ספעשיל קאנסיל מולער'ס אויספארשונג - והמסתעף

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך ינואר 09, 2019 2:33 pm

כאפצעם האט געשריבן:וואס איז די קריים?

כאפצעם האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:עניוועי, עס איז די ערשטע מאל דאכציך וואס איך האב א ערנסטע חשש אז מולער וועט געהעריג אכרויסקומען אז עס איז געווען קאלוזשען.

יאפ, ס'הייבט אן ווערן ערענסט.
.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4772
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך ינואר 09, 2019 2:46 pm

צל עובר האט געשריבן:לינדזי איז א שטיצער פון די מולער פראוב, און עס איז געמאכט צו בארואיגן דאס וואס באר האט געשריבן היפש נעגאטיוו אויף מולער.

לינדזי זאגט אויך אז באר זאגט אים אז ער רעספעקטירט מולער און האלט נישט אז ער פירט א וויטש האנט.


לינדזי טוט גארנישט ראָנג, עז לאָנג ער פארטייטוגט דעם פרעזידענט אויף פאליסי. איאר צוריק [ווייניגער] איז עס געווען אויף מעסער שטעך מיט טראמפ צו יעדע פאל. כ׳האב נישט קיין מינדערסטע השגה ווען און ווי ער האט געכאפט א נערוון בראך, אבער ער לויפט נאך טראמפ ווי א שוואנץ.

לגבי מוללער, ס׳איז גארנישט ראָנג אויפצוברענגען א ביל אים צו באשיצן, עכ״פ יעצט. מילא איאר צוריק, ווען די פעיק נאוז האט כסדר נאכגעברענגט פון סארסעס אז טראמפ גייט פייערן מוללער עני דעי, און נאכדעם האבן די סארסעס געוויסט צו דערציילן אויף ראזענשטיין ס׳זעלבע, אויב א מוללער פראטעקשן ביל גייט אדורך זענען די סארסעס אקאראט! יעצט קען טראמפ קענסלען זיינע פלענער! גיי פרעג מיך אפ, ווייסעכמיין?..

יעצט ווייסט שוין יעדע חדר יונגל אז טראמפ גייט אזאנס קיינמאל נישט טאן , והא ראי׳ דער האט נישט געטאן קיין מינדערסטע זאל צו שטערן די אויספארשונג. [איך האב דאס דעמאלטס געשריבן מסתמא טויזענט מאל], פראטעקט מוללער געזינטערהייט, ס׳באדערט נישט קיינעם.
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום מיטוואך ינואר 09, 2019 2:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מאנטאג, דינסטאג אדער מיטוואך?

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8019
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 09, 2019 2:50 pm

אה, סוי וואס איז געווען די פייט פון מעקאנעל מיט פלעיק די לעצטערע חדשים?

דאס אז גרעהעם איז א חסיד ווייסעך אויך, הגם יוסי רעכנט אים נאך פאר א מתנגד ווען עס לוינט אים.

גרעהעם איז מסביר אז אויב ער איז גוט מיט טראמפ האט ער א ווארט אויף אים ביי נעשענעל סעקיוריטי, וואס קוקט אויס פון סיריע אז ער האט טאקע.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4772
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך ינואר 09, 2019 2:52 pm

צל עובר האט געשריבן:אה, סוי וואס איז געווען די פייט פון מעקאנעל מיט פלעיק די לעצטערע חדשים?


טרעיד.

ווי קומט אבער פלעיק אריין דא?
מאנטאג, דינסטאג אדער מיטוואך?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4772
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך ינואר 09, 2019 2:58 pm

צל עובר האט געשריבן:גרעהעם איז מסביר אז אויב ער איז גוט מיט טראמפ האט ער א ווארט אויף אים ביי נעשענעל סעקיוריטי, וואס קוקט אויס פון סיריע אז ער האט טאקע.


א טיפיקעל תירוץ פאר עימיצער וואס זיכט עטענטשין. וואס דען זאל ער זאגן, כ׳האב ענדערש באשלאסן זיך צו חנפענען?..

ומצד טראמפ, טראמפ איז א אויסגעצייכענטע חונף. ס׳האט גענימען א וויילע ביז ער האט געפיגערט וויזוי צו באהאנדלען לינזי׳ן, ער האט עס אבער געכאפט.
#וישתו וישכרו עמו

למען האמת אבער, כ׳בין כמעט זיכער אז דאס האלטן געציילטע טרופן אין סיריע איז ארגינעל געוען די פלאן סיי ווי.

עניוועי.
מאנטאג, דינסטאג אדער מיטוואך?

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8019
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 09, 2019 3:02 pm

@טשאדעלע, האבט פארגעסן פון די גאנצע מחלוקה?
הכל הבל האט געשריבן:לויט געוויסע באריכטן וועט די רעפובליקאנער מעגליך ערלויבן אן אפשטימונג פאר א מולער באשיצונג ביל צופרידנצושטעלן פלעיק אז ער זאל גיין אין שפאן ביי יורידישע נאמינאציע אפשטימונגען
לויט די באריכטן וועט די מולער ביל ווערן אויפגעברענגט אבער ווארשיינליך דורכפאלן


לגבי סיריע, איך האלט קלאר אז מען האט אדער מען האלט אינמיטן טוישן טראמפס מיינונג, און פארלאנגען פון טערקיי אישורענס פאר די קורדן, און אז עס קען נאך נעמען לאנגע חדשים, איז זיכער נישט געווען די פלאן ווען מעיוס האט געגעבן זיין בריוו.

און גרעהעם האט א ווארט אויף טראמפ.

עניוועי, איי עגרי טו דיסעגרי.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך ינואר 09, 2019 3:19 pm

הכל הבל האט געשריבן:
cookies האט געשריבן:almost there?!!!!

Former Trump campaign chairman Paul Manafort shared polling data during the 2016 presidential campaign with a business associate accused of having ties to Russian intelligence, and prosecutors say he lied to them about it, according to a court filing Tuesday.

אויסצוג פון א היינטיגע באריכט אויף אייוועלט:

אדוואקאטן פון פאול מענעפארט האבן געברויכט אריינגעבן זייער רעאקציע אין געריכט צו מולער באשולדיגונג אז ער האט ליגן געזאגט דורכאויס זיין קאאפעראציע פעריאד
באאבאכטער זענען געווארן ערשטוינט ווען נעכטן מיטל נאכט איז נאכנישט געווארן אריינגעשיקט קיין שום רעאקציע טראץ וואס עס איז געוווען די אפיציעלע דעדליין מטעם די געריכט
ויהי ממחרת הערט מען איצט אז די אפדעיט פון די אדווואקאטן איז שוין געווארן אריינגעגעבן נעכטן נאר עס איז געווען פארזיגלט פונעם פובליק
די ווארטזאגער גיבט נישט אן וואס עס איז די אורזאך דערצו און אויך נישט די גענויע צייט ווען עס איז געווארן געפיילט און אויך נישט אויב עס איז געווארן איבערגעגעבן פערזענליך אדער געשיקט עלעקטעראניש
צוליב די אומפראפעסיאנעאלע צענזור פון די אדוואקאטן זענען היבשע טיילן געווארן אויפגעדעקט און צווישן אנדערן זעהט מען אז מענעפארט זאגט אז ער האט פרובירט צו זיין אויפריכטיג איז זאגן די ווארהייט פאר מולער און אים אפילו צוגעשטעלט זיינע קאמפיוטערס אימעיל אקונטס און פעסווארדס
די וויכטיגסטע טייל אבער איז ווי מענעפארט שרייבט אז טראץ וואס ער איז אומאיינשטימיג מיט מולערס באשולדיגונג אז ער האט ליגן געזאגט וועט ער נישט זוכן צו זיך פארמעסטן אויף דעם פונקט אין געריכט
אין אן אנדערן אויפדעקונג זעהט מען אז מענעפראט האט געהאט א מיטינג דורכאויס די 2016 למספרם קאמפיין מיט קאנסטענטין קילימניק, א מאן וועם מולער באצייכנט צו זיין אן אגענט פון די רוסישע שפיאנאזש
מען האט שוין געוואוסט איבער אזא מיטינג אין די פאראייניגטע שטאטן אבער די היינטיגע אויפדעקונג איז איבער א פרישע מיטינג וועלכע איז פארגעקומען אין מאדריד שפאניע
לויט ווי מולער גלויבט האט מענעפארט מיטגעטיילט פאולינג דאטא פונעם קאמפיין מיטן רוס און דיסקוסירט מיט יענעם א פרידן פאקט צווישן מאסקווע און קיעוו און לויט ווי מען פארשטייט האט מענעפארט ארגינעל געלייקנט די גאנצע זאך ווען מולער האט אים אויסגעפרעגט

נאכן ענדליך אנהייבן צו ווערן ערענסט almost there וכו'
צוגעלייגטע
nytc.jpg
nytc.jpg (30.46 KiB) געזעהן 1208 מאל

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך ינואר 09, 2019 7:43 pm

Wow!! אנבעליוועבל!!

יעצט זאל זיי מענעפארט קלאגן אויף הוצאת שם רע.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4772
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך ינואר 09, 2019 7:44 pm

@צל עובר. קענסט שלאפן רואיג.
מאנטאג, דינסטאג אדער מיטוואך?

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8019
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 09, 2019 9:58 pm

וואס א חילוק וועלכער קרעמלין פארבינדעטער אוליגארך.

---------------------

טראמפ האט אויפגענומען 17 נייע לויערס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך ינואר 09, 2019 10:02 pm

צל עובר האט געשריבן:וואס א חילוק וועלכער קרעמלין פארבינדעטער אוליגארך.

---------------------

טראמפ האט אויפגענומען 17 נייע לויערס.

17 פרייליכע רעפובליקאנער :oops:

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך ינואר 09, 2019 10:03 pm

עס איז געווען אן אפעראציע פון סיפאלאן (נייע לעגאלע קאונסעל דורכאויס די לעצטערע וואכן)

אגב, ער גייט מארגן באגלייטן טראמפ צום גרעניץ

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך ינואר 09, 2019 10:25 pm

צל עובר האט געשריבן:וואס א חילוק וועלכער קרעמלין פארבינדעטער אוליגארך.

פון וואנעט נעמסטו דאס אז די צוויי אוקראינער זענען קרעמלין פארבינדעט?

(שטייצעך אז איך מיין חוץ די פאקט אז מענעפארט האט געהאט שייכות מיט זיי.)
Innocent until proven Republican

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 9:12 am

צל עובר האט געשריבן:וואס א חילוק וועלכער קרעמלין פארבינדעטער אוליגארך.

---------------------

טראמפ האט אויפגענומען 17 נייע לויערס.

למשל דשזעף בעזאז אין רעכניץ וכו' רופסטי אױך אן אוליגארך אדער נאר װען ס׳האט ציטאנן מיט מענעפארט לײגט מען צי די דרימאטישע װארט?

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 9:33 am

Think and Thank האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:וואס א חילוק וועלכער קרעמלין פארבינדעטער אוליגארך.

פון וואנעט נעמסטו דאס אז די צוויי אוקראינער זענען קרעמלין פארבינדעט?

(שטייצעך אז איך מיין חוץ די פאקט אז מענעפארט האט געהאט שייכות מיט זיי.)

"טיימס" פארשעמט
איבער מענעפארט נייעס

וואשינגטאן – דער ניו יארק טיימס איז געווען געצווינגען צו טוישן דעטאלן פון א באמבע נייעס ארטיקל וואס זיי האבן געהאט פובליצירט דינסטאג. אינעם אריגינעלן ארטיקל האבן זיי געברענגט אז טראמפ'ס קאמפיין מענעדזשער האט מיטגעטיילט פרעזידענט-וואלן אנקעטע אינפארמאציע מיט א רוסישן שפיאנאזש אגענט אלעג דעריפאסקא אין יאר 16'. דער אויפדעקונג האט געברענגט א שטורעם און דעמאקראטן האבן געשריגן אז דאס איז אן אפענע באווייז איבער "קאלוזשען". למעשה האט דער טיימס פארראכטן זייער ארטיקל מיטוואך אינדערפרי, שרייבנדיג אז מענעפארט האט איבערגעגעבן די אנקעטע אינפארמאציע פאר סתם 2 אוקריינער, סערהי ליאוואטשקין און רינאט אקמאטאוו, נישט דעריפאסקא. דאס האט אפגעווארפן די גאנצע "באמבע" אויפדעקונג.
דעלי איד
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2161
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 10:22 am

משה11 האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:וואס א חילוק וועלכער קרעמלין פארבינדעטער אוליגארך.

פון וואנעט נעמסטו דאס אז די צוויי אוקראינער זענען קרעמלין פארבינדעט?

(שטייצעך אז איך מיין חוץ די פאקט אז מענעפארט האט געהאט שייכות מיט זיי.)

