פרעזידענטליכע פארבאט אויף אימיגראנטן און פליטים פון זיבן לענדער

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2643
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » מוצ"ש ינואר 28, 2017 10:11 pm

27
Democrats need to start getting elected by doing things right, not waiting for someone else to do something wrong.

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מוצ"ש ינואר 28, 2017 10:16 pm

יהודי האט געשריבן:Reminder: The 19 hijackers on 9/11 were from #SaudiArabia (15), the #UAE (2), #Egypt (1), and #Lebanon (1)

None of those countries are listed


כ'האב געהערט דעי טענה פריער, אבער ס'איז נארישקייטן. סעפטעמבער 11 איז א מעשה פון 15 יאר צוריק זייט דעמאלסט איז שוין געווען אפאר מלחמות אינעם ראיאן און אפאר לענדער האבן געהאט אן אויפשטאנד. די לענדער ווי ס'האדעווען זיך טעראריסטן האט זיך שוין לאנג געטוישט.

----

מיין מיינונג.

די עצם געדאנק פון אפשטעלן וויזעס און פליטים פאר געוויסע לענדער, איז זייער גוט. אבער איך פארשטיי נישט פארוואס ער האט נישט געקענט געבן מעלדונג (כאטשיג 48 שעה) פאר די געזעץ גייט אריין אין קראפט אז די פאסאזשירן זאלן וויסן נישט ארויסצופליען. פארוואס האט אויסגעפעלט א געזעץ עפעקטיוו אימידיעטלי?
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מוצ"ש ינואר 28, 2017 10:18 pm

יהודי האט געשריבן:27

עפעס שטימט נישט דא.

נאר 27 מענטשן זענען אריינגעקומען פון די 7 לענדער היינט?
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
ווישוואש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3579
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מוצ"ש ינואר 28, 2017 10:20 pm

זאכליך האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן:27

עפעס שטימט נישט דא.

נאר 27 מענטשן זענען אריינגעקומען פון די 7 לענדער היינט?

פארוואס נישט?
Things aren't always #00000 and #FFFFF

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3994
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מוצ"ש ינואר 28, 2017 10:22 pm

יעצט פאנג איך אן טראכטען וויאזוי וואלט אויסגעזעהן ווען בוש 43 וואלט פון איין טאג אויפען צווייטען ארויפגעלייגט א פארבאט אויף זיבען לענדער פון ווי מען קען נישט אריינקומען?! אדער אויפגעזיכט א יעדן מיט אפגעלאפענע וויזעס און זיי אהיימגעשיקט?! די וועלט וואלט זיך איבערגעדרייט זעקס מאל!!!

אבער, די טווין טאוערס וואלטען נאך יעצט געשטאנען.

און דאס איז די גרויסע טענות אויף בוש פארוואס ער האט גארנישט טוהן צו עלימינירען די געפאר פון טעראריזעם, מען וואלט עם אויפגעגעסען פאר פרישטאג, לאנטש און סאפפער.

די פעדעראלע ריכטער טוהט זיין זשאב און עס איז אפ-טו טראמפ צו טוהן וואס ער האלט איז ריכטיג, ווען די מידיע מאכט עס אויסזעהן ווי עס איז עק וועלט דאן ווייס איך אז מען פארט אין די גוטע ריכטונג.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מוצ"ש ינואר 28, 2017 10:28 pm

ווישוואש האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן:27

עפעס שטימט נישט דא.

נאר 27 מענטשן זענען אריינגעקומען פון די 7 לענדער היינט?

פארוואס נישט?


ווייל ס'קומען אריין צענדליגער טויזנטער מענטשן יעדן איינציגען טאג, די וועלט באשטייט פון 196 לענדער.

וויאזוי קען זיין אז פון 7 לענדער איז נאר אריינגעקומען 27 מענטשן?
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מוצ"ש ינואר 28, 2017 10:29 pm

זאכליך האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן:27

עפעס שטימט נישט דא.

נאר 27 מענטשן זענען אריינגעקומען פון די 7 לענדער היינט?

ס'איז דא אסאך מענטשן וואס האבן דאפלטע בירגערשאפט ווי למשל פון איראן און פון עגיפטן סא אויב ניצט ער די עגיפטישע קענסטו אים גארנישט טוהן

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מוצ"ש ינואר 28, 2017 10:32 pm

אין א אדמיניסטראציע וואס איז איין שטיק טעאטער, וואס דער פרעזידענט איז א זעלבסט דערקלערטער "רעיטינגס מאשין", איז זייער פארשטענדליך וואס טראמפ טוט.

לויפנדיג מיט דער מאטא אז די וואשינגטאן פאליטישאן'ס זענען אלל טאלק און זערא עקשאן, און אז איינמאל ער וועט אריין קומען וועט ווערן סדר, איז טראמפ'ס האסטיגע וואך פון אונטער שרייבן ווערטלאזע פאפירן ממש וואס ער ברויך טון צו האלטן זיין באזע צופרידן. א גרויסער רוב פון זיי זענען נישט ממש אויסגעקאכט אין דעם מציאות הדברים וויאזוי גאווערמענט ארבעט, און זיי זענען. סיק און טייערד פון די אינעקשאן וואס זיי זעען ארויסקומען פון וואשינגטאן, און טראמפ'ס שנעלע אקטן זענען פאר זיי כמים קרים על נפש עייפה.

די דעמאקראטן ווידער זענען מער פארנומען צו פייטן אקעגן טראמפ'ס פאליסי'ס ווי ארויס צו ברענגען די ליצנות. זיי ווילן ענדערש האלטן זייער באזע אויפגעהייטערט מיט די סכנה און די רעזיסטענס פון טראמפ, ווי עס מינימיזירן.

סאו בעד ניוס פאר די GOP: טראמפ וועט ווארשיינליך געווינען א פריימערי טשאלענזש אין 20'.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מוצ"ש ינואר 28, 2017 10:34 pm

זאכליך האט געשריבן: אבער איך פארשטיי נישט פארוואס ער האט נישט געקענט געבן מעלדונג (כאטשיג 48 שעה) פאר די געזעץ גייט אריין אין קראפט אז די פאסאזשירן זאלן וויסן נישט ארויסצופליען. פארוואס האט אויסגעפעלט א געזעץ עפעקטיוו אימידיעטלי?

ווייל די טענה אז אז יעדער פון זיי קען זיין א טעראריסט דארף מען זיי זאפארט אפשטעלן

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1661
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מוצ"ש ינואר 28, 2017 10:35 pm

מי חכם האט געשריבן:אין א אדמיניסטראציע וואס איז איין שטיק טעאטער, וואס דער פרעזידענט איז א זעלבסט דערקלערטער "רעיטינגס מאשין", איז זייער פארשטענדליך וואס טראמפ טוט.

לויפנדיג מיט דער מאטא אז די וואשינגטאן פאליטישאן'ס זענען אלל טאלק און זערא עקשאן, און אז איינמאל ער וועט אריין קומען וועט ווערן סדר, איז טראמפ'ס האסטיגע וואך פון אונטער שרייבן ווערטלאזע פאפירן ממש וואס ער ברויך טון צו האלטן זיין באזע צופרידן. א גרויסער רוב פון זיי זענען נישט ממש אויסגעקאכט אין דעם מציאות הדברים וויאזוי גאווערמענט ארבעט, און זיי זענען. סיק און טייערד פון די אינעקשאן וואס זיי זעען ארויסקומען פון וואשינגטאן, און טראמפ'ס שנעלע אקטן זענען פאר זיי כמים קרים על נפש עייפה.

די דעמאקראטן ווידער זענען מער פארנומען צו פייטן אקעגן טראמפ'ס פאליסי'ס ווי ארויס צו ברענגען די ליצנות. זיי ווילן ענדערש האלטן זייער באזע אויפגעהייטערט מיט די סכנה און די רעזיסטענס פון טראמפ, ווי עס מינימיזירן.

סאו בעד ניוס פאר די GOP: טראמפ וועט ווארשיינליך געווינען א פריימערי טשאלענזש אין 20'.

אריין אין די פייער פאר וואסער אשכול!
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מוצ"ש ינואר 28, 2017 10:37 pm

מי חכם האט געשריבן:...סאו בעד ניוס פאר די GOP: טראמפ וועט ווארשיינליך געווינען א פריימערי טשאלענזש אין 20'.

וואס מיינט?

Naftule
שר חמש מאות
תגובות: 773
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מוצ"ש ינואר 28, 2017 10:39 pm

מטעמים האט געשריבן:יעצט פאנג איך אן טראכטען וויאזוי וואלט אויסגעזעהן ווען בוש 43 וואלט פון איין טאג אויפען צווייטען ארויפגעלייגט א פארבאט אויף זיבען לענדער פון ווי מען קען נישט אריינקומען?! אדער אויפגעזיכט א יעדן מיט אפגעלאפענע וויזעס און זיי אהיימגעשיקט?! די וועלט וואלט זיך איבערגעדרייט זעקס מאל!!!

אבער, די טווין טאוערס וואלטען נאך יעצט געשטאנען.

און דאס איז די גרויסע טענות אויף בוש פארוואס ער האט גארנישט טוהן צו עלימינירען די געפאר פון טעראריזעם, מען וואלט עם אויפגעגעסען פאר פרישטאג, לאנטש און סאפפער.

די פעדעראלע ריכטער טוהט זיין זשאב און עס איז אפ-טו טראמפ צו טוהן וואס ער האלט איז ריכטיג, ווען די מידיע מאכט עס אויסזעהן ווי עס איז עק וועלט דאן ווייס איך אז מען פארט אין די גוטע ריכטונג.

די 911 היידזשעקערס זענען שוין דא געווען נאך פאר בוש איז געווארן פרעזידענט.

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3994
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מוצ"ש ינואר 28, 2017 10:40 pm

ווערטלאזע פאפירען? און פארדעם קענען טאקע יעצט פארדעכטיגטע עלעמענטען פון צווייפעלהאפטיגע ערטער נישט אריינקומען קיין אמעריקע.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3994
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מוצ"ש ינואר 28, 2017 10:42 pm

Naftule האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן: אדער אויפגעזיכט א יעדן מיט אפגעלאפענע וויזעס און זיי אהיימגעשיקט?! די וועלט וואלט זיך איבערגעדרייט זעקס מאל!!!

די 911 היידזשעקערס זענען שוין דא געווען נאך פאר בוש איז געווארן פרעזידענט.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מוצ"ש ינואר 28, 2017 10:44 pm

מטעמים האט געשריבן:ווערטלאזע פאפירען? און פארדעם קענען טאקע יעצט פארדעכטיגטע עלעמענטען פון צווייפעלהאפטיגע ערטער נישט אריינקומען קיין אמעריקע.

אויב א זשאזש קען עס אנולירן אין א מינוט, איז עס ווערטלאז. ע"ע יואב'ס תגובה.

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4210
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מוצ"ש ינואר 28, 2017 10:46 pm

זאכליך האט געשריבן:וויפל מענטשן זענען דיטעינד?

די aclu - וואס שטייט אונטער די געריכט סטעי - שאצט אז צװישן 100 און 200 מענטשן זענען דיטעינד אין עירפארט אדער טראנזיט

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1661
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מוצ"ש ינואר 28, 2017 10:49 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:ווערטלאזע פאפירען? און פארדעם קענען טאקע יעצט פארדעכטיגטע עלעמענטען פון צווייפעלהאפטיגע ערטער נישט אריינקומען קיין אמעריקע.

אויב א זשאזש קען עס אנולירן אין א מינוט, איז עס ווערטלאז. ע"ע יואב'ס תגובה.

ווייל א זשאזש האט גלייגט א סטעי (אפילו נישט אינגאנצען מבטל געווען) אויף איין זאך קענסטו נישט אוועק מאכען די אלע אנדערע זאכען וואס ער האט אויפגעטוהון וואס א זשאזש קען נישט מבטל זיין
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מוצ"ש ינואר 28, 2017 11:05 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן:27

עפעס שטימט נישט דא.

נאר 27 מענטשן זענען אריינגעקומען פון די 7 לענדער היינט?

ס'איז דא אסאך מענטשן וואס האבן דאפלטע בירגערשאפט ווי למשל פון איראן און פון עגיפטן סא אויב ניצט ער די עגיפטישע קענסטו אים גארנישט טוהן

נישט ריכטיג.

איינער וואס איז געבוירן אין איראן, איז אויפגעצויגן געווארן אין קאנאדע זינט די דריי מיט ארטיגע בירגערשאפט, האט א גרין קארד, וואוינט אין קאליפארניע זינט 2000 און האט א פרוי און זיבן קינדער וואלט געווארן אפגעשטעלט ביים אראפקומען פון פליגער היינט.
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מוצ"ש ינואר 28, 2017 11:10 pm

אמת, און נאך א קורצע אויפהאלטונג אריינגעלאזט אין לאנד, קארעקט?

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מוצ"ש ינואר 28, 2017 11:15 pm

ניין.
געוויסע זענען געווארן אויפגעהאלטן פאר צענדליגע שעה. אנדערע האט מען צוריקגעשיקט.
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מוצ"ש ינואר 28, 2017 11:16 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:אן אומפארשעמטע, הויעך אומפראפעסיאנאלע האלב געבאקענע ארבעט פאר א רעגירונג ווי די פאראייניגטע שטאטן. דער פרעזידענט האט ניטאמאל אן אייגענע אטורני דזשענערעל, סאליסיטאר דזשענערעל און אויסערן מיניסטאר און ס׳טוט זיך עקזעקיוטיוו ארדערס אויף אן אומדערהערטע פארנעם!

אזוי זעהט אויס א לאנד אין די הענט פון צייטונג און רעדע שרייבער ווי סטיוו בענאן און מילער. אבער טראמפ וועט הייערן די בעסטע.. איין גאט זאל האלטן די רעכטע הענט.


איך פארשטיי נישט דיין קריטיק.

איך האב געליינט ערגעץ אז רעקס טילערסאן איז אינוואלווד אין אויסערן אנגעלעגענהייטען באשלוסען כאטש אז ער איז נאך נישט אייגעשוירען.

אבער סיי ווי אזוי די פאליסי מענטשן זענענן ע״פ רוב אין פלאטץ, סאו דיין קריטיק איז איבערגעטריבען.

בנוסף, די חילוק צווישען א קרוז פרעזידענטשאפט אדער רוביא אא״וו, אז זיי וואלטען געווען ביזי צו די באשלוסען איז פאליטיקעל אויסגעהאלטען, און טראמפ איז ביזי וואס עס איז לויט אין ריכטיג צו טיען.

ביידע מהלכים האבן פראבלעמען, אבער די פאליטישע מהלך וואלט געוועו אסאך ערגער.

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מוצ"ש ינואר 28, 2017 11:16 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ניין.
געוויסע זענען געווארן אויפגעהאלטן פאר צענדליגע שעה. אנדערע האט מען צוריקגעשיקט.


מיט אויפהאלטען בין איך אקעי, די מוסלמענער האבן פארדינט זייערע פראבלעמען,

אבער מען האט צירוק געשיקט מענטשן מיט א גרין קארד??

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3200
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מוצ"ש ינואר 28, 2017 11:18 pm

קוקטס ווער עס פירט דאס לאנד:
צוגעלייגטע
IMG_0680.JPG

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3994
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מוצ"ש ינואר 28, 2017 11:21 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ניין.
געוויסע זענען געווארן אויפגעהאלטן פאר צענדליגע שעה. אנדערע האט מען צוריקגעשיקט.

אפשר האסטו אויסגעלאזט אז ער איז ריסענטלי געוועהן אין פאקיסטאן פאר א חודש און פאר צוויי חדשים צוריק איז ער געוועהן אין סיריע! איך ווייס נישט וואס און וועם מען האלט אויף. איך בין זיכער אז טאמער וועל איך ווארטען נאך אפאר שעה וועלן מיר הערן די אנדערע זייט פון די מטבע און סאומהאו וועט עס מאכען סענס.

געהערט אמאל פון איינע פון די אמעריקאנע פרעזידענטען: דאנט ראש טו זשאדזשמענט.
לעצט פאראכטן דורך מטעמים אום מוצ"ש ינואר 28, 2017 11:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3200
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מוצ"ש ינואר 28, 2017 11:22 pm

פנחס בן חיים, לערנט אייך ליינען ביטע. איך האב שיין ערקלערט וואס מיין פראבלעם מיט די ארדער איז. אז דו ווילסט בלייבן אין פריימערי מאוד, האקן קאפ אין וואנט יעדע מאל טראמפ טוט עפעס וועגן פאליטקעל קארעקטנעס און די איבעריגע בעלאוני טרעף א צווייטן וועם צו ציטירן.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט