פרעזידענטליכע פארבאט אויף אימיגראנטן און פליטים פון זיבן לענדער

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

סידיראם
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מוצ"ש ינואר 28, 2017 9:12 pm

יוסי אויף קולמע איז מוחה נמרצות פארוואס מען רופט דאס אן "מוסלעם בען" ער טענה'ט אז עס איז א בען אויף געוויבע לענדער. ווי למשל א מוסלעמענער פון קאנאדא וואלט מען נישט געמאכט קיין פראבלעים.

ער מאכט דארט א געהעריגע פראטעסט. און ער איז גערעכט.
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מוצ"ש ינואר 28, 2017 9:15 pm

א ברוקלינער ריכטער האט אפגעשטעלט די מוסלענענער פארבאט אויף דערווייל. נאציאנאל.
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

טאנץ 2
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

תגובהדורך טאנץ 2 » מוצ"ש ינואר 28, 2017 9:18 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:א ברוקלינער ריכטער האט אפגעשטעלט די מוסלענענער פארבאט אויף דערווייל. נאציאנאל.

SAD
CLOWN
CROOKED

די ריכטער גייט באקומען א צונאמען מארגען בערך 6 AM...

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2646
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מוצ"ש ינואר 28, 2017 9:22 pm

סיי וועלכע ריכטער קען אפשטעלן אן עקזעקעטיוו ארדער?

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מוצ"ש ינואר 28, 2017 9:24 pm

עס איז א סטעי
it only affects people who have already arrived in the United States
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » מוצ"ש ינואר 28, 2017 9:26 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:א ברוקלינער ריכטער האט אפגעשטעלט די מוסלענענער פארבאט אויף דערווייל. נאציאנאל.

אפגעשטעלט דעם פארבאט? אדער געזאגט אז די וואס זענען שוין דא קענען דערווייל בלייבן?

אדיר איום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 16, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אדיר איום » מוצ"ש ינואר 28, 2017 9:28 pm

ברעיקינג! אין א שטארקע קלאפ פאר פרעזידענט טראמפ, האט א פעדעראלער ריכטער ארויפגעלייגט א ״סטעי״ אויף טראמפ׳ס עקזעקיוטיוו ארדער איבער אימיגראציע און דעם ריכטער׳ס אורטייל באדייט אז מענטשן מיט לעגאלע וויזאס וועלן קענען ווייטער אריינקומען אפילו פון די 7 לענדער וואס טראמפ האט פארבאטן.
קול העולם

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6702
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מוצ"ש ינואר 28, 2017 9:31 pm

איך בין נישט איינשטומיג מיט טראמפ גאנצע 100 פראצענט, אבער.... איינער ווייסט אז די לענדער זענען גארנישט אזעלעכע וואוילע שעפעלעך אז מען זאל זיך פאר זיי אנעמען???? צו לאזן זיי דען יא אריין יעדעם???? אין כמעט אלע פון די לענדער טאר א איד נישט פארן, דאס איז בייגעפאלן פאר דייטשלאנד און אנדערע צו פראטעסטירען?
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מוצ"ש ינואר 28, 2017 9:32 pm

אדיר איום האט געשריבן:ברעיקינג! אין א שטארקע קלאפ פאר פרעזידענט טראמפ, האט א פעדעראלער ריכטער ארויפגעלייגט א ״סטעי״ אויף טראמפ׳ס עקזעקיוטיוו ארדער איבער אימיגראציע און דעם ריכטער׳ס אורטייל באדייט אז מענטשן מיט לעגאלע וויזאס וועלן קענען ווייטער אריינקומען אפילו פון די 7 לענדער וואס טראמפ האט פארבאטן.
קול העולם

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:עס איז א סטעי
it only affects people who have already arrived in the United States

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6702
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מוצ"ש ינואר 28, 2017 9:33 pm

פארגעסט נישט אז דאס איז נאר פאר 90 טעג ביז מען קומט אויף מיט א בעסערע סעלושען, אין די אלע לענדער טאר א איד קיינמאל נישט קומען.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

Naftule
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מוצ"ש ינואר 28, 2017 9:34 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:איך בין נישט איינשטומיג מיט טראמפ גאנצע 100 פראצענט, אבער.... איינער ווייסט אז די לענדער זענען גארנישט אזעלעכע וואוילע שעפעלעך אז מען זאל זיך פאר זיי אנעמען???? צו לאזן זיי דען יא אריין יעדעם???? אין כמעט אלע פון די לענדער טאר א איד נישט פארן, דאס איז בייגעפאלן פאר דייטשלאנד און אנדערע צו פראטעסטירען?

נישט ממש, נטורי קרתא קען פארן איבאראל.

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מוצ"ש ינואר 28, 2017 9:34 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:עס איז א סטעי
it only affects people who have already arrived in the United States

אויך פאר די וואס קומען נאך אן.

אן אומפארשעמטע, הויעך אומפראפעסיאנאלע האלב געבאקענע ארבעט פאר א רעגירונג ווי די פאראייניגטע שטאטן. דער פרעזידענט האט ניטאמאל אן אייגענע אטורני דזשענערעל, סאליסיטאר דזשענערעל און אויסערן מיניסטאר און ס׳טוט זיך עקזעקיוטיוו ארדערס אויף אן אומדערהערטע פארנעם!

אזוי זעהט אויס א לאנד אין די הענט פון צייטונג און רעדע שרייבער ווי סטיוו בענאן און מילער. אבער טראמפ וועט הייערן די בעסטע.. איין גאט זאל האלטן די רעכטע הענט.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6702
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מוצ"ש ינואר 28, 2017 9:41 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:

און ווען דיין קרעזעלע האט דאס געוואלט דורכפירען אין סענאט אין יאר 2015?
צוגעלייגטע
IMG_2266.PNG
לעצט פאראכטן דורך אויסגערעכנט אום מוצ"ש ינואר 28, 2017 9:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2646
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מוצ"ש ינואר 28, 2017 9:42 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:עס איז א סטעי
it only affects people who have already arrived in the United States

אויך פאר די וואס קומען נאך אן.

אן אומפארשעמטע, הויעך אומפראפעסיאנאלע האלב געבאקענע ארבעט פאר א רעגירונג ווי די פאראייניגטע שטאטן. דער פרעזידענט האט ניטאמאל אן אייגענע אטורני דזשענערעל, סאליסיטאר דזשענערעל און אויסערן מיניסטאר און ס׳טוט זיך עקזעקיוטיוו ארדערס אויף אן אומדערהערטע פארנעם!

אזוי זעהט אויס א לאנד אין די הענט פון צייטונג און רעדע שרייבער ווי סטיוו בענאן און מילער. אבער טראמפ וועט הייערן די בעסטע.. איין גאט זאל האלטן די רעכטע הענט.

וועם פונקטליך גייט עס אן?

איך פריי מיך אז פיינעלי האב איך א פרעזידענט וואס האלט זיך צו זיינע קאמפיין פארשפרעכונגען.

וואס א נפקײמ צי ער האט אן אטורני דשענערעל צי נישט.

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מוצ"ש ינואר 28, 2017 9:50 pm

איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט שכל׳דיגע, דעטאלירטע, דורכגעטראכטע פאלעסי! פארוואס האסטע באשלאסן זיך צו שטעלן בלויז אויף מיינע ווערטער אז עס ווערן דורכגעפירט מאסיווע עקזעקיוטיוו ארדערס?! דעיס איז אויך א פראבלעם וואס ווען אבאמא איז געווען אין מאכט האבן די רעפובליקאנער נישט אויפגעהערט משוגה מאכן דעם גאנצן עולם און געווארענט פון א בעפארשטייענדע פוטש קעגן די קאנסטיטוציע, אבער נישט דעיס איז די הויפט פראבלעם דא!

די פראבלעם איז דאס וואס איך שרייב גלייך פון אנהייב. דעיס איז א האלב געבאקענע קעיק, געטון אין איילעניש מיט קוים א פערטל פון די טיעם אין טאקט, אן טראכטן געשאסן אן ארדער, פארהאלטן אמעריקאנע ארבייטער, מענטשן פון אנדערע לענדער, גרין קארט האלטערס א.א.וו. אן די מינדעסטע גיידענס פאר די באאמטע בלויז צוריקצושיקן כל מאן דהו.

איי עס ווארט יענעם דעם טויט אין איראק צו ווי? איי יענער וואוינט שוין נישט אין ווייסעך ווי פאר טויזענט יאר?! מאכט נישט אויס. שיק אים אהין. פארוואס? פארוואס נישט. #מעגע.

עס איז שעים און א שרעק אז אזא ווילדע איבערגעאיילטע שריט האט געקענט פאסירן.

אינטערגעציפט
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2014 4:54 pm

תגובהדורך אינטערגעציפט » מוצ"ש ינואר 28, 2017 9:53 pm

סידיראם האט געשריבן:יוסי אויף קולמע איז מוחה נמרצות פארוואס מען רופט דאס אן "מוסלעם בען" ער טענה'ט אז עס איז א בען אויף געוויבע לענדער. ווי למשל א מוסלעמענער פון קאנאדא וואלט מען נישט געמאכט קיין פראבלעים.

ער מאכט דארט א געהעריגע פראטעסט. און ער איז גערעכט.

און ער איז "נישט גערעכט" ווייל קריסטן פון די אלע פארבאטענע לענדער לאזט דער ראסיסט אין טשיף יא אריין!

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:עס איז א סטעי
it only affects people who have already arrived in the United States

נאופס! עס שטעלט אפ "אינגאנצן" די אומקאנסטעטוצינאלע און אומבאלימפערטע עקזעקיוטיווע ארדער. יעדער וואס האט א וויזע קען ווייטער אריין געהעריג ווי ביז יעצט.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מוצ"ש ינואר 28, 2017 9:55 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:עס איז א סטעי
it only affects people who have already arrived in the United States

אויך פאר די וואס קומען נאך אן.

אן אומפארשעמטע, הויעך אומפראפעסיאנאלע האלב געבאקענע ארבעט פאר א רעגירונג ווי די פאראייניגטע שטאטן. דער פרעזידענט האט ניטאמאל אן אייגענע אטורני דזשענערעל, סאליסיטאר דזשענערעל און אויסערן מיניסטאר און ס׳טוט זיך עקזעקיוטיוו ארדערס אויף אן אומדערהערטע פארנעם!

אזוי זעהט אויס א לאנד אין די הענט פון צייטונג און רעדע שרייבער ווי סטיוו בענאן און מילער. אבער טראמפ וועט הייערן די בעסטע.. איין גאט זאל האלטן די רעכטע הענט.

ליסן, בענאן איז געווען געענגט אין צייט. האלאקאוסט מעמאריעל דעי האלט נאר אן פאר פיר און צוואנציג שעה.
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

Naftule
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מוצ"ש ינואר 28, 2017 9:57 pm

אינטערגעציפט האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:יוסי אויף קולמע איז מוחה נמרצות פארוואס מען רופט דאס אן "מוסלעם בען" ער טענה'ט אז עס איז א בען אויף געוויבע לענדער. ווי למשל א מוסלעמענער פון קאנאדא וואלט מען נישט געמאכט קיין פראבלעים.

ער מאכט דארט א געהעריגע פראטעסט. און ער איז גערעכט.

און ער איז "נישט גערעכט" ווייל קריסטן פון די אלע פארבאטענע לענדער לאזט דער ראסיסט אין טשיף יא אריין!

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:עס איז א סטעי
it only affects people who have already arrived in the United States

נאופס! עס שטעלט אפ "אינגאנצן" די אומקאנסטעטוצינאלע און אומבאלימפערטע עקזעקיוטיווע ארדער. יעדער וואס האט א וויזע קען ווייטער אריין געהעריג ווי ביז יעצט.

ווייל קריסטן שטייען צומאל אויס צרות אין איסלאמישע לענדער. שרייען ראסיסט מאכט נישט דיר רעדן מער צום זאך

Naftule
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מוצ"ש ינואר 28, 2017 10:00 pm

IMG-20170128-WA0032.jpg

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6702
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מוצ"ש ינואר 28, 2017 10:01 pm

אינטערגעציפט האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:יוסי אויף קולמע איז מוחה נמרצות פארוואס מען רופט דאס אן "מוסלעם בען" ער טענה'ט אז עס איז א בען אויף געוויבע לענדער. ווי למשל א מוסלעמענער פון קאנאדא וואלט מען נישט געמאכט קיין פראבלעים.

ער מאכט דארט א געהעריגע פראטעסט. און ער איז גערעכט.

און ער איז "נישט גערעכט" ווייל קריסטן פון די אלע פארבאטענע לענדער לאזט דער ראסיסט אין טשיף יא אריין!

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:עס איז א סטעי
it only affects people who have already arrived in the United States

נאופס! עס שטעלט אפ "אינגאנצן" די אומקאנסטעטוצינאלע און אומבאלימפערטע עקזעקיוטיווע ארדער. יעדער וואס האט א וויזע קען ווייטער אריין געהעריג ווי ביז יעצט.

גראדע פאמפט סי ען ען מיט עפעס א קריסט וואס מען לאזט נישט אריין, זעט אויס אז עס איז נישט ממש א מוסלעם בען.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6702
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מוצ"ש ינואר 28, 2017 10:02 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט שכל׳דיגע, דעטאלירטע, דורכגעטראכטע פאלעסי! פארוואס האסטע באשלאסן זיך צו שטעלן בלויז אויף מיינע ווערטער אז עס ווערן דורכגעפירט מאסיווע עקזעקיוטיוו ארדערס?! דעיס איז אויך א פראבלעם וואס ווען אבאמא איז געווען אין מאכט האבן די רעפובליקאנער נישט אויפגעהערט משוגה מאכן דעם גאנצן עולם און געווארענט פון א בעפארשטייענדע פוטש קעגן די קאנסטיטוציע, אבער נישט דעיס איז די הויפט פראבלעם דא!

די פראבלעם איז דאס וואס איך שרייב גלייך פון אנהייב. דעיס איז א האלב געבאקענע קעיק, געטון אין איילעניש מיט קוים א פערטל פון די טיעם אין טאקט, אן טראכטן געשאסן אן ארדער, פארהאלטן אמעריקאנע ארבייטער, מענטשן פון אנדערע לענדער, גרין קארט האלטערס א.א.וו. אן די מינדעסטע גיידענס פאר די באאמטע בלויז צוריקצושיקן כל מאן דהו.

איי עס ווארט יענעם דעם טויט אין איראק צו ווי? איי יענער וואוינט שוין נישט אין ווייסעך ווי פאר טויזענט יאר?! מאכט נישט אויס. שיק אים אהין. פארוואס? פארוואס נישט. #מעגע.

עס איז שעים און א שרעק אז אזא ווילדע איבערגעאיילטע שריט האט געקענט פאסירן.

דאס עגרי איך מיט דיר, איך האב געמיינט אז דו ביסט קעגן די גאנצע געדאנק בכלל, איך האלט אויך אז עס איז זייער רוי, מען דארף עס מער אויסארבעטן.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מוצ"ש ינואר 28, 2017 10:03 pm

Naftule האט געשריבן:
IMG-20170128-WA0032.jpg

און קוק ווי אינטערעסאנט, דאן זענען נישט פולע פליגערס מיט לעגאלע בירגער אפגעשטעלט געווארן ביי דזשעי עף קעי. א חידוש און גארווערנענס: מ׳קען אפשטעלן פראגראמען וואס שאטן פאר נאציאנאלע זיכערהייט אן פאראורזאכן צעפארענישן און איבערקערענישן.
לעצט פאראכטן דורך יואב בן צרויה אום מוצ"ש ינואר 28, 2017 10:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אינטערגעציפט
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2014 4:54 pm

תגובהדורך אינטערגעציפט » מוצ"ש ינואר 28, 2017 10:03 pm

Naftule האט געשריבן:
אינטערגעציפט האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:יוסי אויף קולמע איז מוחה נמרצות פארוואס מען רופט דאס אן "מוסלעם בען" ער טענה'ט אז עס איז א בען אויף געוויבע לענדער. ווי למשל א מוסלעמענער פון קאנאדא וואלט מען נישט געמאכט קיין פראבלעים.

ער מאכט דארט א געהעריגע פראטעסט. און ער איז גערעכט.

און ער איז "נישט גערעכט" ווייל קריסטן פון די אלע פארבאטענע לענדער לאזט דער ראסיסט אין טשיף יא אריין!

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:עס איז א סטעי
it only affects people who have already arrived in the United States

נאופס! עס שטעלט אפ "אינגאנצן" די אומקאנסטעטוצינאלע און אומבאלימפערטע עקזעקיוטיווע ארדער. יעדער וואס האט א וויזע קען ווייטער אריין געהעריג ווי ביז יעצט.

ווייל קריסטן שטייען צומאל אויס צרות אין איסלאמישע לענדער. שרייען ראסיסט מאכט נישט דיר רעדן מער צום זאך

זאגזשע, האסט געטראכט איין סעקונדע בעפארן ענטפערן?

מוסלומענער אין סיריע שטייען נישט אויס קיינע צרות?

און אפילו איך נעם אן ווי דיר. לאמיר זאגן אז מוסלומענער זענען רוהיג און נאר קריסטן שטייען אויס דארט סכנות און דעריבער לייגט מען ארויף דעם בען נאר אויף די מוסלומענער.

מאכט עס טאקע אפעקטיוו: א "מוסלום" בען.

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2643
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » מוצ"ש ינואר 28, 2017 10:09 pm

Reminder: The 19 hijackers on 9/11 were from #SaudiArabia (15), the #UAE (2), #Egypt (1), and #Lebanon (1)

None of those countries are listed
Democrats need to start getting elected by doing things right, not waiting for someone else to do something wrong.

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6887
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מוצ"ש ינואר 28, 2017 10:11 pm

וויפל מענטשן זענען דיטעינד?
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט