ספעשיל קאנסיל מולער'ס אויספארשונג - והמסתעף

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אנשטאט שפענדן עטליכע בלעטער שפעקולירן פארוואס מולער ענדיגט פונקט איצט איז גוט צו פארשטיין אז עס איז בכלל נישט קיין קשיא

כ'מיין עט סאם פוינט וואלט דאך די אויספארשונג געקומען צו אן ענדע, איז ווען וואלט עס געקענט ווערן פארמאכט אן אויפברענגן "פראגן" פארוואס פונקט היינט?
אויב דינסטאג וואלט מען געזאגט ווייל שנכפל בו כי טוב און ער ארבעט פאר די גוטס פון טראמפ און אויב מיטוואך ווייל עס איז נישט נכפל כי טוב און ער ארבעט נעגאטיוו אקעגן טראמפ, כ'מיין וואס באמת מיינט מען אז מולער איז? יעדע שאקל וואס זיין האר פון קאפ זאל גיבן ליגט אין דעם כוונות אריז"ל?!
איר קענט פרעגן פארוואס עס האט געדויערט אזוי לאנג און מעגליך פארשטיין נאכן זעהן זיין באריכט און מעגליך נישט
איר קענט אים אפילו האלטן פאר איינזייטיג אקעגן טראמפ אדער גאר פאר צו ווייך פארן שליסן שוין איצט אבערלויט אלע אנדייטונגען גרייט ער זיך שוין אין די לעצטע מאנאטן צו ענדיגן עפעס וולעגכע ער וואלו סייווי געדארפט ענדיגן און עס קוקט אויס אז עס גייט טאקע פאסירן

ואויב איר ווילט דוקא יא פרובירן וואס מען פרובירט צוזאמשטעלן פאזל שטיקלעך איז זייער א מעגליכע סברא צו זאגן אז ראזנסטיין מולער האט געוואלט אויסווארטן ביז עס איז דא א נייע אטוירני דזשענעראל אין פלאץ וועלכע זאל באשליסן וואס צו טוהן מיטן רעפארט ווי איידער דארפן אויסשטיין די היץ פון אליין פאסן אזא באשלוס
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

פעיק נוז האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:וואס מיינט עס, אז באאר ענדיגט די אינוועסטיגעשן אין א גרינעם דינסטאג?

כ׳האף אז מוללער גייט כאטש קאנקלודן. ווייל אויב נישט איז פשט אז מ׳האט אפגעשטעלט די אינוועסטיגעשן ביי שולחן עורך.

איך גלייב נישט אז טראמפ וואלט צוגעלאזט אז מען זאל נישט קאנקלודן, דעמעאקראטן וועלן קענען האמערן אז טראמפ האט געשטערט די אויספארשונג און אז עכט האט מוללער יא געטראפן קעלוזשען נאר מען האט אים נישט געלאזט צוקומען צום ווארט.


כ׳האב נישט גוט פארשטאנען די נייעס, פארשטאנען האבעך אז באאר שפארט צו די מוללער אינוועסטיגעשן. האבעך געשריבן אז כ׳האָף מוללער גייט כאטש קאנקלדען.

למעשה האבעך געזעהן אויף סננ, מוללער גאר דער וואס האט געמאלדן באאר אז ער איז פערטיג.

די דראמאטישע ברעיקינג נאוז:
https://www.dropbox.com/s/bj856bme2vqyv ... 0.mp4?dl=0

איז אזוי, ווען וואלט מוללער ווען פערטיג געווארן פאר די מידטורם׳ס - ווען סעשאנס איז נאך געווען דער אטורני דזשענעראל - וואלט ראזענשטיין געווען דער וואס באשליסט וואס מ׳טוט מיט די מוללער ריפארט. און צו מ׳לייגט עס פאבליק צו נישט און ווען. ער וואלט געווען דער וואס וואלט געשטאנען ביים פאודיעם ביי די ברייט געדעקטע פרעס קאנפרענס, ווען מוללער שטייט ביי די זייט מיטן קליפ בארד.

