אלעס ארום פאליטיק - דעבאטעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 8:53 pm

דערמאנט מיר וואס ר' מיכאל בער ברענגט אין מן המיצר, די ענטפער פונעם פויפסט צו די סלאוואקישע - שטרענג קריסטליכע - אויטאריטעטן. "בשום אופן נישט אפטיילן קיין משפחות - נאר פארשיקן די גאנצע משפחה".
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 9:18 pm

מי חכם האט געשריבן:דערמאנט מיר וואס ר' מיכאל בער ברענגט אין מן המיצר, די ענטפער פונעם פויפסט צו די סלאוואקישע - שטרענג קריסטליכע - אויטאריטעטן. "בשום אופן נישט אפטיילן קיין משפחות - נאר פארשיקן די גאנצע משפחה".

אפשר זאל מען נישט אויספירן א קאורט ארדער ווען איינער איז באגאנגען א קריים צוליב וואס ער האט א משפחה? אפשר זאלן זיך די ליבעראלן אנעמען פאר יודן וואס שמאכטן אין טורמע צוליב ווייט קאַלאַר קריים צוליב וואס זיי האבן משפחה וואס דארפן א טאטע מאמע?
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 9:21 pm

@ מי חכם

האלסט טאקע אז דיין שנאה צו טראמפ בארעכטיגט אהערצוברענגן די נאצי עפאכע?!
איז עס לפי ראות עינך טאקע איין זאך, אהיים שיקען א קרימענעל איליגעל איז טאקע ענליך צו דאס וואס עס דערמאנט דיר?!

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 9:28 pm

כאפצעם האט געשריבן:צום ערשטן מאל זינט 2009 האלטן מער אמעריקאנער אז אמעריקא איז חוזק אין די וועלט

וואס איז א חילוק וואס מער אמעריקאנער האלטען (אויב אנקעטעס זענען עפעס ווערט)
די עיקר איז וואס די אמת איז צו אמעריקע איז מער חוזק צו נישט און דאס וועט מען ציביסלעך געוואויר ווערען
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 9:32 pm

אין די צייט פונעם פויפסט ענטפער איז נאך נישט געווען באקאנט וואס די פארשיקונגען מיינען. דעמאלט איז דער שעדליכער קרימינאל אין זיינע אויגן געווען די אידן וואס האבן געקרייציגט יאשקע'ן, און היינט איז עס אין דיינע אויגן, דער אומלעגאלער אימיגראנט.

די עצות אייערע, זענען אבער ביידע די זעלבע. קענט עסקעיפ די ענליכקייט דערפון
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 9:37 pm

מי חכם האט געשריבן:אין די צייט פונעם פויפסט ענטפער איז נאך נישט געווען באקאנט וואס די פארשיקונגען מיינען. דעמאלט איז דער שעדליכער קרימינאל אין זיינע אויגן געווען די אידן וואס האבן געקרייציגט יאשקע'ן, און היינט איז עס אין דיינע אויגן, דער אומלעגאלער אימיגראנט.

די עצות אייערע, זענען אבער ביידע די זעלבע. קענט עסקעיפ די ענליכקייט דערפון


דאס וואס איר שרייבט איז נישט ריכטיג, ווען סי ען ען זעט עס ווען וואלט זיי געשריבען אז איר שפילט זיך ארום מיט די אמת...

די אמת איז אז די פויבסט האט פיין געוויסט אז די אידן גייען צום שחיטה,
און דא ביי אונזער פאל גייען די מעקסיקאנער בסך הכל אהיים צו זייער היים לאנד.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 9:42 pm

איך רעד דא פון אנפאנג - מיטן תש"ב. די נאצי'ס האבן נאך נישט געוויסט פונקטליך וואס זיי גייען טון. און זיכער נישט דער פויפסט.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 9:42 pm

מי חכם האט געשריבן:דערמאנט מיר וואס ר' מיכאל בער ברענגט אין מן המיצר, די ענטפער פונעם פויפסט צו די סלאוואקישע - שטרענג קריסטליכע - אויטאריטעטן. "בשום אופן נישט אפטיילן קיין משפחות - נאר פארשיקן די גאנצע משפחה".

דאס וואס דו שרייבסט דא איז ערגער ווי דאס וואס טראמפ האט נישט עקסטער דערמאנט די אידען אין זיין סטעיטמענט אויף די האליקאוסט
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 9:45 pm

צ"ל: "עקסטער נישט" דערמאנט, כידוע די סטעיט דעפט. סטעיטמענט וואס איז געווארן בלאקירט.
---

דער האלאקאוסט גיט א פעס פאר אידן צו זיין גאר ווייניגער סענסיטיוו צו מענטשליכע ליידן?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2527
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 9:46 pm

אויף דעם אויפגעברענגטע נייעס, איבער וואס דער שמועס גייט ארויף, איז מיר זייער ווייטאגליך אז די קרימינאליטעט אאיז גארנישט קיין ווייעלענט קריים, ניטאמאהל קיין גניבה, נאר פשוט עפעס כדי חיותה צו ארבעטן.

און פארשיקט האט מען איר ביים קומען ערליך זיך איינמעלדן.

#סעד
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 9:49 pm

מי חכם האט געשריבן:צ"ל: "עקסטער נישט" דערמאנט, כידוע די סטעיט דעפט. סטעיטמענט וואס איז געווארן בלאקירט.
---

דער האלאקאוסט גיט א פעס פאר אידן צו זיין גאר ווייניגער סענסיטיוו צו מענטשליכע ליידן?

א נארמאלע פראגע אן א ענפער
פארוואס ביי א אמעריקאנער סיטיזען וואס איז באגאנגען א נישט ווייעלענט קריים קומט "תפיסה" אפי' ער האט משפחה און אן אומלעגאלע אימיגראנט וואס טוט א קריים טאר מען נישט פשוט אהיים שיקן! ניין קיינער טראגט זיי נישט אין קרעמעטאריאמס אינדערהיים זיי קענען נארמאל לעבן און ניטאמאל אין א תפיסה זענען זיי
לעצט פאראכטן דורך משה כספי אום מוצ"ש פאברואר 11, 2017 9:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 9:50 pm

עקבי הצאן האט געשריבן:אויף דעם אויפגעברענגטע נייעס, איבער וואס דער שמועס גייט ארויף, איז מיר זייער ווייטאגליך אז די קרימינאליטעט אאיז גארנישט קיין ווייעלענט קריים, ניטאמאהל קיין גניבה, נאר פשוט עפעס כדי חיותה צו ארבעטן.

און פארשיקט האט מען איר ביים קומען ערליך זיך איינמעלדן.

#סעד

טאקע זייער סעד ווען מען פאלגט אויס א קאורט ארדער...
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 9:55 pm

משה כספי האט געשריבן:
עקבי הצאן האט געשריבן:אויף דעם אויפגעברענגטע נייעס, איבער וואס דער שמועס גייט ארויף, איז מיר זייער ווייטאגליך אז די קרימינאליטעט אאיז גארנישט קיין ווייעלענט קריים, ניטאמאהל קיין גניבה, נאר פשוט עפעס כדי חיותה צו ארבעטן.

און פארשיקט האט מען איר ביים קומען ערליך זיך איינמעלדן.

#סעד

טאקע זייער סעד ווען מען פאלגט אויס א קאורט ארדער...

זי האט א מהלך יעצט פון אדורכגיין די סיסטעם, מיט א בענעפיט פון האבן לעגאל סיטיזען קינדער
גראדע קרוז האט געהאלטן אז מען זאל נישט צוריק אריינלאזן צוליב די חטא פון דא זיין אומלעגאל אבער טראמפ האט קלאר געזאגט אז מען גייט פארשיקן און טאמער ווילן זיי צוריקומען וועט מען לאזן נאכן דורכגיין די סיסטעם
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 10:09 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:צום ערשטן מאל זינט 2009 האלטן מער אמעריקאנער אז אמעריקא איז חוזק אין די וועלט

וואס איז א חילוק וואס מער אמעריקאנער האלטען (אויב אנקעטעס זענען עפעס ווערט)
די עיקר איז וואס די אמת איז צו אמעריקע איז מער חוזק צו נישט און דאס וועט מען ציביסלעך געוואויר ווערען


די סארט אנקעטעס איז ווי אקסעדזשין פאר די דעמס, אז יא די זעלבע אנקעטעס וואס האבן געוויזן אז ס׳דא שאנסן איבערצודרייען טעקסעס/דזשארדזשיע/אריזאנע צו בלוי זאגן אז די אמעריקאנער האלטן אז זיי זעננן א חוזק אין די וועלט...

און זיי זענען העפי ביז גאר. יאפ, איך האב ענק געזאגט אז די אמעריקאנער וועלן האלטן אונטער טראמפ אז זיי זענען א חוזק אין די וועלט...
לעצט פאראכטן דורך סראלי אום מוצ"ש פאברואר 11, 2017 10:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 10:11 pm

איך פארטיי טאקע נישט פארוואס אנשטאט בויען א וואנט, אדער ענליכע אקציעס קעגן די איליגעיל חברה, טוט מען נישט די פשוט׳ע און ביליגע אפציע פון שטרענגער קאנטראלירען ארבייטס געבער (נוסח וואס זיי האבן געטיען מיט רובאשקין).

יעדע ארבייטער געט איין פאפירען פאר זיין ארבייטס געבער, זאל זיך די רעגירנוג נעמען צו די ביזנעסער וואס געבן ארבייט, די רעגירנוג זאל אויפשטעלן א גרינגע סיסטעם ווי אזוי ארבייטער זאלן זיין מחיוב צו טשעקן די לעגאליטעיט פון די פאפירען וואס זיי באקימען, גרויסע קנסות און פענעלטיס פאר אויפנעמען אום לעגאלע ארבייטער, און דאס וועט זיין אסאך ביליגער און אסאך מער עפעקטיוו, ווייל אן ארבייט וועלן אלע איליגעיל נעלם ווערן.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 10:14 pm

משה כספי האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:צ"ל: "עקסטער נישט" דערמאנט, כידוע די סטעיט דעפט. סטעיטמענט וואס איז געווארן בלאקירט.
---

דער האלאקאוסט גיט א פעס פאר אידן צו זיין גאר ווייניגער סענסיטיוו צו מענטשליכע ליידן?

א נארמאלע פראגע אן א ענפער
פארוואס ביי א אמעריקאנער סיטיזען וואס איז באגאנגען א נישט ווייעלענט קריים קומט "תפיסה" אפי' ער האט משפחה און אן אומלעגאלע אימיגראנט וואס טוט א קריים טאר מען נישט פשוט אהיים שיקן! ניין קיינער טראגט זיי נישט אין קרעמעטאריאמס אינדערהיים זיי קענען נארמאל לעבן און ניטאמאל אין א תפיסה זענען זיי


כ'בין נישט אריין אין די געזעצליכקייט, אויסגעהאלטנקייט אדער אפילו מענטשליכקייט פונעם עצם פארשיקן.

דער שמועס האט זיך בלויז באצויגן צו די עמאושענאל ארגומענט - ווי אירעלעוואנט עס זאל נישט זיין - וועגן דאס אפטיילן א מאמע פון אירע קינדער. דער ענטפער פון איימיצן צו דעם האט מיר פשוט אויפגעברענגט א ענליכע ענטפער וואס כ'האב אמאל געהערט.

--

פנחס בן חיים

דער געזעץ - אמווייניגסטנס געווען אין די בוש צייטן - איז פונקט פארקערט, א ארבעטס געבער טאר נישט צו שטארק רודף'ן זיינע ארבעטער צו פעסט שטעלן זייער לעגאליטעט. אזוי האבן די רובאשקין עסקנים עכ"פ גע'טענה'ט
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 10:22 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:איך פארטיי טאקע נישט פארוואס אנשטאט בויען א וואנט, אדער ענליכע אקציעס קעגן די איליגעיל חברה, טוט מען נישט די פשוט׳ע און ביליגע אפציע פון שטרענגער קאנטראלירען ארבייטס געבער (נוסח וואס זיי האבן געטיען מיט רובאשקין).

יעדע ארבייטער געט איין פאפירען פאר זיין ארבייטס געבער, זאל זיך די רעגירנוג נעמען צו די ביזנעסער וואס געבן ארבייט, די רעגירנוג זאל אויפשטעלן א גרינגע סיסטעם ווי אזוי ארבייטער זאלן זיין מחיוב צו טשעקן די לעגאליטעיט פון די פאפירען וואס זיי באקימען, גרויסע קנסות און פענעלטיס פאר אויפנעמען אום לעגאלע ארבייטער, און דאס וועט זיין אסאך ביליגער און אסאך מער עפעקטיוו, ווייל אן ארבייט וועלן אלע איליגעיל נעלם ווערן.

איך וויל פארשטיין דיין לאזשיק
די וואס האבען זיך דא אריינגעשווערצט זאל מען גארנישט טון און מען זאל זיי דא לאזען און מען זאל זיי צושטעלען העלט קעיר וכו' אבער די ארבעטסגעבער זאלען דארפען זיין דיטעקטיווס אז נישט וועט מען זיי רודפען
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 10:41 pm

דער בלאט האט די וואך געהאט אן ארטיקעל אויף די H1-B visa (וואס איז גמאכט צו ברענגען טאלאנט וואס איז נישטא דא אדער נישט געניג קיין אמעריקע) עס איז געווען זייער איינזייטיג קעגען פרעזידענט טראמפ
איך האב מיטגעהאלטען א הירינג אין סענעט פאריאר עס איז קלאר אז עס ווערט מורידיג שטארק עביוסד
איין דוגמא איז Walt Disney World האט אפגעזאגט 250 אמעריקאנע טעק ארבערטערס און זיי האבען זיי ריפלעיסט אליגעלי מיט H1-B וויזא ארבערטערס און זיי האבען געדארפט אריינטרעינען
עס איז א ווייטאג אז די מידיע איז ביזי זיך זארגען פאר איליגעל אימעגרענטס אנשטאט זיך זארגען פאר אמעריקאנע ארבעטערס
דא איז דא אודיע ריקארדינג פון א חלק פון די סענעט הירינגס
https://www.dropbox.com/s/h3lwfuj6tisnm ... k.m4a?dl=0
בשעת די הירינג איז פארגעקומען איז געווען א קלער אין קאנגרעס צו גאר הייבען די נאומבער פון H1-B וויזעס ווייל דאס ווילען די גרויסע טעק קאמפעניס דאס איז די זעלבע סעלפיש קאמפעניס וואס פארפירען יעצט וועגען פרעזידענט טראמפס בען
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

תורה לערנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

תגובהדורך תורה לערנער » מוצ"ש פאברואר 11, 2017 11:43 pm

מייקראסאפט און אלע גרויסע טעק קאמפאניס טוען עס. הייסען די אמעריקאנע איינטרענען אינדיאנע און זאגן זיי אפ..

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג פאברואר 12, 2017 12:39 am

זיכער ווייל עס קומט זיי אויס ביליגער
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » זונטאג פאברואר 12, 2017 12:40 am

אבער עס איז איליגעל צו נוצען H1-B וויזעס פאר דעם
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

קיין נפקמ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » זונטאג פאברואר 12, 2017 1:55 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:דער בלאט האט די וואך געהאט אן ארטיקעל אויף די H1-B visa (וואס איז גמאכט צו ברענגען טאלאנט וואס איז נישטא דא אדער נישט געניג קיין אמעריקע) עס איז געווען זייער איינזייטיג קעגען פרעזידענט טראמפ
איך האב מיטגעהאלטען א הירינג אין סענעט פאריאר עס איז קלאר אז עס ווערט מורידיג שטארק עביוסד
איין דוגמא איז Walt Disney World האט אפגעזאגט 250 אמעריקאנע טעק ארבערטערס און זיי האבען זיי ריפלעיסט אליגעלי מיט H1-B וויזא ארבערטערס און זיי האבען געדארפט אריינטרעינען
עס איז א ווייטאג אז די מידיע איז ביזי זיך זארגען פאר איליגעל אימעגרענטס אנשטאט זיך זארגען פאר אמעריקאנע ארבעטערס
דא איז דא אודיע ריקארדינג פון א חלק פון די סענעט הירינגס
https://www.dropbox.com/s/h3lwfuj6tisnm ... k.m4a?dl=0
בשעת די הירינג איז פארגעקומען איז געווען א קלער אין קאנגרעס צו גאר הייבען די נאומבער פון H1-B וויזעס ווייל דאס ווילען די גרויסע טעק קאמפעניס דאס איז די זעלבע סעלפיש קאמפעניס וואס פארפירען יעצט וועגען פרעזידענט טראמפס בען


זייער נייעס איז זייער פיל מאל איינזייטיג קעגן טראמפ (געברענגט פאריגע וואך א אנדערע ביישפיל מיט די רעפבס גיין נוקעלור פאר טראמפס סופרים קאורט נומעני), איך וואונדער זיך צי דער שרייבער איז איינזייטיג אדער נעמען זיי נאר די נייעס פין די גרויסע מידיע נעצן וועלעכע זענען זייער איינזייטיג

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג פאברואר 12, 2017 5:18 pm

איוואנקע טראמפ איז געווארן א נייע ציל ברעט צו בוליען ווי אימער זי שטייט אדער גייט.
די לינקע וואס האסן טראמפ נאר ווייל ער בולי׳ט די מענטשהייט, האבן גענומען אויף זיך א מיסיע נישט מער און נישט ווייניגער צו דערגיין טראמפס טאכטער די יארן, זי איז נישט קיין טראפ שולדיג ווי אזוי איר פאטער פירט זיך, אבער די לינקע וואס קעמפן פאר מענטשן רעכט האבן זייער הנאה ווען איוואנקע ווערט באשייגעצט אנליין דורך די אייגענטומער פון די דזשים ווי זי האט אמגעהויבן צו גיין.... אויף א עירפלאן מעג זי שוין אויך נישט פארן, און איר ביזנעס מוז פארמאכט ווערן ווייל אזוי האבן אפאר לינקע אפגעמאכט, און אז טראמפ אלס א פאטער נעמט זיך אן פאר איר.... איז עק וועלט, די פרעזידענט נוצט זיין מאכט קעגן צווילע אומשולדיגע בירגער....

איך וועל נישט קאמפערן וואס וואלט פאסירט ווען מען טוט דאס מיט טשעלסי קלינטאן, ווייל איך ברעך שוין.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4076
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג פאברואר 12, 2017 5:34 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:איוואנקע טראמפ איז געווארן א נייע ציל ברעט צו בוליען ווי אימער זי שטייט אדער גייט.
די לינקע וואס האסן טראמפ נאר ווייל ער בולי׳ט די מענטשהייט, האבן גענומען אויף זיך א מיסיע נישט מער און נישט ווייניגער צו דערגיין טראמפס טאכטער די יארן, זי איז נישט קיין טראפ שולדיג ווי אזוי איר פאטער פירט זיך, אבער די לינקע וואס קעמפן פאר מענטשן רעכט האבן זייער הנאה ווען איוואנקע ווערט באשייגעצט אנליין דורך די אייגענטומער פון די דזשים ווי זי האט אמגעהויבן צו גיין.... אויף א עירפלאן מעג זי שוין אויך נישט פארן, און איר ביזנעס מוז פארמאכט ווערן ווייל אזוי האבן אפאר לינקע אפגעמאכט, און אז טראמפ אלס א פאטער נעמט זיך אן פאר איר.... איז עק וועלט, די פרעזידענט נוצט זיין מאכט קעגן צווילע אומשולדיגע בירגער....

איך וועל נישט קאמפערן וואס וואלט פאסירט ווען מען טוט דאס מיט טשעלסי קלינטאן, ווייל איך ברעך שוין.

נעבעך א רחמנות אויף די אומשולדיגע טאכטער, אזויפיל צו ליידן...

איינער האט איר אנגעשריגן אויף א עראפלאן, סיריעסלי?! מען האט מיך שוין אויך אנגעשריגן אויף א עראפלאן, מען דערגייט מיך די יארן...

קיינער איז נישט מחיוב צו קויפן אירע פראדוקטן, און געשעפטן זענען נישט מחויב צו האלטן אירע פראדוקטן ווען עס גייט נישט

איך ווייס נישט ווער עס האט געמאכט די נערעטיוו אז זי איז א האקעלע נשמה וואס מען טאר נישט טשעפענען, זי איז פראנט ענד סענטער אין די ווייסע הויז, און איז פארמישט אין אסאך דיסיזשענס אויב קען זי נישט נעמען די היץ דאן ארויס פון קאך

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » זונטאג פאברואר 12, 2017 5:56 pm

אז מ׳רעדט שוין.

מארק מעזווינסקי, מאן פון טשעלסי קלינטאן, האט פארשפארט זיין העדזשפאנד אין דעצעמבער. ער איז ארבעטסלאז יעצט.
ישראל אשר בך אתפאר


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot] און 18 געסט