"טיימס" פארשעמט
איבער מענעפארט נייעס

וואשינגטאן – דער ניו יארק טיימס איז געווען געצווינגען צו טוישן דעטאלן פון א באמבע נייעס ארטיקל וואס זיי האבן געהאט פובליצירט דינסטאג. אינעם אריגינעלן ארטיקל האבן זיי געברענגט אז טראמפ'ס קאמפיין מענעדזשער האט מיטגעטיילט פרעזידענט-וואלן אנקעטע אינפארמאציע מיט א רוסישן שפיאנאזש אגענט אלעג דעריפאסקא אין יאר 16'. דער אויפדעקונג האט געברענגט א שטורעם און דעמאקראטן האבן געשריגן אז דאס איז אן אפענע באווייז איבער "קאלוזשען". למעשה האט דער טיימס פארראכטן זייער ארטיקל מיטוואך אינדערפרי, שרייבנדיג אז מענעפארט האט איבערגעגעבן די אנקעטע אינפארמאציע פאר סתם 2 אוקריינער, סערהי ליאוואטשקין און רינאט אקמאטאוו, נישט דעריפאסקא. דאס האט אפגעווארפן די גאנצע "באמבע" אויפדעקונג.
דעלי איד


דאס נישט סתם צוויי אוקריינער, נאר צוויי אוקריינער וואס האבן יארן לאנג געארבעט אין אוקריינישע גאווערמענט לטובת די רוסן.

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 10:26 am

כאב שוין געבעטן אמאל א מקור אויף די דאזיגע 'פאקט' און נאכנישט באקומען.

סיי וויאזוי, פאול מענעפארט האט געארבעט ביי די אמעריקאנער רעגירונג לטובת די רוסן. איז דין דא גרעסערע קעלוזשען ווי טראמפ'ס אויפנעמען מענעפארט אלס קאמפיין טשעירמאן? ער איז דאך אן fsb אגענט!
כ'גלייב אז דזשאוסעף מעקארטי וואלט זיך געשעמט צו גיין אזוי ווייט ווי מאנכע גייען דא.
Innocent until proven Republican

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 10:29 am

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
משה11 האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:וואס א חילוק וועלכער קרעמלין פארבינדעטער אוליגארך.

פון וואנעט נעמסטו דאס אז די צוויי אוקראינער זענען קרעמלין פארבינדעט?

(שטייצעך אז איך מיין חוץ די פאקט אז מענעפארט האט געהאט שייכות מיט זיי.)

"טיימס" פארשעמט
איבער מענעפארט נייעס

וואשינגטאן – דער ניו יארק טיימס איז געווען געצווינגען צו טוישן דעטאלן פון א באמבע נייעס ארטיקל וואס זיי האבן געהאט פובליצירט דינסטאג. אינעם אריגינעלן ארטיקל האבן זיי געברענגט אז טראמפ'ס קאמפיין מענעדזשער האט מיטגעטיילט פרעזידענט-וואלן אנקעטע אינפארמאציע מיט א רוסישן שפיאנאזש אגענט אלעג דעריפאסקא אין יאר 16'. דער אויפדעקונג האט געברענגט א שטורעם און דעמאקראטן האבן געשריגן אז דאס איז אן אפענע באווייז איבער "קאלוזשען". למעשה האט דער טיימס פארראכטן זייער ארטיקל מיטוואך אינדערפרי, שרייבנדיג אז מענעפארט האט איבערגעגעבן די אנקעטע אינפארמאציע פאר סתם 2 אוקריינער, סערהי ליאוואטשקין און רינאט אקמאטאוו, נישט דעריפאסקא. דאס האט אפגעווארפן די גאנצע "באמבע" אויפדעקונג.
דעלי איד


דאס נישט סתם צוויי אוקריינער, נאר צוויי אוקריינער וואס האבן יארן לאנג געארבעט אין אוקריינישע גאווערמענט לטובת די רוסן.

מ׳קריכט אױף אױל'גע גראדע װענט מיט שײנע שפיציגע שטעק שיך

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 1:07 pm

טראמפ קאמפיין פאולסטער טאני פאבריזיא א געוועזענע ביזנעס געהילף פן מענעפארט גערעדט פאריאר מיט מולער

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 3:22 pm

Michael Cohen Agrees to Testify to Congress About Work for Trump
mueller-decisions-promo-1527005473337-articleLarge.jpg
mueller-decisions-promo-1527005473337-articleLarge.jpg (25.53 KiB) געזעהן 531 מאל

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 3:38 pm

מייקל כהן גייט אויפטרעטן אין אן עפענטליכע פארהער אין קאנגרעס

קיסריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 4:07 pm

abeg האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
משה11 האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:וואס א חילוק וועלכער קרעמלין פארבינדעטער אוליגארך.

