וועלטש'ס/מאנישעוויץ כשר'ע גרעיפ-דזשוס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מיטוואך פאברואר 01, 2017 7:55 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:ר' פנחס, איר ווילט זייער שטארק ארויסברענגען אייער 'מיינונג' און 'טעאריע', און איר טוט א גוטע ארבעט. איך האב פשוט געזאגט פאקטן.

ווידעראום אייערע סברות וועגן נאמנות, זענען בלויז דאס 'סברות'.. די הלכה איז אביסל אנדערש. ועוד, איר פארט ווייטער אריין אין די נאמנות חלק, און די צייט וואס איך האב שוין פריער קלאר געשריבן, אז דא רעדט מען נישט פין דעם, און הל' יין נסך איז דער דיון צווישן א 'גוי' און א 'איד' א שותו"מ, נישט אויב ער איז 'נאמן'.


מיר דעם זענט איר גערעכט, איך שרייב נאר סברות און טעאריע,
לעצט פאראכטן דורך פנחס בן חיים אום מיטוואך פאברואר 01, 2017 8:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11290
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך פאברואר 01, 2017 8:35 pm

Untitled.gif

Untitlif.gif

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3033
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך פאברואר 01, 2017 8:39 pm

ווען מאנישעוויץ איז געווען די זאך ביים אידיש רעדנדען עולם...
צוגעלייגטע
מאנישעוויץ.jpg

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2583
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מיטוואך פאברואר 01, 2017 8:51 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:א שטארקע פוינט וואס אסאך מענטשן כאפן נישט, והיינו, אפי' אויב אין פרייז און טעם, (און אפי' קוואליטי טו עי סערטעין עקסטענט), זאל וועלטש'ס אריינקומען די זעלבע (אדער אפי' אביסל שטערקער) איז דער פראדוקט נאך אלץ אינו דומה צו קדם פאר איין סבה, ווייל קדם איז די גאנצע פאבריק גע'אוינט און גע'ראנט ביי היימישע אידן, וואס דאס קען מען נישט באצאלן מיט'ן כשר'ן וכדו', ומשום חומרא פין יין נסך וועלן זייער ווייניג היימישע אידן דאס איינטוישן (האפנטליך). זאת ועוד, אינגאנצן קאמפיטן מיט קדם, מיינט אויך אריינגיין אין די "וויין" ביזנעס, וואס דאס איז שוין קאמפליצירט אפי' טעכניש.


ערשטענס, מען האט בעבר דא אין אייוועלט גערעדט. אז קדם ניצט קאנסעטרעיט גרעיפ דשוס זיס צו מאכען די גרעיפ דשוס און וויינען, און דאס מאכט מען אין סאוט אמעריקא אין א גוישע פאבריק.(אין זייער אייגענע פלענט מאכט נאר אביסל למראית עין)

צווייטענס, קדם דיסטריביוט צענדליגער מיני וויינען, מיט כל ערליי הכשרים, פון גארנישט אזעלכע מהודר'דיגע פאבריקן, און עס פארקויפט זיך אין די מאסן, ע"כ זעהט אויס אז זייער ווייניג היימישע אידן וועלן צוליב א חומרא אין כשרות זיך אפהאלטן פון טרינקן די נייע גרעיפ דשוס.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4698
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך פאברואר 01, 2017 8:58 pm

טשאלענט האט געשריבן:
ווייסע זאקן האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:האבן זיי עפעס מעלות איבער קדם?

(איך רעד נישט פון די פרייז, אויב איז קדם גוט לוינט זיך צו צאלן מער דערפאר...)


איין איינציגעמעלה אז קדם ענד קא איז מער נישט בעל הבית אין די היימישע געשעפטן...פאר ווער עס ווייסט נישט איז איבער 50 פערצאנט פראדוקטען אין גראסערי געאוינט ביי קדם אין ער האט דעם געשפטסמאן ביים קארעק וועגן ער ברויך צו צוקומען צום פלעשל גרעיפ זשוס ,יעצט וועט עס נאכלאזן און פארשטייט זיך אז אין די גראסעריס וועלן קדם גרעיפ זשוס קאסטן ביליגער נישט נאר אין וואל מארט וועט עס זיין ביליג

פאר ווער עס ווייסט נישט קומט קדם מיט די גאנצע היימישע עפעטייזונג ליין און מילכיג ליין אויך,זיי דעסטריביוטען פליישיגע קאלד קאטס אויך אין די געשעפטן ,סאיז נישט קלאר אז זיי פלאנען צו קומען מיט פלייש אויך

גיב א קוק צוריק עטליכע תגובות וועסטו זעהן אז איך האב פריער געשריבן אז אט פאר די סיבה האלט איך אז זיי קענען נישט געוואונען קדם!

קדם האט שוין געוואונען שווערערע קאנקורענצן ווי זיי



שווערער קאנקורענצן?

קדם איז כמעט נישט זייער קאנקורענט. זיי פארקויפן שוין הונדערט פופציג יאר גרעיפ דזשוס איבער גאנץ אמעריקע. קדם וואלט זיך געוואונטשן צו פארקויפן א פערטל וויפיל וועלש פארקויפט

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4698
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך פאברואר 01, 2017 9:02 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:בקיצור לפי זה וואס דו שרייבסט בנוגע השגחה, און אויף וואס מען געט השגחה, איז קדם גאר בעסער ווייל זיי זענענן שותו"צ, משא"כ די נייע קאמפאני זענענן מער מאדערן אידן און נישט אזוי באגלייבט..

אבער לפי זה וואלט איך געזאגט אז וועלט'ש איז בעסער פון קדם, ווייל אויף קדם האט מען - מעגליך - ווייניגער אויגן ווייל מען "ווייסט דאך" אז זיי זענענן ערליכע אידן,
משא"כ די נייע קאמפאני וועט מען האבן מער אויגן וועלענדיג זיכער מאכען אז אלעס איז אקעי ווייל מען ווייסט דאך אז אויך זיי קען מען זיך גארנישט פארלאזן..

ואני כשלעצמי האלט איך אז קיין שום בעה"ב איז אפילו נישט באגלייבט אויף פלענע וואסער.. אפילו דער פרומסטער בעה"ב, נאר אלעס איז איז באגלייבט נאר מכוח השגחה.



איך בין געווען ביי ביידע זייערע פלענטס סי אין נ.י. און סיי אין נ. דזש. און ס'טרעט נישט אריין דארט איינער וואס איז נישט א פולשטענדיגער שומתומ"צ.

די טירן זענען אייביג פארשפארט און מ'קען נישט אריין קומען אן קלינגען א בעלל

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3033
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך פאברואר 01, 2017 9:41 pm

אלע זייערע ארבעטער האבן א פילטער אויף די פאון?

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מיטוואך פאברואר 01, 2017 9:56 pm

כ'זעה דער עולם איז נישט צו סאך באהאווענט בנוגע דער כשרות דא, גבי נאר שומרי תורה ומצות.

דער מציאות איז אז טרויבען ווערן געפארטיגט פאר ראש השנה צייט, און און יענע איין וואך, סליחות טעג, קוועטשט מען דער טרויבען, און דאס איז דער גרעיפ דזשוס פאר דו קומענדיגע גאנצע יאר. נאר מ'האלט עס און דו בערעלס עטליכע חדשים, דעיס וואס איז יעצט דא פון קדם, איז שוין געקוועטשט א יאר צירוק.

גבי וועלטש איז דער מציאות, זיי האבען פינעף גאר ריזיגע גינאטישע פלענטס, זייערע קלענסטע פלענט וואס איז אגב גרעסער פון קדם'ס איז און באפאלו, רבי שמואל טייטלבוים שליט"א פון ביד"ץ טארטיקוב מיט נאך 'צענדליגע' בעלי מכשירים, און הונדערטע כולל יונגעלייט זענען אראפגעפארן צום פלענט פארגאגענע סליחות, און אלעס איז גע'כשר'ט געווארן מיט דו גרעסטע שטרענגסטע הידורים, יענע גאנצע וואך איז נישט געוועהן בנמצא א גוי דארט, אלעס האבען דו בעלי מכשירים מיט כולל יונגעלייט געטועהן, מרישא ועד סיפא, מ'האט עס געהאלטן און דו פעסער ביז יעצט, און הערשט יעצט האט מען עס געקענט באטעלען.

זאל דער אייבערשטער העלפן מצליח צו זיין, און קאמפיטען מיט קדם, איינמאל פאר אלעמאל.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מיטוואך פאברואר 01, 2017 10:46 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:דארפסט קודם זיכער מאכען אז וועלטש איז בכלל גוט אין טעסט, יתכן אז צוליב יין נסך אישו'ס ווערט עס געמאכט אויך א אנדערע אופן... קאנציטרעיט וכדומה.

נאכדען דארפן זיי טוישן נאמען צו אידישע נאמען, עפעס אזוי ווי מהדרין, קדם, גאולה, הדר, אא"וו ווייל עס מאכט זיך עפעס נישט קיין קידוש אויף "וואלט"ש גרעיפ דשוס" זיי דארפן האבן א לשון קודש נאמען..

:lol:
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1541
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: נישט משנה

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך פאברואר 01, 2017 11:05 pm

פאר די וואס זאגען אז קדם האט שוין אונטערגעברענגט ריזיגע קאמפעניס, מיינט דאס ריזיג אין די אידישע מארקעט. וועלטש איז א קאמפאני וואס יעדע פראדורט זייערע איז ווערט א פערטל פון קדם'ס גאנצע ליין.
דערנידערן א צווייטן מאכט דיך נישט העכער

בעלבאטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 12:14 am

קדם איז כמעט נישט זייער קאנקורענט. זיי פארקויפן שוין הונדערט פופציג יאר גרעיפ דזשוס איבער גאנץ אמעריקע. קדם וואלט זיך געוואונטשן צו פארקויפן א פערטל וויפיל וועלש פארקויפט[/quote]


איך מיין די מאכסט א טעות

מאנעשוועטס האט אייביג גראדע געהאט גרעיפ זשוס אבער נישט קיין קאמפאטישען מיט קדם גראדע

וועלטש איז אמת וואס די זאגסט אז זיי זענען ריזיג

אבער זיי האבן הערשט ווייניגער פון צוויי יאר צוריק באקומען די ou הכשר

זעט אויס זייער הצלחה און קאמפיטען אין די 80 פראצענט מארקעט פון קדם האט זיך אוויסגעארבייט

האבן זיי באשלאסן צו אריינגיין אין די 20 פראצענט היימישע מארקעט ,אויך וואס די מארקאפ פראפיט מארזשין אין די 20 פראצענט איז פיל פיל העכער ווי אין די 80 פראצענט

און פשוט הוא אז איינמאל זיי רוקן זיך אריין קענען זיי שטיפען זייער מאנאשוועיטס פרודוקטען אסאך גרינגער און שטערקער וועגן די קדם מאנאפאל וועט האפענטליך פאלן עטוואס

סאיז דא גענוג ביזנעס פאר יעדעם

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 1:11 am

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:א שטארקע פוינט וואס אסאך מענטשן כאפן נישט, והיינו, אפי' אויב אין פרייז און טעם, (און אפי' קוואליטי טו עי סערטעין עקסטענט), זאל וועלטש'ס אריינקומען די זעלבע (אדער אפי' אביסל שטערקער) איז דער פראדוקט נאך אלץ אינו דומה צו קדם פאר איין סבה, ווייל קדם איז די גאנצע פאבריק גע'אוינט און גע'ראנט ביי היימישע אידן, וואס דאס קען מען נישט באצאלן מיט'ן כשר'ן וכדו', ומשום חומרא פין יין נסך וועלן זייער ווייניג היימישע אידן דאס איינטוישן (האפנטליך). זאת ועוד, אינגאנצן קאמפיטן מיט קדם, מיינט אויך אריינגיין אין די "וויין" ביזנעס, וואס דאס איז שוין קאמפליצירט אפי' טעכניש.


ערשטענס, מען האט בעבר דא אין אייוועלט גערעדט. אז קדם ניצט קאנסעטרעיט גרעיפ דשוס זיס צו מאכען די גרעיפ דשוס און וויינען, און דאס מאכט מען אין סאוט אמעריקא אין א גוישע פאבריק.(אין זייער אייגענע פלענט מאכט נאר אביסל למראית עין)

צווייטענס, קדם דיסטריביוט צענדליגער מיני וויינען, מיט כל ערליי הכשרים, פון גארנישט אזעלכע מהודר'דיגע פאבריקן, און עס פארקויפט זיך אין די מאסן, ע"כ זעהט אויס אז זייער ווייניג היימישע אידן וועלן צוליב א חומרא אין כשרות זיך אפהאלטן פון טרינקן די נייע גרעיפ דשוס.

איבער די קאנסענטרעיט נושא, איז טאקע געווען וואס האבן אזוי געוואלט טענה'נען, כ'בין נישט עס נישט אליינס נאכגעגאנגען, אבער כ'געדענק פין וויפיל כ'האב יא געהערט בשעתו איז גאנץ קלאר דא א צווייטע זייט צו די מטבע, און איך בין נוטה (בעיסד אויף קדם'ס רעפיוטעישן, רב המכשיר, וכדו') אז די תי' איז היבש פשוט'ער ווי די קושיא (אווי ביי רוב פין די אייגן-געמאכטע שערורי'ס) אויב ס'איז בכלל אמת.

מיט אייער צווייטע הערה, זענט איר גערעכט בעצם, אבער דאס איז נישט קדם'ס עיקר מארקעט, און נישט דאס גיט זיי די מאנאפאל. דאס איז שוין נאר צו 'פארשטערקערן' און 'פארגרעסערן' זייער מארקעט שעיר, און מאכן זיכער אז א צווייטער אימפארטירט דאס נישט.

איבער אייער הכרעה, וויפיל די היימישע מארקעט וועט איינגעבן צו וועלטש'ס איבער קדם, עמיר מוזן צו-ווארטן און זען, איך פערזענליך וויל אז קדם זאל בלייבן שטארק אין די מארקעט (עגעין, דאס מיינט נישט אז איך טו פראמאוטן זייער אגרעסיע..) ווייל איך פרעפעיר יא זייער סחורה איבער וועלטש'ס, און כאטש עווענטועל גלייב איך נישט אז די קאנסומער גייט זיך אסאך שפארן אפי' אויב קדם ווערט אונטערדרוקט, ווי מ'קען זען אפי' יעצט, ווייל הויך-סטאנדארט כשר'ע פראדוקציע (בפרט ביי וויין) קאסט טייער, אין עווענטועל צאלט איינער די פרייז. אבער נעווער סעי נעווער, ווי אנדערע האבן דערמאנט, אויב וועלטש'ס און מאנישעוויץ זענען אין פאר א נעק טו נעק בעטל מיט קדם, קען מען נישט וויסן די אוטקאם, עז אין געלט האבן די ערשטע מער.

_______

ואגב, בין איך נישט אויסגעשפראכן קעגן קעיקא עס עי 'קאנסומער' עט דיס פוינט, ווייל באדדעם ליין, שטעלן זיי צו היי-ענד קוואליטי און כשרות עקראס די באורד, אויב עפעס, שטייען זיי ארויס מיט בעסערע פראדוקטן ווי אנדערע דיסטריביוטער'ס, און זייערע פרייזן זענען בכלל נישט טייער (עגעין, לפי ערך), און דאס וואס זיי שטעלן צו פאר זייער פרייז, בין איך געווענליך גרייט צו צאלן.

נאר די עצם פאקט אז זיי לאזן נישט אנדערע אריין אין די מארקעט, איז נישט בע'טעמ'ט, ווייל עווענטואל קענען זיי מאנופעלירן ווען/אויב זיי ווילן.
לעצט פאראכטן דורך אַבּערוואַס אום דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 1:16 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 1:16 am

עני פראוו צו דיינע ווערטער אז זיי שטעלן צו א הויכע סטאנדערט אין כשרות?!

סידיראם
שר חמש מאות
תגובות: 984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 1:30 am

עקבי הצאן האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:נאכדען דארפן זיי טוישן נאמען צו אידישע נאמען, עפעס אזוי ווי מהדרין, קדם, גאולה, הדר, אא"וו ווייל עס מאכט זיך עפעס נישט קיין קידוש אויף "וואלט"ש גרעיפ דשוס" זיי דארפן האבן א לשון קודש נאמען..

:lol:


בשעת מען מאכט קידוש ליגט דאך אין דיין בעכער בלויז וויין אן קיין שום נאמען דערויף...
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 4:06 am

פנחס בן חיים האט געשריבן:עני פראוו צו דיינע ווערטער אז זיי שטעלן צו א הויכע סטאנדערט אין כשרות?!

אויף קוואליטי האסטו נישט די קושי'?

די ענטפער איז 'המפורסם אין צריך ראי', גיי צום שעלף אין גראסערי, און קוק, וועסטו זען אז אלע קעיקא עסן פראדוקטן און דזשענערעל האבן פין די בעסטע השגחות אויף די מארקעט (אויף נאש פין טשיינע, רעד איך נישט, אבער אלעס ביז דארט. און ביטע פארקריך נישט יעצט וועלכע השגחה איז יא אדער נישט גוט, דאס איז נישט די נושא דא).

וועגן 'קדם' אליינס, קען איך סיי אביסל דעם סיסטעם, סיי דעם רב המכשיר (x2) און סיי די בעה"ב (נישט יעדן פערזענליך, אבער די אנפירער, און די עלטערע ברודער), און כ'מיין אז ווייניג קאמפאני'ס שטעלן צו וואס זיי. עניוועי, גענוג פאר דעם שמועס.

און אויף דיין נעקסטע קושי' וואס מיין שייכות איז מיט קדם, איז די ענטפער א 'קאסטומער' גארנישט מער, נאדא, זילטש. אינפארמאציע האב איך אביסל, פשוט ווייל ס'איז מיר במשך די יארן אויסגעקומען געוויסע שייכות מיט די עסן/כשרות אינדוסטרי, און ס'אינטערעסירט מיר (כמעט אלעס וואס איך ווייס, איז אוועילעבל פאר ווער ס'וויל באמת וויסן), וזהו.

#צוריק צום נושא
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1541
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: נישט משנה

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 7:20 am

אלס כשרות אויס, ברויך מען איצטערט זעהן ווער האט וועם גרויס געמאכט: צו האט קדם/גפן גרויס געמאכט וואלאווע רב ווייל ער איז א בעל מכשיר אויף א ריזיגע דיסטריביושאן און איצטער העט מאנישעוויץ טוהן די זעלבע מארקעטינג סטראטעגיע און פראמאוטען טארטיקאוו אלס די נייע בעסטע הכשר. אדער איז וואלאווע געווען די בעסט (וויפיל איך געדענק, האט מען אים נישט געזעהן צופיל פאר דעם) און אלס א ביזנעסס אינוועסטמענט האט אים קדם/גפן גענומען אלס צושטעלן די בעסטע כשרות פאר דעם היימישן אידענטוהם, וואס דאס קאן אויך טארטיקוב באווייזן און זיך צושטעלן צו די שטרענגע כשרות פארלאנגען וואס דעם היימישן ציבור איז וויכטיג
דערנידערן א צווייטן מאכט דיך נישט העכער

סידיראם
שר חמש מאות
תגובות: 984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 8:32 am

וואלאווע איז גיט סתם אזוי פאר ווער עס האט די מינדעסטע אהנונג ווי שטרענג און קלוג וואלאווע איז, עס איז נישט געווארן א גיטע הכשר דורך געבן אן השגחה פאר א גרויסע קאמפעני

איבער טארטיקוב ווייסעך נישט
לעצט פאראכטן דורך סידיראם אום דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 1:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11290
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 8:45 am

האחים הרבנים טייטעלבוים שליט"א (נירבאטור,וואלאווע) האבען געהאט שימוש ביי זייער פאטער הרהגה"צ אבד"ק נירבאטור זצ"ל
דער צו וועם מרן טהריט"ב זי"ע האט געשריבען די תשובה וועגען הכשרים

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 8:54 am

די מעינסטרים היימישע קליענטן ווייסן שוקל צו זיין צווישן יאקע און וואלאווע, אבער זיי וועלן מסתם נישט האבן קיין דעה ווער ס׳איז בעסער צעהלים אדער טארטיקוב...

די טעם פון די גרעיפ דזשוס און די פרייז וועט שפילן א הויפט ראלע לענ״ד
ישראל אשר בך אתפאר

בעלבאטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 9:16 am

סראלי האט געשריבן:די מעינסטרים היימישע קליענטן ווייסן שוקל צו זיין צווישן יאקע און וואלאווע, אבער זיי וועלן מסתם נישט האבן קיין דעה ווער ס׳איז בעסער צעהלים אדער טארטיקוב...

די טעם פון די גרעיפ דזשוס און די פרייז וועט שפילן א הויפט ראלע לענ״ד


זייער זייער טיף צום פינטעל

עין ערך מאגרוב סלעש מהדרין

גייט זיך טין א געמעקאכטס

בעלבאטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 9:18 am

קיקיון האט געשריבן:האחים הרבנים טייטעלבוים שליט"א (נירבאטור,וואלאווע) האבען געהאט שימוש ביי זייער פאטער הרהגה"צ אבד"ק נירבאטור זצ"ל
דער צו וועם מרן טהריט"ב זי"ע האט געשריבען די תשובה וועגען הכשרים


יאפ מען האט שוין דאס נעכטן מגיב געווען צווישן די שורות , צעהלים'ע רב זי"ע איז געווען א בעל מכשיר
,אין טאקע נירבאטור רב זי"ע אויך

פעלט נישט אויס מער צו רעדן

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 9:26 am

סידיראם האט געשריבן:איז די בעה"ב פון וועלטש א איד א שומר תורה ומצוות? אויב נישט איז דאס א הויפט חסרון אין כשרות לעומת קדם.

יסוד הדבר מבואר בשו"ת דברי יואל שהעיקר בהשגחה הוא שהבעה"ב יהי' איש ירא אלקים

אויב וועט איר היינט נישט וועלן עסן נאר פון וואס עס איז פראדוצירט ביי פאבריקן פון בעלי בתים שומרי תורה ומצוות דאן קענט איר נישט עסן רוב פראדוקטן אין געשעפט, אריינגערעכנט מילכיגס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4698
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 9:57 am

בעלבאטיש האט געשריבן:
קדם איז כמעט נישט זייער קאנקורענט. זיי פארקויפן שוין הונדערט פופציג יאר גרעיפ דזשוס איבער גאנץ אמעריקע. קדם וואלט זיך געוואונטשן צו פארקויפן א פערטל וויפיל וועלש פארקויפט



איך מיין די מאכסט א טעות

מאנעשוועטס האט אייביג גראדע געהאט גרעיפ זשוס אבער נישט קיין קאמפאטישען מיט קדם גראדע

וועלטש איז אמת וואס די זאגסט אז זיי זענען ריזיג

אבער זיי האבן הערשט ווייניגער פון צוויי יאר צוריק באקומען די ou הכשר

זעט אויס זייער הצלחה און קאמפיטען אין די 80 פראצענט מארקעט פון קדם האט זיך אוויסגעארבייט

האבן זיי באשלאסן צו אריינגיין אין די 20 פראצענט היימישע מארקעט ,אויך וואס די מארקאפ פראפיט מארזשין אין די 20 פראצענט איז פיל פיל העכער ווי אין די 80 פראצענט

און פשוט הוא אז איינמאל זיי רוקן זיך אריין קענען זיי שטיפען זייער מאנאשוועיטס פרודוקטען אסאך גרינגער און שטערקער וועגן די קדם מאנאפאל וועט האפענטליך פאלן עטוואס

סאיז דא גענוג ביזנעס פאר יעדעם


קוק אויף וואס איך האב זיך באצויגן וועסטו זעהן אז איך קריג נישט מיט דיר

איינער האט געשריבן אז קדם האט שוין אונטערגעברענגט גרעסערע קאמפעטישאנס (...) אויף דעם האב איך געשריבן אז וועלש איז צעהן מאל די סייז פון קדם, און זענען ניטאמאל ווערד צו ווערן אנגערופן זייער קאמפעטישען (נישט ממש נאר ארויס צו ברענגען די פוינט)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4698
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 10:02 am

farshlufen האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:איז די בעה"ב פון וועלטש א איד א שומר תורה ומצוות? אויב נישט איז דאס א הויפט חסרון אין כשרות לעומת קדם.

יסוד הדבר מבואר בשו"ת דברי יואל שהעיקר בהשגחה הוא שהבעה"ב יהי' איש ירא אלקים

אויב וועט איר היינט נישט וועלן עסן נאר פון וואס עס איז פראדוצירט ביי פאבריקן פון בעלי בתים שומרי תורה ומצוות דאן קענט איר נישט עסן רוב פראדוקטן אין געשעפט, אריינגערעכנט מילכיגס.


איה"נ, ס'נעמט אבער נאך אלס נישט אוועק די מעלה פון קדם ווס וועלש

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3033
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 10:33 am

און נאך דעם, אין דברי יואל שטייט בכלל נישט אז די מעלה איז ווען דער בעה"ב איז א שות"מ, עס שטייט אז דער בעה"ב זאל זיין 'איש ירא אלוקים', והחילוק פשוט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט