וועלטש'ס/מאנישעוויץ כשר'ע גרעיפ-דזשוס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » מיטוואך פאברואר 01, 2017 2:55 pm

טשאלענט האט געשריבן:
ווייסע זאקן האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:האבן זיי עפעס מעלות איבער קדם?

(איך רעד נישט פון די פרייז, אויב איז קדם גוט לוינט זיך צו צאלן מער דערפאר...)


איין איינציגעמעלה אז קדם ענד קא איז מער נישט בעל הבית אין די היימישע געשעפטן...פאר ווער עס ווייסט נישט איז איבער 50 פערצאנט פראדוקטען אין גראסערי געאוינט ביי קדם אין ער האט דעם געשפטסמאן ביים קארעק וועגן ער ברויך צו צוקומען צום פלעשל גרעיפ זשוס ,יעצט וועט עס נאכלאזן און פארשטייט זיך אז אין די גראסעריס וועלן קדם גרעיפ זשוס קאסטן ביליגער נישט נאר אין וואל מארט וועט עס זיין ביליג

פאר ווער עס ווייסט נישט קומט קדם מיט די גאנצע היימישע עפעטייזונג ליין און מילכיג ליין אויך,זיי דעסטריביוטען פליישיגע קאלד קאטס אויך אין די געשעפטן ,סאיז נישט קלאר אז זיי פלאנען צו קומען מיט פלייש אויך

גיב א קוק צוריק עטליכע תגובות וועסטו זעהן אז איך האב פריער געשריבן אז אט פאר די סיבה האלט איך אז זיי קענען נישט געוואונען קדם!

קדם האט שוין געוואונען שווערערע קאנקורענצן ווי זיי



ניין , וועלטש איז א ריזיג קאמפאני

קדם האט נאכנישט געהאט אזא קאמפאטישן זייט זיי זענען אין ביזנעס

פארגאנגענעם פסח איז וועלטש אריינגעקומען ביליגער ווי קדם אין גאנץ אמעריקא, קדם איז געגאנגען אין אראפגעלאזט ביליגער , וועלטש איז געגאנגען אין אראפגעלאזט נאך ביליגער און וועלטש האט נישט נאכגעלאזט

היימישע יודן וואס האבן געוויסט דערפון האבן איינגעקויפט פאר פרוטות גאנצע סקיטס מיט קדם פאר יאר

גרויס מיין איך אז זיי האבן גענוג מיליאנען אדורךצושוויצן קדם

וועלטש איז געאוינט ביי מענישוועטס וואס איז געאוינט דורך די רייכע עסטרייכער משפחה פון סקווער , זיי זענען שוין יארן קאמפאטישען מיט קדם מיט משפחה ברענד , און נאך ,קדם האט זיי ווייט פון געווינען

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מיטוואך פאברואר 01, 2017 3:07 pm

ווייסע זאקן האט געשריבן:וועלטש איז געאוינט ביי מענישוועטס וואס איז געאוינט דורך די רייכע עסטרייכער משפחה פון סקווער ,


ביסט זיכער מיט דעם? עסטרייכער איז בעה"ב אויף מענישוועטס{ספעל טשעק}?!

איך מיין אז דו מאכסט א טעות.

Gevald Geshrigen
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך פאברואר 01, 2017 3:10 pm

Manischewitz bought put ostreicher a few years ago

welch is an old and huge food company which sells also candies and other stuff for the non-kosher market

אוועטאר
דונש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך פאברואר 01, 2017 3:14 pm

יענקל פאטאש האט געשריבן:ביי ראקלענד קאשער
Kedem 64 oz. $5.29
Haddar 64 oz. $3.99
Welch's 64 oz. $4.49
Kedem 96 oz. $5.99

האסטו אפילו אין די היימישע געשפעטען איז הדר ביליגער ווי וואלש,

און הדר איז געאוינט ביי קדם, מילא זע איך נישט וואס די גרויסע שמחה איז, קדם מיט אלע זיינע קאמפעניס בלייבט דערווייל די טאפ,
פארגעס נישט צו געבן א שמייכל, עס קאסט אייך סייווי גארנישט.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 10847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך פאברואר 01, 2017 3:16 pm

ווייסע זאקן האט געשריבן: וועלטש איז געאוינט ביי מענישוועטס וואס איז געאוינט דורך די רייכע עסטרייכער משפחה פון סקווער , זיי זענען שוין יארן קאמפאטישען מיט קדם מיט משפחה ברענד , און נאך ,קדם האט זיי ווייט פון געווינען

כ'גלייב שווער אז אסטרייכער איז בכח
מיר זעט עס אויז ווי א שותפות
co-branding effort with the Manischewitz Company.
------------------
הדר איז די זעלבע קוואליטעט ווי קדם?
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום מיטוואך פאברואר 01, 2017 3:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צווייפעל
שר האלפיים
תגובות: 2944
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך פאברואר 01, 2017 3:22 pm

מאנישעוויץ איז געאונט ביי בעין קאפיטאל, א פירמע וואס איז ווערט 75B דאללער, זוי זאגט וויקי.

אוועטאר
דונש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך פאברואר 01, 2017 3:24 pm

קיקיון האט געשריבן:הדר איז די זעלבע קוואליטעט ווי קדם?

ניין, ס'איז נישט פיור מיין איך און אויך אביסל זיסער

אבער למשל איך, אויב גיי איך שוין אוועק פון קדם גלאז אינו מבושל, וועל איך שוין גיין צו די ביליגסטע אויף די מארקעט, פאר מיינע קינדער איז דאס זייער גוט און איך מאך על פי רוב קידוש אויף וויין,
פארגעס נישט צו געבן א שמייכל, עס קאסט אייך סייווי גארנישט.

סידיראם
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך פאברואר 01, 2017 3:27 pm

איז די בעה"ב פון וועלטש א איד א שומר תורה ומצוות? אויב נישט איז דאס א הויפט חסרון אין כשרות לעומת קדם.

יסוד הדבר מבואר בשו"ת דברי יואל שהעיקר בהשגחה הוא שהבעה"ב יהי' איש ירא אלקים
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך פאברואר 01, 2017 3:36 pm

ווייסע זאקן האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:
ווייסע זאקן האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:האבן זיי עפעס מעלות איבער קדם?

(איך רעד נישט פון די פרייז, אויב איז קדם גוט לוינט זיך צו צאלן מער דערפאר...)


איין איינציגעמעלה אז קדם ענד קא איז מער נישט בעל הבית אין די היימישע געשעפטן...פאר ווער עס ווייסט נישט איז איבער 50 פערצאנט פראדוקטען אין גראסערי געאוינט ביי קדם אין ער האט דעם געשפטסמאן ביים קארעק וועגן ער ברויך צו צוקומען צום פלעשל גרעיפ זשוס ,יעצט וועט עס נאכלאזן און פארשטייט זיך אז אין די גראסעריס וועלן קדם גרעיפ זשוס קאסטן ביליגער נישט נאר אין וואל מארט וועט עס זיין ביליג

פאר ווער עס ווייסט נישט קומט קדם מיט די גאנצע היימישע עפעטייזונג ליין און מילכיג ליין אויך,זיי דעסטריביוטען פליישיגע קאלד קאטס אויך אין די געשעפטן ,סאיז נישט קלאר אז זיי פלאנען צו קומען מיט פלייש אויך

גיב א קוק צוריק עטליכע תגובות וועסטו זעהן אז איך האב פריער געשריבן אז אט פאר די סיבה האלט איך אז זיי קענען נישט געוואונען קדם!

קדם האט שוין געוואונען שווערערע קאנקורענצן ווי זיי



ניין , וועלטש איז א ריזיג קאמפאני

קדם האט נאכנישט געהאט אזא קאמפאטישן זייט זיי זענען אין ביזנעס

פארגאנגענעם פסח איז וועלטש אריינגעקומען ביליגער ווי קדם אין גאנץ אמעריקא, קדם איז געגאנגען אין אראפגעלאזט ביליגער , וועלטש איז געגאנגען אין אראפגעלאזט נאך ביליגער און וועלטש האט נישט נאכגעלאזט

היימישע יודן וואס האבן געוויסט דערפון האבן איינגעקויפט פאר פרוטות גאנצע סקיטס מיט קדם פאר יאר

גרויס מיין איך אז זיי האבן גענוג מיליאנען אדורךצושוויצן קדם

וועלטש איז געאוינט ביי מענישוועטס וואס איז געאוינט דורך די רייכע עסטרייכער משפחה פון סקווער , זיי זענען שוין יארן קאמפאטישען מיט קדם מיט משפחה ברענד , און נאך ,קדם האט זיי ווייט פון געווינען


וועלטש איז א גוי'שע מאלטי-ביליאן דאלער פוד קאמפאני, ס'איז נישט גע'אוינט ביי מאנישעוויץ (וואס האט טאקע מיט עסטרייכער פין סקווירא, כאטש כ'בין נישט זיכער אינגאצן בעה"ב), נאר סתם א קא-ברענדינג/לייסענסינג.

א שטארקע פוינט וואס אסאך מענטשן כאפן נישט, והיינו, אפי' אויב אין פרייז און טעם, (און אפי' קוואליטי טו עי סערטעין עקסטענט), זאל וועלטש'ס אריינקומען די זעלבע (אדער אפי' אביסל שטערקער) איז דער פראדוקט נאך אלץ אינו דומה צו קדם פאר איין סבה, ווייל קדם איז די גאנצע פאבריק גע'אוינט און גע'ראנט ביי היימישע אידן, וואס דאס קען מען נישט באצאלן מיט'ן כשר'ן וכדו', ומשום חומרא פין יין נסך וועלן זייער ווייניג היימישע אידן דאס איינטוישן (האפנטליך). זאת ועוד, אינגאנצן קאמפיטן מיט קדם, מיינט אויך אריינגיין אין די "וויין" ביזנעס, וואס דאס איז שוין קאמפליצירט אפי' טעכניש.

נישט אז איך טו סימפאטיזירן מיט קעיקא'ס שטארקע מאנאפאלי (אגרעסיע) אין די היימישע עסן מארקעט, אבער דאס (פארשטייט זיך אינאיינעם מיט נאך פאקטארן) איז וואס האט ביז היינט געהאלטן 'עכטע' קאמפאטישען אינדרויסן פינעם בילד, און אפי' א קאמפאני וואס האט טעכניש די געלט צו אינוועסטירן אין יא נאכמאכן אינגאנצן וואס קדם האט, וועט דאס נישט טון, ווייל ס'האלט נישט אויס פין א אינוועסטאר'ס סטענד-פוינט, ויש להאריך עוד, ודו"ק כי קצרתי.

_________

דער עולם האקט, שיק
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מיטוואך פאברואר 01, 2017 3:38 pm

איז וואס דען איז זייער מעלה קעגן קדם?
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 10847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך פאברואר 01, 2017 3:51 pm

פארוואס דארפען א סך היימישע פראדוקטען אן OU ?
פשוט ווייל עס אז דא טויזענטער אידען איבער אמעריקא וואס קענען
נור די ארגאנעזאיעס
פאר די אידען איז Manischewitz א נאמען
פארוואס דארף וועלטש האבען Manischewitz

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך פאברואר 01, 2017 3:54 pm

טשאלענט האט געשריבן:איז וואס דען איז זייער מעלה קעגן קדם?

קודם, ווער זאגט אז זיי האבן באמת א מעלה? ס'פשוט מאנישעוויץ און וועלטש קענען ביישטיין אויך צו מאכן געלט אין די מארקעט.

והשנית, ביי די מענטשן וואס זוכן נאר ס'זאל זיין כשר, אידן וואס זוכן לאוו דוקא היימישע השגחות (חומרות..), אדער אפי' ביי די גוים וואס זוכן KOSHER קען זיין ס'וועט יא איינברעכן, ווייל די סארט קלייענטעל גייט זייער שטארק פאר רעפיוטעבל BRAND'ס, וואס אין דער אספעקט שטעלט לכאו' דער נייער פראדוקט אסאך מער צו, בפרט נאך אויב עס וועט זיין ביליגער.

איי פארוואס דעמאלטס האבן זיי גענומען א "היימישע השגחה" אויך? איי געס זיי "פראבירן" צו קריגן א שעיר אין די היימישע מארקעט "אויך" פאר (כמעט) די זעלבע געלט.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6087
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מיטוואך פאברואר 01, 2017 3:56 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:
ווייסע זאקן האט געשריבן:וועלטש איז געאוינט ביי מענישוועטס וואס איז געאוינט דורך די רייכע עסטרייכער משפחה פון סקווער ,


ביסט זיכער מיט דעם? עסטרייכער איז בעה"ב אויף מענישוועטס{ספעל טשעק}?!

איך מיין אז דו מאכסט א טעות.


אסטרייכער האט פארקויפט ״משפחה״ פאר מענטשעוויטס.
האט איינער שוין געמישט א טאפ
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
צווייפעל
שר האלפיים
תגובות: 2944
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך פאברואר 01, 2017 4:48 pm

שמעתי נאמנה אז די אידישע מארקעט פון קדם גרעיפדזשוס איז נאר 20 פראצענט, 80 פראצענט גייט צו די גויאישע גאס.

אבער די 20 פראצענט איז א באזע אויף וואס עס איז נישט געווען קאמפעטישן ביז איצט.

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מיטוואך פאברואר 01, 2017 6:05 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:וועלטש איז א גוי'שע מאלטי-ביליאן דאלער פוד קאמפאני, ס'איז נישט גע'אוינט ביי מאנישעוויץ (וואס האט טאקע מיט עסטרייכער פין סקווירא, כאטש כ'בין נישט זיכער אינגאצן בעה"ב), נאר סתם א קא-ברענדינג/לייסענסינג.

א שטארקע פוינט וואס אסאך מענטשן כאפן נישט, והיינו, אפי' אויב אין פרייז און טעם, (און אפי' קוואליטי טו עי סערטעין עקסטענט), זאל וועלטש'ס אריינקומען די זעלבע (אדער אפי' אביסל שטערקער) איז דער פראדוקט נאך אלץ אינו דומה צו קדם פאר איין סבה, ווייל קדם איז די גאנצע פאבריק גע'אוינט און גע'ראנט ביי היימישע אידן, וואס דאס קען מען נישט באצאלן מיט'ן כשר'ן וכדו', ומשום חומרא פין יין נסך וועלן זייער ווייניג היימישע אידן דאס איינטוישן (האפנטליך). זאת ועוד, אינגאנצן קאמפיטן מיט קדם, מיינט אויך אריינגיין אין די "וויין" ביזנעס, וואס דאס איז שוין קאמפליצירט אפי' טעכניש.

נישט אז איך טו סימפאטיזירן מיט קעיקא'ס שטארקע מאנאפאלי (אגרעסיע) אין די היימישע עסן מארקעט, אבער דאס (פארשטייט זיך אינאיינעם מיט נאך פאקטארן) איז וואס האט ביז היינט געהאלטן 'עכטע' קאמפאטישען אינדרויסן פינעם בילד, און אפי' א קאמפאני וואס האט טעכניש די געלט צו אינוועסטירן אין יא נאכמאכן אינגאנצן וואס קדם האט, וועט דאס נישט טון, ווייל ס'האלט נישט אויס פין א אינוועסטאר'ס סטענד-פוינט, ויש להאריך עוד, ודו"ק כי קצרתי.


עס איז נישט פונקטליך ווי אזוי דו שרייבסט, ווייל אויב רעדט מען פון כשרות דאן איז אלעס אירעליווענט, א בהעה"ב פון א פאבריק פאר זיך איז נישט באגלייבט אויף גארנישט, אפילו דער פרומסטער בעה"ב,.. אלעס איז תלו אינעם בעל מכשיר וועם מען טראסט מער. און די נושא קומט אראפ אז עס איז דא צוויי בעלי מכשרים, און יעדער זאל באשלוסען וועם ער טראסט מער, פון איין זייט איז דא צעלעמע'ר רב, פון די צווייטע זייט טארטאקאב, והבוחר יבחר יעדער פאר זיך וועלכע נאמען עס רעדט מער צו אים.

בנוגע די חומרה פון יין נסך וואס דו זאגסט, ערגעץ האב איך געליינט אדער געהערט אז אפילו ביי קדם פלענטס ארבייטען אויך גוים, און מען קומט צו צי די היתר פון מבושל.. איז עס אמת?

און אויב רעדט מען פון טעסט איז עס ווייטער ביי יעדעם אנדערש, על טעם וריח אין..
לעצט פאראכטן דורך פנחס בן חיים אום מיטוואך פאברואר 01, 2017 6:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך פאברואר 01, 2017 6:26 pm

ר' פנחס, קודם שלום עליכם, כ'מיין מיר האבן נאך קיינמאל נישט דיסקוסירט ביז היינט, זייער איינגענעם.

צום ענין, די נושא וועגן 'טראסט' אין וואס איר גייט אריין באלאנגט באמת אינעם 'כשרות' אשכול, און מ'קען אשפר דארט מאריך זיין דערין, אבער אויפן שפיץ גאפל, ס'איז נישט ריכטיג וואס איר זאגט וועגן דעם בעה"ב'ס נאמנות, ס'ארבעט גראדע פארקערט, די השגחה אריגינעל דארף בעצם מעיד זיין אויפן בעה"ב'ס נאמנות, די גאנצע 'השגחה' חידוש, קומט פין 'ועד ארבע ארצות' און זיי זענען נישט געקומען גורע זיין פינעם עיקר דין, נאר צולייגן, אויב פארענטפערן, דארף מען פארענטפערן וויאזוי מ'פארלאזט זיך ביי גוי'שע פאבריקן, ואכמ"ל. והשנית, די נקודה וואס כ'האב ארויסגעברענגט דא איז באמת נישט געווען 'נאמנות', נאר בעיקר דאס אז ס'ארבעטן ביי קדם נאר אידן שותו"מ.

און צו אייער שאלה, ס'איז נישט ריכטיג וואס איר האט געהערט וועגן גוי'שע ארבעטער.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מיטוואך פאברואר 01, 2017 6:43 pm

בקיצור לפי זה וואס דו שרייבסט בנוגע השגחה, און אויף וואס מען געט השגחה, איז קדם גאר בעסער ווייל זיי זענענן שותו"צ, משא"כ די נייע קאמפאני זענענן מער מאדערן אידן און נישט אזוי באגלייבט..

אבער לפי זה וואלט איך געזאגט אז וועלט'ש איז בעסער פון קדם, ווייל אויף קדם האט מען - מעגליך - ווייניגער אויגן ווייל מען "ווייסט דאך" אז זיי זענענן ערליכע אידן,
משא"כ די נייע קאמפאני וועט מען האבן מער אויגן וועלענדיג זיכער מאכען אז אלעס איז אקעי ווייל מען ווייסט דאך אז אויך זיי קען מען זיך גארנישט פארלאזן..

ואני כשלעצמי האלט איך אז קיין שום בעה"ב איז אפילו נישט באגלייבט אויף פלענע וואסער.. אפילו דער פרומסטער בעה"ב, נאר אלעס איז איז באגלייבט נאר מכוח השגחה.

אוועטאר
ווישוואש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מיטוואך פאברואר 01, 2017 6:48 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:בקיצור לפי זה וואס דו שרייבסט בנוגע השגחה, און אויף וואס מען געט השגחה, איז קדם גאר בעסער ווייל זיי זענענן שותו"צ, משא"כ די נייע קאמפאני זענען גוים.

פארראכטן.

אוועטאר
זינגער
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מיטוואך פאברואר 01, 2017 6:53 pm

קדם האט נאכנישט באקומען אזא פליק אין א לאנגע צייט, מאנישעוויץ פאקט איין קדם מיט זיין אלע קאמפאניס צוזאמען אין די לינקע טאש, זאל זיך קדם וואגן אויף צו מאכען זיין מויל.

שוין יארן וואס קדם טוט וואס ער וויל, ער האט שוין צוגעמאכט אסאך קאמפאניס וואס האבען נאר געטראכט צו גיין קאמפעטישן מיט עהם, ער מאכט מיליאנע דאלארן פון גרעיפ דזוס אליינס, ס'איז שוין העכסט צייט עהם צו דערלאנגען א געזונטע פליק.

הדר גרעיפ דזוס איז סתם גארבידז, נישט ווערד אפי' $1, אז וועלטש איז ביליגער ווי קדם גייען זיי ווערן אויפגעכאפט, אפשר גייט עס נעמען אביסל צייט אבער די עולם איז דא צו שפארן געלט, איין זאך איז זיכער, די עולם קויפט עס אינגרויסען.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מיטוואך פאברואר 01, 2017 7:04 pm

דארפסט קודם זיכער מאכען אז וועלטש איז בכלל גוט אין טעסט, יתכן אז צוליב יין נסך אישו'ס ווערט עס געמאכט אויך א אנדערע אופן... קאנציטרעיט וכדומה.

נאכדען דארפן זיי טוישן נאמען צו אידישע נאמען, עפעס אזוי ווי מהדרין, קדם, גאולה, הדר, אא"וו ווייל עס מאכט זיך עפעס נישט קיין קידוש אויף "וואלט"ש גרעיפ דשוס" זיי דארפן האבן א לשון קודש נאמען..

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 10847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך פאברואר 01, 2017 7:24 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:דארפסט קודם זיכער מאכען אז וועלטש איז בכלל גוט אין טעסט, יתכן אז צוליב יין נסך אישו'ס ווערט עס געמאכט אויך א אנדערע אופן... קאנציטרעיט וכדומה.

נאכדען דארפן זיי טוישן נאמען צו אידישע נאמען, עפעס אזוי ווי מהדרין, קדם, גאולה, הדר, אא"וו ווייל עס מאכט זיך עפעס נישט קיין קידוש אויף "וואלט"ש גרעיפ דשוס" זיי דארפן האבן א לשון קודש נאמען..

וואס העלפט דאס? אז עס איז ארויס פון טרויב ווערט עז שוין יין און נאסר מיט דעם מגע עכו"ם
מאימתי יאסר יין העכו"ם, משידריך וימשך היין


וועגען דעם טאקע דארפען זיי האבען מאנישעוויץ די ווייסט וויפיל דורות אמעיקאנער איזען האבען
געניצט נור מאנישעוויץ פראדוקטען
א SEDER WITHOUT MANISCHEWITZ מצות און וויין ??

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך פאברואר 01, 2017 7:26 pm

ר' פנחס, איר ווילט זייער שטארק ארויסברענגען אייער 'מיינונג' און 'טעאריע', און איר טוט א גוטע ארבעט. איך האב פשוט געזאגט פאקטן.

ווידעראום אייערע סברות וועגן נאמנות, זענען בלויז דאס 'סברות'.. די הלכה איז אביסל אנדערש. ועוד, איר פארט ווייטער אריין אין די נאמנות חלק, און די צייט וואס איך האב שוין פריער קלאר געשריבן, אז דא רעדט מען נישט פין דעם, און הל' יין נסך איז דער דיון צווישן א 'גוי' און א 'איד' א שותו"מ, נישט אויב ער איז 'נאמן'.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
צווייפעל
שר האלפיים
תגובות: 2944
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך פאברואר 01, 2017 7:30 pm

פאר בערך 20 יאר צוריק האט איינער פון די קדם'ס געפענט גפן.

הדר איז געווען זייער ברוגז, האבן זיי געפענט א וויין אפטיילונג (פון די דיקע פלעשער, טרוקענע ויינען איז נאך דעמאלט נישט געווען אזוי פאפולער ביים עולם) 40 ערליי וויינען אויף איינמאל.

קדם איז געווען דעמאלט ווילד, איינער פון זייערע דיסטריבוטערס האבן געסטראשעט א מוכר אויב ער נעמט אריין די הדר וויינען שיק ער אים נישט קדם, קדם האט דעמאלט געמאכט אסאך סעילס, הדר האט געפענט א אייגענע ליקער סטאר, און גערופן קדם אין געריכט אז זיי האבן א מאנאפאל אויף כשר'ע פראדוקטן, די אינטערשטע שורה איז געווען אז הדר האט באנקראטירט.

איך געדענק איינעם פון די בעלי בתים פון קדם, עס איז געווען פאר פסח, קדם האט געמאכט ריזיגע סעילס, און דער עולם איז געלאפן קויפן, האט ער זיך אנגערופן אז אין פסוק שטייט אז אידן זענען א עם חכם ונבון, עס מוז זיין אז מרעדט נאר פון די סוחרים, ווייל דער עולם וואס כאפט די סעילס כאפט נישט אז מיט דעם ברענגען זיי אינטער דעם קאמפעטישן, און סתם אזוי איז קיין סעילס נישט דא, סא זיי ברענגען אליין אינטער דעם וואס ברענגט ביליגע פרייזן, אלא מאי רעדט מען נאר פון די סוחרים... ודפח"ח ושפתים ישק.

אוועטאר
זינגער
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מיטוואך פאברואר 01, 2017 7:52 pm

אז די עולם גייט שטיצן וועלטש, גייט מען אויך פארדינען אז גפן, גליק'ס, קדם, הדר וכו' גייט ווערן ביליגער, ער גייט נישט קענען פירן יעדעם ביים נאז.

די איינציגסטע סיבה פארוואס די גראסעריס ציטערן פון גפן ווייל זיי סטראשענען אייביג מיט קדם, אז ס'איז דא א אלטערנעטיוו גייען זיי נישט האבען מיט וואס צו סטראשענען
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 10847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך פאברואר 01, 2017 7:55 pm



צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: home, sholom88, הצדיק, יונה כהן, מּשה ברים, רינדעכיג, רצון טוב און 37 געסט