פון וואנעט נעמסטו דאס אז די צוויי אוקראינער זענען קרעמלין פארבינדעט?

(שטייצעך אז איך מיין חוץ די פאקט אז מענעפארט האט געהאט שייכות מיט זיי.)

"טיימס" פארשעמט
איבער מענעפארט נייעס

וואשינגטאן – דער ניו יארק טיימס איז געווען געצווינגען צו טוישן דעטאלן פון א באמבע נייעס ארטיקל וואס זיי האבן געהאט פובליצירט דינסטאג. אינעם אריגינעלן ארטיקל האבן זיי געברענגט אז טראמפ'ס קאמפיין מענעדזשער האט מיטגעטיילט פרעזידענט-וואלן אנקעטע אינפארמאציע מיט א רוסישן שפיאנאזש אגענט אלעג דעריפאסקא אין יאר 16'. דער אויפדעקונג האט געברענגט א שטורעם און דעמאקראטן האבן געשריגן אז דאס איז אן אפענע באווייז איבער "קאלוזשען". למעשה האט דער טיימס פארראכטן זייער ארטיקל מיטוואך אינדערפרי, שרייבנדיג אז מענעפארט האט איבערגעגעבן די אנקעטע אינפארמאציע פאר סתם 2 אוקריינער, סערהי ליאוואטשקין און רינאט אקמאטאוו, נישט דעריפאסקא. דאס האט אפגעווארפן די גאנצע "באמבע" אויפדעקונג.
דעלי איד

דער טיימס האט גארנישט צוריקגעצויגן. אויסגעזויגן פון פינגער. מ'רעדט דא אז מענעפארט האט מיטגעטיילט אנקעטע-אינפארמאציע מיט קאנסטאנטין קלימיניק, וועלכער האט רוסישע פארבינונגען. (נישט סערהי ליאוואטשקין און רינאט אקמאטאוו אדער דעריפאסקא)

טראמפ זאגט בלויז אז ער האט גארנישט געוואוסט פון די גאנצע מעשה. (דאס וועט מען שפעטער געוואויר ווערן).

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8019
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 4:36 pm

abeg האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:וואס א חילוק וועלכער קרעמלין פארבינדעטער אוליגארך.

---------------------

טראמפ האט אויפגענומען 17 נייע לויערס.

למשל דשזעף בעזאז אין רעכניץ וכו' רופסטי אױך אן אוליגארך אדער נאר װען ס׳האט ציטאנן מיט מענעפארט לײגט מען צי די דרימאטישע װארט?


א אוליגארך מיינט א עושר מיט די ריכטיגע קאנעקשענס צו רעגירונג מאכט.

לדוגמא, אויף הרבני הנגיד ר' מאיר הירש הי"ו שטייט אין וויקיפידיע אויף אידיש אז ער איז א אוליגארך.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8019
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 4:44 pm

Think and Thank האט געשריבן:כאב שוין געבעטן אמאל א מקור אויף די דאזיגע 'פאקט' און נאכנישט באקומען.

סיי וויאזוי, פאול מענעפארט האט געארבעט ביי די אמעריקאנער רעגירונג לטובת די רוסן. איז דין דא גרעסערע קעלוזשען ווי טראמפ'ס אויפנעמען מענעפארט אלס קאמפיין טשעירמאן? ער איז דאך אן fsb אגענט!
כ'גלייב אז דזשאוסעף מעקארטי וואלט זיך געשעמט צו גיין אזוי ווייט ווי מאנכע גייען דא.


סיי לויט ריק סענטארעם און סיי לויט מארק ווארנער איז יעצט די עיקר שאלה וואס טראמפ האט געוואוסט, און ווי סאך שייכות עס האט געהאט מיט די קאמפיין, נישט אויב מענעפארד האט קאלודעט.

דער פרעזידענט ירום הודו האט היינט גענטפערט אויף די שאלה אויב ער האט געוואוסט: "איי דידנט קנאו ענטינג אבאוט איט". קאן זיין אז עס איז אמת.

-----------------------------
.
בד"וו, פאר אינטרעסאנטקייט פון די שמועס, די לעצטע צוויי יאר איז דא אזאנע וואס האבן אלעמאל גע'טטענה'ט אז עס מוז זיין אז עס איז געווען קאלוזשען, ווייל פון ווי דען האבן די רוסן געוואוסט אז מען ברויך ארבעטן אין מישיגען און וויסקאונסען, אודאי נאר פון טראמפ קאמפיין אינטערנעלס. אבער נתנא' זילבער האט געלאכט פון זיי, ער טענה'ט אז יעדער מיט אביסל שכל, חוץ די טיפשים פון די HRC קאמפיין, ער שרייבט א מיאוס'ע ווארט אנשטאט טיפשים, האבן דאס געוואוסט, ער שרייבט אז רוסלאנד וואלט דאס געקענט ליינען אויף 538, אדער וויסן פון זייער אמבעסאדע. און יאך פלעג האלטן אז ער איז גערעכט.

"אבער" באמת לאמיתו איז עס כלל נישט אזוי פשוט, די מצב אין גאס איז בכלל נישט געווען אז טראמפ'ס פעט גייט דורך די צוויי סטעיטס, אפלו אין זאכליך'ס מעפ איז געווען פענסילוועניע, נישט די צוויי סטעיטס, אז די האסט געליינט עני צייטונג, איד, בלאט, צייטונג, ני"ט, האט מען געלאכט פון טראמפ אז ער פארט אהין. און יעצט הערט מען אז מענעפארט האט געגעבן די אינטערנעלס פאר חברה, ביי א אומבאואוסטע באזוך אין מאדריד.

נאך א זאך, דאס איז מען היינט געואר געווארן, אז מולער האט אויסגעפרעגט טראמפ'ס פאולסטער.

דער פאולסטער, טאני פאבריזיאו, האט געארבעט מיט מענעפארט פארדעם אויף וואלן אין אוקריינע.

וואס איז זיכער איז אז מולער פארשט יעצט בעיקר קאלוזשען צווישן טראמפ און ראשע, אויב ער טרעפט וועט מען וויסן אויב די באריכט וועט ווערן פאבליק.

----------------------------------

@שפוזמאן, א קריים איז א צווייטע זאך, אבער איך גלייב אז אויב עס איז געווען קאלוזשען איז יעדע קליינע אבסטראקשן אדער ליגענט גענוג קריים.

אבער די דעמאקראטן ברויכן זיין משוגע צו אימפיעטשן טראמפ, ווייל אויב איז דא גענוג שטיצע אין סענאט אויף אימפיעטשמענט, איז אסאך גרינגער און בעסער פאר זיי אים צו באזיגן אין 2020. אלע דריי פרעזידענטן - ענדרו דזשאנסאן, ריטשארד ניקסאן, ביל קלינטאן, - וואס מען האט פרובירט צו אימפיעטשן בעבר האט מען געוואוסט אז זיי וועלן נישט לויפן פאר נאך א טערמין.

נאך א זאך @שפוזמאן, דאס אז מען האט געהאלטן אז ער וועט זיכער נישט געווינען איז געווען געבויעט אויף קאמאן סענס, אבער לויט די אנקעטעס חשבון פון 538 האט ער געהאט בערך א דריטל טשענס צו געווינען.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום דאנארשטאג ינואר 10, 2019 7:25 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12634
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 5:02 pm

דער טאג פון די עלעקשען'ס האט קיינער נישט געגלייבט אז טראמפ גייט געווינען (און טראמפ אויך נישט); מען האט געהאפט אויף א נס, אבער דעטס איט.

איז וויל מען דא זאגען אז טראמפ האט יא געוויסט אז עס איז א נאנטע פארמעסט און דערובער האט ער געשיקט מענפארט ארבעטען מיט די רוסען צו ברענגען א פאר נישטיגע וואוטס? אויב רוסלאנד דורך די אינטערנעט קען אים טאקע ברעגען וואוטס, האט ער דאך געקענט עס טוהן פון דא און דינגען מענטשען דא צו טוהן דער זעלבע ארבעט צו באקומען די וואוטס.

עס לייגט זיך נישט אויף דער שכל, און טראמפ איז נאך נישט אזוי קלוג אז ער האט געוויסט וואס קיינער ווייסט נישט.

און אלענפאלס (מען האט שוין פארגעסען) קאלושען איז נישט קיין קריים. און וואס מיינט דאס קאלוזען? צו לויפען פאר פרעזידענט איז א אומענטשליכע און שמיציגע ארבעט און מען קאלודט (מען ארבעט מיט) מיט וועם מען קען נאר, און מען זאגט צו (אפילו מען האלט נישט ביים מקיים זיין) וועם מען קען נאר; מען נעמט הילף פון ווער נאר עס גיבט עס; איז ווי פינקטליך איז דער דאזיגע קריים.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א מחי', זזה, משה בעלז, קהל עדתינו, רואיג! און 60 געסט