די וואנט - פאליטיק צווישען אמעריקע און מעקסיקאו

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חיים יענקל
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יענקל »

ווישוואש האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:די אידישע געמיינדע אין מעקסיקא איז אנגעווייטאגט אויף ביבי נתני' פאר זיין אומ'אחריות'דיגן טוויט ווואס האט געברענגט אן אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם אין מעקסיקאו.
מתערב על ריב לא לו.

די אידישע געמיינדע? דער 'רב מטעם' וואס לעבט פונעם רעגירונג קאסע, און האט לכאורה געשיקט דעם בריוו אויפ'ן באפעל פון זיינע בעלי בתים.


וואס איז אזוי שווער צי פארשטיין אז די רייצערישע ביבי טוויט על ריב לא לו, ברענגט נישט קיין בעטעמטע רעזולטאטן פאר די יודישע געמיינדע?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

סיניש שווער צו פארשטיין, ס'קען זיין אז זיי זענען אנגעווייטאגט און ס'קען זיין אז נישט... אידער וועי איזעס נישט רעלעווענט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

נתניהו ארט בכלל נישט אנצוזייען אנטיסעמעטיזם אין מעקסיקא, דאס איז הערצלס ארגינאלע פלאן... און די וואנט איז נאר א פלאס פאר אים, אז די דארטיגע אידן זאלן זיך נישט קענען אריינשווערצן קיין אמעריקע...
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:סיניש שווער צו פארשטיין, ס'קען זיין אז זיי זענען אנגעווייטאגט און ס'קען זיין אז נישט... אידער וועי איזעס נישט רעלעווענט...


סקען זיין אז נישט? נאר וואס, זיי זענען מסתם זייער צופרידן, זייער וויכטיג פאר זיי אז דאס אידיש לאנד האט גענומען א שטעלונג אומגעפרעגט, סברענגט א שטארקע אהבת ישראל אטמאספערע אין לאנד.

נישט יעדע זאך וואס האט א שייכות מיט טראמפ דארפסטו פארענטפערן, פאליטישע בלינדקייט האט אויך א שיעור.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ס'קען זיין אז סיז נישט גוט פאר זיי, אבער פון דארט ביז ארויסקומען מיט א בריוו איז פארט א מהלך... סאו ווען סיז דא א בריוו מעג מען קלערן צו סיז פון זיי אדער פון א רעגירונג'ס רב וואס וויל געפעלן די רעגירונג...

איך פארענטפער נישט יעדע זאך פון טראמפ, איך ווייז נאר אן די בלינדקייט פון די קעגנער...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
חיים יענקל
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יענקל »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ס'קען זיין אז סיז נישט גוט פאר זיי, אבער פון דארט ביז ארויסקומען מיט א בריוו איז פארט א מהלך... סאו ווען סיז דא א בריוו מעג מען קלערן צו סיז פון זיי אדער פון א רעגירונג'ס רב וואס וויל געפעלן די רעגירונג...

איך פארענטפער נישט יעדע זאך פון טראמפ, איך ווייז נאר אן די בלינדקייט פון די קעגנער...


אינטערעסאנט אז מיט דיין אביעקטיווקייט טרעפסט נישט ווי אנצוווייזען די בלינדקייט פון זיינע שטיצער... מן הסתם האסטו נאך פשוט נישט געטראפן ווי מען קען עס אנצייגען...

לענינינו, סמאכט נישט צופיל אויס צו מען האט געהייסען צו זיי אליינס האבן עס ארויסגעבן, להודיע האט געברענגט א נייעס, וואס כל מי שיש לו שכל בקדקדו פארשטייט אז סאיז נישט קיין בעטעמטע געשעפט פאר די יודישע געמיינדע די טוויט פון דעים דל גאה, אין איך גלייב שווער אז די וועסט דיסאגרען דערויף.. אבער היות סרירט אן די נושא פון טראמפ מוז מען דאך עס פארענטפערן... אין ממאכט א גאנצע לומדות אז זיי האבן עס נישט געשיקט.. אין ווער ספארשטייט עס נישט איז פשוט בלינד...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

סיז ראטזאם זאלסט איבערקוקן די השתלשלות הדברים און איבערליינען דיין תגובה, מעגליך אז דו וועסט פארעכטן דיינע טעותים...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
חיים יענקל
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יענקל »

זיי מער נישט חושד אז איך האב עס נישט איבערגעקוקט פארן שרייבן. אבער ליתר שאת האב איך עס נאכאמאל געטוהן. קיין טעותים, איו סאיז זייער קלאר מיין נקודה.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך האדער נישט געוואלט חושד זיין אז דו כאפסט פשוט נישט אדער אז דו מאכסטעך דיירעקט ווי דו כאפסט נישט, האבעך געטראכט אז סיז א פשוטע טעות... אבער אז דו זאגסט אז נישט, ווייסעך נישט וואס צו טראכטן ווייטער...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
חיים יענקל
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יענקל »

וואלסט געקעירט אביסל צו עקספלעינען? ..
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

רינגע גאנגע ראוזי...


(ניש אזוי זאגט מען עס?)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

חיים יענקל האט געשריבן:וואלסט געקעירט אביסל צו עקספלעינען? ..



נאופ! איך האלט נישט ביים וועיסטן קיין צייט, ווען איך זעה קלאר אז דו ביסט נישט ביכולת אדער דו ווילסט נישט פארשטיין... סארי...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פאר אנדערע וואס ווילן יא פארשטיין...

איינער האט דא געברענגט א בריוו פון א רב אדער א קהילה אין מעקסיקא און צוגעשריבן אז די אידישע געמיינדע אין מעקסיקא איז אנגעווייטאגט אויף ביבי... א צוווייטער האט געברענגט א צווייטע פוינט אוו וויא, אז ס'מוז נישט זיין אז די געמיינדע איז אנגעווייטאגט, ס'קען זיין אז דער רב מוזעס טוהן אלס די רעגירונג...

האט איינער געפרעגט פארוואס סיז שווער צו פארשטיין אז זיי זענען אנגעווייטאגט, האב איך אים געענטפערט אז סיז נישט שווער צו פארשטיין, אבער פון נישט שווער צו פארשטיין ווערט נאכניש קיין פאקט און מ'מעג אויך קלערן אנדערש...

קומט חיים יענקל און זאגט אז איך זעה נאר איין זייט...

קוקטס איבער די שמיעס דא...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
חיים יענקל
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יענקל »

א גוטע עצה טאקע עס איבערציקוקען ונראה למי החותמת..

אין ווי די זאגסט לאמיר נישט וועיסטען קיין צייט.. וואס זאל איך טוהן אז איך בין נישט געבענטשט מיט דיין אביעקטיווקייט.. מיילא בין איך נישט ביכולת אדער איך וויל נישט פארשטיין..

צוריק צו די מעקסיקא וואנט..
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

נתניהו האט היינט ביי די קאבינעט זיצונג אראפגעריסן די לינקע מידיע און ארויסנעמען זיין טוויט פון פראפאראץ. ״ווער האט אפי׳ גערעדט פון מעקסיקא,״ האט ער געפרעגט, צולייגענדיג אז די מידיע פירט א ״באלשעוויק״ קריג קעגן אים אין זיין פאמיליע.

[offtopic]אז איר פילט פאר גאר וויכטיג מוחה צו זיין און פארשפרייטן דעם רבי׳ן׳ס שיטה יעדעס מאל איר באקומט א פינג אז די ווארט ׳נתניהו׳ איז דערמאנט געווארן אין א תגובה, אדער אויב איר האט נישט וואס צוצעלייגן אויסער ׳רשע׳, ׳שגץ׳ און ׳עוכר ישראל׳, ביטע טוט עס אן ציטירן מיינע תגובות. א דאנק.[/offtopic]
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

איך האב געזאגט, אז די האסט געזאגט, אז איך האב געזאגט, אז די האסט געמיינט, אז איך האב געזאגט, אז די מיינסט, אז איך זאג, אז די זאגסט, אז איך מיין, אז די זאגסט, אבער עכט האסטו געמיינט, אז איך האב געזאגט, אז איך מיין אז די זאגסט, אז איך זאג אז די מיינסט, אז איך זאג וכו
#אייוועלט2017
לעצט פארראכטן דורך פרידן אום מאנטאג יאנואר 30, 2017 2:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חיים יענקל
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יענקל »

יואב בן צרויה האט געשריבן:נתניהו האט היינט ביי די קאבינעט זיצונג אראפגעריסן די לינקע מידיע און ארויסנעמען זיין טוויט פון פראפאראץ. ״ווער האט אפי׳ גערעדט פון מעקסיקא,״ האט ער געפרעגט, צולייגענדיג אז די מידיע פירט א ״באלשעוויק״ קריג קעגן אים אין זיין פאמיליע.

[offtopic]אז איר פילט פאר גאר וויכטיג מוחה צו זיין און פארשפרייטן דעם רבי׳ן׳ס שיטה יעדעס מאל איר באקומט א פינג אז די ווארט ׳נתניהו׳ איז דערמאנט געווארן אין א תגובה, אדער אויב איר האט נישט וואס צוצעלייגן אויסער ׳רשע׳, ׳שגץ׳ און ׳עוכר ישראל׳, ביטע טוט עס אן ציטירן מיינע תגובות. א דאנק.[/offtopic]



פון וועלכע וואנט דען האט ער גערעדט?
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
איך פארענטפער נישט יעדע זאך פון טראמפ, איך ווייז נאר אן די בלינדקייט פון די קעגנער...


lol
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

די וואנט וואס טראמפ וויל בויען ביי די דרום אמעריקאנע גרעניץ. וואס האט שטיצן די געדאנק פון א וואנט אלץ א גוטע מעטאד צו באשיצן א גרעניץ מיטן אראפרייסן די לאנד וואס איז אויף די אנדערע זייט?
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

יואב בן צרויה האט געשריבן:די וואנט וואס טראמפ וויל בויען ביי די דרום אמעריקאנע גרעניץ. וואס האט שטיצן די געדאנק פון א וואנט אלץ א גוטע מעטאד צו באשיצן א גרעניץ מיטן אראפרייסן די לאנד וואס איז אויף די אנדערע זייט?

איך האלט גראדע ווי דיר (איך האב עס שוין געשריבן עטליכע מאל דא) די חילוק איז נאר אז איך ווייס ווער טראמפ איז, סאו איך האב נישט קיין פראגעס, זעט אויס אז דו האלטס יא טראמפ פאר א נארמאלער מענטש און דו ערווארטס עס צו זען אין זיינע מעשים.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

דור הפלגה אלערט
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

רייט... יואב האט נישט געקוואוט האב געמיינט אז רעד זיך אפ אויף טראמפ פארן שאנטעזירען מעקסיקא.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

להודיע האט געשריבן:דור הפלגה אלערט

;l;p-
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

ביבי האט געבעט מחילה פון מעקסיקו... ער האט געזאגט אייים סארי
איזי
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

די דעפארטמענט אוו האומלענד סעקיורעטי האט ארויסגעגעבן א רעפארט איבער זייער אינערליכע אויספארשונג אויף די "מעקסיקאנע וואנט".

לויט זייער באריכט וועט די וואנט נעמען קרוב צו 4 יאר צו בויען און קאסטן 21.6 ביליאן.

די DHS שאצונג איז אין שארפן קאנטראסט צום ווייסן הוז וואס שאצט אז ס'וועט קאסטן 7-10 ביליאן און נעמן 2 יאר.
לעצט פארראכטן דורך כאפצעם אום דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 6:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”