ספעשיל קאנסיל מולער'ס אויספארשונג - והמסתעף

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12377
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 5:12 pm

שטייט ערעגץ אז פון ענגלאנד מעג מען נעמען הילף אבער פון רוסלאנד נישט?

נאר צו נעמען אין באטראכט, אז דער דיעפ סטעיט (וואס איז נישט א פאליטישע ענטיטי) קאלודט שוין 70 יאר מיט ענגלאנד "אומגעזעצליך" קעגען די אינטערעסען פון אירע אייגענע בירגער; אבער העי, דו טארסט נישט רעדען מיט קייינעם ווען איך ארבעט מיט יעדען (מיטען גאנצען כדור הארץ) קעגען דיר!

לאמער שוין זאגען אז מען וועט ווייזען אז טראמפ האט געקענט באשטיין אז רוסלאנד איז אויך אינטרעסירט אז ער זאל געווינען; איז יעצט וואס?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2956
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 9:41 pm

צל עובר האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:כאב שוין געבעטן אמאל א מקור אויף די דאזיגע 'פאקט' און נאכנישט באקומען.

סיי וויאזוי, פאול מענעפארט האט געארבעט ביי די אמעריקאנער רעגירונג לטובת די רוסן. איז דין דא גרעסערע קעלוזשען ווי טראמפ'ס אויפנעמען מענעפארט אלס קאמפיין טשעירמאן? ער איז דאך אן fsb אגענט!
כ'גלייב אז דזשאוסעף מעקארטי וואלט זיך געשעמט צו גיין אזוי ווייט ווי מאנכע גייען דא.


סיי לויט ריק סענטארעם און סיי לויט מארק ווארנער איז יעצט די עיקר שאלה וואס טראמפ האט געוואוסט, און ווי סאך שייכות עס האט געהאט מיט די קאמפיין, נישט אויב מענעפארד האט קאלודעט.

דער פרעזידענט ירום הודו האט היינט גענטפערט אויף די שאלה אויב ער האט געוואוסט: "איי דידנט קנאו ענטינג אבאוט איט". קאן זיין אז עס איז אמת.


ס'פאסט נישט פאר דיר צו וויסן אז די פאקטן קימערן זיך נישט וואס דער אדער יענער זאגט, און דערווייל האט נאך קיינער פון די ערנסט דערשראקן על דא נישט געברענגט די מינדעסטע באווייז אז די צוויי אוקראינער זענען אגענטן פונ'ם קרעמלין.

צל עובר האט געשריבן:----------------------------------

@שפוזמאן, א קריים איז א צווייטע זאך, אבער איך גלייב אז אויב עס איז געווען קאלוזשען איז יעדע קליינע אבסטראקשן אדער ליגענט גענוג קריים.


איך גלויב אז שטעלן א ספעשל קאונסיל ווען מען פארדעכטיגט ניטאמאל א קריים איז אומגעזעצליך און בארבאריש, און הייסט גענוצט די רעגירונג פאר פערזענליכע צוועקן.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2956
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 9:45 pm

קיסריה האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
משה11 האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:פון וואנעט נעמסטו דאס אז די צוויי אוקראינער זענען קרעמלין פארבינדעט?

(שטייצעך אז איך מיין חוץ די פאקט אז מענעפארט האט געהאט שייכות מיט זיי.)

"טיימס" פארשעמט
איבער מענעפארט נייעס

וואשינגטאן – דער ניו יארק טיימס איז געווען געצווינגען צו טוישן דעטאלן פון א באמבע נייעס ארטיקל וואס זיי האבן געהאט פובליצירט דינסטאג. אינעם אריגינעלן ארטיקל האבן זיי געברענגט אז טראמפ'ס קאמפיין מענעדזשער האט מיטגעטיילט פרעזידענט-וואלן אנקעטע אינפארמאציע מיט א רוסישן שפיאנאזש אגענט אלעג דעריפאסקא אין יאר 16'. דער אויפדעקונג האט געברענגט א שטורעם און דעמאקראטן האבן געשריגן אז דאס איז אן אפענע באווייז איבער "קאלוזשען". למעשה האט דער טיימס פארראכטן זייער ארטיקל מיטוואך אינדערפרי, שרייבנדיג אז מענעפארט האט איבערגעגעבן די אנקעטע אינפארמאציע פאר סתם 2 אוקריינער, סערהי ליאוואטשקין און רינאט אקמאטאוו, נישט דעריפאסקא. דאס האט אפגעווארפן די גאנצע "באמבע" אויפדעקונג.
דעלי איד

דער טיימס האט גארנישט צוריקגעצויגן.

וואס הייסט? דער סקרינשאט פון די קארעקשאן וואס מען האט דא געברענגט איז פאלש?
Innocent until proven Republican

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג ינואר 11, 2019 12:26 am

@טינק ענד טענק, ווען איך זעה אז קריס מיט סענטארעם רעדן איבער דעם און קיינער זאגט נישט אז ווער זאגט אז יענער האט געהאט שייכות מיטן קרעמלין, טשעק איך עס געווענליך נישט איבער.

און איך האב יעצט קיין נערוון דאס צו טון, אפשר א צווייטע מאל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג ינואר 11, 2019 12:51 am

מ'קען שטעלן א נייע ספעציאל קאנסול צו אויספארשן די פרישע אוקריינע קאלושען...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » פרייטאג ינואר 11, 2019 10:52 am

עס ווערט באריכטעט:

Trump team should be allowed to ‘correct’ final Mueller report, says Giuliani

זעט אויס זיי ווייסן אז עס קומט א באמבע.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2956
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג ינואר 11, 2019 12:41 pm

פארוואס נישט שרייבן די מקור?
(די מקור איז, שטייצעך, די היל.)
Innocent until proven Republican

טרעף מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 4:21 pm

תגובהדורך טרעף מיך » פרייטאג ינואר 11, 2019 12:45 pm


rutledge
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

תגובהדורך rutledge » פרייטאג ינואר 11, 2019 12:48 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:עס ווערט באריכטעט:

Trump team should be allowed to ‘correct’ final Mueller report, says Giuliani

זעט אויס זיי ווייסן אז עס קומט א באמבע.

ס'ווערט באריכטעט אז ס'קומט א באמבע?! יא דאס ווערט שוין באריכטעט די לעצטע צוויי יאר

די מוללער רעפארט איז דאך פאר די המון עם און קאנגרעס נישט פאר א דשאדזש ווי ביידע זאגן זייערע זייטן איז דאך נישט מער ווי נארמאל אז טראמפ טיעם זאל קענען זאגן זייער זייט

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג ינואר 11, 2019 12:57 pm

rutledge האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:עס ווערט באריכטעט:

Trump team should be allowed to ‘correct’ final Mueller report, says Giuliani

זעט אויס זיי ווייסן אז עס קומט א באמבע.

ס'ווערט באריכטעט אז ס'קומט א באמבע?! יא דאס ווערט שוין באריכטעט די לעצטע צוויי יאר

די מוללער רעפארט איז דאך פאר די המון עם און קאנגרעס נישט פאר א דשאדזש ווי ביידע זאגן זייערע זייטן איז דאך נישט מער ווי נארמאל אז טראמפ טיעם זאל קענען זאגן זייער זייט

מען רעדט נישט פון די טראמפ רעספאנס, מען רעדט דא פון פארריכטן די מוללער ריפארט, וד"ל

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2956
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מוצ"ש ינואר 12, 2019 8:03 pm

מיינסט אזויווי טוישן גראוס נעגלידזשענס צו עקסטרים קעירלעסנעס?
Innocent until proven Republican

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש ינואר 12, 2019 8:13 pm

צל עובר האט געשריבן:@טינק ענד טענק, ווען איך זעה אז קריס מיט סענטארעם רעדן איבער דעם און קיינער זאגט נישט אז ווער זאגט אז יענער האט געהאט שייכות מיטן קרעמלין, טשעק איך עס געווענליך נישט איבער.

און איך האב יעצט קיין נערוון דאס צו טון, אפשר א צווייטע מאל.


אקעי, יעצט געהערט פון נאפליטאנא אין א קליפ וואס ער האט געזאגט אויף פאקס בזה הלשון, פאול מענעפארד האט מיטגעטיילט סענסיטיווע קאמפיין אינטערנעלס מיט א רוסישן אוליגארך וואס לויט די FBI ארבעט ער מיט רוסישע אינטעלעדזשענס.

דאס איז שוין גענוג?

און ער האלט קלאר אז דאס ווייזט אז עס איז געווען קאלוזשען, און אז עס איז אויך א קריים פון קאנספירענסי.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » מוצ"ש ינואר 12, 2019 8:18 pm

ניו יארק טיימס האט די שבת אויפדעקט, אז נאך וואס טראמפ האט געפייערט דזשעמס קאמי, האט די עף. בי איי. געעפנט אן אויספארשונג אויב טראמפ איז א שפיאן פאר א צווייטע לאנד.

@KolHaolam: WASHINGTON: NYT: After Trump fired Comey, FBI began investigating whether Trump was working on behalf of Russia. White House called it "absurd."...

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2956
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מוצ"ש ינואר 12, 2019 8:43 pm

צל עובר האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:@טינק ענד טענק, ווען איך זעה אז קריס מיט סענטארעם רעדן איבער דעם און קיינער זאגט נישט אז ווער זאגט אז יענער האט געהאט שייכות מיטן קרעמלין, טשעק איך עס געווענליך נישט איבער.

און איך האב יעצט קיין נערוון דאס צו טון, אפשר א צווייטע מאל.


אקעי, יעצט געהערט פון נאפליטאנא אין א קליפ וואס ער האט געזאגט אויף פאקס בזה הלשון, פאול מענעפארד האט מיטגעטיילט סענסיטיווע קאמפיין אינטערנעלס מיט א רוסישן אוליגארך וואס לויט די FBI ארבעט ער מיט רוסישע אינטעלעדזשענס.

דאס איז שוין גענוג?

און ער האלט קלאר אז דאס ווייזט אז עס איז געווען קאלוזשען, און אז עס איז אויך א קריים פון קאנספירענסי.

נניח אז יענער האט טאקע פארבינדונגען מיט די רוסישע רעגירונג.
1) האט מענעפארט געוואוסט?
2) אויב יא וואס איז די קריים?
3) קאנספירעסי צו וואס?
Innocent until proven Republican

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש ינואר 12, 2019 8:46 pm

וואס דען האט מעמענעפארט געוואלט פון אים, קען זיין אז טאקע גארנישט, אבער עס מאכט זייער אסאל סענס אז ער האט אים איבערגעגעבן ווי זיי זאלן קאמפיינען.

געזעצן קאן איך נישט אזוי גוט, איך בין נישט קיין לויער, איך ברענג נאך נאפליטאנא.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

שליו ודגים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » מוצ"ש ינואר 12, 2019 9:06 pm

שוין געטראפן נאך עפעס האלבע נייעס אויף וואס זיך אנצוכאפן אז מ'זעיט 'קלאר' קעלוזען. שוין! רואיג פאר 20 מינוט... מ'האט יא געטראפן.. מוצ"ש זענען טאקע דא געוויסע וואס זענען זיך נוהג איינצונעמען טאמס זיך צו בארואיגן ......

עציץ נקוב
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » מוצ"ש ינואר 12, 2019 9:09 pm

גאפל האט געשריבן:ניו יארק טיימס האט די שבת אויפדעקט, אז נאך וואס טראמפ האט געפייערט דזשעמס קאמי, האט די עף. בי איי. געעפנט אן אויספארשונג אויב טראמפ איז א שפיאן פאר א צווייטע לאנד.

@KolHaolam: WASHINGTON: NYT: After Trump fired Comey, FBI began investigating whether Trump was working on behalf of Russia. White House called it "absurd."...

גאר אבסורד
א נערישע קינדערישע נקמה

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש ינואר 12, 2019 9:11 pm

שליו ודגים האט געשריבן:שוין געטראפן נאך עפעס האלבע נייעס אויף וואס זיך אנצוכאפן אז מ'זעיט 'קלאר' קעלוזען. שוין! רואיג פאר 20 מינוט... מ'האט יא געטראפן.. מוצ"ש זענען טאקע דא געוויסע וואס זענען זיך נוהג איינצונעמען טאמס זיך צו בארואיגן ......


מען האט געוואלט אהערלייגן א זאך וואס ידידינו @טינק ענד טענק האט געבעטן פאריגע וואך.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4082
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מוצ"ש ינואר 12, 2019 9:49 pm

עציץ נקוב האט געשריבן:
גאפל האט געשריבן:ניו יארק טיימס האט די שבת אויפדעקט, אז נאך וואס טראמפ האט געפייערט דזשעמס קאמי, האט די עף. בי איי. געעפנט אן אויספארשונג אויב טראמפ איז א שפיאן פאר א צווייטע לאנד.

@KolHaolam: WASHINGTON: NYT: After Trump fired Comey, FBI began investigating whether Trump was working on behalf of Russia. White House called it "absurd."...

גאר אבסורד
א נערישע קינדערישע נקמה

שוין גארנישט קיין נקמה, ס'איז אויספארשן א סכנה. דער פרעזידענט פון אמעריקע פירט זיך אויף ווי א רוסישע אגענט... שוין גארנישט קינדעריש.

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מוצ"ש ינואר 12, 2019 10:45 pm

אמביציע האט געשריבן:
עציץ נקוב האט געשריבן:
גאפל האט געשריבן:ניו יארק טיימס האט די שבת אויפדעקט, אז נאך וואס טראמפ האט געפייערט דזשעמס קאמי, האט די עף. בי איי. געעפנט אן אויספארשונג אויב טראמפ איז א שפיאן פאר א צווייטע לאנד.

@KolHaolam: WASHINGTON: NYT: After Trump fired Comey, FBI began investigating whether Trump was working on behalf of Russia. White House called it "absurd."...

גאר אבסורד
א נערישע קינדערישע נקמה

שוין גארנישט קיין נקמה, ס'איז אויספארשן א סכנה. דער פרעזידענט פון אמעריקע פירט זיך אויף ווי א רוסישע אגענט... שוין גארנישט קינדעריש.

ממש אזוי?

קאומי פירט זיך אויף אזוי ווי ער האט זיך אויפגעפירט און לכבוד דעם פייערט אים טראמפ מיט גאר אסאך שטיצע

דאס מאכט אים פאר א רוסישע אגענט?
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

rutledge
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

תגובהדורך rutledge » מוצ"ש ינואר 12, 2019 11:30 pm

גאפל האט געשריבן:ניו יארק טיימס האט די שבת אויפדעקט, אז נאך וואס טראמפ האט געפייערט דזשעמס קאמי, האט די עף. בי איי. געעפנט אן אויספארשונג אויב טראמפ איז א שפיאן פאר א צווייטע לאנד.

@KolHaolam: WASHINGTON: NYT: After Trump fired Comey, FBI began investigating whether Trump was working on behalf of Russia. White House called it "absurd."...

מיינסט פיטער סטראזק - פעידזש וחבריהם האבן געפענט גערעכט מ'ווייסט שוין פון לאנג אז די FBI האט געטון אלעס אויף די וועלט אונטערצוברענגען טראמפ די טיימס האט גארנישט געבראכן מעידזער

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » זונטאג ינואר 13, 2019 12:36 am

עס ווערט אויך באריכטעט אינעם 'וואשינגטאן פאוסט' און באשטעטיגט דורך אנדערע. טראמפ האט באהאלטן דעם אינהאלט פון זיינע געשפרעכן מיטן רוסישן דיקטאטור 'וואלדימיר פוטן'. אין איין מיטינג איז נאר געווען אנוועזענד אן איבערטייטשער און נאך די מיטינג האט ער אוועגענומען די נאוטס און אנגעווארענט נישט צו שערן די דיטעילס פון די מיטינג מיט זיינע (טראמפס) אייגענע נאנטע מענטשן.

וואס באהאלט ער?

דאס קומט נאכדעם וואס 'דזשליאני' דעם פרעידליכן לויער פונעם פרעזידענט האט געזאגט אז די ליגעל טיעם דארף קענען פארעכטן מוללער'ס רעפארט "איידער" קאנגרעס און די פובליק קען כאפן א בליק דערויף. ער וויל נישט אן ענטפער, נאר באהאלטן דעם אינהאלט פון די "פיינדינגס" פונעם פאבליק און קאנגרעס.

און דאס קומט נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז 'פאול מענעפורט' האט געשערט פאול דעיטע מיט אן אוקריינער וואס איז קודם געווען אין די רעגירונג וואס איז אריינגעשטעלט געווארן דורך די רוסן אין אוקריינא, און דערנאך אריין ארבעטן פאר די רוסישע שפינאזש איינהייט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג ינואר 13, 2019 12:43 am

כ׳וועל פראבירן צוזאמצושמעלצן די דריי קרישקעלעך מיט קרעיזי גלאָ.
לכבוד די צווייטע יאר טאג פון ווען דאנאלד טראמפ יר״ה איז געווארן איינגעשוואוירן אלטס דער פרעזידענט, האבעך דא קלענערע אויסצוגן פון עקספערטן און גרויסע מיינונג זאגערס, וואס האבן דורכאויס די לעצטע צוויי יאר פאראויסגעשאצט די פאלגענדע:

דראפבאקסגוגל דרייוו

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » זונטאג ינואר 13, 2019 12:59 am

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:עס ווערט אויך באריכטעט אינעם 'וואשינגטאן פאוסט' און באשטעטיגט דורך אנדערע. טראמפ האט באהאלטן דעם אינהאלט פון זיינע געשפרעכן מיטן רוסישן דיקטאטור 'וואלדימיר פוטן'. אין איין מיטינג איז נאר געווען אנוועזענד אן איבערטייטשער און נאך די מיטינג האט ער אוועגענומען די נאוטס און אנגעווארענט נישט צו שערן די דיטעילס פון די מיטינג מיט זיינע (טראמפס) אייגענע נאנטע מענטשן.

וואס באהאלט ער?

דאס קומט נאכדעם וואס 'דזשליאני' דעם פרעידליכן לויער פונעם פרעזידענט האט געזאגט אז די ליגעל טיעם דארף קענען פארעכטן מוללער'ס רעפארט "איידער" קאנגרעס און די פובליק קען כאפן א בליק דערויף. ער וויל נישט אן ענטפער, נאר באהאלטן דעם אינהאלט פון די "פיינדינגס" פונעם פאבליק און קאנגרעס.

און דאס קומט נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז 'פאול מענעפורט' האט געשערט פאול דעיטע מיט אן אוקריינער וואס איז קודם געווען אין די רעגירונג וואס איז אריינגעשטעלט געווארן דורך די רוסן אין אוקריינא, און דערנאך אריין ארבעטן פאר די רוסישע שפינאזש איינהייט.

דאס שטעלט זיך אויך צוזאם מיט דעם לעצטן זומערדיגען "פרעסס קאנפרענס" וואו ער האט געזאגט אז ער גלייבט "פוטין" מער ווי זיינע אייגענע שפיאנזש עידזשענסי'ס

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג ינואר 13, 2019 1:05 am

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:דאס שטעלט זיך אויך צוזאם מיט דעם לעצטן זומערדיגען "פרעסס קאנפרענס" וואו ער האט געזאגט אז ער גלייבט "פוטין" מער ווי זיינע אייגענע שפיאנזש עידזשענסי'ס


טראמפ האט דאס קיינמאל נישט געזאגט.
לכבוד די צווייטע יאר טאג פון ווען דאנאלד טראמפ יר״ה איז געווארן איינגעשוואוירן אלטס דער פרעזידענט, האבעך דא קלענערע אויסצוגן פון עקספערטן און גרויסע מיינונג זאגערס, וואס האבן דורכאויס די לעצטע צוויי יאר פאראויסגעשאצט די פאלגענדע:

דראפבאקסגוגל דרייוו


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”