אראוויל קאליפארניע רעזעוואר פראבלעמען

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

לכאורה פשט, די סערטיפיקעט אז ס'איז זיכער. איינמאל א שטיק צייט דארף מען עס באקוקן
...
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:שכויעח זאכליך! עכט געשמאק באשריבן און צו די זאך!
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

די וואסער לעוועל האלט שוין ביי אינטער 850 פיס.

די אינדזשינירן האבן שוין רעדיצירט די אויסגיס פון 100 טויזנט קיוביק פיס פער סעקונדע צו 60 טויזנט. מיט די רעדיצירטע סכום וואסער קענען זיי בעסער זעהן וואס ס'טוט זיך אינטערן שטראם און זיי ארבייטן יעצט צו אויסרייניגען טויזנטער פונט ברוכווארק וואס די שטראם האט אהינגעוואשען.

ס'איז זייער וויכטיג צו אויסרייניגען די ברוכווארק ווי שנעלער, ווייל די ברוכווארק האלט אויף די שטראם און ס'קען זיך אנזאמלען צופיל וואסער אויפן וועג און שעדיגן די פאוער איינריכטונגען דארט.

פרישע שטורעמען זענען ערווארטעט פאר די קומענדיגע פאר טאג, אבער די דיפארטמענט איז נישט באזארגט ווייל די רעזעוואר האט שוין גענוג פלאץ זיי אריינצונעמען.

אין אנדערע נייעס זענען 5 ארבייטער געווארן געפייערט נאכדעם וואס זיי האבן געלייגט בילדער פון די צעבראכענע ספילוועי אויף זייער סאציאלע נעטווארק וואס איז קעגן די קאמפאניס פאלעסי.

ס'האט שוין אפגעקאסט 10 מיליאן דאלאר די פאריכטונגען און עמערדזשענסי ארבייט. מ'שאצט אז אלעס צו פארעכטן קען קאסטן ביז 200 מיליאן דאלער.

אין די זעלבע צייט ווארענען די אפישילס אז ס'איז א חשש פון פארפלייצונגען צוליב די דורכגעווייקטע געגענטער אין צפון קאליפארניע, נאכדעם וואס ס'איז געווען זייער א רעגענדיגע ווינטער. די וואסער לעוועל פון אסאך אנדערע וואסער וועגן און טייכלעך זענען אויף סכנות'דיגע הויכקייטן, און וועט נאר ווערן נאך העכער פון ערווארטעטע רעגענס.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

דאנקע פאר די באריכט, אהער מיט די געפייערטע בילדער..
...
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

יישר כח זאכליך פאר די אינהאלטסרייכע תגובות, נייעס לשם נייעס.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

יישר כחכם
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

איז נישט קאליפארניע געווען אין א געפערליכע טרוקעניש פראבלעם?

אויב יא, איז דאס א זעלטענע "איבערקערעניש" פון איין עקסטרעם צום אנדערן.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

די וואסער לעוועל האלט שוין ביי 840 פיס, זעכציג פיס אינטער די מאקסימום וואס די דאמבע קען האלטן.

די וואסער דיפארטמענט פלאנט צו אפשטעלן די אויסגיס אויף די מעין ספילוועי מארגן נאכמיטאג פאר אפאר טאג, כדי צו קענען אוועקנעמען די ברוכווארק וואס האט זיך אנגעזאמלט אינטען פון די ספילוועי. די ברוכווארק שטעלט א סכנה אויף די עלעקטראנישע איינריכטונגען.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

די אויטאריטעטן האבן שוין אפגעשפארט די מעין ספילוועי כדי צו קענען אוועקנעמען די ברוכווארק און אנהייבן צו פארעכטן די ספילוועי.

די וואסער לעוועל האלט און איין שטייגן, לאמיר האפן אז זיי וועלן קענען פארטיגן די פאריכטונגען פאר די וואסער לעוועל קומט אן צו די מאקסימום.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

פרישע פראבלעמען.

וויבאלד מ'האט אינגאנצן אפגעשטעלט די אויסגיס אויף די מעין ספילוועי, איז די שטראם אין די פעטהער ריווער געווארן זייער נידעריג. און אסאך פלעצער איז די ווענט ארום די ריווער איינגעפאלן ווייל ס'איז נישט געווען די וואסער וואס זאל עס אונטערהאלטן.

אזוי אויך וויבאלד די וואסער שטראם איז געווארן נידעריגער איז געבליבן אויף אסאך פלעצער אפגעזונדערטע טייכלעך (פאדעלס בלעז) און אסאך סעלמאן פיש זענען געבליבן שטעקן. די דיפארטמענט פון ווילדלייף האט אריינגעלייגט גרויסע כוחות און אראפגעשיקט צענדליגער ארבייטער צו ארויסראטעווען די פיש און זיי טראגן צו אפענעם ים.

אזויפל ווי 1900 פיש, זענען שוין געראטעוועט געווארן.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

זאכליך האט געשריבן:פרישע פראבלעמען.

וויבאלד מ'האט אינגאנצן אפגעשטעלט די אויסגיס אויף די מעין ספילוועי, איז די שטראם אין די פעטהער ריווער געווארן זייער נידעריג. און אסאך פלעצער איז די ווענט ארום די ריווער איינגעפאלן ווייל ס'איז נישט געווען די וואסער וואס זאל עס אונטערהאלטן.

אזוי אויך וויבאלד די וואסער שטראם איז געווארן נידעריגער איז געבליבן אויף אסאך פלעצער אפגעזונדערטע טייכלעך (פאדעלס בלעז) און אסאך סעלמאן פיש זענען געבליבן שטעקן. די דיפארטמענט פון ווילדלייף האט אריינגעלייגט גרויסע כוחות און אראפגעשיקט צענדליגער ארבייטער צו ארויסראטעווען די פיש און זיי טראגן צו אפענעם ים.

אזויפל ווי 1900 פיש, זענען שוין געראטעוועט געווארן.
הודו לה כי טוב

שקויעך זאכליך פאר דיינע באריכטן
א פשוטע איד.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

הודו לה אז זאכליך האט געשריבן אדער אז 1900 פיש זענען געראטעוועט געווארן ?
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

ש'כח זאכליך פאר די באריכטן, זייער אינטערעסאנט

מזל אדר דגים,
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

אין יעדן שווערע מצב טרעפט זיך עפעס א גוטע זאך,

דא פון דעם סומאטוכע האט זיך אויפגעוועקט א פרישע געיעג נאך גאלד די באקאנטע California Gold Rush

דאס וואסער האט אויפגעשאקלט דאס ערד אויף פלעצער וואס האבן שוין יארן נישט געזעהן קיין וואסער אין מ'טרעפט שטיקלעך גאלד,

דער גאנצער עולם פון קליין ביז גרויס שטייען מיט שיסלעך און זוכן גאלדענע גליקן

http://www.accuweather.com/en/videos/tr ... -dljaotjeq
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”