וועלטש'ס/מאנישעוויץ כשר'ע גרעיפ-דזשוס

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

אי-רעלעווענט האט געשריבן:אגב וועלטש שרייבט אויף זייער לעבל אין ענגליש ״ דאס איז ווי אזוי גרעיפ זשוס טעיסט״ טאקע?

ווער האט אפגעמאכט וואס עס איז די ריכטיגע טעיסט פון גרעיפ דשוס?
יעדע עסן אין די וועלט האט מער ווי איין טעם, און עס ווענד זיך זייער שטארק אין די קאמפאני וואס מאכט דאס, אבער זאגן אז איינס איז מער די ריכטיגע טעם ווי דאס צווייטע איז א גרויסע טעות....
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

זיי לייגן אבער אריין קאנצענטרעיט סאו 'דאס' איז זיכער נישט די טעם פון טרויבן זאפט

וואס יא? דארף מען נאך געוואויר ווערן...
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

געטרינקען דעם שבת דעם ערשטן מאל וועלטש

בלייב מיר אי"ה ביי דעם

סהאט פאר סעקונדע א שטיקעל ביטערניש אויפן צינג

איך גלייך עס מער פון קדם ליקאריץ וואסער טעם

איך גלייך זייער נישט קיין זיסע געטראקען ,און איך פיל נישט אזא ריזן טויש פון קדם ,נאר אז מעפילט מער די טרויבן און נישט אזוי זיס

לבי אומר לי אז קדם גייט ווערן ווייניגער זיס

אוודאי דענק מער ווען אסאך יארן איז קדם געווען שרעקליך שלעכט , זיי פלעגן לייגן עדס אז סאיז געווען א שלעכטע טרויבן יאר ,די קאלירן זענען געווען אנדערש ,אין די טעם אנדערש ,ממש נישט צום טרינקן
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:זיי לייגן אבער אריין קאנצענטרעיט סאו 'דאס' איז זיכער נישט די טעם פון טרויבן זאפט

וואס יא? דארף מען נאך געוואויר ווערן...

די טעם פון טרויבן זאפט איז מאסט, גרעיפ דשוס איז געקינצעלט.
.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

באקומען אין אישי פון @לכתחילה.

לכתחילה אריבער האט געשריבן:איך קען דיר נישט זאגן פארוואס קדם שרייבט וואס זיי שרייבן, און פארוואס וועלטש שרייבט וואס זיי שרייבן.

איך קען דיר נאר זאגן וואס עיני ראו.

איך בין געווען אין קדם פלענט אין אפסטעיט ניו יארק. זיי האבן דארט א ריזיגע אפעראט וואו זיי מאכן די קאנסטרעיט. און איך האב נישט נאר געזעהן די אפעראט "שטיל" נאר איך האב עס געזעהן אקטיוו. איך האב געזעהן ווי די קאנסעטריעט ווערט ערצייגט.

און נישט נאר האב איך געזעהן ווי עס ארבעט, נאר איך האב אפילו גענומען אביסל פון וואס קומט ארויס פון די מאשינען און עס געטעיסט!

און איך האב נאכגעקוקט די סיסטעם, וויאזוי די קאנסעטרעיט פארט אריין אין די ספעציעלע טאנקען ווי די גרעיפ דזשוס ווערט געמישט דערמיט.

סא קיינער קען מיר נישט זאגן אז "קדם קויפט זייער קאנסטרעיט אין די פרעמד".

וואס מען קען אפשר יא זאגן - דאס ווייס איך נישט קלאר - אז זיי קויפן "אויך" אין די פרעמד. דאס ווייס איך נישט, כאטש זיי זאגן נישט אזוי, אבער איך וויל נישט זאגן זיכער" נאר וואס איך האב געזעהן אליינס.

קענסט די ווערטער לייגט אויפן וועלטל אין מיין נאמען.

(איך האב זיך פראבירט צו פארבינדן מיט עטליכע וואס האבן מיר אנדערש געזאגט, אבער לע"ע אן ערפאלג, איך וועל בלי"נ פראבירן שפעטער נאכאמאל, אויב איינער ווייסט עפעס מער, איז ער מכובד צוצולייגן)
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

געקאסט די וואך וועלטש גרעפ דזויס אין איך גלייך עס זייער סאיז אביסעל דיקער אין מער פרוכט טעם..
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

מיט א שיינער געלאזענעם באטל וואלטען זיי מן הסתם מער פארקויפט אין אויך וואלט עס געווען שענער אויפען טיש
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:די טעם פון טרויבן זאפט איז מאסט, גרעיפ דשוס איז געקינצעלט.

מאסט איז פון פשוט'ע טרויבן, קאנקארד טרויבן איז ממש די זעלבע טעם פון די וועלש גרעיפ דזשוס.
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויט »

בא שבת בא מנוחה האט געשריבן:געקאסט די וואך וועלטש גרעפ דזויס אין איך גלייך עס זייער סאיז אביסעל דיקער אין מער פרוכט טעם..

יא, עס איז ריכטיג טרויבן זאפט, זייער געשמאק.
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

בינגא האט אנגעהויבן עס צו פארקויפן בשעה טובה ומוצלחת.
כאן מצא מין את מינו בינגא-וועלטש'ס/מאנישעוויץ ביידע וועלן אי''ה שפארן פאר אידן שווערע צענדליגע טויזנטער דאלער.
זאל עס טאקע זיין מיט גרויס הצלחה.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

איך האב איצט גערעדט צו איינעם וואס איז באקאנט, ער ווייסט פון די קאנציטרעט וואס לכתחילה רעדט, ער זאגט אבער אז דאס איז פיל ווייניגער קעגן וואס זיי פארנוצן.

נ.ב. די אינפארמאציע איז אפאר יאר אלט.

אדרבה, זאל קדם דאס אויסקלארן.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7050
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ביי שאפרייט אין מאנרא האמיר געזעהן אז דארט קאן מען קויפן א פלאש פאר 2.49, אבער אכטונג געבן צו קויפן מיט די היימישע הכשר, ווייל אויך מיט די מאנישעוויץ ברענד איז פערהאן איין סארט נאר מיט א OU. ווי אויך האב איך דארט געזען צו קויפן ריינאלדס זילבער פאפיר 200 פיס פאר פינף עפעס טאללער מיט א פרייס פלאס קארטל
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
שמאלציג
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאלציג »

צו געזונט האט געשריבן:ביי שאפרייט אין מאנרא האמיר געזעהן אז דארט קאן מען קויפן א פלאש פאר 2.49, אבער אכטונג געבן צו קויפן מיט די היימישע הכשר, ווייל אויך מיט די מאנישעוויץ ברענד איז פערהאן איין סארט נאר מיט א OU. ווי אויך האב איך דארט געזען צו קויפן ריינאלדס זילבער פאפיר 200 פיס פאר פינף עפעס טאללער מיט א פרייס פלאס קארטל

פארוואס האט נישט BJ'S אין מאנרא די נייע מאנישעוויטץ מיט די טארטיקוב הכשר? זיי האבן נאר די OU
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

די ניו יארק טיימס איבער די קדם-וואלטש מלחמה:

https://mobile.nytimes.com/2017/04/07/n ... ewitz.html
ישראל אשר בך אתפאר
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

היינט געהערט אז וועלטש איז ממשיך מיט די כשר'ע ליין, זיי גייען מאכן נאך א ראן.

ביי מיר טרינקט מען בעיקר מאסט, אבער די ביסל גרעיפדזשוס וואס גייט, וועט זיין אי"ה מיט די וועלטש לעבלס.

די טויש פון די לעבלס איז אביסל א הרגש ווי מטוישט די מסורה וכו' צעהלימער רב האט אוועקגעשטעלט כשרות וכו' מיט די אלע קדם מארקעטינג, אבער נאכן אביסל דורכטון די נושא איז קלאר אז קדם איז דער וואס האט געטוישט די מסורה, מיטן אריינלייגן קאנציטרעט פון א גע'כשר'טע סאוט אמעריקע פאבריק, און דאס איז בכלל נישט די זעלבע פראדוקט די אכלא אבהתנא, ממילא איז נישט געפערליך צו טוישן די לעבל אויך.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

וואס איז פשט אז אסך היימישע סטארס האבן נישט קיין וועלש? איך מיין די ציבור דארף עס פארלאנגען. עס איז א טובה אפילו אויב איר נוצט קדם כמובן.
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

איך האף אז זיי גייען מאכן לייט גרעיפ juice
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

צווייפעל האט געשריבן:היינט געהערט אז וועלטש איז ממשיך מיט די כשר'ע ליין, זיי גייען מאכן נאך א ראן.

ביי מיר טרינקט מען בעיקר מאסט, אבער די ביסל גרעיפדזשוס וואס גייט, וועט זיין אי"ה מיט די וועלטש לעבלס.

די טויש פון די לעבלס איז אביסל א הרגש ווי מטוישט די מסורה וכו' צעהלימער רב האט אוועקגעשטעלט כשרות וכו' מיט די אלע קדם מארקעטינג, אבער נאכן אביסל דורכטון די נושא איז קלאר אז קדם איז דער וואס האט געטוישט די מסורה, מיטן אריינלייגן קאנציטרעט פון א גע'כשר'טע סאוט אמעריקע פאבריק, און דאס איז בכלל נישט די זעלבע פראדוקט די אכלא אבהתנא, ממילא איז נישט געפערליך צו טוישן די לעבל אויך.

די שאלה איז אבער, צי איינער איז בעסער ווי די איצטיגע קדם מיט די געטוישטע קאנציטרעיט. ס'איז א פאברעך פון זייער זייט צו טוישן קאנציטרעיט, און בעיקר נישט מעלדן פארן עולם דערוועגן, און אפילו נאכדעם וואס מ'ווייסט קומט גארנישט קיין הבהרה בנושא. אבער עכ"ז קען מען דאך נישט גיין צו עפעס שוואכערס לכבוד דעם, סוף כל סוף האט עס א בעסערע הכשר. [חוץ ארמון]

און אגב, איך וואלט אייך געבעטן מיר מיטצוטיילן מיט אייער געפינסן וואס איר האט דורכגעטון בנוגע קדם'ס קאנציטרעיט שערורי', קען אויך זיין באישי, א יישר כח
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

חדשות האט געשריבן:וואס איז פשט אז אסך היימישע סטארס האבן נישט קיין וועלש? איך מיין די ציבור דארף עס פארלאנגען. עס איז א טובה אפילו אויב איר נוצט קדם כמובן.

דו רעדסט פון וויליאמסבורגער געשעפטן?
ישראל אשר בך אתפאר
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

סראלי האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:וואס איז פשט אז אסך היימישע סטארס האבן נישט קיין וועלש? איך מיין די ציבור דארף עס פארלאנגען. עס איז א טובה אפילו אויב איר נוצט קדם כמובן.

דו רעדסט פון וויליאמסבורגער געשעפטן?

יא.
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

חדשות האט געשריבן:

פאר וויליאמסבורגער מענטשן איז זייער שווער צו טוישן פון זייער געוואוינהייט... געוויסע געשעפטן האבן אין סטאק וואלש אבער ס׳נישטא די גרויסע פארלאנג דערפאר וואס אין רעזולטאט דערפון פארגעסט מען אנצופילן די שעלווס דערמיט

עס איז דא געשעפטן וואס האבן עס קיינמאל נישט אריינגענומען. פרעג זיך נאך.

יכול להיות. איך זאג נישט אז נישט.
ישראל אשר בך אתפאר
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

איך האב געטרינקן יעצט ביי מיינע עלטערן קדם נאכדעים וואס איך טרינק שוין וועלטש זייט ס'איז ארויס געקומען מיט א היימישע הכשר, איך בין נישט מגזים כ'האב געשפירט ווי איך טרינק זיסע וואסער, די טעם איז אזוי שוואך, וועלטש האט א סאך א שטערקערע טרויבן טעם, איך קען מיך נישט זעהן צוריק גיין צו קדם.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

חדשות האט געשריבן:
סראלי האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
סראלי האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:וואס איז פשט אז אסך היימישע סטארס האבן נישט קיין וועלש? איך מיין די ציבור דארף עס פארלאנגען. עס איז א טובה אפילו אויב איר נוצט קדם כמובן.

דו רעדסט פון וויליאמסבורגער געשעפטן?

יא.

פאר וויליאמסבורגער מענטשן איז זייער שווער צו טוישן פון זייער געוואוינהייט... געוויסע געשעפטן האבן אין סטאק וואלש אבער ס׳נישטא די גרויסע פארלאנג דערפאר וואס אין רעזולטאט דערפון פארגעסט מען אנצופילן די שעלווס דערמיט

עס איז דא געשעפטן וואס האבן עס קיינמאל נישט אריינגענומען. פרעג זיך נאך.

זיי האבן פארשטאנען אויפ'ן ווינק...
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”