בלאט 1 פון 12

אידישע נייעס ארום די וועלט

געשריבן: דינסטאג פעברואר 07, 2017 2:50 pm
דורך eller
נישט באמערקענדיג אזא אשכול עפען איך אזוינס .
אויס איז ס'איז שוין יא דא זאל מען עס ביטע צוזאמשטעלן .
א דאנק

דער אויבערשטער זאל אפהיטן

געשריבן: דינסטאג פעברואר 07, 2017 2:51 pm
דורך eller
פראנצויזישע קאנדידאטקע: אויפגעבן יארמולקעס
פאריז – די פראנצויזישע פרעזידענט קאנדידאטקע, מארין לע פּען, פון דער עקסטרעם-רעכטער נאציאנאלער פראנט פארטיי, האט אין א פרישן אינטערוויו געגעבן אנצוהערן, אז זי האלט אז אידן אין פראנקרייך זאלן אויפגעבן דאס גיין אנגעטאן מיט יארמולקעס, אלס טייל פונעם קאמף וואס פראנקרייך פירט צו באקעמפן ראדיקאלן איסלאם. לע פּען, וועלכע האט א לאנגע היסטאריע פון אומסענסיטיווע קאמענטארן קעגן אידן, האט געזאגט אז אויב זי ווערט דערוועלט אלס פרעזידענט אין פראנקרייך, וועט זי איינשטעלן א פולקאמען פארבאט אויף סיי וועלכע רעליגיעזע קליידונג אין פובליק, און דער פארבאט וועט ארייננעמען אידישע קליידונג, אריינגערעכנט יארמולקעס. זי וויל אז אידן זאלן זיך צושטעלן, ווייל דער ציל פונעם פארבאט איז נישט צו אונטערדרוקן אידישקייט, נאר אפצושטעלן די אויסשפרייטונג פון ראדיקאלן איסלאם.
דער איד דעלי

געשריבן: דינסטאג פעברואר 07, 2017 3:08 pm
דורך farshlufen
אלא שבכל דור ודור וכו' וההקב"ה מצילנו מידם.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 07, 2017 3:11 pm
דורך eller
farshlufen האט געשריבן:אלא שבכל דור ודור וכו' וההקב"ה מצילנו מידם.

לויט די לעצטיגע אנקעטעס האט זי שטארקע טשענסעס (און אפילו נישט עי' באמעריקע.)

געשריבן: דינסטאג פעברואר 07, 2017 10:41 pm
דורך Efroiach
eller האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אלא שבכל דור ודור וכו' וההקב"ה מצילנו מידם.

לויט די לעצטיגע אנקעטעס האט זי שטארקע טשענסעס (און אפילו נישט עי' באמעריקע.)

סיידן אויב רוסלאנד מישט זיך אריין אין די וואלן....

געשריבן: דינסטאג פעברואר 07, 2017 10:45 pm
דורך אויסגערעכנט
איך האב מיר געפרייד ווען איך האב געהערט אז מען גייט צופיקסן די מוסלמענער, אבער געהאט א שטיקל זארג אז איינמאל זיי מישן זיך אריין אין רעליגע איז צרות, און דא קומט די נייעס..... דער באשעפער זאל האלטן די רעכטע האנט.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 08, 2017 8:03 am
דורך צווייפעל
מען וועט נישט טארן גיין מיט א קעפ אויך נישט? סיי וועלכע צודעק?

געשריבן: מיטוואך פעברואר 08, 2017 10:30 am
דורך וואוילע שעפעלע
לכאורה נאר א רעליגיעזע צודעק

געשריבן: מיטוואך פעברואר 08, 2017 10:34 am
דורך eller
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:לכאורה נאר א רעליגיעזע צודעק

יא יא אבער ס'פונקט געונג אז טאמער געווינט זי יא (וואס האט גרויס טשענסעס ) וועט נישט פארבלייבן די פאר אידן וואס זענען נאך יא דארט..

ס'כאפט א פחד

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 1:35 pm
דורך eller
על קאידא: סעפטעמבער עלעוון צוליב עזה

וואשינגטאן – נעכטן איז באריכטעט געווארן איבער א בריוו וואס דער מייסטערקאפ פון די ביטערע סעפטעמבער עלעוון אטאקעס, קאליד שעיך מוכאמעד, האט געשיקט אין יאנואר יאר 15' צום דעמאלטדיגן אמעריקאנער פרעזידענט אבאמא, אין וועלכן ער שרייבט אז די סיבה פארוואס על קאידא האט באשלאסן דורכצופירן די סעפטעמבער עלעוון טעראר אטאקעס און אנדערע טעראר אטאקעס איז געווען פשוט ווייל אמעריקע האט לאנגע יארן געשטיצט אונטערדרוקנדע פאליסיס קעגן מוסולמענער. ספעציפיש איז שאקירנד דאס וואס מוכאמעד שרייבט דארטן אינעם בריוו, אז צווישן די זאכן וואס האט געשטופט על קאידא דורכצופירן די אטאקעס איז געווען די בלינדע שטיצע וואס אמעריקע האט ארויסגעצייגט פאר די מיליטערישע ברוטאליטעטן וואס מדינת ישראל באגייט אין עזה, מיט אמעריקאנער שטיצע און הילף.
(קרעדיט דער איד דעלי)
זאלן די גיום עס נאר נישט זעהן ..

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 2:35 pm
דורך קאמפיוטער עקספערט
קען זיין אמת
אדער קען זיין אז ער האט געוויסט זיין אפיניען אויף מ"י האט ער עס געשיקט

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 2:53 pm
דורך שאהן הענניטי
וואו געפינט ער זיך היינט? גוואנטאנאמע?

דער איד דעלי

געשריבן: זונטאג פעברואר 12, 2017 2:57 pm
דורך eller
שרעק מיט פאלשן
היטלער אין עסטרייך
וויען - עסטרייכישע פראקורארן האבן געזאגט אז זיי זוכן א פארשוין וועם מ'זעט די לעצטע וואכן זיך דרייען אין דער געגנט ארום וואו דער רשע אדאלף היטלער ימ״ש איז געבוירן, וואס יענער גייט אנגעקליידט מיט קליידער זייער ענליך צו היטלער׳ס מיליטערישע מונדירן, די באקאנטע וואנצעס און אנדערע ענליכקייטן צו דעם פארשאלטענעם נאצישן אכזר. יענער פארשוין האט אנגעזייט א גרויסן שרעק און אומבאקוועמליכקייט פאר אלע איינוואוינער אין יענעם ראיאן, ספעציפיש פאר די אידישע איינוואוינער. דערצו וואס ווען מ'האט אים געפרעגט וויאזוי ער הייסט, האט ער זיך אידענטיפיצירט אלס ״האראלד היטלער״. ס'איז נישט קלאר וואס יענעמ'ס מאטיוו איז, אבער היטלער ימ״ש׳ס געבורט-ארט איז אין די לעצטע וואכן געווען אין די העדליינס, ווען די עסטרייכישע פארלאמענט האט געשטימט אז מ'קען דאס קאנפיסקירן פונעם אייגנטימער, אויס מורא אז ס׳וועט פארוואנדלט ווערן אין אן אטראקציע פאר נעא-נאציס. די אויטאריטעטן זוכן דעם פארשוין, ווייל צו טאן אדער זאגן סיי וועלכע פאזיטיווע זאך איבער די נאציס ימ״ש איז אין עסטרייך א קרימינאלע אקט.

געשריבן: זונטאג פעברואר 12, 2017 9:50 pm
דורך נודה לך
יישר כח עלער פאר די דאזיגע אשכול.

גאר א גוטע געדאנק. מיר עפרישיעטן אייער ארבעט.

געשריבן: זונטאג פעברואר 12, 2017 10:23 pm
דורך יהודי
ישר כח עללער פאר דיין ארבעט

געשריבן: מאנטאג פעברואר 13, 2017 1:11 am
דורך אויסגערעכנט
עללער דאנקע שיינעם

געשריבן: מאנטאג פעברואר 13, 2017 3:03 pm
דורך eller
דאנק אייך אלע .
יעדער איז געלאדענט דא צו באריכטן . (יעך בין דאך נישט קיין שרייבער )

געשריבן: דינסטאג פעברואר 14, 2017 3:33 pm
דורך eller
עמעזאן קריטיקירט איבער האלאקאוסט-לייקענונג ביכער
קאליפארניע - עטליכע וואכן נאכדעם וואס ס'איז געווען א קאנטראווערסיע איבער שטיוול וועלכע לאזן איבער האקנקרייץ-אפדרוקן וואס עמעזאן האט פארקויפט, האט מען נעכטן געהערט פון א פרישער קאנטראווערסיע ארום עמעזאן, ווען עטליכע קאסטומערס האבן אויפגעמערקט אז מ'קען קויפן האלאקאוסט לייקענונג ביכער דורך עמעזאן אין אזעלכע לענדער וואו ס'איז אומלעגאל צו לייקענען דעם האלאקאוסט. נאכן הערן די טענות האט עמעזאן געענטפערט, אז זי האט פשוט זיך נישט געכאפט, און זי האט טאקע זאפארט אראפגענומען די סארט ביכער פון אירע וועבזייטלעך אין איטאליע, דייטשלאנד און אנדערע לענדער, וואו ס'איז אומלעגאל צו לייקענען דעם האלאקאוסט. למעשה ווילן אקטיוויסטן אז עמעזאן זאל גענצליך אויפהערן צו פארקויפן די סארט ביכער.
דער איד דעלי

אמאל אויך דא פאזעטיווע נייעס

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 2:21 pm
דורך eller
שטודיע: אידן זענען די מערסט-באליבטע פון אלע רעליגיעס
וואשינגטאן – אן אינטערעסאנטע שטודיע פון דער "פיו ריסוירטש" פירמע צייגט, אז אידן זענען די מערסט-באליבטע ביים אמעריקאנער פאלק פון סיי וועלכע אנדערע רעליגיעזע גרופעס. די שטודיע צייגט אין אלגעמיין אז א מערהייט אמעריקאנער בירגער דרוקן אויס מער פאזיטיווע ווערטער איבער פארשידענע רעליגיעזע גרופעס, שטערקער ווי מיט דריי יאר צוריק ווען "פיו" האט דאס לעצטע מאל דורכגעפירט די סארט שטודיע. "פיו" שרייבט אז עס איז אינטערעסאנט ווי ליבשאפט און רעספעקט צו רעליגיע גרופעס איז געשטיגן אין יאר 16', טראץ וואס מ'איז געשטאנען אין א גאר ווילדן וואל יאר, און ספעציפיש איבער אידן צייגט די שטודיע אז די אויסגעפרעגטע האבן קאלעקטיוו אויסגעדרוקט ווארימע און פאזיטיווע אויסדרוקן איבער אידן ביי א ווארימקייט פון 67 דעגרי – וואס די שטודיע ווערט אזוי צוזאמגעשטעלט, וואס נומער 1 באדייט די קעלטסטע און פיינטליכסטע, און 100 באדייט די ווארימסטע און מערסט-ליבליכסטע.
דער איד דעלי

ס'דארף באזארגען די אידן

געשריבן: דינסטאג פעברואר 21, 2017 3:04 pm
דורך eller
לא-פען מאכט פארשריט
אין פראנצויזישע וואלן
פאריז – די פראנצויזישע פרעזידענט קאנדידאטקע, מארין לא-פען, פון דער עקסטרעם-רעכטער "נעשאנעל פראנט" פארטיי, מאכט פארשריט אינעם אנגייענדיגן פראנצויזישן פרעזידענט קאמפיין, און א פרישע אנקעטע צייגט אז אירע שאנסן צו ווערן פראנקרייך'ס קומענדיגער פרעזידענט האבן זיך פיל פארבעסערט. די אנקעטע פון דער "אפיניענוועי" פירמע צייגט, אז ווען די וואלן וועלן פארקומען אום אפריל 23, וועט קיין איינער פון די קאנדידאטן נישט באקומען די נויטיגע 40 פראצענט שטימען, וואס באדייט אז עס וועט זיין א "ראנאף" צווישן די צוויי קאנדידאטן מיט די מערסטע שטימען, און דער ראנאף וועט פארקומען מאי 7. לויט דער אנקעטע וועט לא-פען געווינען די ערשטע רונדע, קריגנדיג 27 פראצענט פון די שטימען, אבער דאן וועט זי דארפן לויפן אינעם ראנאף, אדער קעגן דעם צענטריסטישן עמאניועל מאקראון אדער דעם קאנסערוואטיוון פראנסוא פילאון, און זי וועט פארלירן – קעגן מאקראון וועט זי באקומען בלויז 42 פראצענט פון די שטימען און ער 58 פראצענט, און קעגן פילאון וועט זי באקומען בלויז 44 פראצענט פון די שטימען און ער 56 פראצענט. (דער איד דעלי)

דער איד דעלי

געשריבן: פרייטאג פעברואר 24, 2017 9:39 am
דורך eller
קאומא מעלדט פראיעקט
צו באשיצן אידישע שולעס

אלבאני - ניו יארק סטעיט גאווערנאר, ענדרו קאומא, האט נעכטן געזאגט אז ער וועט אין די קומענדיגע טעג שיקן אן אפיציעלן פארלאנג צום ניו יארק סטעיט לעגיסלאטור אין אלבאני, זיי זאלן באשטעטיגן 25 מיליאן דאלער אין ספעציעלע געלטער פאר פרישע שטארקע זיכערהייט מאסנאמען פאר די אידישע שולע געביידעס לעגאויס דער סטעיט. קאומא׳ס פארשלאג קומט אלס רעזולטאט פון די כוואליע טעראר סטראשונקעס, וואס זענען אריינגעקומען צו פילע אידישע צענטערן איבער אמעריקע, אריינגערעכנט עטליכע אין ניו יארק סטעיט. אלס טייל פון קאומא׳ס פראיעקט דאס צו באקעמפן, וועט אוועקגעשטעלט ווערן א ספעציעלע האטליין, וואו מ'וועט קענען אריינרופן באריכטן איבער האס פארברעכנס, און יעדעס מאל וואס אזוינס פאסירט, וועט די סטעיט ארויסשטעלן א 5 טויזנט דאלערדיגן באלוין צו כאפן די שולדיגע.

געשריבן: זונטאג מארטש 05, 2017 2:47 pm
דורך eller
עפעס הער איך אז מ'בויעט א טרעין פון ירושלים ביז מירון . און לויט ווי ס'הייסט יעצט גייט עס שוין זיין פארטיג אויף דאס יאר לג בעומר
קען איינער איבערגעבן מער פרטים ? ווי לאנג גייט געדוירען די וועג ? גייט עס זיין בתערובות ?
ס'זעהט אויס אז ס'וועט זיין א ישועה מ'וועט נישט דארפן אזויפיל מיטמאכן אנצוקומען צו ר'שמעון..

שוהל-אייגענטימערשאפט געפעכט צוריק אין געריכט

געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2017 3:18 pm
דורך eller
ראוד איילאנד – א געפעכט וועלכע ציט זיך שוין עטליכע יאר, איבער דער אייגנטימערשאפט אויף א היסטארישן שוהל און עטליכע טייערע תשמישי קדושה, איז צוריק אין געריכט, ווען א פאנעל פון דריי פעדעראלע אפעלאט ריכטער האבן אנגעהויבן אויסהערן די טענות פון ביידע זייטן. די רעדע איז פונעם היסטארישן טורא שוהל, באנייעט אין יאר תקכ"ד, וועלכע איז די עלטסטע שוהל אין אמעריקע. ווי די קהילה שארית ישראל פון מאנהעטן טענה'ט, איז זי די אייגענטימער פונעם שוהל און פון די פּאר טייערע רימונים וועלכע געפינען זיך אינעם שוהל, אבער די עקזיסטירנדע ישועות ישראל קהילה, וואס איז סטאנציאנירט אין שוהל, טענה'ט אז זי איז די ריכטיגע אייגנטימער. דער געפעכט איז באזירט אויף אומקלארע דאקומענטן איבער א פינאנציעלן אפמאך, ווען די שארית ישראל קהילה האט ארויסגעהאלפן דעם טורא שוהל צו קענען אנגיין. פאראיאר זומער האט א פעדעראלער דיסטריקט ריכטער אין ראוד איילאנד געהאט געגעבן גערעכט פאר קהל ישועות ישראל, און אצינד האט קהל שארית ישראל אפעלירט אין פעדעראלן אפעלאט געריכט.
דער איד דעלי

געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2017 3:25 pm
דורך משהזוךמיר
eller האט געשריבן:עפעס הער איך אז מ'בויעט א טרעין פון ירושלים ביז מירון . און לויט ווי ס'הייסט יעצט גייט עס שוין זיין פארטיג אויף דאס יאר לג בעומר
קען איינער איבערגעבן מער פרטים ? ווי לאנג גייט געדוירען די וועג ? גייט עס זיין בתערובות ?
ס'זעהט אויס אז ס'וועט זיין א ישועה מ'וועט נישט דארפן אזויפיל מיטמאכן אנצוקומען צו ר'שמעון..

שווער צו גלייבן אזא זאך. אויף דאס יאר זיכער נישט. אזא פראיעקט ווערט נישט געמאכט איבערנאכט.

געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2017 3:29 pm
דורך eller
משהזוךמיר האט געשריבן:
eller האט געשריבן:עפעס הער איך אז מ'בויעט א טרעין פון ירושלים ביז מירון . און לויט ווי ס'הייסט יעצט גייט עס שוין זיין פארטיג אויף דאס יאר לג בעומר
קען איינער איבערגעבן מער פרטים ? ווי לאנג גייט געדוירען די וועג ? גייט עס זיין בתערובות ?
ס'זעהט אויס אז ס'וועט זיין א ישועה מ'וועט נישט דארפן אזויפיל מיטמאכן אנצוקומען צו ר'שמעון..

שווער צו גלייבן אזא זאך. אויף דאס יאר זיכער נישט. אזא פראיעקט ווערט נישט געמאכט איבערנאכט.

דאס איז קלאר אז ס'מאכט גרויס פארשריט לויט איינער וואס האט זיך אינטערוויאט אויף קולמא
די שאלה איז נאר אויב ס'גייט שוין זיין רעדי אויף היי יאר