelated matters

אין אנדערע ווערטער איז ער געווען זייערס א מענטש, און גע'אפערט זיינע סורוויסעס פאר די DNC למראית העין.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דאנארשטאג ינואר 17, 2019 5:52 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12395
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 5:51 pm

פעיק נוז האט געשריבן:דו ביזסט אויך אין די דיעפ סטעיט? גיב אלעס ארויס!

#טראנפערענסי

ווען איך בין דארט וואלט איך דאך געדארפט האלטען דאס מויל פארמאכט.

בעסערס ווי זיין דארט; מיר האלטען זיי שוין פארדעכטיגט יארען און האבען אויף געפיקט מיט די יארען גענוג צו מאכען א באשלוס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12395
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 5:57 pm

געטראפען אז:
Obama's CIA chief, John Brennan, was in Russia a few weeks before the first scandalous "Steele dossier" leaks

איינער האט מיר היינט געזאגט אז עס איז עפעס ארויס געקומען פינקטליך ווען ער איז דארטען געוווען; איין טאג בעפאר (איך געדענק נישט). קען עס איינער ביטע ברענגען.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דאנארשטאג ינואר 17, 2019 6:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12395
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 6:01 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:דאס איז א העדליין אויף סי ען ען, ביטע מיר שיקען א אישי אויב איינער זעט דא עפעס א קריים אדער אפילו סתם רעגלוער פאליטישע אקטיוועטי.

https://www.cnn.com/2019/01/17/politics ... index.html

Cohen says Trump directed him to pay for poll rigging

Washington (CNN)President Donald Trump's former "fixer" Michael Cohen said Thursday that he paid the head of a small technology company thousands in 2015 to rig online polls at "the direction of and for the sole benefit of" Trump.

Cohen was responding to a report in The Wall Street Journal that he paid John Gauger, the owner of RedFinch Solutions LLC, between $12,000 and $13,000 for activities related to Trump's campaign, including "trying unsuccessfully to manipulate two online polls in Mr. Trump's favor" and creating a Twitter account called "@WomenForCohen" that "praised (Cohen's) looks and character, and promoted his appearances and statements boosting" Trump's candidacy.
In making the claim, Gauger told the paper he wasn't fully paid for the work, though the Journal said Cohen was reimbursed $50,000 -- the amount the two originally agreed on for Gauger's services -- by the Trump Organization. Gauger, according to the paper, also received a boxing glove "worn by a Brazilian mixed-martial arts fighter" along with the cash payment.

זייער א סאך פאולס האבען אין זיך פאול-ריגינג; אבער געווענליך געפינט מען דערפון נישט אויס. די בעלי הפאולס האבען אויך אגענדעס; אמאל איז עס געלט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12395
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 6:02 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:עטליכע דעמעקראטן אין וואשינגטאן האבן די לעצטערע צייט אנגעהויבן זינגען א נייע ניגון, אז די מוללער ריפארט, ווען עווער ס׳גייט איבערגעגעבן ווערן פאר די DOJ זאל די ׳ארגינעלע באריכט׳ ווערן ארויסגעלייגט פובליק, אהן ווערן געעדיט.

בארר, טראמפ׳ס עפוינטי פאר AG איז די וואך ביי זיינע הירינגס אינעם סענאט פארענט פונעם דזשעדישערי קאמיטי עטליכע מאל געפרעגט געווארן איבער דעם.. ס׳ווערט אראפגעלייגט אויף א אויפן ווי כאילו די טראמפ אדמיניסטראציע האט געמאלדן אז זיי פלאנען צו עדיטן די מוללער ריפארט, וואס איז נישט ריכטיג. ביידע זייטן מאכן אבער סענס, ד״ה, ס׳איז פארהאן סברות פארוואס די טראמפ אדמיניסטראציע זאל עס ווילן עדיטן, און ס׳איז פארהאן סברות פארוואס די דעמעקראטן ווילן דייקא זעהן א ארגינעלע ריפארט.

סאיז כדי אויסצושמועסן עטליכע כללים וואס איך זעה פאר ארום דעם מוללער פארשליסונג סטעיטמענט, און אזוי צוקומען צום ווארט.

קודם כל, ראבערט מוללער קען זייער זייער גרינג זיכער מאכן אז אויף זיין ריפארט זאל שטיין אז ס׳איז געווען ׳קאלאזשן׳. פאר צוויי סיבות.

ערשטענס, ווייל קאלאזשן איז נישט קיין קריים, און אז ס׳איז נישט קיין קריים האט עס נישט קיין באשטומטע גבולים. ס׳הייסט אז אויב מוללער טרעפט א פאון קאָל ערגעץ דורכאויס די צוויי יאר פונעם טראמפ קאמפיין סייקל, ווי עימיצער רופט אן א רוס אים בעטן א גוטע רעסעפי פאר פיצאַ, דאס הייסט שוין ״קאלאזשן״. ווייל ס׳איז אבער א לינק צווישן די קאמפיין מיט א רוס.

והשינית, אין אזא פאל וועט מוללער ניטאמאל הייסן א אכזר אויך נישט, ווייל ס׳איז דאך נישט קיין קריים, סוי קיינער ווערט נישט אנגעקלאגט [אויף די קאלאזשן], ס״ה איז עס א ריפארט אויף עפעס וואס מ׳האט אים געשטעלט. נו, וועם באדערט א באריכט אז כ׳האב געטראפן קאלאזשען?

און פארוואס זאל ער זיכן צו טאן אזאנס? זייער פשוט, ווייל ער איז אויף דעם געשטעלט געווארן! זיכן פארבינדונגען צווישן די טראמפ קאמפיין און רוסלאנד! ממילא, אויב שטייט אויף זיין ריפארט אז ער האט געטראפן א ״לינק״ איז ער מעכטיג. [אפילו ס׳איז א לצנות פארבינדונג].


אבער לאמיר זאגן מוללער ענדיגט אז איינער פון אינערהאלב די טראמפ קאמפיין האט יא קעלודעט אויף א מער ערענסטע פארנעם [אויך נישט קיין קריים, חוץ אויב זיי האבן געהאט שייכות מיט די DNC העקינג, דאס איז אבער ווארשיינדליך נישט די קעיס], און לאמיר מאכן א משל. מענעפארט האט פראבירט זיך צו אינטערסירן אויב ס׳איז פארהאן עימיצער א רוס וואס האט עקסעס צו קלינטאן שמיץ.

און אזא פאל וועט די דעקונג שטייצעך זיין מער געדעכט נעגעטיוו, דאס גייט אבער נישט אנשרעקן די טראמפ׳סטערס, ווייל די האסט מיר נאכאלטס נישט געברענגט עפעס זאכליך צום טיש. די FBI אקציעס קעגן טראמפ קען זיך נאכאלטס נישט פארמעסטן מיט אזא פיצי סאו_קלאד קאלאזשען. [וואס ווי געזאגט איז אזאנס פאר מוללער די והותר]. ובפרט ווען די קאמפערסט עס צו די מיסברויכן דורך די קלינטאן קאמפיין, דורך אהערשטעלן די דאסיע..


לאמיר גיין א טריט ווייטער, אויב ענדיגט מוללער אז עימיצער אינערהאלב די טראמפ קאמפיין האט יא באגאנגען קאלאזשן אויף א גרויסע פארנעם [למשל, זיי האבן שטענדיג באקומען אפדעיטס, און מיטגעהאלטן די די וויקי_ליעק אקטיוועטעטן, וואס איז אויך נאכנישט א קריים, אבער] וואס איז א ערענסטע בושה אז א אמעריקאנע פרעזידענטליכע קאנדידאט׳ס קאמפיין זאל אזאנס טאן, גייט מען נישט קענען עדיטן די ריפארט! ווייל ס׳גייט נישט העלפן נידערן די נעגעטיווע כ׳וואליע וואס געיט נאכפאלגן, פארקערט, די מידיע גייט שוין א ניגון מיט צוויי טענער. קאלאזשען, מיט די ריפארט עדיטינג. [יעך האלט אבער אז דאס איז נישט די קעיס, און זיכער נישט א קאלאזשען וואס איז קאנפייעריג עגענסט די יו עס וואס איז א קריים!].


קיינער ווייסט נישט וואס מוללער גייט למעשה שרייבן אויף זיין קלאוזינג סטעיטמענט. ס׳איז אבער זייער מעגליך ס׳זאל יא שטיין אז ער האט געפונען קאלאזשען, ווייל ווי געזאגט זיכט ער צו ווייזן ער האט געפונען וואס מ׳האט אים געהייסן טרעפן, און ס׳איז נארמאל ער זאל אזוי וויל טאן. ובפרט ווען אין די זעלבע צייט קלאגט ער נישט קיינעם דערויף. איז אויב גייט מוללער טאקע אזוי אויספירן גייען די פארדארבענע FBI אגענטן וואס האבן באגאנגען קריימס, מיטן עפענען די אינוועסטיגעשן קענען שרייען זעעעעעעעעעעעסט?!?!?... און אזוי מכלוימרש באקומען א פעסס אויף זייערע שקאָצעריי, און קאנגרעס וועט האבן א גוטן תירוץ צו אויפברענגען אימפיטשמענט.

די אמת איז אבער להד״מ, די שקר איז צווייפאכיג. איינס ווייל נישט דאס האסטו געזיכט, און אפילו אויף די קרעעפּ_קאלאזשען מיט וואס מוללער פיינעלייזט האסטו נישט געהאט קיין עוועדענס. סוי א שגץ ביסטו ריגארדלעס!

סוי אין פאל מוללער שיקט אזא ריפארט פאר די DOJ מאכט עס שטארק סענס די טראמפ אדמיניסטראציע זאל עס וויל עדיטן, אדער עכ״פ ארויסלייגן זייער ריספאנס נאכפאר די מידיע האט א געלעגענהייט עס צו זעהן. און טאקע דאס איז די סיבה פארוואס די דעמעקראטן זיכן דאס זאל נישט פאסירן, ווייל זיי ווייסן אז ס׳איז שטארק מעגליך אז די ווארט קאלאזשען גייט זיין די איינציגסטע ווארט וואס גייט זיי מאכן העפּי.

נאך א נקודה. ראבערט מוללער וועט אפילו קענען שפילן אויפן צימבל מיט טראמפ, און שרייבן אין זיין ריפארט אז די קאלאשן האט נישט אפעקטירט די אויסגאנג פונעם עלעקשן, און אז זיין געווינס איז געווען קאנסטעטושענאל. אזוי שטעלט ער צו פאר טראמפ א ישקיני מיט פינקטליך אויף א גאלדענעם טאץ.

גאר א שיינע אנאליז! ;l;p-
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12395
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 6:03 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:אױסציפארשען א ליגאלע זאך (אדער א נישט קרײם) איז נישט אן Abuse of power?


ס׳איז יא. מוללער קענסטו אבער נישט בלעימען.

כ׳האב שוין אמאל געניצט דעם משל, קענסט נישט האבן קיין טענות אויפן ממזר פארוואס ער איז געבוירן געווארן. פעטש קומצעך פארן נואף, און דאס איז קאומי, מ׳קעיב, סטראזק, פעידזש, קלעפּער וכו׳... מוללער?.. מ׳האט אים געגעבן א דזשאב, ער מעג!

קען זיין טאקע אז ער גייט אזוי טוהן פאר זיין סעלף רעספעקט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2098
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 11:57 pm

א באריכט איז ארויס געקומען היינט נאכט, אז טראמפ בכבודו ובעצמו האט געהייסן [דיקטירט די סטעיטמענט] פאר זיין אזוי גערופענער פיקסער 'מייקל הכהן קאהן' ער זאל לינגנט זאגן צו קאנגרעס וועגן דעם 'טראמפ טאווער' וואס ער האט געוואלט בויען אין מאסקווע, רוסלאנד. ווי עס זעט אויס האבן די פעדס הארטע באווייזן דערויף.

אויב שטעלט זיך ארויס אז דער באריכט איז אמת, גייט דאס זיין זייער קלארע גראנדס פאר אימפיטשמענט. זאגן א ליגנט פאר קאנגרעס איז א קריים, נישט קיין חילוק א קליינע אדער א גרויסע, א ליגענט איז א ליגענט. דירעקטן איינעם צו זאגן ליגענט צו קאנגרעס איז קאנפירעסי צו א קריים און עס איז א היי-קריים וואס איז גראונדס צו אימפיטשמענט.

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » פרייטאג ינואר 18, 2019 12:11 am

WOW וואס דיין שטארקע רצון ודימיון קען דיר מאכען שרייבען.

פון דיין קיבארד גלייך צו אימפיטשמענט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4172
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג ינואר 18, 2019 12:15 am

מ׳פסקט נישט אין אמעריקא שליחו של אדם כמותו. איז אויב האט מייקל קאהען געוויסט אז ער גייט זאגן א ליגענט אינטער שבועה, וועט די תירוץ יענער האט מיר געהייסן נישט ניצן.

בכלל, מיר וועלן עס שטעלן אויפן חזקה, די ריפארט וועט ווארשיינדליך סיי ווי אריינפאלן אינעם האדסאן ריווער.
לכבוד די צווייטע יאר טאג פון ווען דאנאלד טראמפ יר״ה איז געווארן איינגעשוואוירן אלטס דער פרעזידענט, האבעך דא קלענערע אויסצוגן פון עקספערטן און גרויסע מיינונג זאגערס, וואס האבן דורכאויס די לעצטע צוויי יאר פאראויסגעשאצט די פאלגענדע:

דראפבאקסגוגל דרייוו


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: private, א מוח, איש האשכולות, אלי' מקוה יוד, באגלייבט, בעל דמיון, כא כא כא, פרעג נישט, קאפ און אקסל, שנלר און 50 געסט