די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:פרוביר אויך האט געשריבן:כאפצעם האט געשריבן:אקעי. באריכטן קומען ארויס אז די אינפארמאציע וואס נונעס האט געקריגן אין ווייסן הויז איבער אנגעבליכע אנמעסקינג און ווייערטעפינג איז געווארן איבערגעגעבן דורך א טאפ אפישעל אינעם ווייסן הויז.
לויט דעם באריכט מיינט דאס אז די ווייסע הויז האט קאלאבארירט מיטן קאנגרעס אינטעלידזשענט טשעירמאן צו אנדרייען א מעשה אין א פארזוך צו לעגעטימיזירן טראמפ'ס ווייערטעפינג קלעים.
נונעס און די ווייסע הויז האבן ביידע זיך אנטזאגט צו ענטפערן ווער ס'איז געווען די קוואל. נונעס אנטזאגט זיך ווייטער פון איבערגעבן די מכלומרשטע אינפארמאציע פאר די קאנגרעס אינטעלידזשענט קאמיטע.
די נאציאנאלע מידיע קאכט ווי א קעסל.
איך פארשטײ נישט,
טראמפ האט באשולדיגט די אבאמא אדמיניסטראציע אין אונטערהערן זיינע געשפרעכן,
קומט קאנגרעס און פארלאנגט צו זעהן באווייזען,
רופט מען אריבער נונעס און מען גיט אים אהין די באווייזען
אופס א נייע סקאנדאל
דאס מיינט אז די ווייסע הויז האט קאלאבארירט מיטן קאנגרעס אינטעלידזשענט טשעירמאן צו אנדרייען א מעשה אין א פארזוך צו לעגעטימיזירן טראמפ'ס ווייערטעפינג קלעים.
װאאאאס????
אויב די ווייט האויז האט אים פשוט געוואלט איבערגעבען באווייזען, פארוואס האט ער געדארפט גיין נאכדעם צו טראמפ ווייזען זיינע געפינסען? די ווייסע האויז ווייסט דאך די באווייזען, נישט אזוי?
פארוואס איז די גאנצע באגעגעניש געווען א סוד און געהיימניס? פארוואס וויל מען נישט ווייזען די געפינסען פאר קיינעם נישט, נישט געמאקראטען אין נישט סענאט רופאלקאנער? ווערט דעס נישט גערעכענט פאר א ליעק?
פארוואס דרייעט זיך די ווייסע האוז ארויס וועגען די גאנצע באגעגנישט, קענען זיי ניטש פשוט זאגען יא, מיר ווייסעןפון די באגעגעניש, מיר האבען אים פשוט געגעבן באווייזען?
פארוואס? פארוואס?
פארוואס האט מען פאריגע וואך געקענעלט א גאנצע רייע פון קאנגראס אינטעלזישענס אויפטריטען?
עס שמעקט פון א מעסיווע קאוועראפ וואס האלט זיך אינמיטען אנטוויקלען;
אמאל געווען סייענטיסט וואס האט געמאכט א סטאדי: ער האט גענומען א ספיידער, אראפגעריסן איין פיס, אין געהייסן ''לויף!'''
און דער ספיידער איז געלאפן.
האט ער פארצייכנט די רעזאלטס: א ספיידער מיט בלויז זיבן פיס קען אויך לויפן.
נאכדעם האט ער אראפגענומען נאך א פיס, און די זעלבע זאך האט זיך איבערגעשפילט. ביז ער איז אנגעקומען צום לעצטן פיס.
ער נעמט אראפ דעם פיס, און שרייט ''לויף!''
און דער ספיידער רירט זיך נישט פון פלאץ.
ער פארצייכנט: א ספיידער אן קיין פיס קען נישט הערן.
לענינינו, זיבן פון דיינע אכט קשיות ווייזן פשוט אז די 'באריכטן' אז נונעס האט באקומען די אינפא פון ווייסן הויז, איז פעיק ניוז.
אה, און פארוואס זאגט ער נישט פאר קיינעם? אויף דעם זאגט @פרוביר אויך אז ער האט עס 'יא' מיטגעטיילט מיט ספיקער רייען.
איי, פארוואס זאגט ער אז נונעס האט יא באקומען די אינפא פון ווייט האוז? ווייל ער באציט זיך צו די וואס טראמפייטערן מיט די פעיק ניוז, אז אפי' לאמיר זאגן ס'איז 100% אמת, איז נישטא קיין שום סקאנדאל.
אבער דיינע קשיות זענען פעלזן פעסט: אויב האט ער עס באקומען פון ווייט האוז, פארוואס האט ער געדארפט גיין צו טראמפ?
אויב האט ער באקומען די אינפא פון וו''ה,פארוואס דרייט זיך די וו''ה ארויספון די שמועס? בשלמא אויב איז עס נישט אמת, דרייעט זיך די וו''ה ארויס ווייל עס פאסט זיי נישט אז ער האט זיך געטראפן מיט איינעם 'אויף זייערע גראונדס' אן זייער וויסן. אויב אבער האט ער זיך גאר געטראפן מיט זיי, פארוואס זאלן זיי דרייען?
און אויב דרייט זיך אלעס ארום די וו''ה אינפא זעלבסט, פארוואס האט ער געקענסלט מיטינגס?וואס האט זיך אזוי מעסיוו געטוישט? מילא אויב האט ער טאקע באקומען אינפא וואס איז א געים טשעינדזשער.
אלא מאי, ס'איז יא פרישע אויפדעקונגען. אין כאן לא מעסיוו ולא קאוועראפ.
אה, און דיין שאלה צו דאס איז נישט קיין ליעקס האב איך נישט פארשטאנען.
Get your facts first, then you can distort them as you please.