פרעזידענטליכע פארבאט אויף אימיגראנטן און פליטים פון זיבן לענדער

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

מטעמים, כ'האב נישט קיין השגה וואס דו שרייבסט דא.

מ'רעדט פון ניקסאן און ווייטער. מאך עס פון קארטער און ווייטער.

אז דו ווילסט דן זיין אויף די פרעזידענטן בעפאר זיי, אדרבה. עס איז געווען אפאר גאר גוטע רעפובליקאנער פרעזידענטן, לינקאלן, טעדי רוזוועלט, און אפשר נאך. אייזענהאוער איז נישט געווען ווייסעך וואס. ניקסאן האב איך געשריבן, קען זיין זיין ערשטע טערמין און אנפאנג צווייטע איז פיין געווען. כאטש איך פארשטיי נישט פארוואס דו שמירסט אן וויעטנאם אויף ל.ב.זשעי און נישט ניקסאן.

לעומת זה פ.ד.ר. און קענעדי ביי די דעמאקראטן הייסן באמבע'ס, טרומאן'ס נייטראל, און זשאנסאן האט עפעס א נאכ'טעם ווען מ'רעדט פון אים. אבער ער איז אינפיניטלי בעסער פון זיין רעפובליקאנער אפאנענט פארשטייט זיך.

און איך זאג נישט אז קארטער איז געווען א קענעדי, צי קלינטאן א רוזוועלט. און די הצלחה פון א פרעזידענסי ווענדט זיך אין נאך פאקטארן אויך אויסער די פערזענליכע טויגליכקייט פונעם פרעזידענט, רעיגען הייסט נאך היינט ביי רוב אמעריקאנער א גוטע פרעזידענט ווייל ער האט אפגעקויפט אמעריקע מיט זיין געשליפן צינגל און סעלעבריטי פערסאנאליטי, חוץ ביי די מיעוט מענטשן וואס פארשטייען עקטשועלי וואס א גאווערמענט איז אלל אבאוט, ביי זיי איז ער א פרעזידענט וואס נוח לו שלא נברא.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

דו מיזט מאכען א דעסיזשען אויב דו גייסט בעיסד אן פערסעפשאן אדער נישט?! אויב גייסטו בעיסד אן פערסעפשען לייג איך אריין קלינטאן און דו לייג אריין רעיגען!

אויב איז דיין מעסטער בעיסד אוף עפעקטיוונעס לייג איך אריין בוש 43 און דו קענסט אריינלייגען אבאמא.

קענסט (קענסט, ווייל קיינער שטעלט דיר נישט אראפ) נישט דרייען מיט די פאקטען אן קיין פארוואס אדער פאר ווען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

פארשטייט זיך אז פערסעפשאן איז די לעצטע זאך וויאזוי צו מעסטן.

און בוש 43 רענקט טאקע זייער הויך אין אפעקטיוונעס - זייער א בעד אפעקט
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

באריכטן זאגן אז טראמפ האט געפלאנט היינט אונטערצושרייבן די נייע טרעוועל בען אבער נאך די פאזעטיוועטי דעקונג פון זיין רעדע האט מען דאס אפגעשטיפט נישט ארויסצולאזן די לופט

עקסטער זאגן באריכטן אז די אדמיניסטראציע - אויף די רוף פון די גענעראלן - באטראכטן אראפצונעמען איראק פון די נייע בען
אוועטאר
שואף
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 28, 2017 2:18 pm
לאקאציע: אויף די לינקע זייט פון די תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואף »

מי חכם האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:WH request for report to back travel ban prompts dissent, concern among some intel officials https://t.co/joViwQAHoH


עס וועט נישט זיין די ערשטע מאל א (רעפובליקען) אדמיניסטראציע טוט דאס, בוש 43 ביי די איראקער קריג האט דאך געאון גאס זעלבע און נאך אויף פיל א ערגערע פארנעם מיט די סי איי עי.

די איראניע איז נאר, ווי דער סיסטעם דא אין אמעריקע גייט אין סייקלס. מ'ערוועלט א קאמפעטענטן פרעזידענט (עפי"ר א דעמאקראט), ער פירט דאס לאנד גוט. גאנץ שנעל ווערן די וויילער מיד און מ'ערוועלט א טויגעניכטס (געווענליך א רעפובליקאנער) וואס איז באליבט ביי די אמעריקאנער טפשים ווייל ער שעירט זייערע וועליו'ס - ער פארשטייט פונקט ווי זיי צו פירן דאס לאנד... און וואונדער איבער וואונדער, ער לייגט דאס לאנד חרוב. אז ס'איז צרות וועלט מען שנעל אריין א דעמאקראט. ער פיקסט די זאך. אבער דער פאלק איז שוין ווידער מיד. שטעלט זיך אויף א דעמאגאג און ער ברענגט די פריערדיגע אומקאמפעטענטע רעפובליקאנער אדמין (און זייער באצווינגען די אינטעליזשענס אגענטורן לטובתם) ווי א ראיה אז מ'דארף אים ערוועלן..

סאו דער קומענדיגער רעפובליקאנער דעמאגאג אין 8 אדער 12 יאר ארום האט שוין זיין ארבעט אויסגעשניטן פאר אים... אנצייגן אויף די טראמפ אדמין שפיאנאזש מאניפולאציע ווי א ראיה אז די שפיאנאזש אגענטורן ווייסן נישט וואס זיי רעדן..

איך האב נישט געוויסט אז בוש האב ובוש הבן זענען ערוועלט געווארן צוליב זייער דעמאגאגיע און טראמפ צוליב זיין כאריזמע
און קלינטאן און אבאמע זענען ערוועלט געווארן נאר צוליב זייער קאלטע לאגיק טראץ דעים וואס זיי האבן זיך נישט קאנעקטעט מיט די וויילער און געליטן פון א מאנגל און כארזימע (אינטערעסאנט נאר ווי אזוי האט אבאמא אנגעצויגן אזאנע גרויסע ראלי'ס ? קשיא)
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

יש ברירה האט געשריבן:באריכטן זאגן אז טראמפ האט געפלאנט היינט אונטערצושרייבן די נייע טרעוועל בען אבער נאך די פאזעטיוועטי דעקונג פון זיין רעדע האט מען דאס אפגעשטיפט נישט ארויסצולאזן די לופט

עקסטער זאגן באריכטן אז די אדמיניסטראציע - אויף די רוף פון די גענעראלן - באטראכטן אראפצונעמען איראק פון די נייע בען

אויך געהערט. אבער איך ווייס נישט וויאזוי מ'ערלויבט זיך צו שפילן פאליטיק מיט אמעריקע'ס זיכערהייט. אויב איז די סיבה פונעם בען, א באלדיגע געפאר פאר אמעריקע, וויאזוי קען מען עס לאזן זיצן דריי טאג?? ווער ווייסט ווער עס קען זיך אלץ אריינבאקומען אין די צייט.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

לויט באריכטן וועט טראמפ היינט אונטערשרייבן א פרישע טרעוועל בען אויף זעקס פון די זיבן לענדער וועלכע זענען געוועהן א טייל פונעם ערשטן בען. די לאנד וועלכע װערט אראפגענומען פון די ליסטע, איראק.

לױטן נייעם בען - וועלכע איז איבערגעארבעט געווארן עס זאל קענען איבערלעבן א קארט טשעלענדזש -וועלן בירגער פון סודאן, סיריע, איראן, ליביע, סאמאליע און תימן וועלכע האבן נישט קיינע וועליד וויזעס אדער זענען נישט קיין לעגאלע אמעריקאנע איינוואונער (די זאכן ווערן קלאר אויסגעשמועסט אינעם נייעם ווערסיע) נישט קענען רייזן צו אמעריקע פאר די קומענדע 90 טאג

(די חלק פארשטיי איך נישט... די ערשטע בען איז געוועהן פאר ניינציג טאג צו קענען אויסארבעטן א נייע וועטינג סיסטעם. וואס האבן זיי געטוען די לעצטע פאר וואכן?)

נאך א חילוק איז דא, אין די נייע בען ווערן די סיריע רעפיודשיס באהאנדעלט פונקט ווי אלע אנדערע, און וועלן ווערן אפגעהאלטן פאר די קומענדע 120 טאג. אנדערש ווי די ארגינעלע בען וועלכע האט זיי אפגעהאלטן "אינדעפעניטלי" (אן קיין צייט)

און אנדערש ווי די ערשטע בען װעלכע איז געוועהן אפעקטיוו תיכף נאכן אונטערשרייבן - צוליב וואס לויטן פרעזידענט, וואלט א אפשטיפונג אין עס אינפארסירן געפירט צו דעם אז טעראריסטן זאלן זיך יאגן אריין צוקומען איידערן דעדליין - וועט די נייע בען ערשט זיין אפעקטיוו אין צעהן טאג, מארטש 16
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

נאך א דעטאל. דער בען פאר נייע וויזעס וועט אריינגיין אין עפעקט רעטראעקטיוולי. דאס מיינט, אז וויזעס וואס זענען פארטיילט געווארן זינט די ערשטע עקזעקוטיווע ארדער וועלן ווערן אנולירט.
טאנץ 2
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאנץ 2 »

מזל טוב


א נייע בען ארדער איז געווארן אינטערגעשריבן.
לעצט פארראכטן דורך טאנץ 2 אום מאנטאג מארטש 06, 2017 11:59 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

איראק איז טאקע נישט אין די בען, די משל וואס האט פארענטפערט די בען...

מען קען ערווארטן צענדליגע "באולינג גרין מעסעקערס" אין די קומענדע וואכן :evil:
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

דער איד דעילי:
באריכט: אויסלענדישע ווערן ראדיקאליזירט אין אמעריקע
וואשינגטאן – א באריכט פון דער פעדעראלער היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט צייגט, אז א מערהייט פון אויסלענדישע-געבוירענע טעראריסטן וועלכע פירן דורך טעראר אפעראציעס און אקטיוויטעטן אויף אמעריקאנער באדן, זענען נישט געקומען קיין אמעריקע שוין זייענדיג ראדיקאליזירט, נאר זיי זענען ערשט ראדיקאליזירט געווארן צו דזשיהאד עטליכע יאר נאכ'ן אריינקומען קיין אמעריקע. א ווארטזאגער פאר דער היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט האט באשטעטיגט די אויטענטישקייט פונעם באריכט, און דעמאקראטישע פאליטישאנס אין וואשינגטאן האבן זיך ארויפגעכאפט דערויף, זאגנדיג אז דאס צייגט ווי פרעזידענט טראמפ'ס פלענער, איינצושטעלן שטרענגע פארהערן אויף בירגער פון מוסולמענער לענדער וועלכע ווילן אריינקומען אין אמעריקע, קען נישט זיין אפעקטיוו, ווייל די סארט מענטשן קומען אריין אלס פרידליכע און אנשטענדיגע, אן קיין שום היסטאריע פון ראדיקאלע אקטיוויטעטן, און זיי ווערן ערשט דאהי ראדיקאליזירט.
ע"כ

עס איז צום שטוינען ווי די זעלבע דעמאקראטן קענען איין מינוט שרייען אז די בען פעלט נישט אויס ווייל אלע מוסלעמענער זענען פרידליך און ווער עס זאגט אנדערש איז א ראסיסט און נאצי, און א מינוט דערויף, ווען עס קומט ארויס א רעגירונג באריכט איבער זייער שעדליכקייט, שרייען זיי ''ס'העלפט סייווי נישט!!''

אפשר וואלט א פולשטענדיגע פארבאט אויף מענטשן פון לענדער מיט נייגונגען צו טעראר יא געארבעט? אבער דאס לאסטו דאך נישט ארויפלייגן, ווייל ס'איז ראסיסטיש.

און נאכדעם ווען עפעס וועט חלילה געשען, וועלן זיי שרייען אז טראמפ קען נישט היטן קעגן טעראר.

#היפאקריטיע בתפארתו
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

אין אנדערע נייעס האט רויטערס טוויטער אקאונט געטוויט אז איבער 300 מענטשן וואס זענען אריינגעקומען אין אמעריקע אלס פליטים זענען אונטער אויספארשונג פאר אייסיס פארבינדונגען, באשטעטיגנדיג די טענה פון פרעזידענט טראמפ אזדי ביז יעצטיגכע וועטינג פראצעדור איז נישט גענוג.
אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס האט באשטעטיגט די באריכט.

סארסעס גיבן איבער פאר די משה זוך מיר נעטווארק אז א לעצטיגע גוגל סירטש האט געוויזן אז די נייעס איז בכלל/כמעט נישט באריכטעט געווארן דורך די 'מעינסטרים' מידיע.

קאמענטארן זענען איבריג
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

יש ברירה האט געשריבן:
(די חלק פארשטיי איך נישט... די ערשטע בען איז געוועהן פאר ניינציג טאג צו קענען אויסארבעטן א נייע וועטינג סיסטעם. וואס האבן זיי געטוען די לעצטע פאר וואכן?)




מיט א מעגליכקייט צו פארלענגערן
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

סטעיט אוו האווייאי פיילט א טי אר או.
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

קעגן וועם?
I reserve the right to disagree
12:56
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

@KolHaolam: WASHINGTON: Illegal border crossings were down 40% last month, a sign that Trump's hardline rhetoric and policies on immigration is working.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

wow!!
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

איך האב נישט קיין נערווען צו איבערשרייבן, אבער עס לוינט זיך צו ליינען... בעיסיקלי שטייט איבער א איראקער שגץ וואס האט איינטייל גענומען אין די אויפשטאנד אין איראק און געהאט א חלק די טויט פון אמעריקאנער זעלנער איז אריינגעקומען קיין אמעריקע אלס רעפוידזשי, אין די הייסטע צייטן, הארט פאר די אלעקשאנס... יא דעמאלץ ווען די דעמאקראטן האבן נאך געלאכט פון טראמפ...

http://fxn.ws/2mk1F4n
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

כאפצעם האט געשריבן:סטעיט אוו האווייאי פיילט א טי אר או.

און יעצט אויך וואשינגטאן סטעיט
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

כאפצעם האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:סטעיט אוו האווייאי פיילט א טי אר או.

און יעצט אויך וואשינגטאן סטעיט

און ניו יארק און ארעגאן
אוועטאר
הער צו
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2016 11:23 am
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הער צו »

פארוואס איז איראק אראפ גענומען געווארן פון די ליסטע, זענען זיי געווארן מער סימפאטיש צו אמעריקא זייט די ערשטע 'בען' ??
דו הערסט מיך?? יא יא, איך 'הער צו'.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

זיי האבן זיך צוגעשטעלט צו די וועטינג סיסטעם וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט פארלאנגט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
הער צו
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2016 11:23 am
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הער צו »

זאכליך האט געשריבן:זיי האבן זיך צוגעשטעלט צו די וועטינג סיסטעם וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט פארלאנגט.

יא, אבער אפי' זיי ווילן קענען זיי נישט??
דו הערסט מיך?? יא יא, איך 'הער צו'.
תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורה לערנער »

האווייאי זשאדזש בלאקירט די איבערגעפרישטע טרעוול בען פין אריינגיין אין קראפט מארגן...
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

Federal judge in Hawaii blocks Trump's new travel ban just hours before it was set to go into effect

Updated 6:54 PM ET, Wed March 15, 2017


(CNN)A federal judge in Hawaii has blocked President Donald Trump's new travel ban on Wednesday afternoon, hours before the ban was set to go into effect.

This ruling means that travelers from six Muslim-majority countries and refugees will be able to travel to the US.
The Trump administration took over a month to rewrite the travel ban order after multiple federal courts blocked its implementation last month.
Unlike the previous executive order, the new one removed Iraq from the list of banned countries, exempted those with green cards and visas, and removed a provision arguably prioritizes certain religious minorities.

Despite this changes, US District Court Judge Derrick Watson concluded that the new executive order still failed to pass legal muster


https://t.co/Z9I8Igzc90
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”