#וויי וויי וויייי....
א פארשוין וועלכער האט זיך אנגעגעבן מיטן נאמען 'הענרי גרינבערג', א געוועזענע עף.בי.איי אינפארמענט האט געקאנטאקט די טראמפ קאמפיין אין מעי 2016 און זיך געטראפן מיט ראדש'ער סטאון און מייקל קעפוטאו, און זיי געמאלדן אז די רוסן ווילן צוויי מיליאן דאלער אין אויסטויש פאר שמוץ אויף קלינטאן. ראדש'ער סטאון'סענטפער פאר גרינבערג איז געווען "סארי, אבער דו קענסט נישט דאנאלד טראמפ! ער צאלט נישט פאר גארנישט..." און זיי האבן דיקליינד די אפפער.
די וואשינגטאן פאוסט האט די ערשטע באריכטעט די געשיכטע, וועלכע זיי האבן ערהאלטן פון ראדש'ער סטאון און מייקל קעפוטאו. און אויך קאנפירעמד מיט דעם אנגעבליכן "הענרי גרינבערג".
די לויערס פון די צוויי טראמפ קאמפיין געהילפן זאגן - אין א בריוו צו די האוז און סענאט אינטעלעדשענס קאמיטיס, אז די סיבה פארוואס זיערע קלייענטן האבן נישט דערמאנט די גרינבערג אינצידענט אין זייער טעסטימאוני איז וויבאלד זיי האבן עס בכלל נישט געדענקט בשעת'ן טעסטיפייען, און נאר ווען זיי האבן זיך אראפגעזעצט מיט די מוללער טיעם פאר אינטערוויא האבן זיי געזעהן אז די מוללער טיעם ווייסט אסאך מער ווי זיי אליינס האבן געוואוסט איבער דעם פארשוין "הענרי גרינבערג", געוועזענער עף.בי.איי אינפארמענט...
סטאון און קעפוטאו זאגן אז גרינבערג האט זיך געטראפן מיט זיי פאר א איינמאליגע קורצע קארגע 20 מינוט מיטונג, און ער האט זיך אנגעגעבן פאר זיי אלס א אמעריקאנער בירגער, און זיי געוויזן בילדער פון אים מיט זיינע פריינד פון פלארידא טראגענדיג טראמפ 'מעגע' היטלעך און העמעדער.
זיי זענען הערשט געוואור געווארן אז גרינבערג איז באמת א רוסישער מיט א אנדערע נאמען דורך די מוללער טיעם! די לויערס פון סטאון און קעפוטאו שרייבן צום האוז און סענאט קאמיטי אז זיי גלייבן אז דאס איז א חלק פון א גרעסערע 'אינטערגעשטעלטע סעט אפ' אנטקעגן די טראמפ קאמפיין, ארויסברענגענדיג די פאקט אז מוללערס טיעם איז געווען גאר גוט באקאנט מיט די היסטאריע און בעקגראונד אויף דעם מיסטער הענרי גרינבערג.
מיסטער גרינבערג האט באשטעטיגט פאר סי.ען.ען די געשיכטע, און האט צוגעלייגט אז ביי זיין זיך טרעפן מיט סטאון איז אויך אנוועזענד געווען א געוועזענער "קלינטאן פאנדעישען" ארבייטער מיטן נאמען "אלעקסיי" וועלכע איז פארשיקט געווארן קורץ פארדעם פון די פאנדעישאן. און אז דער אלעקסיי האט געפירט די געשפרעך מיט סטאון,און נישט גרינבערג אליינס.
סטאון און קעפוטאו האבן אפגעלייקענט אז זיי זאלן אמאל האבן געהערט די נאמען אלעקסיי, און אז זיי האבן נישט געטראפן אזא איינעם. אויך די קלינטאן פאנדעישען האט געלייקענט צו האבן אמעל געהאט א ארבייטער מיט די נאמען.
------- י
קען איינער שטעלן זאכן אין פראספעקטיוו?
ווען איז געוען די טעקסט מעסעדש צווישן סטראק און פעידש איבער 'איך גלייך די מהלך וועלכע דו האסט ארויסגעלייגט אין ענדי'ס אפיס'?...
איז מעגליך אז א חלק פון די "סטראטעגיע" אונטערציברענגען טראמפ איז געווען "שיקן א עף.בי.איי אינפארמענט זיך אנגעבען אלס א רוס"??????
#קאלוזשען?
#מכשפה_פאנג?
#ווייערטעפ?
#ספיי-געיט?
http://thehill.com/homenews/administrat ... ton-during