תגובהדורך eller » זונטאג פאברואר 07, 2021 5:25 pm
רכסים - א סיפור דערציילט דורכן באקאנטן משפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א, וועלכע האט פאסירט אין די שטאט רכסים, ברענגט ארויס וויאזוי דער רבוש"ע דער אבי היתומים בלייבט נישט שולדיג. די מעשה גייט אז א בר מצוה בחור'ל א יתום פון א ארימע שטוב האט געהאט שטארק חשק, האבנדיג א געפיל צו מוזיק, צו האבן א שיינע מוזיקאלישע באגלייטונג ביי די בר מצוה, א זאך וואס די משפחה האט זיך נישט געקענט ערלויבן, אנשטאט האט די אלמנה זיך געוואנדן מיט א בקשה צו א עסקן, וועלכער האט שטארק געמוטשעט א גרויסן בעל מנגן אנצונעמען דעם זשאב פאר אומזיסט טראץ דעם וואס דער זינגער האט לכתחילה נישט געוואלט.
די בר מצוה איז ב"ה דורך זייער שיין, אבער א טאג 2 שפעטער האט מען אים איינגעמאלדן אז דער בר מצוה בחור האט געטעסט פאזיטיוו פאר קאראנע און אויך ער ברויך זיך קוואראנטינען, א זאך וואס האט אים פארשטייט זיך נאכמער אומאנגענעם געמאכט ברענגענדיג ער זאל נישט קענען אננעמען קיין זשאבס פאר 2 וואכן, און אין די ענדע האט ער טאקע נאך געטעסט פאזיטיוו פאר קאראנע אויך... און ער האט דאס אלעס באשולדיגט אויף די בר מצוה.
אבער נישט צו לאנג שפעטער האט ער באקומען א איינלאדענונג פון א גרויסע צדקה ארגאניזאציע אין אמעריקע וועלכע האט געוואלט דוקא אים באשטעלן פאר א גאר גוט באצאלטע זשאב אין אמעריקע, וואס האט געדעקט אלע שאדנס און עגמת נפש וואס ער האט געהאט , און נאך מיט א שמיץ אריבער. וואונדער איבער וואונדער האט זיך ארויס געשטעלט אז די ארגאניזאציע איז אנגעקומען צו דעם בעל מנגן דורך דעם וואס זייער'ס א עסקן איז אנוועזנד געווען ביי דעם יתום'ס בר מצוה און אים געהערט דארט זינגען אין א וועג וואס האט אים גאר שטארק געפאלן. רבי מיילעך לייגט נאך צו אז די ארגאניזאציע האט זיך אויסגענומען אז עס איז נאר שייך אויב האט ער שוין געהאט קאראנע און איז מער נישט קיין געפאר פאר זיך און פאר אנדערע, און א דאנק די בר מצוה טאקע איז דאס אויך געווען מסודר...
פון JD MEDIA
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די
תפילת תודה