ספעשיל קאנסיל מולער'ס אויספארשונג - והמסתעף

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג ינואר 29, 2019 8:49 am

קען גאר זיין אז וויטיקער האט אים פארזיכערט מיט א זשאב פאר נאך צוויי יאר און יעצט אויף די קלינטאן לאגער און זייערע פבא פארבינדענטע ווי עס נאך פארגעקומען אזויפיל קאלאוזשען ווי אין די טראמפ לאגער

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 29, 2019 9:38 am

מולער טוט אנדייטן צו ענדרו מילער סטאון געהילף אז פרישע אנקלאגעס קענען נאך קומען
דאס קומט טראץ די דעקלעראציע פון וויטעקער אז די אויספארשונג אין אלגעמיין רוקט זיך נענטער צו איר ענדע

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 29, 2019 9:39 am

סטאון היינט אין געריכט אום 11 אזיגער

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 29, 2019 9:40 am

די מענעפארט קעיס איז איצט אין צוויי באזונדערע געריכטן
די געריכט אין ווירדזשיניע האט נעכטן אפגעשטופט זיין סענטענסינג אויף ביז די אנדערע געריכט באשליסט אויב מענעפארט האט געבראכן זיין קאאפעראציע אפמאך

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 29, 2019 9:43 am

סטאון'ס אדווואקאטן האבן געדארפט האבן געפיילט פאפירן ביז 9 אזייגער אין צוגרייטונג צו די 11 אזייגער געריכט סעסיע אבער האבן דערווייל פארשפעטיגט די דעדליין

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 29, 2019 11:14 am

סטאון דערקלערט זיך אומשולדיג אין געריכט

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 29, 2019 11:47 am

סטאון וועט זיך שטעלן שפעטער אין וואך פארנט פונעם ריכטערין וועלכע וועט פירן זיין קעיס
די ריכטערין איז די זעלבע וועלכע פארפיגט אויף די מענעפארט קעיס

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך ינואר 30, 2019 4:24 pm

גרעהעם פארלאנגט אז די עף בי איי דירעקטאר זאל אפדעיטן זיין קאמיטע איבער די סטאון ארעסט

ער וויל פארשטיין אויב די טאקטיקן דורכאויס די ארעסט זענען טאקע געווען נויטיג און אויב עס זענען געווען ליעקס צו די מידיא

גרעהעם: די אמעריקאנע בירגער האבן געהאט גענוג מיט די מידיא צירקוס וועלכע נעמט ארום די מולער אויספארשונג
די איצטיגע ארעסט האט בלויז צוגעלייגט צו די ספעקטאקל

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך ינואר 30, 2019 4:41 pm

הכל הבל האט געשריבן:גרעהעם פארלאנגט אז די עף בי איי דירעקטאר זאל אפדעיטן זיין קאמיטע איבער די סטאון ארעסט

ער וויל פארשטיין אויב די טאקטיקן דורכאויס די ארעסט זענען טאקע געווען נויטיג און אויב עס זענען געווען ליעקס צו די מידיא

גרעהעם: די אמעריקאנע בירגער האבן געהאט גענוג מיט די מידיא צירקוס וועלכע נעמט ארום די מולער אויספארשונג
די איצטיגע ארעסט האט בלויז צוגעלייגט צו די ספעקטאקל

אבער מדארף פראטעקטן מוללער...

חמור גרעהע"ם רובץ(בראשית מט)

אור
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מיטוואך ינואר 30, 2019 5:04 pm

הכל הבל האט געשריבן:גרעהעם פארלאנגט אז די עף בי איי דירעקטאר זאל אפדעיטן זיין קאמיטע איבער די סטאון ארעסט

ער וויל פארשטיין אויב די טאקטיקן דורכאויס די ארעסט זענען טאקע געווען נויטיג און אויב עס זענען געווען ליעקס צו די מידיא

גרעהעם: די אמעריקאנע בירגער האבן געהאט גענוג מיט די מידיא צירקוס וועלכע נעמט ארום די מולער אויספארשונג
די איצטיגע ארעסט האט בלויז צוגעלייגט צו די ספעקטאקל
צוגעלייגטע
photo_2019-01-30_17-04-19.jpg
photo_2019-01-30_17-04-19.jpg (126.36 KiB) געזעהן 1587 מאל

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך ינואר 30, 2019 5:09 pm

א שטארקע בריוו! פארלאנגט מיט באק ציינער, און לאזט נישט א וועג זיך ארויס צו דרייען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך ינואר 30, 2019 5:10 pm

רענקינג מעמבער אויף די הויז יורידישע קאמיטע דאג קאלינס שיקט אויך בריוו צו רעי מיט פראגן ארום די צוגאנג פון ארעסטירן סטאון

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך ינואר 30, 2019 5:36 pm

SPUSMN האט געשריבן:א שטארקע בריוו! פארלאנגט מיט באק ציינער, און לאזט נישט א וועג זיך ארויס צו דרייען.

טאקע גאר שטארק!

איך פארשטיי נאר נישט זיין בייז וואונדער, געדענקט ער נישט די ברוטאלע ארעסטן אין ניו יארק אויף משפחת רובין? (און אזוי אויך פילע היימישע אחב"י, דאס ליגט בלויז אין די ביינער ווייל סאיז געווען א גאנצע משפחה טייערע אידן) אויפגעריסן טירן ערוועקט דערשראקענע קינדער 5 אזייגער פארטאגס צו לייגן א האנט אויף... אפאר אידעלעך מיט זייערע ב"ב... אה כאב פארגעסן מהאט מורא געהאט זיי וועלן אנטלויפן... אהההה...

ווי האט דער רעפארטער געזאגט פאר סטאון פאריגן פרייטאג? דאס איז די SOP אין די ביורא! בלוטדארשטיגע רשעים ארורים!

#אינאסענט_אנטיל_פראווען_אינדייטעד...

איך האף אז די אויפוואכונג וועט ברענגן א טיילווייזע ענדע צו די ברוטאליטעטן און זינלאזע פיינפולע צער און בזיונות

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך ינואר 30, 2019 5:45 pm

דאס איז דאך זייער גאנצע כח אז זיי קענען איינעם דערשרעקען אויס צוזאגען און מודה זיין אלעס, ווייל פון זייערע נעגעל קען זיך קיינער נישט ארויס דרייען; און זיי ווילען דאס מאכען קלאר און דייטלעך פאר יעדען אז זיי קומען מיט א מיליטער קעגען דיר און דו סטענדס נישט קיין טשענס.

אז עס עקזיסטירט נאך אין ציוויליזירטער אמעריקע אין תשע"ט אזא ברוטאלע אויף פירעכץ פון די סאמע העכסטע אינסטאנצען וואס פירט זיך אויף ווי די מאפיע און די גרעסטע פארברעכערס, זאגט עס אז מיר גייען צוריק צו וועגס. און באמת זענען זיי געווארען א סאך שטערקער זינט די NSA האט אלעס אויף אלעמען.

עפעס גייט מוזען געשעהן, ווען מער מענטשען וועלען אויף שטיין פון דער שלאף און אנערקענען אז מען האט זיי צוגענומען זייער גאנצער פרידאם דא אין אמעריקע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

rutledge
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

תגובהדורך rutledge » מיטוואך ינואר 30, 2019 8:07 pm

SPUSMN האט געשריבן:א שטארקע בריוו! פארלאנגט מיט באק ציינער, און לאזט נישט א וועג זיך ארויס צו דרייען.

כ'מיין אז ס'די ערשטע מאל וואס גרעהעם צווייפלט אינעם שמייליגן מוללער ס'קען פאטענציאלי ברענגען געוואונשענע רעזולטאטן טראמפ טיעם האט זיך אייביג געבויגן פאר מוללער

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2292
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מיטוואך ינואר 30, 2019 8:30 pm

SPUSMN האט געשריבן:דאס איז דאך זייער גאנצע כח אז זיי קענען איינעם דערשרעקען אויס צוזאגען און מודה זיין אלעס, ווייל פון זייערע נעגעל קען זיך קיינער נישט ארויס דרייען; און זיי ווילען דאס מאכען קלאר און דייטלעך פאר יעדען אז זיי קומען מיט א מיליטער קעגען דיר און דו סטענדס נישט קיין טשענס.

אז עס עקזיסטירט נאך אין ציוויליזירטער אמעריקע אין תשע"ט אזא ברוטאלע אויף פירעכץ פון די סאמע העכסטע אינסטאנצען וואס פירט זיך אויף ווי די מאפיע און די גרעסטע פארברעכערס, זאגט עס אז מיר גייען צוריק צו וועגס. און באמת זענען זיי געווארען א סאך שטערקער זינט די NSA האט אלעס אויף אלעמען.

עפעס גייט מוזען געשעהן, ווען מער מענטשען וועלען אויף שטיין פון דער שלאף און אנערקענען אז מען האט זיי צוגענומען זייער גאנצער פרידאם דא אין אמעריקע.


דא קאמפלעינט מען אלעמאל, וואס פאר-א רשעים די "עף בי איי" איז, און די דזשאסטיס דעפ. איז דאך ממש רוסלאנד, אדער נאך ערגער ווי רוסלאנד.

אביסל היסטארי.

רודי דזשליאני, אונזער העלד, דער נאנטסטער אדוואקאט צום פרעזידענט. ער, אט דער יעניגער, איז דער איינפירער פון די פרעפ וואלק. ער, אט דער יעניגער האט אויסגעניצט די דזשאסטיס דעפ. פאר זיין פערזענדליכע נקמה אקציעס, ער האט עס אליין נישט פראבירט אפצולייקנען, עס פלעגט צו זיין קלאר און בולט. אונז אידן האבן מיר גליטן פון זיינע נקמה אקציעס. ער האט אריינגעשליידערט א שיינע צאל אידן ביי די 'קאו דזשאו ארגענעזאציע פרשה'. יעדער וואס איז גענוג אלט צו גדענקען יענע קעיס, ווייסט קלאר אז דזשליאני, האט דאס געטוען פאר נקמה און בלויז נקמה. ער איז אן איטאליענער און ער מיט נקמה זענען געווען איינס.

ווי ער האט ער זיך בכלל ערווארבען זיין מעכטיגן נאמען דורך 'פרעפ וואלקס', וואס ער האט דורך געפירט פארענט פון די פאראויס איינגעלאדענטע מידיע. דורך טאנצן אויף יענעמס בלוט, איז ער געקראכן אויפן פאליטישן לייטער. דורך דעם דזשאב האט ער באקומען דעם מעיאר'ס אמט. היינט שרייט ער פארשאלטענע "עף בי איי", פארשאלטענע דזשאסטיס דעפ. האלאו דו האסט דיר פארשאפט דיין היינטיגע נאמען דורך די פארשאלטענע דזשאסטיס דעפ.

קריס קריסטי, דער וואס האט אנגעפירט דאנעלד טראמפס טרענזישאן טיעם. עקסטער איז 'טראמפ' גאר גוטע פריינט פאר קריסטי. מיר געדענקען נאך זייער גוט ווען ער האט דורך 'אינטרעפמענט' ארעסטירט 87 מענטשן, רוב דערפון אומשולדיג. געווארן אריינגעכאפט דורך דעם 'דוועק' וואס האט זיך פרובירט צו ראטווען פון א הארבן תפיסה אורטייל. ער האט בשאט נפש אריינגעכאפט אומשולדיגע מענטשן אין זיין נעץ, דערונטער אן עלטערער איידעלע איד, וואס זיין איינציגסטע חטא איז געווען אז ער האט אנגעפירט א גמ"ח און געטוען טובות פאר אידן.

טרעי גאודי, איז אויך געווארן פאפולער דורך זיין א שטרענגע פעדעראלער פראקוער, דאנקען ג-ט, מיר אידן האבן נישט געליטן פון אים, אבער פאפולער איז געווארן דורך ארעסטירן ווי מער מענטשן. די ליסט איז נישט פארטיג דא, איך האב נאר געברענגט 3 משלים, עס איז דא אסאך מער.

איך מיין אויך נישט צו זאגן אז די פעדעראלע פראקוער פון די אנדערע זייט זענען עפעס בעסער, נאר די רעפובליקאנער פארטיי'ס ליבלונג איז אלעמאל געווען די "עף בי איי" ביז ביז ביז עס האט זיי געטראפן... די רעפובליקאנער פארטיי'ס ליבלונג'ס איז אלעמאל געווען "לאו אין ארדער" ביז ביז ביז עס האט זיי געטראפן...

אין אונזערע אידישע געגענטער איז געווען אין די לעצטע דריי יאר כמה וכמה איבערפאלן פון די "עף בי איי" אלע געווען וויי קאלער קריים, אפשר איין יוצא מן הכלל.

זיי קומען אן פארטאגס, טראמעטייזען א גאנצע אומשולדיגע פאמיליע. צומאל זענען זיי אויך געקומען מיט געווער, זיי ווייסן גאנץ גוט אז מיר זענען נישט וויילענט. פארוואס האבן אונזערע אידן נישט זוכה געווען צו אזא בכבוד'יגע ארעסט כמו מענפאורט וחביריו. האט מען אמאל געזען א טוויט פון טראמפ דערקעגן? צו האט גרעהעם געשיקט אמאל א בריוו די "עף בי איי" איז, אדער די דזשאסטיס דעפ.?

די רעפובליקאנער פארטיי'ס ליבלונג'ס איז אלעמאל געווען און זענען נאך אלץ פאר "לאו אין ארדער" ביז ביז ביז עס עס טרעפט זיי...
לעצט פאראכטן דורך פאליטקלי קארעקט אום מיטוואך ינואר 30, 2019 8:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 30, 2019 8:40 pm

קומסט אריין זייער קלאר @פאליטיקלי.

-------------------------

היפאקרעסי בתפארתו, טראמפ האט געזאגט פאר פאליציי צו ארעסטירן ווי שטערקער, ווען מען טוט דאס פאר זיין חבר שרייט ער.




מער דיטעל וואס טראמפ האט געזאגט פאר פאליציי, ער זאגט אז ווען מען ווארפט אריין א פארברעכער אין די קאר, דא ווייזט ער ווי מען בייגט איין די הענט, לייגט מען די הענט העכער די קאפ פון דעם פארברעכער כדי עס זאל זיך נישט אריינהאקן אין די דאך פון די קאר, זאגט ער, פעלט נישט אויס, פעלט נישט אויס.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום דאנארשטאג ינואר 31, 2019 3:05 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 11:38 am

פאליטיקלי, זאגסטו דאך אז ווער פארשטייט דען צו זיי בעסער ווי רודי דזשליאני.

איך בין מסכים מיט דיר, די מאכסט מיין קעיס. ברוך השם לאמער זיך פרייען אז פיינעלי זעהען שוין אויך די הארטע רעפאבליקאנער איין די אינדזאסטיס אין אמעריקע!

ווי דו זעהסט היפאקריטיע (וואס עס איז), זעה איך א ישועה.

דער וואס גלייבט אין פארטייען (ווי אין בעיס באל טיעם'ס) דער ווערט אנטוישט. איך ווער נישט אנטוישט; מיר זעהען די זאך פאר וואס עס איז. און דער גאנצע טראמפ פרשה מתחלתו ועד סופו איז איין גרויס ישועה וואס מיר דארפען דאנקען דער באשעפער פאר דעם; אריין גערעכענט וואס די זעהסט פאר א פראבלעם.

איך האב נישט קיין טראסט אין קיין שום רעגירונג; נאר אין דער הייליגער באשעפער מיט די פאר אידעלעך וואס ווילען זיין נאנט צו אים און לעבען פאר דער באשעפער און פאר כלל ישראל. איך האב נישט קיין שום אילושען'ס.

פאליטיק איז א געים און עס האט נישט מיט מיר. עס איז נישט קארעקט אדער אינקארעקט, עס איז שקר מיט חניפה מיט אלע שלעכטע מידות קאמביינד. איז צו וואס זיין סורפרייזד?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 4:28 pm

סי ען ען: דאן דזשוניארס מיסטריעזע טעלעפאן רופן איידער די טראמפ טאוער מיטינג איז נישט געווען צו זיין פאטער

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 4:31 pm

סענאט אויספארשער האבן ערהאלטן אינפארמאציע אז די בלאקירטע נומערן זענען נישט געווען צו פרעזידענט טראמפ נאר צו צוויי ביזנעס געהילפן

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21637
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 11:05 pm

פרעזידענט טראמפ האט געזאגט פאר די טיימס אין אן אינטערוויא אז ראד ראזענשטיין האט געזאגט פאר אים און זיינע לויערס אז ער איז נישט קיין טארגעט אין די מוללער פראוב...

https://www.google.com/amp/s/mobile.reu ... SKCN1PQ3G2
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 11:32 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט געזאגט פאר די טיימס אין אן אינטערוויא אז ראד ראזענשטיין האט געזאגט פאר אים און זיינע לויערס אז ער איז נישט קיין טארגעט אין די מוללער פראוב...

https://www.google.com/amp/s/mobile.reu ... SKCN1PQ3G2


די מוללער טיעם זעלבס האט אים שוין געזאגט די זעלבע 6 חדשים צוריק.

ס׳מאכט אבער בכלל נישט אויס, ווייל אפילו ער איז נישט קיין טארגעט קען מוללער נאכאלטס קאנקלודן אז ס׳איז געווען קאלאזשן, און אפילו ארויסשטעלן א אבסטראקשן אוו דזשאסטיס קעיס.. סוי כ׳פארשטיי נישט וואס די מורא׳דיגע זאך איז אויב ער הייסט נישט די ״טארגעט״.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21637
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג פאברואר 01, 2019 12:14 am

און ס'קען זיין אז זיי זאגן עס ווייל זיי ווילן ער זאל זיי נישט פייערן וכד'...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג פאברואר 01, 2019 12:48 am

#סעד

4DE12EB9-14E5-48E4-B913-6FD6AAF5D99B.jpeg
4DE12EB9-14E5-48E4-B913-6FD6AAF5D99B.jpeg (89.15 KiB) געזעהן 551 מאל
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » פרייטאג פאברואר 01, 2019 1:10 am

אינטערעסאנט, ווען גלייבט מען יא א סי.ען.ען. רעפארט?

אויך זעט אויס פון די טוויט, אז טראמפ אליינס איז דאס געוואר געווארן פון די cnn באריכט...
ס'טייטשט, ער איז ערשט יעצט געוואר געווארן אז נישט אים האט דאן דזשוניאר גערופן...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גולם, גרינע בוים, הרב דפה, שדה ורוד, שטארקע חסיד און 73 געסט