ער וואלט געקענט ניצן סיי וואספארא לשונות ער וואלט נאר געוואלט, און זיך שפילן מיט די ווערטער וואס מאכן אייגענטליך א גרויסע נפקא מינה להלכה, א שטייגער ווי קאומי׳ס דרשה בנוגע די קלינטאן אימעיל אינוועסטיגעשן.

למעשה האמער שוין שוין דעם באאר, יעצט ליגט עס אים זיינע הענט. און ווי טראמפ האט שוין פריער געזאגט. ״וואס פינקטליך מ׳זאל טאן מיט די מוללער ריפארט איז פאר פארן אטורני דזשענעראל צו באשליסן״.

——
הבלע העקלט
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:לויט וויזוי איז פארשטיי וועלן די דעמעקראטן דארפן די קאונטער ריפארט...

נישט ווייל די ריפארט גייט זיין גוט פאר טראמפ, סיז מעגליך אז די חברה גייען שניידן שטיקער פון אים, אבער די מעין פראגע צו טראמפ האט קעלודעד צו העקן קלינטאן'ס אימעיל דאס גייט זיין לטובת טראמפ, און דעמעקראטן גייען קאונטערן אז טראמפ האט געשטערט די אינוועסטיגעישן וכד'...



איינער פון זיי [דאכצעך שיף] האט דאך שוין געזאגט ממש לעצטנס אז אויב גייט מולער נישט ברענגען קיין ערנסטע קלאגעס אויף טראמפ גייט קאנגרעס עפענען אן ערנסטע אויספארשונג איבער רוסלאנד.. דאס הייסט מוללער איז גוט, הייליג, אמת'דיג און רעכטפארטיג אויב ברענגט ער אונטער טראמפ. אויב נישט איז ער גארנישט ווערט.. מ'הייבט אן פון אנהייב
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

הכל הבל האט געשריבן:די באריכטן באשטעטיגן אויך אז וויטעקערס סטעיטמענט איז געווען וואר

וועלכע סטעיטמענט האט ער געזאגט ?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ארום די זייגער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די באריכטן באשטעטיגן אויך אז וויטעקערס סטעיטמענט איז געווען וואר

וועלכע סטעיטמענט האט ער געזאגט ?
אז מולער גרייט זיך צו ענדיגן
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:לויט וויזוי איז פארשטיי וועלן די דעמעקראטן דארפן די קאונטער ריפארט...

נישט ווייל די ריפארט גייט זיין גוט פאר טראמפ, סיז מעגליך אז די חברה גייען שניידן שטיקער פון אים, אבער די מעין פראגע צו טראמפ האט קעלודעד צו העקן קלינטאן'ס אימעיל דאס גייט זיין לטובת טראמפ, און דעמעקראטן גייען קאונטערן אז טראמפ האט געשטערט די אינוועסטיגעישן וכד'...



איינער פון זיי [דאכצעך שיף] האט דאך שוין געזאגט ממש לעצטנס אז אויב גייט מולער נישט ברענגען קיין ערנסטע קלאגעס אויף טראמפ גייט קאנגרעס עפענען אן ערנסטע אויספארשונג איבער רוסלאנד.. דאס הייסט מוללער איז גוט, הייליג, אמת'דיג און רעכטפארטיג אויב ברענגט ער אונטער טראמפ. אויב נישט איז ער גארנישט ווערט.. מ'הייבט אן פון אנהייב

אבער קאנגרעס האט דאך שוין אויסגעפארשט? סאו שיף קען פלעין נוצן יענע דאטא און ארויסגעבן זיין רעפארט אויף זיינע טערמינען, ס'איז סתם א שאד אנצוהייבן נאך א אויספארשונג, מען קען עס מאכן טשיק טשאק.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

האכעם, אויב מולער האט נישט געטראפן, אודאי קען ער שויניש טרעפן.. די ציהל איז צו זאגן אז מ'קעניש באשטעטיגן אז ס'נישט געווען ווי לאנג אונזער אויספארשונג איז נאך אפן..

ווען ס'וועט זיך צומאכן? ווען די נעקסטע רעפאליקען קאנגרעס וועט אריין קומען, אדער טראמפ גייט ארויס. וויטשעווער קאמס פירסט.

[און אויב וועט עס זיין א ריפאב קאנגרעס אונטער טראמפ וועט שיף שטייצעך שרייען אז זיי האבן עס צוגעמאכט אינמיטן די ארבעט..]
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

דשעימס קלעפפער הייבט שוין אן מיט די הכנות צום אוטא-דע-פע(ך) פונעם דעמאקראטישע האוקס ראשע-קאלוזשען וועלכע גייט לכאורה איינפאלן ווי נאר די מוללער טיעם איז פארטיג, און די ריפארט איז פאבליק.

https://thehill.com/policy/national-sec ... ay-be-anti
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

הכל הבל האט געשריבן:כ'מיין עט סאם פוינט וואלט דאך די אויספארשונג געקומען צו אן ענדע, איז ווען וואלט עס געקענט ווערן פארמאכט אן אויפברענגן "פראגן" פארוואס פונקט היינט?
אויב דינסטאג וואלט מען געזאגט ווייל שנכפל בו כי טוב און ער ארבעט פאר די גוטס פון טראמפ און אויב מיטוואך ווייל עס איז נישט נכפל כי טוב און ער ארבעט נעגאטיוו אקעגן טראמפ, כ'מיין וואס באמת מיינט מען אז מולער איז? יעדע שאקל וואס זיין האר פון קאפ זאל גיבן ליגט אין דעם כוונות אריז"ל?!

פשטות איז ווייל יעצט איז דא אן איבעריגער חודש
#פערפעקט טיימינג
אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

שמאטע האט געשריבן:דשעימס קלעפפער הייבט שוין אן מיט די הכנות צום אוטא-דע-פע(ך) פונעם דעמאקראטישע האוקס ראשע-קאלוזשען וועלכע גייט לכאורה איינפאלן ווי נאר די מוללער טיעם איז פארטיג, און די ריפארט איז פאבליק.

https://thehill.com/policy/national-sec ... ay-be-anti

ביטע C/P
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך געדענק אז מאט שוין לאנג גערעדט אז די מוללער פראוב גייצעך ענדיגן פעברעווערי - מארטש, וויטיקער האט שוין געזאגט אז ס'גייצעך ענדיגן סאאן... גרעסלי האצעך פאררעדט אז ס'גייט זיין פארטיג אין א חודש... סיז נאריש צו זאגן אז בארר האט געענדיגט די אינוועסטיגעישן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך געדענק אז מאט שוין לאנג גערעדט אז די מוללער פראוב גייצעך ענדיגן פעברעווערי - מארטש, וויטיקער האט שוין געזאגט אז ס'גייצעך ענדיגן סאאן... גרעסלי האצעך פאררעדט אז ס'גייט זיין פארטיג אין א חודש... סיז נאריש צו זאגן אז בארר האט געענדיגט די אינוועסטיגעישן...

יישר כח פאר ארויסברענגן אזוי קורץ און שארף מיין פוינט
קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1879
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאליפארניע »

לכאורה ענדיגט ער שוין דעם אינוועסטיגעשען ווייל די 2020 קאמפיין האט זיך שוין אנגעהויבן אין ער דארף שוין עפענען א נייע אינוועסטיגעשען.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

ברעיקינג

מייקעל קאהן טעסטעמאני בעפאר די הויז קאמיטע באשטימט אויף נעקסטע וואך מיטוואך.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

מארק לעווין זאגט א שטארקע פוינט.

יעדער איז ביזי ווען די מוללער רעפארט גייט ארויסקומען, וואס ס'גייט דארט שטיין צו מ'קען עס יא גלייבן צו נישט, קאנטער רעפארט אא"וו.

קיינער רעדט אבער נישט פון דעם אז מוללער איז נאר א פראסעקיוטער, נישט קיין דזשארדזש, נישט קיין דזשורי, נישט קיין קאנסטיטושען, ער איז א סימפל פראסעקיוטער וואס זיין דזשאב איז צו זאגן זיין זייט פון די סטארי. יעצט דארף מען גיין אין קאורט און די פרעזידענט זאל האבן א טשאנס זיך צו דעפענדן. מיט די רעפארט וועט די פרעזידענט נישט האבן זיין קאנסטיטושענעל רעכט זיך צו דעפענדן קעגן א פראסעקיוטער.

דעיס איז חוץ המעשה וואס נישט קיין חילוק וואס ס'גייט דארט שטיין גייט די מידיע נוצן נעגעטיוולי קעגן אים.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

יש ברירה האט געשריבן:ברעיקינג

מייקעל קאהן טעסטעמאני בעפאר די הויז קאמיטע באשטימט אויף נעקסטע וואך מיטוואך.


צוריק געריקט מיט 1 טאג..

viewtopic.php?p=1864834#p1864834
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ממה נפשך האט געשריבן:מארק לעווין זאגט א שטארקע פוינט.

יעדער איז ביזי ווען די מוללער רעפארט גייט ארויסקומען, וואס ס'גייט דארט שטיין צו מ'קען עס יא גלייבן צו נישט, קאנטער רעפארט אא"וו.

קיינער רעדט אבער נישט פון דעם אז מוללער איז נאר א פראסעקיוטער, נישט קיין דזשארדזש, נישט קיין דזשורי, נישט קיין קאנסטיטושען, ער איז א סימפל פראסעקיוטער וואס זיין דזשאב איז צו זאגן זיין זייט פון די סטארי. יעצט דארף מען גיין אין קאורט און די פרעזידענט זאל האבן א טשאנס זיך צו דעפענדן. מיט די רעפארט וועט די פרעזידענט נישט האבן זיין קאנסטיטושענעל רעכט זיך צו דעפענדן קעגן א פראסעקיוטער.

דעיס איז חוץ המעשה וואס נישט קיין חילוק וואס ס'גייט דארט שטיין גייט די מידיע נוצן נעגעטיוולי קעגן אים.

אמת, אבער וואס די פראצעדור זאל נאר נישט זיין איז פונקט גענוג אויב מוללער קומט ארויס מיט זיין זייט פון די סטארי ארויסשטעלנדיג עפעס באשולדיגונגען קעגן טראמפ איז עס פונקט גענוג פאר די דעמאקראטן דורכצופירן אומפיטשמענט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אנלעסס סיז עכט דא העווי קעלוזשן אדער סיי וועלעכע אנדערע קריים גייען די דעמעקראטן נישט אימפיעטשן... זיי ווייסן אז ס'גייט נישט אדורכגיין אין די סענאט, סתם אימפיעטשמענט קען ריסקן בעקלעשש...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך זאג, אז אפי' ס'וועט זיין 'בלויז' מוללער וואס וועט באשטעטיגן אז עס איז געווען קאלוזשען, אהן דעם וואס עס איז דורך א דזשאדזש וואו דער פרעזידענט זאל קענען זאגן זיין זייט פון די מטבע, איז עס אבער פונקט גענוג פאר די דעמאקראטן דורכצופירן אימפיטשמענט, אויפן סמך פון מוללער'ס ווערטער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3683
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

וואס א חילוק אימפיטשמענט, דער עיקר איז די זאך זאל אנגיין, איך האלט אז עס איז זייער וויכטיג פאר טראמפ אז די רוסלאנד סומאטוכע זאל זיך ציען ביז מינומים א האלב יאר פאר די עלעקשאנס אין 2020 , אויב וועט זיך עס ענדיגן פונקט דעמאלס וועט זיין מורא'דיג, און אפילו אויב עס וועט זיך נאך ווייטער ציען איז עס אויך בעסער ווי צו רעדן פון די עכטע אישוס.
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

נאכן אנאלזירן די לעצטע נייעס זעט נישט אויס אז עס דא וואס די טראמפ שטיצער דארפן מורא האבן פון די קומענדע מוללער רעפארט.

ביזדערווייל איז נישט דא קיינער וואס איז אנגעקלאקט געווארן אויף קלאזשען אליין, אפילו עס איז פארגעקומען א שיינע ביסל שעידי מעשיות מיט ראשע, אבער קען זיין אז דאס איז נישט גענוג אויף אנצוקלאגן, גנוי ווי עס האט פאסירט ביי פרוי קלינטאן.

איך האב אגאנצן צייט געהאלטן אז מוללער לאזט איבער די קלאזשען טשארדזשעס צום לעצט צוליב דעם וואס ער וויל נישט אז קיינע פון די אויסגעפארשטע זאלן וויסן וואס ער ווייסט און וואס ער ווייסט נישט כדי זיך צו קענען באווארענען, יעצט אבער אז ער שפארט די אינוועסטיגעישאן אן 'קלאזשען טשארדזשעס' קומט נישט קיין מעיזשער באמבע.

אפילו אבסטראקשן וועט זיין שוואך וויבלאד דער עצם אינוועסטיגעישאן האט נישט געברעגט קיין 'קלאזשען טשארדזשעס'. אויב וואלט געווען 'קלאזשען טשארדזשעס' דעמאלס זאגט די פאליטישע גאס: קוק וואס פאר א האבע זאכן זענען דא אפגעטוען געווארן און טראמפ האט עס געוואלט שטערן.

כנלע"ד
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:נאכן אנאלזירן די לעצטע נייעס זעט נישט אויס אז עס דא וואס די טראמפ שטיצער דארפן מורא האבן פון די קומענדע מוללער רעפארט.

ביזדערווייל איז נישט דא קיינער וואס איז אנגעקלאקט געווארן אויף קלאזשען אליין, אפילו עס איז פארגעקומען א שיינע ביסל שעידי מעשיות מיט ראשע, אבער קען זיין אז דאס איז נישט גענוג אויף אנצוקלאגן, גנוי ווי עס האט פאסירט ביי פרוי קלינטאן.

איך האב אגאנצן צייט געהאלטן אז מוללער לאזט איבער די קלאזשען טשארדזשעס צום לעצט צוליב דעם וואס ער וויל נישט אז קיינע פון די אויסגעפארשטע זאלן וויסן וואס ער ווייסט און וואס ער ווייסט נישט כדי זיך צו קענען באווארענען, יעצט אבער אז ער שפארט די אינוועסטיגעישאן אן 'קלאזשען טשארדזשעס' קומט נישט קיין מעיזשער באמבע.

אפילו אבסטראקשן וועט זיין שוואך וויבלאד דער עצם אינוועסטיגעישאן האט נישט געברעגט קיין 'קלאזשען טשארדזשעס'. אויב וואלט געווען 'קלאזשען טשארדזשעס' דעמאלס זאגט די פאליטישע גאס: קוק וואס פאר א האבע זאכן זענען דא אפגעטוען געווארן און טראמפ האט עס געוואלט שטערן.

כנלע"ד


כ׳האב ארויסגעפרינט דעי תגובה און אויפגעהאנגען העכער מיין דעסק.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2937
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

דאכצעך אז ראדזשער סטאון האט עפעס אין קאורט היינט
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יא, ווייניגער ווי א האלבע שטונדע צום עפענונג פון די היינטיגע פארהער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סטאון ערשינען
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”