אלעס ארום פאליטיק - דעבאטעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 9:27 pm

יא ווען מען קוקט אויף די אלע לענדער די קוואליטי פון די העלט קעיר און ווי לאנג מען דארף ווארטען קומט צו וויינען אז מען וויל עס נאכמאכען
(פלאס נישט פארגעסען אז דא איז עס מער קאמפליקעטעד און ווייניגער מעגליך ווי די קלענערע לענדער און עס איז דא א פאר סיבות דערפאר)
If you think it’s expensive to hire a professional, wait until you hire an amateur
הק' 9863 (נאך א נאומבער דא)

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 9:28 pm

א דאנק פארן דאנקן
מי חכם האט געשריבן:קענסט לאכן און וויינען פון אלע אנדערע לענדער איבער די וועלט

בד"וו א גרויסן ייש"כ פאר די באריכטן

זאג די ווילסט דארט וואוינען? די ווייסט אז ביי די אכציגער יארן גייט מען אנשטאט אין די ICU אין א שיינעם רום און אנשטאט מעדעצינען און היילונג באקומט מען פעין קילערס עד שתצא נשמתו, אין זייער שפראך make sure he/she is comfortable and let him/her go רח"ל
די געוועזענע פרעזידענט האט דאס געוואלט איינפירן ביי מעדיקעיד
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 9:33 pm

אזוי האט פעילין אליין פארציילט
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 9:36 pm

מי חכם האט געשריבן:אזוי האט פעילין אליין פארציילט

ניין געהערט פון עד מפי שד... פון א מעדיקעיד דאקטער אין שפיטאל
אגב די לייקענסט אז אין די אנדערע לענדער איז אזוי?
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 9:39 pm

ער פארשטייט צו באנקראטירן מאלטי ביליאנער'סקע ביזנעסער, זיך ארויסדרייען פון טעקס, אפריפן זיינע קאנטראקטערס און קאסטומערס, ארויפלייגן זיין נאמען אויף מאסיווע בנינים (ס'רוב וואס אנדערע האבן געבויט), אבער ווען עס קומט צו דעליווערן קאנקרעטעס קוקט עס אויס ווי דער מאסלים בען און זיין גאנצע פרעזידענסי ביז דערווייל.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 9:42 pm

כ'בין נישט באקאנט.

כ'ווייס נישט אז אין אמעריקע זאל מען לעבן לענגער ווי אין די אנדערע לענדער, אויב עפעס פארקערט
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 9:42 pm

דאס איז די וועג ווי אזוי מען מעסט קוואליטי פון העלט קעיר?

די פאקט איז א זיי האבען א שוואכערע העלט קעיר און מענטשען דארפען ווארטען אנצוקומען צו א דאקטער און צו באקומען קעטסקענס וכו'
איז אז דו זאגסט אז מען לעבט לענגער דורך דעם איז דאך גוט דעמאלטס דארף מען נישט קיין העלט קעיר בכלל
לעצט פאראכטן דורך קאמפיוטער עקספערט אום דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 9:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
If you think it’s expensive to hire a professional, wait until you hire an amateur
הק' 9863 (נאך א נאומבער דא)

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 9:45 pm

מי חכם האט געשריבן:ער פארשטייט צו באנקראטירן מאלטי ביליאנער'סקע ביזנעסער, זיך ארויסדרייען פון טעקס, אפריפן זיינע קאנטראקטערס און קאסטומערס, ארויפלייגן זיין נאמען אויף מאסיווע בנינים (ס'רוב וואס אנדערע האבן געבויט), אבער ווען עס קומט צו דעליווערן קאנקרעטעס קוקט עס אויס ווי דער מאסלים בען און זיין גאנצע פרעזידענסי ביז דערווייל.

אין קורצן איין פראגע, צו בויען און ענדיגן א ריעל עסטעיט פראיעקט פארשטייט ער אדער נישט?
די ביסט שוין פויבסטליכער פונעם פויבסט אפי' די מידיא און דעמאקראטן זענען דאס מודה אז ער קען
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 9:59 pm

יעצט טאמער די קעיס גייט צום סופרים קארט האט שוין טראמפ א גוטע לויער מר. סעשענס
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2264
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 10:57 pm

איינער וויל מסביר זיין וואס די מעשה מיט הילערי קלינטאן איז?

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2264
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 11:19 pm

א פונקט וואס קרוז האט ארויסגעברעגט, פון די אלע לענדער וואס שטעלן צו אימזיסטע העלט קעיר קומט מען קיין אמעריקע זיך היילן. אויב זאל אמעריקע אדאפטירן א סינגל פעיאר סיסטעם, וואו וועלן די אמריקאנער ווי אויך די אינטערנאציאנאלע געמיינדע גיין פאר העלט קעיר??

א פונקט איבער סענדערס, ער האט ארגומענטירט אז אמעריקע, זייענדיג די רייכסטע לאנד דארף זיך אפלערנען פון די איבעריגע מעידזשאר לענדער איבער די וועלט וואס האבן א פרייע העלט קעיר סיסטעם. וואס ער פארגעסט איז, וואס האט געמאכט אמעריקע זיין די רייכסטע לאנד, און דאס איז קאפיטאליזם...

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 11:43 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:א פונקט וואס קרוז האט ארויסגעברעגט, פון די אלע לענדער וואס שטעלן צו אימזיסטע העלט קעיר קומט מען קיין אמעריקע זיך היילן. אויב זאל אמעריקע אדאפטירן א סינגל פעיאר סיסטעם, וואו וועלן די אמריקאנער ווי אויך די אינטערנאציאנאלע געמיינדע גיין פאר העלט קעיר??

א פונקט איבער סענדערס, ער האט ארגומענטירט אז אמעריקע, זייענדיג די רייכסטע לאנד דארף זיך אפלערנען פון די איבעריגע מעידזשאר לענדער איבער די וועלט וואס האבן א פרייע העלט קעיר סיסטעם. וואס ער פארגעסט איז, וואס האט געמאכט אמעריקע זיין די רייכסטע לאנד, און דאס איז קאפיטאליזם...

יא יא זייער גוט ;l;p-
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
יש ברירה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג פאברואר 10, 2017 12:41 am

משה כספי האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:א פונקט איבער סענדערס, ער האט ארגומענטירט אז אמעריקע, זייענדיג די רייכסטע לאנד דארף זיך אפלערנען פון די איבעריגע מעידזשאר לענדער איבער די וועלט וואס האבן א פרייע העלט קעיר סיסטעם. וואס ער פארגעסט איז, וואס האט געמאכט אמעריקע זיין די רייכסטע לאנד, און דאס איז קאפיטאליזם...

יא יא זייער גוט ;l;p-

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » פרייטאג פאברואר 10, 2017 1:00 am

יש אונז ווארט מיר פון דיינע סחורה ברענג אביסל אייגנס און קאמענטירט דערווייל איז דאס א רואיגע ווינקל אן שטותים
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6493
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג פאברואר 10, 2017 7:21 am

שאהן הענניטי האט געשריבן:איינער וויל מסביר זיין וואס די מעשה מיט הילערי קלינטאן איז?

זי איז געלאפן פאר פרעזידענט, און זי קען נאכאלץ נישט אראפשלינגען (אזויווי א גרויס חלק לינקע) אז זי האט פארלוירן...
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4225
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג פאברואר 10, 2017 8:27 am

אז מען דערמאנט שוין דעם ענין, איז אינטערסאנט אנצומערקן, הילערי קלינטאן האט פארלוירן די וואלן, אבער זי האט אנגענומען דעם אויסגאנג, טראמפ האט געווינען די וואלן, אבער ער האט נישט אנגענומען די וואלן אויסגאנג.

דאס איז עכט עכט פאני.
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

abeg
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » פרייטאג פאברואר 10, 2017 8:43 am

אז מען דערמאנט שוין דעם ענין מענטשען טעהנען אז הילערי האט געװינען די Popular votes איך פארשטײ נישט װאזױ מ׳קען ניצן די װארט געװינען אױף אזאך װאס איז בכלל נישט געװען א פארמעסט מ׳האט זיך פארמאסטען אױפען פרעזידענטסי אין בכלל נישט אױפען Popular votes זײ קענען ניצען די װארט באקימען אבער נישט די װארט געװינען ס׳איז בערך װי די װאס די קינדער גײען ארים מיט די Scratch Off Raffles חנוכה אין די מענטש איז פרײלעך אז ער האט געװינען א תיזכי למצױת (זײטס מיך מוחל אױפען spelling אין פארן פארקריכן פונעם נושא)
לעצט פאראכטן דורך abeg אום פרייטאג פאברואר 10, 2017 8:50 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3455
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג פאברואר 10, 2017 8:44 am

בוידעם האט געשריבן:אז מען דערמאנט שוין דעם ענין, איז אינטערסאנט אנצומערקן, הילערי קלינטאן האט פארלוירן די וואלן, אבער זי האט אנגענומען דעם אויסגאנג, טראמפ האט געווינען די וואלן, אבער ער האט נישט אנגענומען די וואלן אויסגאנג.

דאס איז עכט עכט פאני.

;l;p-

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » פרייטאג פאברואר 10, 2017 9:02 am

יישר כח משה פאר דיינע אינהאלטסרייכע באריכטן.

פארוואס קען מען נישט האבן ביידע העלטקעיר סיסטעמס? די רעגירונג זאל צושטעלן העלט קעיר פאר יעדן וואס דארף עס, און זאל עס זיין אויף די זעלבע לעוועל קעיר ווי קאנאדע לאמיר זאגן, און ווער עס דארף בעסערע קעיר וועט גיין צו די פריוואטע אינשורענס.

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6381
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג פאברואר 10, 2017 9:35 am

Silent האט געשריבן:יישר כח משה פאר דיינע אינהאלטסרייכע באריכטן.

פארוואס קען מען נישט האבן ביידע העלטקעיר סיסטעמס? די רעגירונג זאל צושטעלן העלט קעיר פאר יעדן וואס דארף עס, און זאל עס זיין אויף די זעלבע לעוועל קעיר ווי קאנאדע לאמיר זאגן, און ווער עס דארף בעסערע קעיר וועט גיין צו די פריוואטע אינשורענס.

דאס איז געווען די ארגענעלע אבאמאקעיר ביל. איז אבער געווען איין סענעטאר ליבערמאן (אינדעפענדענט ) וואס האט נישט געוואלט שטימען נאר אויב מ'נעמט אראפ דעם פובליק אפשען.
....Trump: Big SURPRISE on health care coming

חלהדעקל
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » פרייטאג פאברואר 10, 2017 11:51 am

אויב איינער ווייסט מער אין דיטעיל וויאזוי ארבעט די העלטה סיסטעם אין קאנאדע? מ'גייט צום דאקטאר אן גאנישט און זיי בילן די רעגירונג? ס'איז דא עפעס א טשארדש וואס מ'צאלט אליינס? ווילאנג דארף מען ווארטן צו זעהן א דאקטאר ווען א קינד האט א סטרעפט למשל? ס'איז דא דארט פרייוועט דאקטוירים? פרייוועט אינשורענס?
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » פרייטאג פאברואר 10, 2017 1:43 pm

קודם פרעג דיך נאך ביי איינער וואס נוצט מעדיקער דא אין די רייכע אמעריקע...

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » פרייטאג פאברואר 10, 2017 1:48 pm

( i.e. יעדער העכער 65 אין אמעריקע).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » פרייטאג פאברואר 10, 2017 1:50 pm

פרעג זייער עקספיריענס (אין פארגלייך צו פריוואטע אינשורענס)

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 8:39 pm

משה כספי האט געשריבן:אין די מלחמה אויפן קרעקדאון קעגן אומלעגאלע אימיגראנטן איז היינט באקאנט געווארן די ערשטע דיפארטעישן פון אן אומלעגאלע אימיגראנט וואס איז שוין דא זינט די 14 יאר און האט געארבעט אינטער א פאלטשער סאציאלע סעקיוריטי און געכאפט געווארן ביים קריים און באקומען א קאורט ארדער צו ווערן דעפארטירט און אפיעלט און פארלוירן די אפיעל און זיך געמוזט מעלדן יעדע שטיק צייט צו די ICE דעפארטמענט און מען האט אלס אפגעלייגט די דיפארטעישן ארדער אבער היינט ביים זיך מעלדן האט מען איר געפאקט פעק און פארשיקט
ווארשיינליך איז דאס א תוצאה פון די נייע שטרענגע קאנטראל זינט טראמפ, אבער די ICE זאגט עס האט נישט מיט די שטרענגע קאנטראל זינט טראמפ נאר פשוט יעצט איז שוין געקומען די צייט
מען רעדט פון איינעם וואס איז באגאנגען א קריים (מיטן פאלטשן ס"ס) אבער האט דא חתונה געהאט און געהאט 2 קינדער וואס זענען אויטאמאטיש אמעריקאנער בירגער און יעצט האט מען איר אפגעטיילט פון אירע קינדער
עס איז געווען פראטעסטן ווי א קינד האט גערעדט און געוויינט דארט און די ליבעראלן האפן אז די טרערן (אמת'ע) וועט ווייעך מאכן טראמפ


מעקסיקאו לאזט דען נישט אריין קיין אמעריקאנער צו זיך אין לאנד?!
די קינדער זענענן מער פון וועלקאום זיך צו גיין פאראייניגען מיט זייער מאמע אין מעקסיקאו.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 11 געסט