אידישע נייעס ארום די וועלט

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

האבן מיר געהאט א אידישע ספיקער..

תגובהדורך eller » מיטוואך אוגוסט 01, 2018 6:14 pm

פון פיינע נייעס.

ספיקער פאול ראיען פארמאגט אידיש בלוט

דער פארזיצער פונעם קאנגרעס, פאול ראיען, האט אויפגעדעקט א די-ען-עי טעסטן וואס זענען אויף אים דורכגעפירט געווארן ווייזן אז ער פארמאגט אין זיך "דריי פראצענט אידיש בלוט."

ראיען, א קאטאליק וועלכער איז נישט קיין הלכה'דיגער איד, איז איבערראשט געווארן צו זען אז ערגעץ-וואו אין דער פארגאנגענהייט האט ער געהאט אידישע אור-עלטערן.

דער טעסט, וואס האט אונטערזוכט ראיענ'ס פאמיליע-ווארצלען ביז צען דורות פריער, האט געוויזן אז דעם ספיקער'ס עלטער-זיידע מיט צען דורות פריער, אין 1531, איז ווארשיינליך געווען א איד.

ראיען, וועלכער האט דערפון פריער נישט געוואוסט, האט אויסגעדריקט איבערראשונג און "שטאלץ" מיט דעם חידוש.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 11:42 pm

א יונגערמאן האט זוכה געווען צו ערהאלטן א טעלפאון רוף פון עימעצן, א ענערגיע סופלייער, וואס פונעם ווייטן אינדיע צו ערגעץ אנדערש ערגעץ ווי אויפן וועלט רופט ער אן אפפער׳ן ״איינמאליגע ספעשעל׳ס״... למעשה נאך פאר-וואס-ווען האט דער יונגערמאן געכאפט וועם ער האט דא לייוו אויפן אנדערן זייט טרייבל, ער האט באשלאסן ארויפצופירן יענעם זרח אויפן לבנה לעבעדיגערהייט. אזאש ביים ענדע דאכצעך יענעם אז ער האט דא פשוט אריינגעבאמט און א שוטה..

https://www.dropbox.com/s/dzlk8x325zqha ... 9.aac?dl=0
סטעי טונד!

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7357
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 11:53 pm

מיטן פולסטן רוהיגקייט :lol: :lol: :lol:

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 11:56 pm

פיין

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 12:13 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א יונגערמאן האט זוכה געווען צו ערהאלטן א טעלפאון רוף פון עימעצן, א ענערגיע סופלייער, וואס פונעם ווייטן אינדיע צו ערגעץ אנדערש ערגעץ ווי אויפן וועלט רופט ער אן אפפער׳ן ״איינמאליגע ספעשעל׳ס״... למעשה נאך פאר-וואס-ווען האט דער יונגערמאן געכאפט וועם ער האט דא לייוו אויפן אנדערן זייט טרייבל, ער האט באשלאסן ארויפצופירן יענעם זרח אויפן לבנה לעבעדיגערהייט. אזאש ביים ענדע דאכצעך יענעם אז ער האט דא פשוט אריינגעבאמט און א שוטה..

https://www.dropbox.com/s/dzlk8x325zqha ... 9.aac?dl=0

שוגער סוויט!

ווער רעדט נאך פון די לאנדאנע אקצענט, שטעלט פאר פלעטערס און אפערט אפי' א שטרוי אומזיסט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

תגובהדורך שטיין » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 12:27 am

פיינע נייעס וואס איך וויל נאר פארשיין איז ווי א זוי ריקארט מען א זא טעלפאן קאל
!! Have it in mind, Don't be right be smart

אוועטאר
צו געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4211
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 6:44 am

דער האט אן ערנסטע בעקעריי מיט כל טיב וטוב
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3918
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 9:11 am

שטיי ווייט פון זיין בעקעריי די זאכן זענען ריפערבישט מיט א וואראנטי פון די קא.
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!

אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

תגובהדורך שטיין » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 9:39 am

maybeeynot האט געשריבן:שטיי ווייט פון זיין בעקעריי די זאכן זענען ריפערבישט מיט א וואראנטי פון די קא.

Lol
!! Have it in mind, Don't be right be smart

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 9:41 am

זייער גוט

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג אוגוסט 26, 2018 12:28 pm

"חסידישע מלבושים" דורך מעיאר דעבלאזיא
מאנהעטן – דער אפיס פון ניו יארק סיטי מעיאר, ביל דעבלאזיא, האט פובליצירט א סעריע בילדער פון חסידישע מלבושים, אלס טייל פון א קאמפיין צו באקענען די אלגעמיינע סיטי איינוואוינער, מיט די טראדיציעס און מנהגים פון חסידישע ארטאדאקסישע אידן. די בילדער זענען געכאפט געווארן ביי א באזוך וואס עטליכע נאענטע געהילפן פונעם מעיאר האבן אפגעשטאט אין עטליכע בארא פארקער מלבושים געשעפטן, וואס צווישן זיי איז געווען דעם מעיאר'ס חסידישער געהילף ר' פנחס רינגעל הי"ו. דער מעיאר'ס אפיס האט ארויסגעגעבן אן ערלערונג איבער יארמולקעס, בעקיטשעס און שטריימלעך, באגלייט מיט בילדער פון די באזוכן אין "דזשי ענד דזשי", "קרויס שטריימלעך" און "די נייע אייכלערס".
דער איד דעלי
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » זונטאג אוגוסט 26, 2018 12:35 pm

Screenshot_20180826-123321_WhatsApp-540x960.jpg
Screenshot_20180826-123321_WhatsApp-540x960.jpg (116.74 KiB) געזעהן 4022 מאל
eller האט געשריבן:"חסידישע מלבושים" דורך מעיאר דעבלאזיא
מאנהעטן – דער אפיס פון ניו יארק סיטי מעיאר, ביל דעבלאזיא, האט פובליצירט א סעריע בילדער פון חסידישע מלבושים, אלס טייל פון א קאמפיין צו באקענען די אלגעמיינע סיטי איינוואוינער, מיט די טראדיציעס און מנהגים פון חסידישע ארטאדאקסישע אידן. די בילדער זענען געכאפט געווארן ביי א באזוך וואס עטליכע נאענטע געהילפן פונעם מעיאר האבן אפגעשטאט אין עטליכע בארא פארקער מלבושים געשעפטן, וואס צווישן זיי איז געווען דעם מעיאר'ס חסידישער געהילף ר' פנחס רינגעל הי"ו. דער מעיאר'ס אפיס האט ארויסגעגעבן אן ערלערונג איבער יארמולקעס, בעקיטשעס און שטריימלעך, באגלייט מיט בילדער פון די באזוכן אין "דזשי ענד דזשי", "קרויס שטריימלעך" און "די נייע אייכלערס".
דער איד דעלי

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 6:57 pm

צאל תלמידי ישיבות אין ניו יארק גרייכט רעקארד כ״י

דער ציפער פון תלמידי ישיבות און מוסדות התורה אין גרעיטער ניו יארק האט געגרייכט א סימבאלישע ווענדפונקט ווען זי האט געשטיגן צו ארום די זעלבע צאל קינדער וועלכע ערציען זיך אין אלגעמיינע טשארטער שולעס אין ניו יארק.

די צאל תלמידי ישיבות און מוסדות צום נייעם לערן יאר איז 110,000 ארום די זעלבע ווי די סטודענטן אין טשארטער שולעס, דאס מאכט אויס ארום א האלב פון אלע קינדער וועלכע ערציען זיך אין פריוואטע שולעס איבער ניו יארק (טשארטער שולעס זענען פאבליק סקול׳ס וועלכע פארמאגן געוויסע זעלבסשטענדיגקייט).

די וואוקס פון אידישע מוסדות ברענגט דערצו אז אלבאני טוט דערלאנגען מער שטיצע פאר אידישע מוסדות, דאס יאר אליין האט די סטעיט צוגעשטעלט פרישע 450 מיליאן דאלער אין שטיצע פאר אידישע מוסדות.

איינער ווייסט ווי ס'איז געגאנגען די גרויסע געלטער ? UTA איז יעצט ארויף מיט די שכ"ל וועגן.....
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

חסיד’ישע סאטמארער קירוב עסקנים, יו"ט סוכות אין דריטע וועלט לענדער.

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 8:50 am

אינטערוויו מיט עטליכע עסקנים וואס האבן גערייזט אין דריטע וועלט לענדער, צו אויפזוכן נשמות, און זיי מקרב זיין צו אידישקייט. די שוועריגקייטן און אינטערסאנטע מאמענטן.
פון ארי ווייזער, עקסקלוסיוו צו אידישער ווינקל.

אריינפיר: קירוב איז א זאך וואס לויפט געווענליך אינאיינעם מיט חב”ד, ברסלב, אדער ספרד’ישע מקובלים. לעצטנס אבער הערשט א שטיקל אויפוואכונג דורך אסאך אינגעלייט וועלכע אנטוויקלען א געשמאק אין ארומפארן איבער די וועלט, אויפזוכן אידישע נשמות אין די מערסט פארווארפענסטע ערטער, און זיי מקרב זיין צו אידישקייט, אידישע מנהגים, די תורה און צו די הייליגע באשעפער.

מיר כאפן א שמועס מיט ר’ בערל אינדיג, א סאטמארער אינגערמאן פון וויליאמסבורג, וועלכער האט איבערגעלאזט דעם ירושלים דאמעריקא אויף יום טוב סוכות, און זיך ארויפגעזעצט אויף א פליגער קיין קובא, אינאיינעם מיט עטליכע פריינט, פשוט צוליב די געפיל פון אויפטון און דערנענטערן אידישע נשמות וואס לעכצן פאר עפעס העכערקייט אין לעבן. מער איבער זייער אינטערסאנטע נסיעה,
לאמיר עפענען דעם שמועס מיט ר’ בערל און אים בעטן ער זאל זיך פארשטעלן פאר די אידישער ווינקל ליינער.

בערל: איך בין אַ אינגערמאן, איך בין אויפגעוואקסן אלע מיינע יארן אין וויליאמסבורג, געלערנט אין סאטמאר, איך ארבעט אין אנליין פאר פרנסה, און אין די זייט האב איך ליב ארומצופארן צו פארווארפענע אידישע קהילות און ארויסהעלפן מיט וואס נויטיג.

אידישער ווינקל: ווי קומט צו א סאטמארע אינגערמאן צו ווערן א קירוב אקטיוויסט?
בערל: איך בין אביסל ארומגעפארן איבער די פארשידענע שטאטן אין אמעריקא און געזען אז אין ניו יארק איז זייער גרינג צי זיין א איד ווען אלעס איז אזוי שיין ציגעשטעלט אבער אסאך קהילות אפילו אין די נאענטע לענדער און געגנטער מוטשען זיך שטארק האלטן אידישקײט און איך האב באשלאסן זיי צו העלפן ווי ווייט מעגליך.

אידישער ווינקל: ווי האט איר געפראוועט יום טוב סוכות?

בערל: מיר זענען געפארן א גרופע פון זיבן חברים צו די קעריביענס.

די ערשטע טעג זענען מיר געווען אין סאנטא קלארא, א שטאט אין קיובע. פון דארט האבן מיר גענומען חול המועד א שיף קיין פּאורט-אע-פּרינס, האיטי. דארט זענען מיר געווען צוויי טעג, פון דארט זענען מיר געפארן צום דאמיניקען רעפּאבליק.

אידישער ווינקל: פארוואס זענט איר אזויפיל ארומגעפארן און נישט געבליבן אין איין פלאץ?

בערל: צו קענען אנקומען צו וואס מער אידן פארשפּרייטן דעם דבר ה׳ און לערנען מער איבער די ארטיגע קולטור און מנהגים.

אידישער ווינקל: וואספארא סארט אידן וואוינען דארט?

בערל: אין קיובע זענען רוב פון די אידן זענען נישט באהאווענט אין שמירת המצות, עס זענען דא עטליכע שולן אבער נאר איינס איז ארטאדאקסיש געשטימט. מערסטנס אידן זענען אנטלאפן נאכדעם וואס די פידעל קאסטרו קאמוניסטישע רעזשים האט געשלאגן ווארצלען.

די וואס זענען געבליבן, א חלק פון די אידן זענען גאנץ מסודר פינאנציעל קעגן רוב פון באפעלקערונג, אבער רוב לעבן אין ארעמקייט.

די מעלה אין קיובע איז אז די אידן לעבן אינאיינעם, מען איז זייער באחדות און מען העלפט זיך ארויס איינער דעם אנדערן. למשל, די קהילה האט א פאלקס-קיך ווי הונגעריגע קענען עסן בחינם. ווי אויך פארמאגט די קהילה א פריוואטע אפטייקער אזא סארט גמ״ח ווי מען קען באקומען פארשידענע מעדעצינען און אנטי-ביאטיקס וואס איז שווער צו באקומען אין לאנד.

אין האיטי איז דא בלויז 37 אידן אינעם גאנצן לאנד קיינער פון זיי נישט קיין שומרי תורה ומצות. מערסטנס זענען משפחה מיטגלידער פונעם אידישען ביליאנער גילבערט ביגאו וואס איז לויט קלאנגען די רייכסטע מאן אין לאנד. עס איז נישטא קיין שול אבער צומאל קומט מען זיך צוזאם אין איינער פון די אידישע הייזער ווי איינער פארמאגט א ספר תורה.

אין די דאמיניקען רעפאבליק זענען פארהאן היינט בערך דריי טויזענט אידן מיט נאך צענדליגער טויזענטער וואס געבן זיך אן אַלס אידן אפשטאמיגע פון די אנוסים, מערסטנס פון זיי וואוינען אינעם הויפּטשאט סאנטא דאמינגא ווי אויך איז פארהאן עטליכע הונדערט אידן אין סאסוע, א שטעטל אין די פּוארטע פּלאטא פּראווינץ. די גרויסע שול איז ארטאדאקסיש און ווערט געפירט ע״פ הלכה כאטש אירע מיטגלידער זענען נישט פולשטענדיגע שומרי מצות.

פארהאן פון די אידן וואס זענען גאר רייך און פארמאגן פריוואטע פליגער און הייזער איבער די וועלט און א חלק פון זיי זענען ממש ארעם פאַר ברויט. אזוי ווי אין די גאנצע לאנד איז אויך ביי די אידישע קהילה די חילוק צווישן די רייכע און אלגעמיינע באפעלקערונג גאר גרויס.

אידישער ווינקל: ווי אזוי איז אריבער יום טוב סוכות?

בערל: מיר זענען אנגעקומען דארט מיט אייגענע ד׳ מינים אבער א סוכה האבן אונז די ארטיגע אידן שוין אויפגעשטעלט איידער מיר זענען אנגעקומען. מיר האבן מיטגעברענגט פאר די ארטיגע אידן געוויסע פראדוקטן אין וואס זיי האבן זיך גענויטיגט.

באזוכענדיג אינעם לאקאלער אידישער בית החיים האט זיך אנגעזעהן אז אמאל איז דארט געווען א שיינע אידישע קהילה.
די תפילות האט מיר געדאווענט באזונדער וויבאלד, אנדערש ווי אפגעשמועסט, איז די שול נישט געווען אין איינקלאנג מיט די הלכה, אבער די סעודת שבת האבן מיר אינאיינעם געגעסן מיט עסן וואס אונז האבן געברענגט. די קיובע אידן זענען זענען זייער געפיהליש און האבן נישט אויפגעהערט בעטן אינז זאלן זינגען נאך און נאך אזוי האבן מיר געזינגען שעות ווען זיי שאקלען זיך ארום אונז…

אידישער ווינקל: וואס טוט זיך מיטן חול המועד האלטן?

בערל: חול המועד האבן מיר גענומען א שיף קיין האיטי, אונז האבן געפלאנט צו זיין דארט אויף שבת חול המועד ביי א אידישע פאמיליע. למעשה האבן מיר באַשלאָסן צו פארלאזן דאס לאנד נאך צוויי טעג ווי באלד די פארברעכן דארט איז ממש געפערליך, א פרעמדער קען נישט ארויסשטעלן א טריט אויפן גאס אן ווערן באראבעוועט, אונזער סוכה איז 3 מאל צעווארפן געווארן דורך יונגווארג פאר די וויץ דערפון כאטש עס מיר האבן זיך שוין אויפגעהאלטן אין אן אזויגערופענער “בעסערער” געגנט.

מיר האבן גענומען א טענדער צום דאמיניקען רעפאבליק. ‘סאסועא’ הייסט די שטעטל ווי מיר זענען געווען שבת. דארטן האבן מיר געטראפן עטליכע אידן וואס זענען אנטלאפן ווען זיי זענען געווען קינדער, פון אייראפע איידער די צווייטע וועלט קריג האט אויסגעבראכן ווען די ערד אונטער זיי האט אנגעהויבן ברענען. געוויסע פון זיי רעדן נאך אידיש אבער זייערע קינדער זענען ליידער אסימילירט.

אידישער ווינקל: ווי אזוי האט מען געפראוועט שמחת תורה?

שמחת תורה האבן מיר געפראוועט אין די הויפט שול פון סאנטא דאמינגא, דארטן איז שמחת תורה א ריזיגע ״מצב״ עס קומען מער מענטשן ווי סיי ווען. מען טאנצט און מען שפרינגט עס איז דא צוגעשטעלט שנאפס כרצון איש ואיש. היי יאר זענען געווען צענדליגער משפחות וואס האבן אימיגרירט פון ווענעזועלע, א זאך וואס איז געווען א שטארקע חיזוק פאַר די לאקאלע קהילה.

ערב יום טוב זענען מיר אריבער אין די שטאטישע שולעס און קאלעדשעס ווי מיר האבן געפרעגט יעדן דורגייער ״דשואיש״ אדער ״יעהודי״. די וואס האבן געשאקלט מיטן קאפ האבן מיר געגעבן די אדרעס פון די שול.

און ווי באוויסט, וואו א גרופע חסידים קומען ווערט טאקע הויך יום טוב… עס איז געווען א קיימה לן פון קרוב צו פיר הונדערט אידן, פון די וואס קומען צו ביהמ״ד יעדע פרייטאג צונאכטס ביז אידן אנוסים וואס זענען א טאג פארדעם געוואר געווארן פון זייער באבע אז זיי זענען אידן, פון אידן וואס דאווענען אין ראדני ביז אידן מיט טונקלהויטיגע ארומגעהילט מיט בלויע טליתים.. די הויכפונקט איז געווען ווען מיר האבן געזינגען די זעקסטע הקפה ניגון כמסורת אבותנו ורבותינו אויף א ווייטן קאריביען אינזל.

אידישער ווינקל: וויאזוי זענט איר געווארן פארמישט מיט די קהילות?

בערל: לעצטע פסח האט מיר מיין ידיד הרב משה קליין געלאדענט איך זאל פארן מיט אים און א גרופע חברים קיין כינע ווי עס זענען זיך צוזאמגעקומען צענדליגער משפחות אפשטאמיגע פון די עשרת השבטים, עס איז געווען א פריוואטע איניטיאַטיוו פינאנצירט דורך א לאקאלע אידישע פילאנטראפ.

מען האט אפגעדינגען א גאנצע האטעל אין א שטילע שטאט נישט ווייט פון שאנכאי, מיר האבן מיטגעברענגט בראדוועי מצות כל מטעמים פון אמעריקא. וויין און מחזורים האבן מיר באשטעלט פון א״י און אזוי האבן מיר געפראוועט מיט זיי דעם יום טוב כדת וכדין.

ר׳ משה א טאלאנטפולע מחנך וואס דינט איבערן יאר אַלץ פרינציפעל אין חדר אמרי שפר האט איינגעשפאנט אפאר לעבעדיגע בחורים וואס האבן אינאיינעם אראפגעשפילט דאס גאנצע סיפור יציאת מצרים אויף סטעידש ביים סדר טיש אויף א גרינגע ענגליש גאנצע דריי שעה.

די מעמד איז געווען ממש רירנד! פאַר אסאך פון זיי איז דאס געווען דאס ערשטע מאל וואס זיי האבן געכאפט די גרויסקייט פון יציאת מצרים, קבלת התורה און שמירת מצות.

איך האב דעמאלטס אריינגעטראכט ‘אשרינו מה טוב חלקינו’ אז אונז וואקסן אויף אין א קהילה ווי עס איז דא מער בתי מדרשים ווי מענטשן, ווי יעדע גוי אין גראסערי רעדט אידיש און אונז האבן די זכיה צו לערנען אין א תלמוד תורה, און ווי נעבעכדיג עס קוקן אויס די פארווארפענע אידישע נשמות, פארשטויסן צווישן די גוים, פארט נפשות מישראל, מאוצר כלי חמדתו של הקב״ה.

פון דאן פאר איך פון צייט צו צייט צו פארשטופטע אידישע קהילות איבער די וועלט, זיי מחזק זיין און העלפן מיט וואס זיי דארפן צו פירן א ערליך אידיש לעבן און אויפצוען די קומענדיגע דורות אַלץ שטאלצע תורה טרייע אידן.

אידישער ווינקל: ווען איז דאס קומענדיגע מאל וואס מען פלאנט אזא נסיעה?


בערל: מיר האבן שוין פלענער אבער איך וויל נאכנישט רעדן ווילאנג ס’איז מער זיכער, וואס יא, מיר וועלן האלטן די אידישער ווינקל ליינער אינפארמירט, און ברענגען באריכטן פון אונזער באזוך, איין זאך יא, אז אויב ארבעט זיך עס יעצט אויס ווי געפלאנט, קענט איר זיין זיכער איר וועט זייער הנאה האבן…

מיר טוען זיך באדאנקען פאר ר’ בערל פאר די שיינע אינטערוויו, און פאר העסקן ר’ משה קליין פאר’ן דאס צושטאנדברענגען, און אויפטון פאר אידישע קינדער אגאנצן יאר אין חינוך, און כסדר מיט זיינע רייזעס ארום די וועלט.

https://yiddishevinkel.com/archives/18186
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:38 pm

וויסנשאפטליכע שטודיע צייגט אז תפילין איז געזונט פאר׳ן הארץ

א גאר אינטרעסאנטע שטודיע דורכגעפירט דורך געזונהייט עקספערטן אין די אוניווערסיטעט פון סינסינעטי צייגט אז לייגן תפילין טעגליך קען האבן שטארקע געזונהייט בענעפיטן פארן הארץ, און טוט שטארק פארבעסערן די שאנסן צו איבערלעבן און זיך ערהוילן פון א הארץ אטאקע.

אלס טייל פון די שטודיע האבן די וויסנשאפטלער באאבאכט 20 מענער אינעם זעלבן יאר-גאנג, 10 פון זיי אידן וואס לייגן תפילין טעגליך און די אנדערע וואס לייגן נישט קיין תפילין, און האבן געזען אז דאס לייגן תפילין איז ווי עקסערסייז פאר׳ן בלוט פלוס, און זיי פארמאגן א געזונטערע בלוט פלוס צום הארץ.

די סיבה פארוואס דאס העלפט איז וויבאלד דורך שטערן דעם בלוט פלוס פאר אביסל טוט דער סיסטעם זיך צוגעוואוינען צו א שטער אינעם בלוט פלוס, און אזוי ארום ווען עס פאסירט ח״ו א הארץ אטאקע אדער א ענליכע בלוט פלוס שטער דאן איז דער סיסטעם מער גרייט דערויף.

די הויפט בענעפיט דערפון איז אז ווען די בלוט פלוס קערט זיך אום שאדט עס נישט פאר׳ן הארץ, אנדערש ווי ביי אנדערע וואס א בלוט שטראם נאכ׳ן דורכגיין א הארץ אטאקע קען זיין גאר שעדליך פאר׳ן הארץ. אינטרעסאנט צו באמערקן אז עטליכע שטודיעס דורכגעפירט אין מדינת ישראל האבן געצייגט אז ארטאדאקסישע מענער האבן קלענערע אויסזיכטן צו שטארבן פון הארץ פעלערן ווי די אלגעמיינע באפעלקערונג.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3629
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:54 pm

eller האט געשריבן:וויסנשאפטליכע שטודיע צייגט אז תפילין איז געזונט פאר׳ן הארץ

א גאר אינטרעסאנטע שטודיע דורכגעפירט דורך געזונהייט עקספערטן אין די אוניווערסיטעט פון סינסינעטי צייגט אז לייגן תפילין טעגליך קען האבן שטארקע געזונהייט בענעפיטן פארן הארץ, און טוט שטארק פארבעסערן די שאנסן צו איבערלעבן און זיך ערהוילן פון א הארץ אטאקע.

אלס טייל פון די שטודיע האבן די וויסנשאפטלער באאבאכט 20 מענער אינעם זעלבן יאר-גאנג, 10 פון זיי אידן וואס לייגן תפילין טעגליך און די אנדערע וואס לייגן נישט קיין תפילין, און האבן געזען אז דאס לייגן תפילין איז ווי עקסערסייז פאר׳ן בלוט פלוס, און זיי פארמאגן א געזונטערע בלוט פלוס צום הארץ.

די סיבה פארוואס דאס העלפט איז וויבאלד דורך שטערן דעם בלוט פלוס פאר אביסל טוט דער סיסטעם זיך צוגעוואוינען צו א שטער אינעם בלוט פלוס, און אזוי ארום ווען עס פאסירט ח״ו א הארץ אטאקע אדער א ענליכע בלוט פלוס שטער דאן איז דער סיסטעם מער גרייט דערויף.

די הויפט בענעפיט דערפון איז אז ווען די בלוט פלוס קערט זיך אום שאדט עס נישט פאר׳ן הארץ, אנדערש ווי ביי אנדערע וואס א בלוט שטראם נאכ׳ן דורכגיין א הארץ אטאקע קען זיין גאר שעדליך פאר׳ן הארץ. אינטרעסאנט צו באמערקן אז עטליכע שטודיעס דורכגעפירט אין מדינת ישראל האבן געצייגט אז ארטאדאקסישע מענער האבן קלענערע אויסזיכטן צו שטארבן פון הארץ פעלערן ווי די אלגעמיינע באפעלקערונג.


איך האב שוין געהאט אזא שטודיע ביי מיר קאפיס אויף ענגליש אין יארע תשס"ד, טרעף איך דאס נישט יעצט, אבער דאס וועקט זיך אויף יעדע פאר יאר
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/


צו זעהן וואס מען באהאלט פון דיר

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 8:39 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:אינטערוויו מיט עטליכע עסקנים וואס האבן גערייזט אין דריטע וועלט לענדער, צו אויפזוכן נשמות, און זיי מקרב זיין צו אידישקייט.

כ'הער...

שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2078
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

השגחה פרטית בעכער פון צווייטע וועלט מלחמה קומט ווינדערליך צוריק צו איר בעל הבית

תגובהדורך שמערלער » זונטאג אוקטובער 21, 2018 8:47 am

די מעשה האט זיך אפגעשפילט אין אנטווערפן פאר צוויי וואכן צוריק ווען מרת שטערן אשת הרה"ח ר' יעקב משה איז ארויף אויך א פארקערטע סיטי באס נאך אפאר מינוט האט זי עס באמערקט אין זי הייבט זיך אויף וועלענדיג אראפגיין קומען צו איר א נישט אידישע פרוי אין פרעגט איר אויב זי קען עברית / לשון הקודש זאגט זי ניין זיך וועלנדיג ארויסדרייען פון איר פרעגט די פרוי ליינען קענסטו יא זאגט זי יא ווייזט די פרוי א בילד פון א בעכער וואס אין דעם איז אריינגעקריצט די נאמען פון א איד מיטן לעצטע נאמען ווינקלער די פרוי שפרינגט אויף אין זאגט דאס איז א משפחה מיינע פון ווי האסטו דעם בעכער זאגט די פרוי אז בשעת די צווייטע וועלט קריג איז דער איד אנטלאפן מיט א שיף פון דענמארק אין אלץ הכרת הטוב געגעבן פאר דעם גוי וואס האט געפירט דעם שיף די בעכער יעצט איז דער גוי געשטארבן אין די קינדער ווילען דאס צוריק געבן צו וועם עס באלאנגט האבן זיי מיט געשיקט בילדער דערפון ווייל זיי ווייסען אז אין בעלגיע וואוינען אסאך אידן איך זאל מיך נאכפרעגן.
אצינד איז די בעכער אויפן וועג פון דענמארק קיין אנטווערפן ווי עס וועט געניצט ווערן ביי די חתונה פון א טאכטער פון ר' יעקב משה די וואך דארנעשטאג אין דערנאך פארט עס קיין ניו יארק צו משפחת ווינקלער.

די מעשה איז געווען באשריבען די וואך אין די משפחה אויב איינער קען עס ארויפלייגן שכוח

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

אידישער נוירס פון פיסטבורג מאכט שטארקע קידוש ה׳

תגובהדורך eller » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 6:33 pm

ארי מאהלער, א אידישער ניורס פון פיטסבורג וועלכער האט באהאנדלט דעם מערדער ראבער באוערס ווען ער איז אנגעקומען אין שפיטאל נאך די שיסעריי האט געשריבן א לענגערע פערזענליכער עסיי אויף סאציאלע מידיע אין וועלכע ער טוט אפשפיגלן זיינע געפילן וואס ער איז אריבער ביים באהאנדלן דעם מערדער.

ער שרייבט אז זייענדיג אליין א מתפלל אינעם ״עץ חיים״ סינאגאג איז עס אים געווען גאר ווייטאגליך צו באהאנדלן דעם מערדער, און דאן האט ער באשלאסן אז ״די איינציגע וועג צו באעהערן די קרבנות איז דורך אים צייגן אז איך בין אנדערש פון אים, און אז איך וועל אים טראץ אלעס באהאנדלן מיט געטריישאפט און ליבשאפט״ און ער שרייבט וויאזוי ער האט זיך געראנגלט מיט די טרערן אין זיינע אויגן אין די שווערע צייט.

מיליאנען מענטשן איבער די וועלט האבן געליינט דעם עסיי און באוואונדערט דאס געטרייע הארץ פונעם ניורס, דאס האט אויך געברענגט הונדערטער גוים צו מיטטיילן פערזענליכע געשיכטעס וויאזוי זיי זענען פערזענליך געהאלפן געווארן דורך אידן, און וויאזוי זיי האבן פערזענליך געשפירט אויף די אייגענע הויט די מדת החסד פון אידן.

״איך בין אויפגעוואקסן א יתום אין א ארימע שטוב אין א קליין שטעטל אין טעקסאס - שרייבט איינער אויף סאציאלע מידיע - און איך קען נישט פארגעסן דעם טאג ווען א אידישער שניידער האט מיך אויפגענייט א רעקל און קליידונג פון קאפ ביז פוס ווען מיר האבן געוואלט באצאלן האט ער געזאגט אז ער וועט אפשיקן דעם ביל אהיים, אבער דער ביל איז קיינמאל נישט אנגעקומען און ער האט נישט געוואלט הערן פון באצאלן, דאס איז דאס אידישע פאלק״
@פיינע נייעס
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 6:52 pm

במשך לשונו...

o now, here I am, The Jewish Nurse that cared for Robert Bowers. I’ve watched them talk about me on CNN, Fox News, Anderson Cooper, PBS, and the local news stations. I’ve read articles mentioning me in the NY Times and the Washington Post. The fact that I did my job, a job which requires compassion and empathy over everything, is newsworthy to people because I’m Jewish. Even more so because my dad’s a Rabbi.

To be honest, I didn't see evil when I looked into Robert Bower's eyes. I saw something else. I can’t go into details of our interactions because of HIPAA. I can tell you that as his nurse, or anyone's nurse, my care is given through kindness, my actions are measured with empathy, and regardless of the person you may be when you're not in my care, each breath you take is more beautiful than the last when you're lying on my stretcher. This was the same Robert Bowers that just committed mass homicide. The Robert Bowers who instilled panic in my heart worrying my parents were two of his 11 victims less than an hour before his arrival.

I’m sure he had no idea I was Jewish. Why thank a Jewish nurse, when 15 minutes beforehand, you’d shoot me in the head with no remorse? I didn’t say a word to him about my religion. I chose not to say anything to him the entire time. I wanted him to feel compassion. I chose to show him empathy. I felt that the best way to honor his victims was for a Jew to prove him wrong. Besides, if he finds out I’m Jewish, does it really matter? The better question is, what does it mean to you?
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג יולי 13, 2020 5:20 pm

אזוי מין שטויביג דא...

פראנצויזישע ריכטער האבן פארארדענט אז צויי פארשוינען זאלן געשטעלט ווערן אויף א פראצעס - אויף האסן פארברעכן קלאגעס - פאר'ן אומברענגען א אידישע פרוי - זייערס א שכנ'טע - מיט צוויי יאר צוריק.

בשעת מעשה האבן די פראסעקיוטער נישט געוואלט ארויס שטעלן האסן פארברעכן קלאגעס - נאר בלויז ווילדע רויבעריי און מארד קלאגעס. אונטער אויספארשונג האט איינער פון די מערדער באשולדיגט אז די צווייטע מערדער האט זיך צושריגן "א-ללא הוא אכבר" בשעת'ן אויספירן די מארד, אבער שפעטער האט יענער צוריקגעצויגן פון די באשולדיגונג.

פריער אין יאר האבן פראסעקיוטער באשלאסן ארויסצושטעלן האסן פארברעכן קלאגעס אקעגן די צוויי, און יעצט האבן די ריכטער באשטעטיגט די קלאגעס.

אוועטאר
שפע רב
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך שפע רב » מאנטאג יולי 13, 2020 6:20 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אזוי מין שטויביג דא...


:lol: :lol: דאכצעך אין דע גוטע צייטן איז דעס געווען די העלבראנץ אשכול, עד שבא המחוקוק ומחק. חבל.

אוועטאר
לייטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4073
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך לייטער » מאנטאג יולי 13, 2020 6:41 pm

שפע רב האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אזוי מין שטויביג דא...


:lol: :lol: דאכצעך אין דע גוטע צייטן איז דעס געווען די העלבראנץ אשכול, עד שבא המחוקוק ומחק. חבל.

ביסט'ך טועה מיט דעיס viewtopic.php?t=25968&start=75
viewtopic.php?t=34418

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3490
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג יולי 14, 2020 11:36 am

שפע רב האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אזוי מין שטויביג דא...


:lol: :lol: דאכצעך אין דע גוטע צייטן איז דעס געווען די העלבראנץ אשכול, עד שבא המחוקוק ומחק. חבל.


שוין, אז מהאט עס שוין אויפגעברענגט וואס טוהט זיך טאקע מיט זיי? זיי האבן אדורכגעלעבט קאראנא אין בבל...?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך יולי 15, 2020 9:03 am

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אזוי מין שטויביג דא...


:lol: :lol: דאכצעך אין דע גוטע צייטן איז דעס געווען די העלבראנץ אשכול, עד שבא המחוקוק ומחק. חבל.


שוין, אז מהאט עס שוין אויפגעברענגט וואס טוהט זיך טאקע מיט זיי? זיי האבן אדורכגעלעבט קאראנא אין בבל...?


די פרעגסט אויף די ביסל וואס איז נאך דארט געבליבן אדער אויף די רוב וואס שמאכן דא און תפיסה
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: nishtkushe, sheetrock, yid101, א חסיד, א מוח, אביונה, אבן יקרה און 26 געסט