שמאטע האט געשריבן:יש ברירה האט געשריבן:ברעיקינג
CNN can now confirm Rod Rosenstein did in fact give Trump the option to delay announcing the Russian hacking indictment until *after* the Helsinki summit. The White House told Rosenstein it was OK to announce before the summit, so he did.
צוויי זאכן קען מען ארויסנעמען פון די אינפארמעישאן:
אדער (וכן נראה לי עיקר) האבן זיי נישט געוואלט בכלל איינטיילן פאר ראזענשטיין ואס צי טוען, כדאי מען זאל נישט שפעטער שרייען "אבסטראקשען אוף דשאסטיס"... זיי זענען ציגעגאנגען דערצו מיט די מהלך פון "טוה וואס דו ווילסט און. וויאזוי דו פארשטייסט און לאז מיך ארויס דערפון"...
כן נראה גם לי. נאך פון פאר כ'האב געליינט דיין אנאליז, אבער יעצט איזעס כ"יהודה ועוד לקרא"...
בכל אופן האט אים די דיעפ סטעיט אריינגעלייגט און א "לואז לואז - פארליר פארליר סיטואציע" מיט זייער פלאן פון יעצט צו אינדייטען . וויאזוי ער וואלט געטוען אדער געזאגט וואלט עס אים געברענגט שטערונגען פאר זיין דרך אין הנהגת המדינה.
און דאס איז די הויפט טענות אויף די דיעפ סטעיט אז זיי האלטן אז זיי פירן באמת דאס לאנד, אדער זיי האבן לכה"פ א אייניגע שותפות מיטן פרעזידענט און פירן דאס לאנד, און זיי דרייען אן פארשידענע שטיקלעך (יעדע מאל נוצט מען א אנדערע TOOL וואס איז עוועלעביל און זייער שופלאד) וואס צווינגט און באגרענעצט דעם פרעזידענט פון פירן דאס לאנד וויאזוי אים שמעקט.
און די יעצטיגע פאסירונג איז א פערפעקט עקזעמפעל, זיי האבן געוואלט באגרענעצען טראמפ זיין וועג וויאזוי ער ארבייט מיט רוסלאנד און פוטין, האבן זיי געברענגט יעצט די אנקלאגעס, און מאך א המוציא!
און ס'איז זיי געלונגען גאר גוט, ובפרט אז די מידיע שפילט מיט.