אידישע נייעס ארום די וועלט

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ראש לימבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:48 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך ראש לימבא » מאנטאג מארטש 01, 2021 8:31 pm

ס'גייט מיר נישט אין קאפ אריין פארוואס די ערליינס, וואס פלאגן זיך שוין אזוי מיט שוואכע טרעוועל, מאכן זיך אן שלעכטע נייעס יעדע פאר וואכן מיט אראפווארפן פאסענדשירן, קען מען נישט אויסלערנען די איינגעשטעלטע אוועקציקיקען ווען קליינע קינדער פאלגן נישט אויס די מאסק גזירות? ס'נישט די ערשטע מאל מ'ווארפט מענטשען פין פליגער'ס... וואס פעלט זיי אויס דאס שלעכטע מידע דעקונג....
שנהיה לראש ולא לזנב

יצחק ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 19, 2018 11:05 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך יצחק ברוך » מאנטאג מארטש 01, 2021 10:29 pm

נארמאליזעם האט געשריבן:זאג פאר דיין חבר אויב ער שטייט נאך לעבן דיר
נאר אידן ווארפט מען אראפ פאר גארנישט נאר אלטס זיי זענען אידן ווי מקען זעהן אויף די קליפ גענומען אויפן פליגער


זיי האבן געדארפט קענסלען די פלייט צוליב וואס גוים זענען אויך אראפ אלטס פראטעסט

אנטיסעמיטיזים האט קלאר געשפילט א ראלע, אבער עס איז שוין געווען אז מ'האט אראפ געשיקט גוים ווייל א צוויי יעריג קינד האט נישט געוואלט אנטוהן א מאסקע.

אוועטאר
נארמאליזעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך נארמאליזעם » מאנטאג מארטש 01, 2021 10:52 pm

דא איז עס געווען א אכצן חדשים קינד
כטריי מיך צו האלטן נארמאל, אבער וואס קען איך טוהן אז סאיז נישט במציאות זיך אליינס צו האלטן!
תשובה תפילה וצדקה
כגיי

אוועטאר
געשמאקע קוקיס
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 5:18 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך געשמאקע קוקיס » מאנטאג מארטש 01, 2021 10:55 pm


אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך עירוב תבשילין » דינסטאג מארטש 02, 2021 5:57 am

דער איד דעילי היינט:
unnamed.jpg
unnamed.jpg (38.75 KiB) געזעהן 2032 מאל

ניו יארק – פראנטיער עירליינס ווערט באשולדיגט אז איר פלי מאנשאפט האט דורכגעפירט א פרעכע אנטיסעמיטישע באהאנדלונג קעגן א היימישע אידישע פאמיליע.

דער אינצידענט האט פּאסירט זונטאג נאכט אויף א פליגער פון מיאמי קיין נוארק לופטפעלד אין ניו דזשערסי, וואו די פלי מאנשאפט האט אראפּגעשליידערט א היימישע פאמיליע פונעם פליגער צוליב וואס א בעיבי אונטער צוויי יאר אלט איז נישט געגאנגען מיט קיין מאסקע.

אנדערע אידן און נישט-אידן וואס האבן זיך געפונען אויפ’ן פליגער האבן פּרובירט צו פארטיידיגן די אידישע פאמיליע און געבן צו פארשטיין פאר די פלי מאנשאפט אז קינדער אונטער 2 יאר מוזן נישט גיין מיט מאסקעס, און עס שטייט אפילו אזוי געשריבן אויף פראנטעער'ס רעגולאציעס, אבער אלע פּרואוון צו בארואיגן האבן נישט געארבעט.

אין ווידעאס וואס זענען ערשינען דורך דער בארימטער "או-דזשעי-פּעק" ארגאניזאציע, האבן פּאסאזשירן אויסגעדרוקט שאק און געזאגט אז ס'איז קלאר געווען אנטיסעמיטיש. עטליכע האבן געזאגט אז זיי האבן געזען די פלי-מאנשאפט יובעלירן נאכ'ן אראפּווארפן די אידישע פאמיליע.

פראנטיער עירליינס האט אין א סטעיטמענט פרובירט לייקענען די פאקטן, אז דער אינצידענט האט נישט געהאט מיט קיין קליין קינד, נאר אויך די ערוואקסענע זענען נישט געגאנגען מאסקעס – טראץ וואס אלע רעקארדירונגען צייגן קלאר אז אלע אידן אויפ’ן פליגער גייען אנגעטאן מיט מאסקעס.
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

קעדילעק
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך קעדילעק » דינסטאג מארטש 02, 2021 11:14 am

נארמאליזעם האט געשריבן:דא איז עס געווען א אכצן חדשים קינד


נישט אז עס מאכט א חילוק, אבער דאס קינד איז געווען 15 חדשים! רשעים ארורים..

