פרעזידענט טראמפ'ס מלחמה מיט די מידיא (און מיט פאקטן)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » זונטאג ינואר 22, 2017 4:14 pm

און פארוואס טאר ער נישט ארויסטראגען די MLK סטאטו?!

האט ער נישט אייגענע רעכטען צו באשליסען וואס ער וויל זען דארט?!

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג ינואר 22, 2017 4:17 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:און פארוואס טאר ער נישט ארויסטראגען די MLK סטאטו?!

האט ער נישט אייגענע רעכטען צו באשליסען וואס ער וויל זען דארט?!


דא קומט אריין די רעווערס דיסקרימינעישאן (קרעדיט היימישער אינגערמאן) פון די ליבעראלע.
אבאמא מעג און טראמפ טאר נישט.
ווייל אבאמא איז שווארץ און טראמפ איז ווייס.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

זאל זיין אזוי
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2015 2:26 pm

תגובהדורך זאל זיין אזוי » זונטאג ינואר 22, 2017 4:20 pm

זאכליך האט געשריבן:
א ריפארטער וואס איז געווען אין די אוועל אפיס פרייטאג, האט געזעהן די באסט פון טשוירטשעל אבער ער האט נישט געזעהן די באסט פון MLK ווייל ס'איז געווען פארשטעלט דורך אן אנדערע מענטש. נאך פארן וועריפייען צו מ'האט ארויסגעטראגן די באסט פון MLK און פארוואס, האט ער שנעל ארויסגעשיקט א ריפארט אז טראמפ האט ארויסגעווארפן די באסט פון MLK ווייל ער איז א ראסיסט.


לייג צו אז די מידיא האט תיכף ומיד צוריק געצויגען דעם באריכט משא"כ צוריק ציען ביי די טראמפ טיעם איז נישט פארהאנען!

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג ינואר 22, 2017 4:24 pm

די ווארט איז נישט אויב מ'האט צוריקגעצויגן אדער נישט.
די ווארט איז אז מ'כאפט זיך ארויף אויף יעדע ברעקל נעגעטיווע נייעס און מ'לויפט עס באריכטן.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

זאל זיין אזוי
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2015 2:26 pm

תגובהדורך זאל זיין אזוי » זונטאג ינואר 22, 2017 4:25 pm

:o
פנחס בן חיים האט געשריבן:און פארוואס טאר ער נישט ארויסטראגען די MLK סטאטו?!

האט ער נישט אייגענע רעכטען צו באשליסען וואס ער וויל זען דארט?!


זיי מעגען נישט באריכטען? אויב זיי האבען אזוי באמערקט? די זאגסטעך אליין אז ווען אבאמא האט ארוסגענימען טורטשעל איז עס פינקט אזוי געווען באריכטעט. ...

מע'האקט. ....

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » זונטאג ינואר 22, 2017 4:28 pm

ערנסט גערעדט, איך האלט אז די גאנצע סימאטאכע מיט די מידיע איז איין זאך, אז דאס איז געווען א מורא'דיגע שטארקע לינקע טאל, מ'דארף האבן ניסים זיי איבערצוקומען און קענען געווינען, זיי דינען די אינטערסען פון די לינקע 100%, עס איז דא אסאך סיבות פארוואס.

האט טראמפ באשלאסן געענדיגט, מ'גייט זיי דיסקרעדיטען, מ'גייט זיך מיט זיי שלאגן טאג אין נאכט, זיי זענען ביז היינט כלומרשט געווען דורכזיכטיג, דאס הייסט ווען א ריפארטער פרעגט עפעס, האט עס געמיינט די פאלק פרעגט, און ווען זיי מעלדן עפעס איז עס די פאקט, עס איז קיינמאל נישט געווען ווער עס זאגט וואס, אבער טראמפ זאגט נא מאר.

מ'גייט זיך טאג און נאכט ארום שלאגן, האסט יא געזאגט, נישט געזאגט, די טשענאל האט געזאגט, די אנדערע טשענאל האט גזאגט, דו ביזט פעיק, יענער איז קודם.. בקיצור יעדע נייעס יעדע קשיא ווער האט עס געזאגט, ווער האט ריפארטעד? נישטא מער אזא זאך האסט ג'הערט די נייעס, מ'האט געמאלדן היינט... ווער האט געמאלדן? פון ווי ווייסן זיי?

ס'גייט פארלירן די סטאטוס אין אמעריקע און אין די וועלט, יעדע נייעס וועט קומען מיט א גרעין אוו סאלט, און נישט נאר דאס, נאר די מידיע גייט עס פילן, און וועלן זייער שטארק ווייזן אז זיי זענען נישט איינזייטיג, און ס'וועט זיי קיין סאך נישט העלפן, אבער די רעכטע גייען נאר פארדינען.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג ינואר 22, 2017 4:48 pm

זאל זיין אזוי האט געשריבן:זיי מעגען נישט באריכטען?

מעגן, מעגן זיי אלעס, פרידאם אף ספיעטש. אבער די טראמפ אדמיניטראציע האט רעכט זיי צו טשעלענטשען און דיסקרעדיטן.

זאל זיין אזוי האט געשריבן:אויב זיי האבען אזוי באמערקט?

זאלן זיי זיך א טראפקעלע נאכפרעגן פארן שרייען "ראסיסט".

זאל זיין אזוי האט געשריבן:די זאגסטעך אליין אז ווען אבאמא האט ארוסגענימען טורטשעל איז עס פינקט אזוי געווען באריכטעט. ...

1. ס'איז געווען אן אמת'ע מעשה
2. מ'האט נישט געשריגן ראסיסט
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג ינואר 22, 2017 4:53 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:
ווי געדענקט איז פאר פרעזידענט בוש נישט אנגעגאנגען וואס די מידיא האט געזאגט, ער האט זיך אויסגעלאכט. פיל אנדערש איז פארן נייעם הויכגעשעצטן מלוכה פאטריאך ירום הודו וועלכער ארבייט אימערמידליך אויפצובויען א פאזיטיווע ברענד פאר זיין דינאסטיע

איך האב דעמאלטס געהאלטן אז בוש טוט גוט, ער טוט זיין ארבעט מיט א אמתדיגקייט אן זיך רעכענען וואס מען גייט זאגן, למעשה א דאנק די מידיע׳ס אראפרייסן בוש, און די ריפאב׳ס האבן נישט צוריקגעפייט איז געקומען א אבאמא, און די ריפאבליקאנער זענען געווען פארשעמט וואס ווען נישט אבאמא פירט די לאנד ווי ער האט עס געפירט וואלטן די ריפאבליקאנער נאך היינט געליטן דערפון.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג ינואר 22, 2017 5:04 pm

די אלע וואס זעען א פוטין רעגירונג בקרוב, זאלן מוחל זיין געהעריג מסביר זיין אין יורידישע שפראך וויאזוי ס'גייט זיך דערקייקלען צו אזא מצב..

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג ינואר 22, 2017 7:00 pm

איך זעה נישט - האפנטליך - קיין פוטין רעגירונג בקרוב. אבער וויאזוי עס געשעט איז נישט אזוי שווער. עס פאסירט א מעגא טעראר אטאקע (אויב די אראבער ווילן נישט, קען פוטין עס דעליווערן... ע"ע מאסקווע הייזער באמבארדירונגען אין 99', און נאכער באשולדיגט די טשעטשניע רעבעלן), טראמפ דערקלערט מארשאל לאו, און די רעסט איז היסטארי. דאס איז נאך פשוט'ער ווי א פוטין רעגירונג. דאס איז א היטלער רעגירונג.

פוטין איז נאך יעצט א עמטליכע דעמאקראטישע רעגירונג, און פולקאם אויסגעהאלטן לויטן געזעץ. אלל איט טוק איז ארעסטירן אפאר באמת קארופטירטע עסטאבלישמענט (עשירים) פון זיינע שונאים, (בעת זיינע פריינט זענען אימיונט), אראפ ווישן אפאר זשורנאליסטן (עגעין, אויב טראמפ קען נישט אליין, פוטין טו די רעסקיו...), און פערטיג.

און מאכט נישט קיין טעות - די סכנה איז פיל גרעסער אויב טראמפ איז סוקסעספול אין צושטעלן זשאבס פרנסה און העלטקעיר. פוטין, טשאוועז און אנדערע אזאלכע 'סאפט דיקטאטורן' זענען נאר אזוי שטארק ווי זייער מעגליכקייט צושטעלן ברויט מיט פוטער אויף די טישן פון די איינוואוינער. רוב מענטשן קעירן זעלבסט פארשטענדליך מער פאר עלעמענטארע געברויכן ווי פאר עליוסיוו פרייהייטן. פארוואס זאל א מידוועסטערן מענטש מסכים זיין אויפצוגעבן זיין פרנסה כדי די 'דיסהאנעסט מידיא' זאל האבן די פרייהייט צו 'דיסהאנעסטלי און פארפירעריש אראפ רייסן זיין העלד טראמפ?

(דאס איז אזוי ווי אויפגעבן א פרנסה ווייל זיין פארגעצויגענע קאנדידאט פאר רבי האט נישט געווינען די פייט. נישט יעדן וועט עס זיין גענוג סיבה צו באגיין סועסייד, און אנשטאט וועט ער זיך צושטעלן צום נייעם רבי'ן אויף וויפיל די פארטיי פארלאנגט).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג ינואר 22, 2017 8:07 pm

זאכליך האט געשריבן:די ווארט איז נישט אויב מ'האט צוריקגעצויגן אדער נישט.
די ווארט איז אז מ'כאפט זיך ארויף אויף יעדע ברעקל נעגעטיווע נייעס און מ'לויפט עס באריכטן.



קודם, דו האסט פריער געשריבן"ער האט ארויס געשיקט א רעפארט". איז לאמיר קודם קלאר שטעלן, די רעדע איז פון א ספאנטאנע "טוויט", וואס א יחיד (וואס ארבעט גראדע פאר א פרעסטיזשפולע אויסגאבע, און נאר דערפאר איז ער א מאן דאמר מיט פאלאוערס אויף טוויטער) האט ארויסגעשיקט.

כאטש מיר לעבן דא אין די טראמפ ערא, ווען נוקלעאר ביזנעס ווערט געפירט איבער די טוויטער כוואליע'ס (און ווי ביל מאהער זאגט, מענטשן רעדן אז טראמפ'ס דרשה איז געווען צי קורץ, בכלל נישט זאגט ער, די דרשה איז געווען זייער לאנג, עטליכע הונדערט טוויט'ס...), אבער אין די אלגעמיינע וועלט איז טוויטער א ספאנטאנע אנוועריפייד נייעס.

כאטש ווען א ניוז ארגאניזאציע שיקט ארויס א טוויט אונטער זייער אייגענע נאמען איז עס געווענליך דורך די פראסעס, אבער א פריוואטע רעפארטער'ס טוויטער פיד איז עפעס אנדערש. אין פאקט, שוין געווען אסאך אינצידענטן וואס רעפאטער האבן זיך געטראפן אין הייס וואסער א דאנק א טוויט געשיקט אונטערן איינפלוס... א.א.וו.

יעצט לגוף ענין, ער זעהט עפעס, ער טוויט עס. דאס איז נישט קיין ארטיקל אין זיין צייטונג, וואס ער דארף נאכקומען מינימאלע זשורנאליסטישע סטאנדארטן. און, תיכף דערויף, האט ער זיך אנטשולדיגט. צו גיין בלעימען די גאנצע מידיא פאר וואס א פריוואטער רעפארטער רעדט ביי זיך אינדערהיים, איז ווערי 'דיסהאנעסט'.

