וועלטש'ס/מאנישעוויץ כשר'ע גרעיפ-דזשוס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

yid101
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 31, 2014 7:36 pm

תגובהדורך yid101 » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 10:19 am

Kedem Grape Juice is selling now for $28.00 Canadian (22 USD) a case in Montreal by Maxi chain stores

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 11:37 am

yid101 האט געשריבן:Kedem Grape Juice is selling now for $28.00 Canadian (22 USD) a case in Montreal by Maxi chain stores


גלאזערנע אדער פלאסטיק?
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 11:56 am

איך גלייב אז אין אזעלכע געשעפטן גייט נאר פלעסטיג
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

yid101
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 31, 2014 7:36 pm

תגובהדורך yid101 » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 1:38 pm

זיבען און אייכציג האט געשריבן:
yid101 האט געשריבן:Kedem Grape Juice is selling now for $28.00 Canadian (22 USD) a case in Montreal by Maxi chain stores


גלאזערנע אדער פלאסטיק?
צוגעלייגטע
7DF9FCE2-6297-4FB6-9FAB-2AAADDDA77DA.jpeg
7DF9FCE2-6297-4FB6-9FAB-2AAADDDA77DA.jpeg (116.83 KiB) געזעהן 4061 מאל

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » זונטאג דעצמבער 03, 2017 2:10 am

משגיח תמידי האט געשריבן:
willibugy האט געשריבן:ווייסט איינער מער קלאר וואס kedem האט לעצטנס געטוישט? About concentrate


אלעס איז אונטער בד"ץ עדה החרדית השגחה

למעלה משבעים האט געשריבן:איר ווייסט אדער איר שטעלט זיך פאר? זיי האבן א ראן פאר בד"ץ אונטער אן אנדערע נאמען "גאולה".

לעצטנס האבן זיי ארויפגעשטעלט דעם נאמען קדם אויך אויף די גאולה ראן. (אמאל פלעגט נאר שטיין גאולה, היינט שטייט קדם אין גרויס, און אונטער דעם שטייט גאולה). איך ווייס נישט אויב דאס האט א שייכות מיט די השגחה, איך זאג נאר וואס איך זעה.
ווען איך וועל זיין ביים קאמפיווער וועל איך אי''ה ארויפשטעלן א בילד.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » זונטאג דעצמבער 03, 2017 10:21 am

איך האב געהערט פון א ליקער סטאר אז ער האט מיטגעהאלטן אז קדם האט געוואלט באקומען די השגחה פון עדה חרדית אויף אלע זייער וויין, ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט, זיי האבן עס נישט געגעבן צום סוף, ס'האט געבליבן מיט צעלימער רב הכשר.

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » זונטאג דעצמבער 03, 2017 2:11 pm

רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:
משגיח תמידי האט געשריבן:
willibugy האט געשריבן:ווייסט איינער מער קלאר וואס kedem האט לעצטנס געטוישט? About concentrate


אלעס איז אונטער בד"ץ עדה החרדית השגחה

למעלה משבעים האט געשריבן:איר ווייסט אדער איר שטעלט זיך פאר? זיי האבן א ראן פאר בד"ץ אונטער אן אנדערע נאמען "גאולה".

לעצטנס האבן זיי ארויפגעשטעלט דעם נאמען קדם אויך אויף די גאולה ראן. (אמאל פלעגט נאר שטיין גאולה, היינט שטייט קדם אין גרויס, און אונטער דעם שטייט גאולה). איך ווייס נישט אויב דאס האט א שייכות מיט די השגחה, איך זאג נאר וואס איך זעה.
ווען איך וועל זיין ביים קאמפיוטער וועל איך אי''ה ארויפשטעלן א בילד.
צוגעלייגטע
IMG_1577.JPG
IMG_1577.JPG (290.52 KiB) געזעהן 3623 מאל
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » זונטאג דעצמבער 17, 2017 2:59 am

א גולם האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:גיימיר דעם שבת ס'ערשטע מאל ענדליך טעסטן דעם חילוק צווישן די צוויי גרעיפ דזשוס קאמפעניס און באשטימען וועלכע צו קויפן יעדע וואך פון היינט און ווייטער.

איין זאך פאר אלע וואס טענה'ן זיך אזויפיל ארום דא: על טעם וריח אין להתווכח.

וואס איז געבליבען?

ענדליך דעם שבת אויסגעקומען צו פארזוכן ביידע אויפאמאל און שפירן דעם חילוק, און זעהן וואס איז מיין טעם (ביידע זענען זייער גוט און געשמאק, איך רעד וואס איך האב מער ליב):

נאכן קידוש מאכן אויף א בעכער וועלטש-מאנישעוויץ גרעיפ דזשוס האט מיר די טעם געכאפט, טרינקנדיג דערנאך א קאפ קדם גרעיפ דזשוס האט זיך מיר דאס געשפירט אין מויל ווי וואסער מיט אביסל גרעיפ דזשוס דערין... די וועלטש-מאנישעוויץ האט א ריכטיגע טרויבן זאפט טעם, דאס האב איך אסאך מער ליב און דערמיט וועל איך בעז"ה מהנה דעם קידוש הלילה פון שבת.

פארגעסט נישט, איך האב נישט געזאגט אז קדם איז בעסער, קומט נישט צו מיר מיט הוכחות, ראיות, פירכות און סתירות, ביידע זענען זייער גוט, מיר פערזענליך האט אבער געכאפט די וועלטש-מאנישעוויץ טעם מער ווי די קדם טעם, דעציט.

#על_טעם_וריח_אין_להתווכח

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » זונטאג דעצמבער 17, 2017 10:32 am

איך גלייך אויך בעסער וועלטש, אבער פארוואס קען נישט וועלטש האבן ״נישט מבושל״ גרעיפ דשוס?
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג דעצמבער 17, 2017 11:52 am

טריסקער האט געשריבן:נאכן קידוש מאכן אויף א בעכער וועלטש-מאנישעוויץ גרעיפ דזשוס האט מיר די טעם געכאפט, טרינקנדיג דערנאך א קאפ קדם גרעיפ דזשוס האט זיך מיר דאס געשפירט אין מויל ווי וואסער מיט אביסל גרעיפ דזשוס דערין... די וועלטש-מאנישעוויץ האט א ריכטיגע טרויבן זאפט טעם, דאס האב איך אסאך מער ליב און דערמיט וועל איך בעז"ה מהנה דעם קידוש הלילה פון שבת.

אין טריסק פלעגט מען קידוש מאכן אויף גרעיפ-דשזוס???!!!
;k/
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » זונטאג דעצמבער 17, 2017 7:24 pm

צהלה ושמחה האט געשריבן:איך גלייך אויך בעסער וועלטש, אבער פארוואס קען נישט וועלטש האבן ״נישט מבושל״ גרעיפ דשוס?

וועלש איז נישט קיין אידישע פירמע.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » זונטאג פאברואר 11, 2018 10:05 am

זעי איך אז וועלטש האט א לייט גרעיפ זשויס,
Screenshot_20180211-083323.png
Screenshot_20180211-083323.png (570.4 KiB) געזעהן 2796 מאל

nishtkushe
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 9:28 pm

תגובהדורך nishtkushe » זונטאג פאברואר 11, 2018 10:17 am

דאס איז נישט מיט די הכשר.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » זונטאג פאברואר 11, 2018 10:18 am

הצדיק האט געשריבן:זעי איך אז וועלטש האט א לייט גרעיפ זשויס,
Screenshot_20180211-083323.png

די לייט האט אויכט א הכשר?
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » זונטאג פאברואר 11, 2018 10:26 am

איש האשכולות האט געשריבן:
הצדיק האט געשריבן:זעי איך אז וועלטש האט א לייט גרעיפ זשויס,
Screenshot_20180211-083323.png

די לייט האט אויכט א הכשר?



https://www.amazon.com/gp/aw/d/B00EK6ES ... 8361231993

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2634
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג פאברואר 11, 2018 10:52 am

מחנך האט געשריבן:איך האב געהערט פון א ליקער סטאר אז ער האט מיטגעהאלטן אז קדם האט געוואלט באקומען די השגחה פון עדה חרדית אויף אלע זייער וויין, ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט, זיי האבן עס נישט געגעבן צום סוף, ס'האט געבליבן מיט צעלימער רב הכשר.


דאס מיינט אז די צעלימער הכשר איז א שוואכער הכשר?
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » זונטאג פאברואר 11, 2018 10:54 am

דאס איז דאך וועלטש נישט וועלטש-מאניששעוויץ

בשבילי נברא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » זונטאג פאברואר 11, 2018 10:58 am

אלט מאנרא האט געשריבן:
מחנך האט געשריבן:איך האב געהערט פון א ליקער סטאר אז ער האט מיטגעהאלטן אז קדם האט געוואלט באקומען די השגחה פון עדה חרדית אויף אלע זייער וויין, ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט, זיי האבן עס נישט געגעבן צום סוף, ס'האט געבליבן מיט צעלימער רב הכשר.


דאס מיינט אז די צעלימער הכשר איז א שוואכער הכשר?

דאס מיינט אז ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט, פינטל!
---

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5588
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג פאברואר 11, 2018 11:09 am

אלט מאנרא האט געשריבן:
מחנך האט געשריבן:איך האב געהערט פון א ליקער סטאר אז ער האט מיטגעהאלטן אז קדם האט געוואלט באקומען די השגחה פון עדה חרדית אויף אלע זייער וויין, ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט, זיי האבן עס נישט געגעבן צום סוף, ס'האט געבליבן מיט צעלימער רב הכשר.


דאס מיינט אז די צעלימער הכשר איז א שוואכער הכשר?

אדער מיינט עס אז די עדה החרדית האט א חומרא יתירה וואס אנדערע פוסקים האלטן אז מ'נעמט נישט אן

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג פאברואר 11, 2018 11:14 am

אין די באשרייבונגען פון די עדה שרייבן זיי אז נאר די גאולה גרעיפ דזושס שטומט מיט די עדה'ס סטענדערד און האבן זייערע הכשר.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3841
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג פאברואר 11, 2018 11:24 am

דאס מיינט אז קדם/גפן/קענאווער האבען די מארקעט, ריגארדלעסס...
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג פאברואר 11, 2018 11:46 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:אין די באשרייבונגען פון די עדה שרייבן זיי אז נאר די גאולה גרעיפ דזושס שטומט מיט די עדה'ס סטענדערד און האבן זייערע הכשר.

היינא האט שוין גאולה אויך די קדם לאגא.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

יונה
שר האלף
תגובות: 1900
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » זונטאג פאברואר 11, 2018 12:01 pm

איש האשכולות האט געשריבן:
הצדיק האט געשריבן:זעי איך אז וועלטש האט א לייט גרעיפ זשויס,
Screenshot_20180211-083323.png

די לייט האט אויכט א הכשר?

ניין לייט האט נישט קיין שום הכשר. מעגליך (עס איז בלויז אן השערה, כ'האב נישט קיין שום אינפארמאציע אויף דעם) אז דער בעל מכשיר אויף וועלטש וויל נישט געבן קיין הכשר דערויף צוליב די שאלה אויף די ברכה. לויט ווי כ'דענק פון די ספעציעלע אשכול אויף לייט גרעיפדזאוס - האט עס קדם'ס בעל מכשיר אויך נאר געמאכט בדיעבד פאר די וואס מוזן עס האבן פאר געזונט סיבות.

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5292
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג פאברואר 11, 2018 12:07 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:אין די באשרייבונגען פון די עדה שרייבן זיי אז נאר די גאולה גרעיפ דזושס שטומט מיט די עדה'ס סטענדערד און האבן זייערע הכשר.

היינא האט שוין גאולה אויך די קדם לאגא.

אויף מיינע באטלעך שטייט גראדע יא אין גרויס גאולה קיין ווארט קדם ווערט נישט דערמאנט
איך ווייס נישט פון ווי די בילד איז

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » זונטאג פאברואר 11, 2018 12:12 pm

וועלטש אליין אן "מאנישעוויץ"" האט א הכשר ?
דוכט זיך אז נור "וועלטש-מאנעשעוויץ" איז געמאכט אין א באזינדערע פאבריק


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, police, אמביציע, יש ברירה, יש לו מנה, משיח, נעם אין אכט, פוילישער קארגער און 29 געסט