סקאראמוטשי
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך סקאראמוטשי » דינסטאג מארטש 02, 2021 12:38 pm

עירוב תבשילין האט געשריבן:דער איד דעילי היינט:
פראנטיער עירליינס האט אין א סטעיטמענט פרובירט לייקענען די פאקטן, אז דער אינצידענט האט נישט געהאט מיט קיין קליין קינד, נאר אויך די ערוואקסענע זענען נישט געגאנגען מאסקעס – טראץ וואס אלע רעקארדירונגען צייגן קלאר אז אלע אידן אויפ’ן פליגער גייען אנגעטאן מיט מאסקעס.

די חברה אין דער איד שיינען צו זיין טויגליכע דעטעקטיוון... זיי האלטן שוין אז די עירליין לייקנט שוין "פאקטן".

יא, איך גלייב אויך די דאזיגע ווערסיע, אבער מען מעג האבן אביסל אביעקטיוויטעט ביים שרייבן "נייעס".
ת'יפסק ש'יחות פּ'אליטיק א'ינסופיים

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך עירוב תבשילין » דינסטאג מארטש 02, 2021 12:41 pm

זיי האבן טאקע געלייקנט די פאקטן, יוסי געשטעטנער זאגט עס אויך אויף קול מבשר נעכטן
לייקן נישט די פאקטן!
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך עפעס אנדערש » דינסטאג מארטש 02, 2021 1:04 pm

ראש לימבא האט געשריבן:ס'גייט מיר נישט אין קאפ אריין פארוואס די ערליינס, וואס פלאגן זיך שוין אזוי מיט שוואכע טרעוועל, מאכן זיך אן שלעכטע נייעס יעדע פאר וואכן מיט אראפווארפן פאסענדשירן, קען מען נישט אויסלערנען די איינגעשטעלטע אוועקציקיקען ווען קליינע קינדער פאלגן נישט אויס די מאסק גזירות? ס'נישט די ערשטע מאל מ'ווארפט מענטשען פין פליגער'ס... וואס פעלט זיי אויס דאס שלעכטע מידע דעקונג....

וואס פארשטייסטו נישט? עס איז נישט דער אירליינס וואס טוט דאס, דאס איז די שטאב אויפן פליגער וואס קען מחליט זיין אז לאמיר האבן אביסל פאן, נאך א לאנגע טאג ארבעט, לאמיר דא צופיקסן איינעם, מען קען אונז דאך נישט אפיר האלטן, עס איז דאך א פאבליק העלט אישו, און עס איז אידן אויך, קיינעם גייט עס סייווי נישט אנגיין. זיי האבן זיך נישט געראכטן אז די נישט אידן וועלן זיך אננעמען פאר די אידן, און עס וועט באקומען נאציאנאלע דעקונג.

אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 11618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג מארטש 02, 2021 1:06 pm

סקאראמוטשי האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:דער איד דעילי היינט:
פראנטיער עירליינס האט אין א סטעיטמענט פרובירט לייקענען די פאקטן, אז דער אינצידענט האט נישט געהאט מיט קיין קליין קינד, נאר אויך די ערוואקסענע זענען נישט געגאנגען מאסקעס – טראץ וואס אלע רעקארדירונגען צייגן קלאר אז אלע אידן אויפ’ן פליגער גייען אנגעטאן מיט מאסקעס.

די חברה אין דער איד שיינען צו זיין טויגליכע דעטעקטיוון... זיי האלטן שוין אז די עירליין לייקנט שוין "פאקטן".

יא, איך גלייב אויך די דאזיגע ווערסיע, אבער מען מעג האבן אביסל אביעקטיוויטעט ביים שרייבן "נייעס".

ווען די יונגערלייט זענען ארויף און אראפ פונם פליגער, האבן זיי זיכער אנגעהאט די מאסק.

די מחלוקת איז, אויב א טייל פון זיי האבן אראפגענומען די מאסק דא דארט בשעת זיי זענען געזעסן.
די גויים האבן נישט קיין פראבלעם צו טראגן א מאסק פאר אפאר שעה ברציפות, אבער אונז יודן זענען בכלל נישט געוואוינט צו טראגן א מאסק, ממילא איז עס זייער שווער צו טראגן א מאסק א שעה צוויי ברציפות.

אפילו אויב יא, איז עס זיכער געוועהן רשעות צו אראפשיקן 12 יודן מיט פיצקעלעך, וועגן אזעלכע נארישקייטן.

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5016
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג מארטש 02, 2021 4:36 pm

אז מ'לעבט דערלעבט מען

קעדילעק
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך קעדילעק » דינסטאג מארטש 02, 2021 4:42 pm

lebediger berel האט געשריבן:http://chng.it/5hXs2W9vnf


שלום עליכם! קוקסט אויס אזויפיל אינגער..

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך ישוב הדעת » דינסטאג מארטש 02, 2021 5:52 pm

lebediger berel האט געשריבן:http://chng.it/5hXs2W9vnf



דאס איז סתם ליצנות

מאך איינס מיט א געהעריגע נאמען

זוך א פאווערפול וואויס וואס זאל עס פארשפרייטן קענסטו האבן 200 קעי חתימות
ביידן איז נאט מיי פרעזידענט!

נשמת השכל האט געשריבן:מיר זענען נישט 'פרא טראמפ!' טראמפ איז 'פרא אונז!'

SPB
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 10:39 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך SPB » דינסטאג מארטש 02, 2021 6:10 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ס'דא א קליפ מיט עדות פון אנוועזנדע גויים וואס נעמען זיך פאר'ן אידישן פארפאלק.

שיק פליז די ווידיא

אוועטאר
הענדימען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8807
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג מארטש 02, 2021 7:00 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:http://chng.it/5hXs2W9vnf



דאס איז סתם ליצנות

מאך איינס מיט א געהעריגע נאמען

זוך א פאווערפול וואויס וואס זאל עס פארשפרייטן קענסטו האבן 200 קעי חתימות

כ'האלט נישט דערפון (איינער פרעגט מיר?)
לייג זיך אריין אין זיינע שיך
קענסט נישט עכט. הא?
נו לייג אריין אפאר דאלער

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6859
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך eller » מיטוואך מארטש 03, 2021 6:05 pm

מאנסי - פילע אידן האבן שוין באמערקט די אויטא אין מאנסי מיט די אינטערעסאנטע לייסענס פלעיט RIBNITZ. אצינד אין די פורים טעג האט דער דרייווער פון די אויטא - לשאלת הרבים וואס איז דער פשט פון די אויפשריפט און אויב ער האט שוין געזען מופתים א דאנק דעם - מיטגעטיילט א לעצטערע נס וואס ער האט געהאט אויפן ראוד בעצם יום הפורים. אין די שווערע טראפיק וואס האט געהערשט ווען יעדער איינער יאגט זיך אריינצוכאפן אין דעם קורצן טאג איבעראל וואו מען דארף אנקומען, איז ער געווען געצווינגען צו פארקן אויפן סיידוואלק פאר א לענגערע וויילע. צוריק קומענדיג צו די קאר האט אים פארשטייט זיך אפגעווארט א טיקעט, אבער צו זיין איבערראשונג איז די טיקעט געווען ליידיג! פונקט ביי אים האט די פרינטער אין די פאליציי קאר געמאכט קונצן און דער פאליציאנט האט בשו"א נישט מצליח געווען צו פרינטן א פעליגער טיקעט. דער זכות פונעם צדיק האט מגין געווען.

unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (109.31 KiB) געזעהן 1246 מאל
ברכת השנה תשפ"ב ברכת השנה תשפ"א
---
זייט א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13158
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך מארטש 03, 2021 9:14 pm

די געוואלדיגקייט פון דעם בעל שם'סקע מעשה איז אז דעם צדיק גייט נישט אן אז זיין שטאטס נאמען איז נישט גוט אויסגעלייגט, ריבּניץ במקום ריווניץ, דער עיקר מ'מאכט פון איהם א זכר אויף א קאר בעלמא הדין! מורא'דיג מורא'דיג!!!!!!
לכאורה האט געשריבן
סטאוו'ס אמט איז פיל העכער ווי די אחראים, און אפילו די מנהלים
ער איז דער אינספעקטאר דזשענעראל פון אייוועלט

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך מארטש 03, 2021 9:19 pm

די פעיקע אינגעל פאליס וואס האט אהינגעלייגט דעם פאלשן טיקעט פון די פעקל וואס טויס-4-דיר האט פארקויפט, זאל זיך שנעל מודה זיין...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל

ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך ישרן » מיטוואך מארטש 03, 2021 9:25 pm

איך האב שוין באשטעלט REBSHAYA פלעיטס פאר מיין נייע טעסלע. ווארטס נאר ווארטס.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13158
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך מארטש 03, 2021 9:38 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:די פעיקע אינגעל פאליס וואס האט אהינגעלייגט דעם פאלשן טיקעט פון די פעקל וואס טויס-4-דיר האט פארקויפט, זאל זיך שנעל מודה זיין...

:lol: :lol: :lol: דער אינגל איז אן אייניקל פון רבי יואל אשכנזי פון טבריה... ...
לכאורה האט געשריבן
סטאוו'ס אמט איז פיל העכער ווי די אחראים, און אפילו די מנהלים
ער איז דער אינספעקטאר דזשענעראל פון אייוועלט

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13158
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך מארטש 03, 2021 9:40 pm

ישרן האט געשריבן:איך האב שוין באשטעלט REBSHAYA פלעיטס פאר מיין נייע טעסלע. ווארטס נאר ווארטס.

;l;p- כ'האב מורא ס'שוין צי שפעט... אבער ווי געשמועסט, קענסט באשטעלן REBCHAY וכדומה, דער עיקר איז אז דער צדיק איז מוזכר אויף א קאר בעלמא הדין, נישט משנה וויזוי מ'לייגט אויס זיין נאמען
לכאורה האט געשריבן
סטאוו'ס אמט איז פיל העכער ווי די אחראים, און אפילו די מנהלים
ער איז דער אינספעקטאר דזשענעראל פון אייוועלט

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך מארטש 03, 2021 9:45 pm

ישרן האט געשריבן:איך האב שוין באשטעלט REBSHAYA פלעיטס פאר מיין נייע טעסלע. ווארטס נאר ווארטס.

כ'שטעל זיך פאר אז איר וועט דעליווערן די קאראנע-עסן-באקסעס פאר אידישע קינדער, איא?

אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3067
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 11:43 am

eller האט געשריבן:מאנסי - פילע אידן האבן שוין באמערקט די אויטא אין מאנסי מיט די אינטערעסאנטע לייסענס פלעיט RIBNITZ. אצינד אין די פורים טעג האט דער דרייווער פון די אויטא - לשאלת הרבים וואס איז דער פשט פון די אויפשריפט און אויב ער האט שוין געזען מופתים א דאנק דעם - מיטגעטיילט א לעצטערע נס וואס ער האט געהאט אויפן ראוד בעצם יום הפורים. אין די שווערע טראפיק וואס האט געהערשט ווען יעדער איינער יאגט זיך אריינצוכאפן אין דעם קורצן טאג איבעראל וואו מען דארף אנקומען, איז ער געווען געצווינגען צו פארקן אויפן סיידוואלק פאר א לענגערע וויילע. צוריק קומענדיג צו די קאר האט אים פארשטייט זיך אפגעווארט א טיקעט, אבער צו זיין איבערראשונג איז די טיקעט געווען ליידיג! פונקט ביי אים האט די פרינטער אין די פאליציי קאר געמאכט קונצן און דער פאליציאנט האט בשו"א נישט מצליח געווען צו פרינטן א פעליגער טיקעט. דער זכות פונעם צדיק האט מגין געווען.

unnamed (1).jpg


ווער עס האלט מיט אביסל די מופתים וואס מען זעהט טעגליך ביים הייליגן צדיק איז עס בכלל נישט קיין חידש
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
פארפרוירן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע: וואו סידא צועסן

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך פארפרוירן » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 11:54 am

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:איך האב שוין באשטעלט REBSHAYA פלעיטס פאר מיין נייע טעסלע. ווארטס נאר ווארטס.

;l;p- כ'האב מורא ס'שוין צי שפעט... אבער ווי געשמועסט, קענסט באשטעלן REBCHAY וכדומה, דער עיקר איז אז דער צדיק איז מוזכר אויף א קאר בעלמא הדין, נישט משנה וויזוי מ'לייגט אויס זיין נאמען

https://transact3.dmv.ny.gov/PlatesPers ... isplay.cfm
איינער האט דאס שוין (אפשר טאקע @ישרן) אבער מ'קען נאך עפעס מאכן
Screenshot (1).png
Screenshot (1).png (192.69 KiB) געזעהן 960 מאל
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 1:43 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: דער אינגל איז אן אייניקל פון רבי יואל אשכנזי פון טבריה... ...

:wink:


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], א מוח, אלי' מקוה יוד, דובי'ס א פען, זכרי' ניימאן, חמרא, חנוך, לעכטל, מאמענטאל, מי שברך, ראש לימבא, רכבת הקלה, שאראש-פאטאק און 57 געסט