וועלטש'ס/מאנישעוויץ כשר'ע גרעיפ-דזשוס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך אפריל 04, 2018 9:53 pm

איינער קען אפשר מברר זיין די מציאות הדברים.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך אפריל 04, 2018 10:16 pm

געווענליך אויב די השגחה גייט נישט ארויף אויף פסח, שטייט דאס קלאר ארויסגעשריבן "השגחה זו אינה כוללת ימי הפסח" דא שטייט דאס נישט
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7750
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך אפריל 04, 2018 10:22 pm

זייער פשוט. דער גרעפיקער האט אהער געשטעלט א לעבל, ארום די אוי יאָ האט ער זיך ארום געשפילט ס׳זאל קלאפן שיין און שטימען מיט די שורות. ווען ער האט באקומען דעם צווייטן און אפציעלע השגחה סימבאל האט מען עס אריינגעשטיפט ערגעץ ווי ס׳האט געהאט פלאץ. אזוי קוק איך עס אהן.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » דאנארשטאג אפריל 05, 2018 7:39 am

הוילע שפעקעלאציעס, הייבט אויף דעם טרייבל און קלינגט אן טארטיקוב, און פארלאזט אייך נישט אויף קיין השערות,
שבעה מי יודע!?

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5618
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג אפריל 05, 2018 8:51 am

האסט א נאמבער? ווי קען מען זיי ריפן חול המועד?

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5618
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג אפריל 05, 2018 8:58 am

סידיראם האט געשריבן:געווענליך אויב די השגחה גייט נישט ארויף אויף פסח, שטייט דאס קלאר ארויסגעשריבן "השגחה זו אינה כוללת ימי הפסח" דא שטייט דאס נישט

דאס האב איך געזעהן נאר ביי די ארץ ישראל'דיגע הכשרים - עדה"ח און רב לאנדוי. ביי hadddar (ס'עקזיסטירט נאך?) געדענק איך אז ביי אסאך פראדוקטן פלעגט שטיין כשר לפסח לעבן KAJ און נישט ביי התאחדות און אין די מפתח הכשרות האבן זיי געשריבן אז זייער השגחה איז נישט פאר פסח אבער אויפ'ן לעיבל איז גארנישט געשטאנען.

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » דאנארשטאג אפריל 05, 2018 8:59 am

שבעה מי יודע!?

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » דאנארשטאג אפריל 05, 2018 9:00 am

געווענליך וועט עס שטיין אויף חמץ גמור, ווי למשל מאשין מצות וכדומה.
שבעה מי יודע!?

Brooklyn911
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 10:12 am

תגובהדורך Brooklyn911 » דאנארשטאג אפריל 05, 2018 11:16 am

טארטיקאב זאגט עס איז אונטער זייער השגחה פאר פסח אויך

dinrap
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

תגובהדורך dinrap » דאנארשטאג אפריל 05, 2018 11:35 am

zibala האט געשריבן:http://lmgtfy.com/?q=Tartikov+kosher


זיבעלע, די ביסט דאך געוואלדיג!

;a-1; ;a-1;

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2598
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג אפריל 05, 2018 3:30 pm

zibala האט געשריבן:http://lmgtfy.com/?q=Tartikov+kosher

הא הא הא הא הא. איך קען נישט אויפהערן לאכן.
That was easy to follow!
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2598
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג אפריל 05, 2018 3:32 pm

מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג אפריל 05, 2018 4:01 pm

Kosher Travel האט געשריבן:http://bfy.tw/HUox

אקעי, מ'האמיר שוין א נייע טוי..
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2598
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג אפריל 05, 2018 4:30 pm

איש האשכולות האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:http://bfy.tw/HUox

אקעי, מ'האמיר שוין א נייע טוי..

http://bfy.tw/HUtk
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5618
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג אפריל 05, 2018 5:34 pm

Brooklyn911 האט געשריבן:טארטיקאב זאגט עס איז אונטער זייער השגחה פאר פסח אויך


שכח
האמיר נארוואס געקאסט א גלעזל און אויך געגעבן פאר א חבר וועלכע האט לעצטעס יאר געטענה'ט אז ס'איז כרחוק מזרח ממערב פון קדם. יעצט זאגט ער אז ס'איז אן אנדערע מעשה און האט זיך איינגעהאנדעלט א פלעשל לכבוד יום טוב.
ויאכלו ענבי"ם וישבעו

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18249
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אפריל 08, 2018 4:16 am

Brooklyn911 האט געשריבן:טארטיקאב זאגט עס איז אונטער זייער השגחה פאר פסח אויך

האמיר געקויפט אפאר קעסטלעך פאר יאנטעב, ס'איז דאך געווען אסאך סעילס... אבער אויף פסח האמיר עס דאך נישט געוואלט נוצן אמער ס'ליגט דאך אין אפענע באקסעס, כ'מיין אז זיי דארפן זיך היפש צולערנען וויאזוי די היימישע זאלן עס עקסעפטן...

אוועטאר
יסוד ארי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 26, 2017 9:48 pm
לאקאציע: אין וואלד

תגובהדורך יסוד ארי » זונטאג אפריל 08, 2018 9:17 am

צווייפעל האט געשריבן:סתם קלאר צו שטעלן, קדם לייגט נישט צוקער.

'קאנקארד גרעיפ' איז פון די רייכסטע און געזינסטע טרויבן, וועלטש לייגט קאנציטרעיט וואס זיי מאכן אליין פון 'קאנקארד גרעיפ', דעריבער האט די וועלטש אזא שטארקע קאנקארד טעם.

קדם ווייטער נוצט בעיקר אימפארטירטע/געקויפטע קאנציטרעט פון ווייסע טרויבן, דעריבער איז דאס לייכטער.

די זיסע ווייסע טרויבן קומען פון טשילי, ארגענטינע, און קאליפארניע, פון גוי'אישע פאבריקן, די קוואליטעט (הידור) פון די דארטיגע גע'כשר'אכטס קומט נישט צו צו וועלטש.


איך ווייס נישט פון ווי די נעמסט די אינפארמאציע, איך ווייס אז קדם מאכט אליינס די קאנציטרעט אין זייער פאבריק אין קאליפארניע, און געווענטליך אויך פון קאנקארד טרויבען

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג אפריל 08, 2018 10:27 am

זעלבסט פארשטענדליך אז די מקורות זענען הייקל, עס איז אבער זייער קראנט.

קדם מאכט אביסל קאנקארד קאנציטרעיט, אבער בעיקר נוצן זיי געקויפטע.

די ווייט גרעיפס קאנציטרעיט מאכן זיי נישט אליין, דאס קומט פון טשילי, ארגענטינע, אדער קאליפארניע, (מסתם געוואנדן אינעם וועטער, ווי עס איז געווען א גוטע זון) און לעצטנס האב איך געהערט אז קאנקארד קויפן זיי אויך פון דרויסן, די געקויפטע, זענען פון גוי'אישע פאבריקן וואס מדארף כשר'ן, און וועלטש כשר'ט מיט מער הידור ווי זיי.

אגב, קענסט קוקן ביי די אינגרידיענס, קדם שרייבט סתם גרעיפ דזשוס פראם קאנציטרעיט, און וועלטש שרייבט קאנקארד גרעיפ קאנציטרעיט, ווי אויך ביי וועלטש וועבסייט שרייבן זיי אז זיי זענען די איינציגע מיט א 100 פראצענטיגע קאנקארד פראדוקט.

קאכעדיגע
שר חמש מאות
תגובות: 639
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

תגובהדורך קאכעדיגע » מיטוואך אפריל 18, 2018 10:54 pm

הערט'ס א אינטרעסאנטע פאקט וואס כ'האב היינט געזען

איך קום יעצט פון DEAL NJ און דארט האט די גראסערי, קדם אדער WELCHS און ס'האט זיך דארט פארמירט א געזונטע קאמפעטישען און עס קאסט נישט מער און נישט ווייניגער ווי...געטס א געס...2 דאלער א געהעריגע 64 OZ קדם אדער WELCHS באטל גרעיפ זשוס...2 פאר 4

איך האב געפרעגט אפאר גראסעריס אין וויליאמסבורג פארוואס זיי ברענגען נישט אריין WELCHS, האבן זיי געענטפערט, "עס גייט קדם אין לעבן אריין און איך קען עס נישט טוהן פאר זיי"... יעצט פארשטיי איך שוין וואס זיי האבן אזוי מורא פון WELCHS

קדם האט דיסיידעד צו דערשטיקען די קאמפעטישען מיט אלע כוחות, און אונז עולם גולם לאזן זיך פון די מאניפעלירער!!! מען רעדט דא פון א פראדוקט וואס א גרויסע עולם האלט אז עס פאקט איין קדם, און ס'איז נישט דא צו טרעפען און ערגעץ-דיס איז אנבעליוועבל

מען בעט די עולם זאל נישט מיד ווערן, בעטן און פארלאנגען 'נאכאמאל און נאכאמאל' פון די גראסעריס אריינצוברענגען WELCHS

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18249
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך אפריל 18, 2018 11:12 pm

וומ"ס'ער קאמפעטישאן...
צוגעלייגטע
CAM00210.jpg
CAM00210.jpg (268.59 KiB) געזעהן 2268 מאל
CAM00209.jpg
CAM00209.jpg (363.05 KiB) געזעהן 2268 מאל

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך אפריל 18, 2018 11:36 pm

איך זוך אלץ וועלטש אלס א הידור אין כשרות, און אלס די טעם וואס איך גלייך בעסער, איך קויף אלץ גרעסערע קוואנטומס, צו האלטן סטאק.

א עוולה פון די גראסעריס פארן זיך נישט צושטעלן.

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1372
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך אפריל 18, 2018 11:45 pm

גיימיר ברענגען א טראק אוןפארקויפן וועלטש אין וומס״ב העכער די היי-וועי. העמיר מאכן אפאר רייניש

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 12:11 am

ביי פרענקל גראסערי אויף קליימער סטריט איז געווען בעפאר פסח נאך פאר א גוטע פרייז אויך.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 7:27 am

דאס איז נישט נוגע.

נוגע איז, אז זיי שרייבן אז זיי האבן נישט געטוישט פארמולע, און די צייט וואס זיי לייגן די ווייט גרעיפ קאנציטרעיט וואס זיי קויפן פון דרויסן.

און נוגע איז אויך אז זיי מאכן פראבלעמען צו קענען קריגן וועלטש.

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1324
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

וועלטש'ס/מאנישעוויץ כשר'ע גרעיפ-דזשוס

תגובהדורך שטייגען » זונטאג אפריל 22, 2018 10:31 pm

קאכעדיגע האט געשריבן:הערט'ס א אינטרעסאנטע פאקט וואס כ'האב היינט געזען

איך קום יעצט פון DEAL NJ און דארט האט די גראסערי, קדם אדער WELCHS און ס'האט זיך דארט פארמירט א געזונטע קאמפעטישען און עס קאסט נישט מער און נישט ווייניגער ווי...געטס א געס...2 דאלער א געהעריגע 64 OZ קדם אדער WELCHS באטל גרעיפ זשוס...2 פאר 4

איך האב געפרעגט אפאר גראסעריס אין וויליאמסבורג פארוואס זיי ברענגען נישט אריין WELCHS, האבן זיי געענטפערט, "עס גייט קדם אין לעבן אריין און איך קען עס נישט טוהן פאר זיי"... יעצט פארשטיי איך שוין וואס זיי האבן אזוי מורא פון WELCHS

קדם האט דיסיידעד צו דערשטיקען די קאמפעטישען מיט אלע כוחות, און אונז עולם גולם לאזן זיך פון די מאניפעלירער!!! מען רעדט דא פון א פראדוקט וואס א גרויסע עולם האלט אז עס פאקט איין קדם, און ס'איז נישט דא צו טרעפען און ערגעץ-דיס איז אנבעליוועבל

מען בעט די עולם זאל נישט מיד ווערן, בעטן און פארלאנגען 'נאכאמאל און נאכאמאל' פון די גראסעריס אריינצוברענגען WELCHS

איך ווייס באמת נישט וויאזוי קדם האט נישט מורא אזאנס צו טוען
אין די היינטיגע וועלט איז זייער גרינג צו מאכן א קעיס אין אנטי טראסט מוניפילעיטן די מארקעט, אין פאר מאכן קדם/גפן פאר שטענדיג.
..


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: yid101 און 11 געסט