און פארשטייט זיך אז אקוראט דאס זעלביגע וואלט זיך אפגעשפילט ווען א עסטאבלישמענט קאנדידאט, צי א דעמאקראט וואלט געווען אין אפיס. דאס איז אזא רייץ וואס מענטשן - ספעציעל רעפארטער - האבן, צו האבן א סקופ. עני זאך וואס איז נייעס ווערט, באריכט מען תיכף ומיד. יתכן אז אין א 'נארמאלע' אדמיניסטראציע (דעמאקראטישע און רעפובליקאנער צוגלייך) וואלט געווען אביסל 'גוטער ווילן' צווישן די רעפארטער און די איינגעשטעלטע, און ער וואלט א טובה געטון און געווארט בעפארן פארעפענטליכן, אבער מיט די אדמיניסטראציע'ס מידיא טריטמענט, קענען זיי נישט ערווארטן קיינע טובות.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג ינואר 22, 2017 8:10 pm

לייפציק האט געשריבן:ערנסט גערעדט, איך האלט אז די גאנצע סימאטאכע מיט די מידיע איז איין זאך, אז דאס איז געווען א מורא'דיגע שטארקע לינקע טאל, מ'דארף האבן ניסים זיי איבערצוקומען און קענען געווינען, זיי דינען די אינטערסען פון די לינקע 100%, עס איז דא אסאך סיבות פארוואס.

האט טראמפ באשלאסן געענדיגט, מ'גייט זיי דיסקרעדיטען, מ'גייט זיך מיט זיי שלאגן טאג אין נאכט, זיי זענען ביז היינט כלומרשט געווען דורכזיכטיג, דאס הייסט ווען א ריפארטער פרעגט עפעס, האט עס געמיינט די פאלק פרעגט, און ווען זיי מעלדן עפעס איז עס די פאקט, עס איז קיינמאל נישט געווען ווער עס זאגט וואס, אבער טראמפ זאגט נא מאר.

מ'גייט זיך טאג און נאכט ארום שלאגן, האסט יא געזאגט, נישט געזאגט, די טשענאל האט געזאגט, די אנדערע טשענאל האט גזאגט, דו ביזט פעיק, יענער איז קודם.. בקיצור יעדע נייעס יעדע קשיא ווער האט עס געזאגט, ווער האט ריפארטעד? נישטא מער אזא זאך האסט ג'הערט די נייעס, מ'האט געמאלדן היינט... ווער האט געמאלדן? פון ווי ווייסן זיי?

ס'גייט פארלירן די סטאטוס אין אמעריקע און אין די וועלט, יעדע נייעס וועט קומען מיט א גרעין אוו סאלט, און נישט נאר דאס, נאר די מידיע גייט עס פילן, און וועלן זייער שטארק ווייזן אז זיי זענען נישט איינזייטיג, און ס'וועט זיי קיין סאך נישט העלפן, אבער די רעכטע גייען נאר פארדינען.


איך ווייס נישט צי דו אליין כאפסט, אבער דו ברענגסט זייער גוט ארויס דעם ענין, וואס טראמפ'ס ציל און פלאן איז, און דאס איז אקוראט וואס זיי ווילן. אריין לייגן דעם ציבור אין א "אלטערנאטיווע פאקטן" העמיספערע. אויב דו האלטסט אז דאס איז א גוטע זאך, איז טאקע טראמפ זייער פאסיג פאר דיר.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » זונטאג ינואר 22, 2017 8:21 pm

Screenshot_20170122-202036.jpg

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג ינואר 22, 2017 9:55 pm

זאכליך האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:און פארוואס טאר ער נישט ארויסטראגען די MLK סטאטו?!

האט ער נישט אייגענע רעכטען צו באשליסען וואס ער וויל זען דארט?!


דא קומט אריין די רעווערס דיסקרימינעישאן (קרעדיט היימישער אינגערמאן) פון די ליבעראלע.
אבאמא מעג און טראמפ טאר נישט.
ווייל אבאמא איז שווארץ און טראמפ איז ווייס.

https://en.m.wikipedia.org/wiki/Reverse_discrimination
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג ינואר 23, 2017 6:27 pm

מי חכם האט געשריבן:איך זעה נישט - האפנטליך - קיין פוטין רעגירונג בקרוב. אבער וויאזוי עס געשעט איז נישט אזוי שווער. עס פאסירט א מעגא טעראר אטאקע (אויב די אראבער ווילן נישט, קען פוטין עס דעליווערן... ע"ע מאסקווע הייזער באמבארדירונגען אין 99', און נאכער באשולדיגט די טשעטשניע רעבעלן), טראמפ דערקלערט מארשאל לאו, און די רעסט איז היסטארי. דאס איז נאך פשוט'ער ווי א פוטין רעגירונג. דאס איז א היטלער רעגירונג.

פוטין איז נאך יעצט א עמטליכע דעמאקראטישע רעגירונג, און פולקאם אויסגעהאלטן לויטן געזעץ. אלל איט טוק איז ארעסטירן אפאר באמת קארופטירטע עסטאבלישמענט (עשירים) פון זיינע שונאים, (בעת זיינע פריינט זענען אימיונט), אראפ ווישן אפאר זשורנאליסטן (עגעין, אויב טראמפ קען נישט אליין, פוטין טו די רעסקיו...), און פערטיג.

און מאכט נישט קיין טעות - די סכנה איז פיל גרעסער אויב טראמפ איז סוקסעספול אין צושטעלן זשאבס פרנסה און העלטקעיר. פוטין, טשאוועז און אנדערע אזאלכע 'סאפט דיקטאטורן' זענען נאר אזוי שטארק ווי זייער מעגליכקייט צושטעלן ברויט מיט פוטער אויף די טישן פון די איינוואוינער. רוב מענטשן קעירן זעלבסט פארשטענדליך מער פאר עלעמענטארע געברויכן ווי פאר עליוסיוו פרייהייטן. פארוואס זאל א מידוועסטערן מענטש מסכים זיין אויפצוגעבן זיין פרנסה כדי די 'דיסהאנעסט מידיא' זאל האבן די פרייהייט צו 'דיסהאנעסטלי און פארפירעריש אראפ רייסן זיין העלד טראמפ?

(דאס איז אזוי ווי אויפגעבן א פרנסה ווייל זיין פארגעצויגענע קאנדידאט פאר רבי האט נישט געווינען די פייט. נישט יעדן וועט עס זיין גענוג סיבה צו באגיין סועסייד, און אנשטאט וועט ער זיך צושטעלן צום נייעם רבי'ן אויף וויפיל די פארטיי פארלאנגט).

עס הייבט אן ווערן עקלדיג. סארי
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג ינואר 23, 2017 6:32 pm

שוין צו שפעט ארויס צו בעקן יעצט... מ'האט געווארנט דערוועגן פאר די וואלן אויכעט
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5004
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג ינואר 23, 2017 7:39 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:מיטן אטאקירן די פרעסע, פראבירט טראמפ אויסצוניצן די לאנגיערעריגע אנטי-מידיא סענטימענטן ביי די מעינסטריעם פאר זיינע פערזענליכע צוועקן. די מידיא איז נאך אלץ ליבעראל גענויגט, טראץ וואס היינט איז דאס שוין היבש באלאנסירט. אבער מיטן אטאקירן די מידיא פאר זאכן וואס זיי האבן באריכטעט מער/ווייניגער לויט די פאקטן, צולייגדיג א אפענע סטראשע ווארענונג דערצו טראץ וואס זיי האבן נישט פארלעצט קיין שום געזעצן, דארף באזארגן יעדן אמעריקאנער, אז דא בויעט זיך א פוטין-סטייל דינאסטיע.

ווי געדענקט איז פאר פרעזידענט בוש נישט אנגעגאנגען וואס די מידיא האט געזאגט, ער האט זיך אויסגעלאכט. פיל אנדערש איז פארן נייעם הויכגעשעצטן מלוכה פאטריאך ירום הודו וועלכער ארבייט אימערמידליך אויפצובויען א פאזיטיווע ברענד פאר זיין דינאסטיע.

די קעלבלעך וועלן ווייטער טאנצן די אנטי-מידיא רקידה מיט אויפברויז, און דער מושל וועט ווייטער לאכן אונטער די וואנצן.

איינער האלט אז בוש איז אנגעקומען ווייטער מיט'ן אויסלאכן די מידיע ווי טראמפ מיט פייטן.
#כ'הער
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג ינואר 23, 2017 10:14 pm

די מידיע פון בוש'ס צייטען איז נישט די מידיע פון היינט.

היינט איז טוויטער., פעיסבוק, אינסטעגראם וכו' וכו' א גאר גרויסע חלק אינעם "פרעימען" די נייעס ביי די ליינער.
און א אומגעלונגענע וויץ אויף טוויטער קען אנדרייען טויזענטער מענטשען צו געוואלדטאטען אפילו אויב מען 'אנטשולדיגט זיך' דערנאך.

דעריבער, ווען עס שטעלט זיך ארויס אז סובקאנטשעסלי איז דא אין אזאנע מיט טוויטער אקאונט וואס זענען נייעס ברענגער לצורך פרנסה, און אז זיי האלטן און איין 'כאפן', 'ברעכן' נעגאטיווע דעקונג איבער איינעם (און נאכדעם זיך אנטשולדיגען אז זיי האבן נישט גוט אויסגעטייטשט....) איז דא א טענה אנטקעגן זיי "היתכן דו נאמעסט נישטאמאל אין באטראכט אז 'אפשר אפשר' טייטשטו עס נישט ריכטיג אויס?".
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10635
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 8:35 pm

מי חכם האט געשריבן:טשאק טאד: פארוואס שיקן ענק ארויס דעם פרעסע סעקרעטערי צו זאגן אפענע ליגנטס?

קעליען קאנוועי: אויב דו וועסט אזוי אנרופן אונזער פרעס סעקרעטערי, וועלן מיר דארפן איבער טראכטן אונזערע באציאונגען מיט ענק

טשאק טאד: אבער פארוואס קומט ער ארויס זאגן אפענע ליגנטס?

קאנוועי: די מידיא האט באריכטעט קעגן טראמפ, איז ספייסער ארויסגעקומען מיט "אלטערנאטיווע פאקטן"...


צייט צוריק ארויפצוברענגן דעם אשכול.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 8:50 pm

צל עובר האט געשריבן:צייט צוריק ארויפצוברענגן דעם אשכול.

טאקע אין צייט... :wink:

קרעדיט קול העולם
צוגעלייגטע
e1937f27b0fa467bab7f0f3381562cf1~2.jpg
e1937f27b0fa467bab7f0f3381562cf1~2.jpg (176.76 KiB) געזעהן 261 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10635
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 8:56 pm

פרייטאג האט טראמפ אין א 53 מינוט טעלעפאן אינטערוויו אויף פאקס ענד פרענדס, געזאגט אז קראודסטרייק איז א קאמפעני געאוינט ביי א ווערי ווהעלטי אוקריינער, ממילא איז פשט אז די די ען סי סערווער, [עכט איז עס אסאך סערווערס, און מען האט עס געגעבן פאר קראודסטרייק, וועלכע טוט אין אזאנע ענינים, צו קאפיען אלעס און געבן פאר די עף בי איי.] ליגט גאר אין אוקריינע, און מהיא טעמא האט ער אפגעהאלטן דאס געלט, ווייל ער וויל אוקריינע זאל דאס אויספארשן, והיינו די קארופציע פון וואס ער רעדט, ע"כ פון טראמפ.

ובלשונו:
The FBI went in and they told them get out of here, we’re not giving it to you. They gave the server to CrowdStrike ... which is a company owned by a very wealthy Ukrainian, and I still want to see that server,” Trump said of the DNC's actions upon learning that it had been hacked in the run-up to the election. "You know, the FBI has never gotten that server. That's a big part of this whole thing. Why did they give it to a Ukrainian company


למעשה איז קראודסטרייק א סיליקען וועלי קאמפעני געטרעידט אויף דעם נעסדעק.

גראדע איינס פון די מיסדים האט גאר אימיגרירט פון רוסלאנד קיין אמעריקע.

דא:
That's what I asked actually in my phone call, if you know. I mean I asked it very point blank, because we’re looking for corruption. There’s tremendous corruption. We're looking for — why should we be giving hundreds of millions of dollars to countries when there’s this kind of corruption

זאגט ער אז דאס איז די קארופציע פון וואס ער רעדט, און אז פארדעם האט ער אפגעהאלטן דאס געלט, דהיינו קווויד פרא קווא, ער זאגט אז כאטש אויף איינס פון די 2 זאכן וואס ער האט געזאגט פאר זעלענסקי "אבער איך דארף פון דיר א טובה" איז געווען א תנאי צו באקומען דאס געלט. עניוועי, איך לייג דאס אויך אין אנדערן אשכול, כדי ווער עס וויל דאס דעבאטירן זאל עס טאן דארט ווי עס בעלאנגט.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 9:13 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6078
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 9:04 pm

יע, דאס איז גראדע איינס פון טויזענט. געהעריג. א העדליין מיט א אגאנצע ארטיקל איבער וויזוי טראמט שפילט. אזוי קוקן אויס אלע באריכטן היינטצוטאגס, עימיצער זעצט זיך אוועק און באקט א מעשה, נאכדעם דריקט מענעס.

נישט אומזינסט זאגט טראמפ אז ווען מ׳זעהט א באריכט וואס איז נאכגעברענגט בשם אנאנאמיס סארסעס.. איז עס א סימן אז ס׳איז צווייפאכיג פאלטש.
צוגעלייגטע
C6BA31C6-FAE4-4434-9903-EA7FAAB63A1E.jpeg
C6BA31C6-FAE4-4434-9903-EA7FAAB63A1E.jpeg (66.03 KiB) געזעהן 228 מאל
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10635
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 9:07 pm

א פיצי טעות וואס איינער האט געמאכט, און דאס איז די גאנצע פעיק ניוז פון די מידיע.

אז מען זעהט אויף וואס פארא שטותים טראמפ ובנו כאפן זיך ארויף, זעהט מען אז די אלע דעמינג באריכטן פון די לעצטע פאר טאג, זענען הייליג אמת.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11504
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:55 pm

"וויל פראבעבלי בי טוויטינג" = שרעקליכע פעיק ניוז
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 11:06 pm

לכאורה האט געשריבן:"וויל פראבעבלי בי טוויטינג" = שרעקליכע פעיק ניוז

גע'טוויט האט ער טאקע יא...
די אנדערע חלק איז פעיק-ניוז.

און נאכן גיין וויירעל האבן זיי געעדיט די נעגעטיווע רעפארט און צוגעלייגט אז ער האט געמאכט א סורפרייז וויזיט אין אפגאניסטאן.


---
די ווייסע הויז האט ארויסגעשיקט עטליכע טוויטס פון טראמפ'ס אקאונט כדי מענטשן זאלן נישט באמערקן אז ער איז נישט דאהי.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 20 געסט