אידישע נייעס ארום די וועלט

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6286
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג מארטש 08, 2021 10:04 pm

עירוב תבשילין האט געשריבן:דער איד דעילי היינט:

ניו יארק – פראנטיער עירליינס ווערט באשולדיגט אז איר פלי מאנשאפט האט דורכגעפירט א פרעכע אנטיסעמיטישע באהאנדלונג קעגן א היימישע אידישע פאמיליע.

דער אינצידענט האט פּאסירט זונטאג נאכט אויף א פליגער פון מיאמי קיין נוארק לופטפעלד אין ניו דזשערסי, וואו די פלי מאנשאפט האט אראפּגעשליידערט א היימישע פאמיליע פונעם פליגער צוליב וואס א בעיבי אונטער צוויי יאר אלט איז נישט געגאנגען מיט קיין מאסקע.

אנדערע אידן און נישט-אידן וואס האבן זיך געפונען אויפ’ן פליגער האבן פּרובירט צו פארטיידיגן די אידישע פאמיליע און געבן צו פארשטיין פאר די פלי מאנשאפט אז קינדער אונטער 2 יאר מוזן נישט גיין מיט מאסקעס, און עס שטייט אפילו אזוי געשריבן אויף פראנטעער'ס רעגולאציעס, אבער אלע פּרואוון צו בארואיגן האבן נישט געארבעט.

אין ווידעאס וואס זענען ערשינען דורך דער בארימטער "או-דזשעי-פּעק" ארגאניזאציע, האבן פּאסאזשירן אויסגעדרוקט שאק און געזאגט אז ס'איז קלאר געווען אנטיסעמיטיש. עטליכע האבן געזאגט אז זיי האבן געזען די פלי-מאנשאפט יובעלירן נאכ'ן אראפּווארפן די אידישע פאמיליע.

פראנטיער עירליינס האט אין א סטעיטמענט פרובירט לייקענען די פאקטן, אז דער אינצידענט האט נישט געהאט מיט קיין קליין קינד, נאר אויך די ערוואקסענע זענען נישט געגאנגען מאסקעס – טראץ וואס אלע רעקארדירונגען צייגן קלאר אז אלע אידן אויפ’ן פליגער גייען אנגעטאן מיט מאסקעס.

גייט למעשה זיין עפעס זאכליכע שריט קעגן פראנטיער?

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6859
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך eller » דינסטאג מארטש 09, 2021 6:32 pm

בני ברק - מיט טרערן פון שמחה און התרגשות האבן די חברים פון דעם חתן הבחור יהודה (בן בתיה) וויינער הי"ו געפראוועט מיט אים אינאיינעם דער סעודת הודאה אין זיין הויז אין קרית וויזניץ אין בני ברק נאך דעם וואס ער איז בדרך נס צוריק געקומען צום באוואוסטזיין נאכן זיין פארשלאפט פאר העכער א חודש אין א קאומא ל"ע. עטליכע וואכן צוריק איז ער פלוצלינג צוזאמענגעפאלן - פאר א אומבאקאנטע סיבה - גייענדיג אויף דער גאס און הצלה מיטגלידער האבן אים אין דער גרעסטער איילעניש אריינגעפירט אין שפיטאל וואו מען האט ענדליך נאך לאנגע אנשטרענגונגען באוויזן צוריק צו באקומען א פולס, אבער ער איז געבליבן באוואוסטלאז און די דאקטוירים האבן נישט באוויזן אים צו דערוועקן.

דערזעהנדיג אז זייער חבר פון ישיבה געפונט זיך אין אזא שווערע מצב און מען זעהט נישט קיין שינוי לטובה, זענען זיך די חברים צוזאמען געקומען איבערצורעדן א קבלה טובה וואס מען זאל זיך מקבל זיין לזכותו. נאכן דורכשמועסן מיט א דעת תורה איז געבליבן מען זאל זיך מקבל זיין אויפצושטיין יעדן אינדערפרי א האלבע שעה פריער ווי די סדרי הישיבה און מוסיף זיין בלימוד התורה פאר א הכנה דרבה לפני התפילה, און בזכות זה זאל אויך זייער חבר זיך פרי דערוועקן פון זיין שלאף. די בחורים האבן זיך געהאט מקבל געווען אנצוהאלטן די קבלה פון א וואך בעפאר פורים ביז כ"א אדר, און וואונדער איבער וואונדער נאך א קורצע צייט האט ער זיך טאקע אויפגעוועקט בדרך נס און איז שוין אצינד ב"ה צוריק געקומען צו די כוחות און באפרייט געווארן פון שפיטאל.

JD MEDIA
ברכת השנה תשפ"ב ברכת השנה תשפ"א
---
זייט א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6859
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך eller » מיטוואך מארטש 17, 2021 10:44 am

ס'קומט אריין די נייעס אז די אידן האבן נעכטן אריינגעוועלט אין 3 פלעצער אידישע טראסטיס בלומינגגראוו- עירמאנט, און אין פאמאנא..
הגם כ'פארשטיי נישט ביי אונז האט מען אייביג געוואוסט אז ס'איז אייביג בעסער אריינצוברענגען פיינע גוים וואס זענען דא פאר אונזערע אינטערעסן ווי איידער אידן וואס דאס רעגט געפערליך אויף די גוים..
עניוועי #מזל טוב. שוין באלד דא מער אידן טראסטיס ווי גוים אין ניו יארק..
ברכת השנה תשפ"ב ברכת השנה תשפ"א
---
זייט א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך פראהביטש » דאנארשטאג מארטש 18, 2021 5:08 pm

Screenshot_20210318-164439_WhatsApp.jpg
Screenshot_20210318-164439_WhatsApp.jpg (479.61 KiB) געזעהן 2527 מאל

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6859
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך eller » זונטאג אפריל 11, 2021 5:12 pm

מאנהעטן - די אפליקאציע פון א אידישע פארפאלק מיט 6 קינדערלעך קעיה"ר אריינצוגיין אין א גורל אויף ביליגע רענטאל דירות איז כסדר צוריק געוויזן געווארן דורך די באאמטע וויבאלד זייער פאמיליע איז צו גרויס צו קוואליפיצירן פאר דעם פראגראם. אצינד האט די משפחה געברענגט א אנקלאגע אין פעדעראלן געריכט קעגן א רייע שטאטישע אגענטורן וואס גיבן זיך אפ מיט די דירות לאטערי, טענה'נדיג אז דער איינשטעל דיסקרימינירט קעגן זייערע רעליגיעזע איבערצייגונגען אז עס איז גאר וויכטיג צו אויפשטעלן א קינדער געבענטשטע פאמיליע, און די רעגולאציע אפעקטירט דיספראפארציאנעל ארטאדאקסישע אידן מיט גרויסע משפחות. פון די שטאט איז געמאלדן געווארן אז מען קוקט אריין אין די דעטאלן פון די קעיס.

---

צו קען דאס האבן סיי וועלכע אפעקט פאר אונז לטב או למוטב ?
ברכת השנה תשפ"ב ברכת השנה תשפ"א
---
זייט א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך חסידא ופרישא » זונטאג אפריל 11, 2021 7:45 pm

מאנשסטער- די שטאט\קהילת מחזיקי הדת האט באקומען א נייער מרא דאתרא
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז chasidauprisha@gmail.com

יקר מציאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 3:02 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך יקר מציאות » זונטאג אפריל 11, 2021 7:46 pm

חסידא ופרישא האט געשריבן:מאנשסטער- די שטאט\קהילת מחזיקי הדת האט באקומען א נייער מרא דאתרא

ווער?

אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך חסידא ופרישא » זונטאג אפריל 11, 2021 7:49 pm

יקר מציאות האט געשריבן:
חסידא ופרישא האט געשריבן:מאנשסטער- די שטאט\קהילת מחזיקי הדת האט באקומען א נייער מרא דאתרא

ווער?

הרה"צ ר' חיים פאוויל שנעעבאלג שליט"א בן הגאב"ד זצ"ל
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 5#p2701986
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז chasidauprisha@gmail.com

אוועטאר
תנא-קמא
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

שיקאגא גר צדק ע"ה ברוטאל דערמארדעט

תגובהדורך תנא-קמא » דינסטאג אפריל 13, 2021 8:18 am

אילינאי — א טרויעריגע נייעס איז געקומען פון שיקאגא, וואו א 34 יעריגער גר צדק איז ברוטאל דערמארדעט געווארן. דער גר צדק איז אידענטיפיצירט געווארן אלס עקיבא מרדכי בן אברהם ע"ה, וועלכער האט מיטגעטיילט אן אפּארטמענט מיט א גוי ביים נאמען ענטאן אורבינקאס, און דער ענטאן האט אויף א שרעקליכן פארנעם צעשלאגן עקיבא מרדכי ע"ה צום טויט, נאכדעם וואס זיי זענען געווען פארמישט אין א היציגע ארגומענט. ליידער האט דאס שוין פּאסירט באלד דריי וואכן צוריק און דער נפטר איז נאכנישט ארויסגעגעבן געווארן לקבורה, אבער עסקנים ארבעטן העפטיג דאס זאל פּאסירן אין די נאענטע טאג-צוויי.
DYD

אוועטאר
תנא-קמא
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

סטעיט דעפּארטמענט קריגס דורכפעלער

תגובהדורך תנא-קמא » דינסטאג אפריל 13, 2021 8:20 am

וואשינגטאן – דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט ענטאני בלינקען האט געגעבן א רעדע ביי א פארזאמלונג דורך די וואשינגטאן האלאקאוסט מוזעאום, און ער האט צווישן אנדערן גאר שארף אראפּגעריסן דעם סטעיט דעפּארטמענט פון דער וועלט קריג עפּאכע פאר'ן נישט ראטעווען אייראפּעאישע אידן. בלינקען האט ספּעציפיש אויפגעברענגט דעם נאמען פון ברעקינרידזש לאנג, געהילף סעקרעטערי אוו סטעיט יענע יארן, וועלכער האט דירעקט בלאקירט אידן פון אייראפּע פון אריינגעלאזט ווערן אין לאנד.
DYD

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 14579
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

4 פריש געבוירענע אינגעלעך ווארטען אויף א מוהל

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך אפריל 28, 2021 2:16 pm

פאר ר' ישרא' ליבערמאן א חב"ד שליח אין האנג קאנג איז געבוירען געווארען א אינגעלע א' אייר העל"ט
דער קליינער איז פולקאם געזונט אבער ר' ישרא' האט נישט קיין השגה ווען ער וועט קענען אים מכניס
זיין בבריתו של אברהם אבינו נאך דריי טאטעס זענען אין דעם מצב
וואס עס האט נערווען און צייט איבערטייטשען Children in Hong Kong Await Their Brisos פון ענגליש GO AHEAD
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
נישטאמת
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך נישטאמת » מיטוואך אפריל 28, 2021 2:27 pm

eller האט געשריבן:מאנהעטן - די אפליקאציע פון א אידישע פארפאלק מיט 6 קינדערלעך קעיה"ר אריינצוגיין אין א גורל אויף ביליגע רענטאל דירות איז כסדר צוריק געוויזן געווארן דורך די באאמטע וויבאלד זייער פאמיליע איז צו גרויס צו קוואליפיצירן פאר דעם פראגראם. אצינד האט די משפחה געברענגט א אנקלאגע אין פעדעראלן געריכט קעגן א רייע שטאטישע אגענטורן וואס גיבן זיך אפ מיט די דירות לאטערי, טענה'נדיג אז דער איינשטעל דיסקרימינירט קעגן זייערע רעליגיעזע איבערצייגונגען אז עס איז גאר וויכטיג צו אויפשטעלן א קינדער געבענטשטע פאמיליע, און די רעגולאציע אפעקטירט דיספראפארציאנעל ארטאדאקסישע אידן מיט גרויסע משפחות. פון די שטאט איז געמאלדן געווארן אז מען קוקט אריין אין די דעטאלן פון די קעיס.

---

צו קען דאס האבן סיי וועלכע אפעקט פאר אונז לטב או למוטב ?

אפשר קען אונזער חבר הרב הכל הבל האבן א שמועס איבער דע אנקלאגע ביי זיין געריכט סעקשין פין די קאקאש. גיימער אים טעגן
הכל הבל האט געשריבן:

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6859
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך eller » מיטוואך מאי 12, 2021 2:34 pm

נייע אנקעטע איבער אידן אין אמעריקע
וואשינגטאן — א נייע סורוועי פון דעם "פּיו ריסוירטש צענטער" צייגט פארשידענע אינטערעסאנטע פאקטן איבער אידן אין אמעריקע, און דערווייל האט ארויסגעשטארט דער פאקט אז אין די לעצטערע יארן זענען ארטאדאקסישע אידן געווארן מער געשטימט פאר דער רעפּובליקאנער פּארטיי. אין די נייעסטע שטודיע האבן 75 פּראצענט אויסגעפרעגטע ארטאדאקסישע אידן געזאגט אז זיי זענען רעפּובליקאנער אדער נייגן צו רעפּובליקאנער, אין פארגלייך צו יאר 13', ווען 57 פּראצענט ארטאדאקסישע אידן האבן אזוי געזאגט.
ברכת השנה תשפ"ב ברכת השנה תשפ"א
---
זייט א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

lazy
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך lazy » מיטוואך מאי 12, 2021 6:54 pm

eller האט געשריבן:נייע אנקעטע איבער אידן אין אמעריקע
וואשינגטאן — א נייע סורוועי פון דעם "פּיו ריסוירטש צענטער" צייגט פארשידענע אינטערעסאנטע פאקטן איבער אידן אין אמעריקע, און דערווייל האט ארויסגעשטארט דער פאקט אז אין די לעצטערע יארן זענען ארטאדאקסישע אידן געווארן מער געשטימט פאר דער רעפּובליקאנער פּארטיי. אין די נייעסטע שטודיע האבן 75 פּראצענט אויסגעפרעגטע ארטאדאקסישע אידן געזאגט אז זיי זענען רעפּובליקאנער אדער נייגן צו רעפּובליקאנער, אין פארגלייך צו יאר 13', ווען 57 פּראצענט ארטאדאקסישע אידן האבן אזוי געזאגט.

Research taken on ivelt :wink:

סקאראמוטשי
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

Re: 4 פריש געבוירענע אינגעלעך ווארטען אויף א מוהל

תגובהדורך סקאראמוטשי » מיטוואך מאי 12, 2021 7:06 pm

קיקיון האט געשריבן:פאר ר' ישרא' ליבערמאן א חב"ד שליח אין האנג קאנג איז געבוירען געווארען א אינגעלע א' אייר העל"ט
דער קליינער איז פולקאם געזונט אבער ר' ישרא' האט נישט קיין השגה ווען ער וועט קענען אים מכניס
זיין בבריתו של אברהם אבינו נאך דריי טאטעס זענען אין דעם מצב
וואס עס האט נערווען און צייט איבערטייטשען Children in Hong Kong Await Their Brisos פון ענגליש GO AHEAD

מען דארף נישט קענען מל'ן צו קוואליפיצירן פאר שליחות?
ת'יפסק ש'יחות פּ'אליטיק א'ינסופיים

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 14579
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: 4 פריש געבוירענע אינגעלעך ווארטען אויף א מוהל

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך מאי 12, 2021 8:24 pm

סקאראמוטשי האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:פאר ר' ישרא' ליבערמאן א חב"ד שליח אין האנג קאנג איז געבוירען געווארען א אינגעלע א' אייר העל"ט
דער קליינער איז פולקאם געזונט אבער ר' ישרא' האט נישט קיין השגה ווען ער וועט קענען אים מכניס
זיין בבריתו של אברהם אבינו נאך דריי טאטעס זענען אין דעם מצב
וואס עס האט נערווען און צייט איבערטייטשען Children in Hong Kong Await Their Brisos פון ענגליש GO AHEAD

מען דארף נישט קענען מל'ן צו קוואליפיצירן פאר שליחות?

זעהט אויס אז נישט פרעג ZUGURNISH
פארוואס
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6859
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך eller » דאנארשטאג מאי 13, 2021 4:32 pm

טרויעריגע ציפערן איבער אמעריקאנער אידן
וואשינגטאן – ווי נעכטן באריכטעט איז ערשינען די יערליכע "פּיו ריסוירטש צענטער" אנקעטע און שטודיע איבער אידן אין אמעריקע, און צווישן די ציפערן זעט מען ליידער עטליכע פאקטארן וויאזוי די גרעסטע מערהייט פונעם אמעריקאניזירטער אידנטום – וואס די שטודיע נעמט אריין אויך רעפארמער און אפגעפרעמדטע אידן – זענען טאקע ליידער אפגעפרעמדט. בלויז 15 פּראצענט זאגן אז זייער אידישע אידענטיטעט באדייט אז ס'איז וויכטיג פאר זיי צו היטן הלכות, און 76 פּראצענט זאגן אז ס'באדייט צו געדענקען דעם האלאקאוסט.
פון דא"ד
---
ס'שטעלט זיך א גרויסע פראגע אווי קען זיין אז 24 פראצענט אידן האלטן אז ס'פעלט נישט אויס צו געדענקן די האליקאוסט ???
ברכת השנה תשפ"ב ברכת השנה תשפ"א
---
זייט א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

אוועטאר
הענדימען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8808
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג מאי 13, 2021 6:32 pm

eller האט געשריבן:ס'שטעלט זיך א גרויסע פראגע אווי קען זיין אז 24 פראצענט אידן האלטן אז ס'פעלט נישט אויס צו געדענקן די האליקאוסט ???

אלץ אידישע אידענטיטעט איז וויכטיג צו געדענקען דעם האלאקאוסט?

די שש זכירות איז וויכטיג
לייג זיך אריין אין זיינע שיך
קענסט נישט עכט. הא?
נו לייג אריין אפאר דאלער

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג מאי 23, 2021 3:04 pm

6 ארץ ישראל'דיגע בירגער זענען ל"ע אומגעקומען אין א שווערע טראגעדיע אין איטאליע ווען זייער קעיבעל-קאר האט זיך איבערגעריסן פון די שטריק איבער די אלפן-בערג און אראפגעפאלן צענדליגע פיס. מער פרטים איבער די אומגעקומענע איז נאכנישט באקאנט.
לכאורה האט געשריבן
סטאוו'ס אמט איז פיל העכער ווי די אחראים, און אפילו די מנהלים
ער איז דער אינספעקטאר דזשענעראל פון אייוועלט

קאכעדיגע
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך קאכעדיגע » זונטאג מאי 23, 2021 4:16 pm

14 Dead
צוגעלייגטע
_118623295_067552943.jpg
_118623295_067552943.jpg (99.63 KiB) געזעהן 836 מאל
210523091745-01-italy-cable-car-accident-0523-exlarge-169.jpg
210523091745-01-italy-cable-car-accident-0523-exlarge-169.jpg (90.63 KiB) געזעהן 836 מאל
Stresa-Alpino-Mottarone_Svævebane.JPG
Stresa-Alpino-Mottarone_Svævebane.JPG (9.75 KiB) געזעהן 836 מאל

Potatoes
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 16, 2021 11:01 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך Potatoes » זונטאג מאי 23, 2021 5:30 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:6 ארץ ישראל'דיגע בירגער זענען ל"ע אומגעקומען אין א שווערע טראגעדיע אין איטאליע ווען זייער קעיבעל-קאר האט זיך איבערגעריסן פון די שטריק איבער די אלפן-בערג און אראפגעפאלן צענדליגע פיס. מער פרטים איבער די אומגעקומענע איז נאכנישט באקאנט.

ברוך דיין האמת
Potatoes are used in every kitchen and no one is allergic to it

לפי עניות דעתי
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך לפי עניות דעתי » זונטאג מאי 23, 2021 5:48 pm

הענדימען האט געשריבן:
eller האט געשריבן:ס'שטעלט זיך א גרויסע פראגע אווי קען זיין אז 24 פראצענט אידן האלטן אז ס'פעלט נישט אויס צו געדענקן די האליקאוסט ???

אלץ אידישע אידענטיטעט איז וויכטיג צו געדענקען דעם האלאקאוסט?

די שש זכירות איז וויכטיג


פון א תורה’דיגן שטאנדפונקט זענט איר א מיליאן פראצענט גערעכט.

אבער צו דעם פאקט אז רובא דמינכר פונעם אידישן פאלק זענען ליידער אפגעפרעמדט פון תורה ומצות, זענען מיר זיך ליידער צוגעוואוינט.

דאס אז זיי האלטן אז ס’פעלט נישט אויס צו געדענקן דעם קריג, ווייזט אז זיי ווילן נישט האבן קיין שום שיכות מיט'ן אידישן היסטאריע, ממילא איז דער פאקט ווייטאגליך ביז גאר.

ליידער האב איך נישט אייביג געפאלגט מיין טאטע, אבער איך וועל קיינמאל מוחל זיין איינער וואס האט איהם אטאקירט און גע’רודפט
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק

עמרם
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2020 11:01 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך עמרם » זונטאג מאי 23, 2021 6:52 pm

14 באשטעטיגט טויט, אינקלוד 5 איזריעלי סיטיזענס

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג מאי 23, 2021 8:23 pm

טאקע נאר 5 נישט 6, 3 פון די אידן זענען איטאליענע איינוואוינער און 2 זענען ארץ ישראל'דיגע
לכאורה האט געשריבן
סטאוו'ס אמט איז פיל העכער ווי די אחראים, און אפילו די מנהלים
ער איז דער אינספעקטאר דזשענעראל פון אייוועלט

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג מאי 23, 2021 8:25 pm

E471269A-EAEA-40A2-A98B-104F1CE6FE2A.jpeg
E471269A-EAEA-40A2-A98B-104F1CE6FE2A.jpeg (715.95 KiB) געזעהן 1990 מאל

F8CE35D5-6023-46CD-86B3-719A4D22F876.jpeg
F8CE35D5-6023-46CD-86B3-719A4D22F876.jpeg (157.45 KiB) געזעהן 1990 מאל

8C0DC357-DBF9-4EED-A6F4-D6E7B693E998.jpeg
8C0DC357-DBF9-4EED-A6F4-D6E7B693E998.jpeg (389.82 KiB) געזעהן 1990 מאל
לכאורה האט געשריבן
סטאוו'ס אמט איז פיל העכער ווי די אחראים, און אפילו די מנהלים
ער איז דער אינספעקטאר דזשענעראל פון אייוועלט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”