אידישע נייעס ארום די וועלט

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

lazy
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך lazy » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 6:48 pm

הר גריזים האט געשריבן:
Jobless האט געשריבן:
נעם אין אכט האט געשריבן:
Jobless האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:ווייל דארט קען מען אים צווינגען צו שרייבן א שטר, כידוע.

א גט ?

לכאו׳ חירות…

פארשטיי איך נישט.

זי פארלאנגט שוין יארן א גט פון אים און וועגן דעם האט ער נישט געוואלט אוועקגיין פון אפגאניסטן אז מ'זאל אים נישט קענען צווינגען דערצו

אהא יעצט פארשטיי איך ווי צדק קומט אהער, ריין פדיון שבויים…
זיי ארבעטן אין אפגאניסטאן צו באפרייען אן עגונה אר״י.

Jobless
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך Jobless » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 8:40 pm

lazy האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:
Jobless האט געשריבן:
נעם אין אכט האט געשריבן:
Jobless האט געשריבן:א גט ?

לכאו׳ חירות…

פארשטיי איך נישט.

זי פארלאנגט שוין יארן א גט פון אים און וועגן דעם האט ער נישט געוואלט אוועקגיין פון אפגאניסטן אז מ'זאל אים נישט קענען צווינגען דערצו

אהא יעצט פארשטיי איך ווי צדק קומט אהער, ריין פדיון שבויים…
זיי ארבעטן אין אפגאניסטאן צו באפרייען אן עגונה אר״י.

פארוואס אין די וועלט וויל ער נישט געבן קיין גט.

אוועטאר
הענדימען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8771
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג סעפטעמבער 09, 2021 8:58 pm

Jobless האט געשריבן:פארוואס אין די וועלט וויל ער נישט געבן קיין גט.

איך קען דיר געבן נאך אדרעסן צו פרעגן די פראגע
לייג זיך אריין אין זיינע שיך
קענסט נישט עכט. הא?
נו לייג אריין אפאר דאלער

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך עירוב תבשילין » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 11:07 am

די פויבסט פון רוים 'פויבסט פראנקוס' האט געלאזט פאלן ווערטער דורכאויס א באזוך אין אונגארן איבער אנטיסעמיטיזם, און אז מ'דארף זיין שטארק פארזיכטיג נישט צו אויפלאקערן אן אנטימעמיטישע פייער אין אייראפע.
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
.hershy
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2021 3:36 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך .hershy » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 8:28 am

די רעגירונג אין סלאוואקיי האט זיך אנטשולדיגט אפיציעל פאר די אנטיסעמיטישע געזעצן וואס זענען אדאפּטירט געווארן ביים צווייטן וועלט קריג דורך די דעמאלטדיגע רעגירונג. די "אידישע קאודס" געזעצן זענען אוועקגעשטעלט געווארן אין סלאוואקיי אין יאר 941', אוועקנעמענדיג פון אידן אלע זייערע מענטשליכע און ציווילע רעכטן, און האט אויך אויטאריזירט דאס קאנפיסקירן אידישע פּראפּערטי און נכסים אנע קאנטראל.
love your hashem

אוועטאר
.hershy
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2021 3:36 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך .hershy » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 8:29 am

קווינס – די ניו יארק סיטי פּאליציי האט נאך אלץ נישט געלעזט א גאר שרעקעדיגע און מאדנע מיסטעריע, וויאזוי א מערדער פארשטעלט ווי א חסידישער איד האט געשאסן און אומגעברענגט עמיצן קאלטבלוטיג. דאס האט פּאסירט אין די סאוט אזאן פּארק אין קווינס פאריגן מאנטאג, וואו דער מערדער האט זיך פארשטעלט אין חסידישע אידישע קליידונג און אפּגעווארט זיין קרבן, בעפאר'ן אים שיסן און אומברענגען. די פּאליציי ארבעטן צו דערגיין דעם מערדער'ס אידענטיטעט און זיינע מאטיוון פון זיך אזוי פארשטעלן.
love your hashem

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6847
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך eller » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 6:17 pm

באקאנטער אנאליסט וועלכער איז געווארן א בעל תשובה דורך טעראריסט זכריא זביידי

גלבוע - אין די טעג איז דאס לאנד אויף געווען מיט די געוואגטע אנטלויף פון 6 טעראריסטן פון טורמע, דער מערסט באקאנטער צווישן זיי איז געווען זכריא זביידי, וועלכער איז שוין אינצווישן צוריק פארכאפט און אפגעשיקט געווארן אין טורמע. אין א אינטערוויו לעצטנס מיט א גאר באקאנטער אנאליסט איבער די אראבער, צבי יחזקאלי, האט ער דערציילט אז א אינטערוויו וואס ער האט געהאט מיט זביידי - נאכדעם וואס זביידי האט אים פרובירט צו דערשיסן עטליכע יאר בעפאר - האט אים באוואויגן צו ווערן א בעל תשובה. זביידי האט אים געפרעגט וואס ער איז, און ווען ער האט זיך נישט אידענטיפיצירט אלס שטאלצער, רעליגיעזער איד האט אים זביידי געזאגט: "אין מיינע אויגן ביסטו א איד, ווען איך וואלט דיר ווען אומגעברענגט וואלט דאס געווען צוליב דיין אידישקייט. ווי נאריש וואלסטו געדארפט זיין צו שטארבן פאר עפעס וואס דו פילסט נישט אז דו ביסט. וועק דיך אויף, דו ביסט א איד!". יחזקאלי דערציילט אז די ווערטער האבן אים געגעבן א טיוכע אין הארצן, און פון דאן איז ער צוביסלעך נתקרב געווארן צו אידישקייט און אפילו צום דרך החסידות, ספעציפיש האט ער זיך מקשר געווען צו הרה"ק רבי נחמן און תורת ברסלב.
JP MEDIA
ברכת השנה תשפ"ב ברכת השנה תשפ"א
---
זייט א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

אוועטאר
היכי תמצא
שר האלפיים
תגובות: 2083
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך היכי תמצא » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 6:21 pm

מורא'דיג!

בניהו
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך בניהו » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 6:25 pm

פלאי פלאים. ער האט ממש לעצטענס דאס פארציילט פאר איינע פון די היימישע אויסגאבעס אין א אינטערוויו.

אוועטאר
שאשא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3199
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

תגובהדורך שאשא » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 6:26 pm

בניהו האט געשריבן:פלאי פלאים. ער האט ממש לעצטענס דאס פארציילט פאר איינע פון די היימישע אויסגאבעס אין א אינטערוויו.

די וואך
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט