פרעזידענט טראמפ'ס מלחמה מיט די מידיא (און מיט פאקטן)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

פרעזידענט טראמפ'ס מלחמה מיט די מידיא (און מיט פאקטן)

תגובהדורך מי חכם » מוצ"ש ינואר 21, 2017 10:28 pm

עס איז העכסט פארשטענדליך, און פאליטיק'ס עז יוזשועל, אז א פרעזידענט און זיינע ווארטזאגער פרובירן צו ספינען די טעגליכע געשעענישן אין א פאזיטיווע ליכט לטובת די אדמיניסטראציע. פאר דעם צוועק האלט מען דאך אויף באצאלטע סטראטעגיסטן און פי אר מומחים, און עס איז דא אפילו א אפיציעל אויסזעענדע אמט אונטערן נאמען 'פרעס סעקרעטערי ', וואס סאונדט כמעט ווי סעקרעטערי אוו סטעיט אדער דעפענס. אויסער דעם מעסעזשינג קאארדינעיטאר, קאמיוניקעישאנס דירעקטער און כ'ווייס וואס נאך.

די ארבעט וואס זיי פעיסן איז געווענליך א שווערע. זיי דארפן יעדן טאג קענען קונצליך מאנעוורירן אלע געשעענישן אין עפעס זאכליך. זיי מוזן קענען פאר ענטפערן סקאנדאלן, פארווישן פראבלעמען, א.א.וו. דערפאר נעמט מען טאקע די גרעסטע אין דעם פעלד.

אונזער נייער פרעזידענט איז דאך וואויל באקאנט אז ער רעדט נישט פון קיין טעלעפראמפטער, און איז נישט דוקא מקפיד צו וועריפייען בעפארן רעדן, צי זיינע ווערטער האבן עפעס האפט. אויב מאך איך נישט קיין טעות האט ער אליין אמאל מסביר געווען אז "אסאך מאל ביי א וויכוח מיט אנדערע מענטשן זאגט מען זאכן וואס (מען ווייסט אליין אז זיי) זענען נישט ריכטיג". ווי שוין ארויסגעברענגט אין אנדערע פלעצער, איז טראמפ א יחיד מומחה אין מכחיש זיין שמש בצהרים. "אלע פאולס ווייזן איך געווין" נאך א תקופה וואס די פאולס האבן אים זייער נידריג. (שפעטער פאלגט נאך אז די פאולס זענען ריגגד...) אבער מיר זענען שוין צוגעוואוינט דערצו.

ביז אהער איז אבער אלעס געווען דער קאמפיין. פארשטייט זיך דער טראנזישאן איז גארנישט בעסער געווען, אבער מ'האט נאכאלס געקענט האפן אויף א שינוי וואס וועט אפשר קומען איינמאל טראמפ ווערט פאקטיש פרעזידענט. נאך אלעם, כדי דאס פאלק זאל האבן א משהו צוטרוי אין די רעגירונג מוז זי דאך האבן קרעדיביליטי. און אויב האפן אז טראמפ וועט זיך עפעס טוישן איז צופיל, איז כאטש די אדמיניסטראציע, די רעגירונג זאל אויסקוקן ווי א געווענליכע אדמיניסטראציע.

וואס עס שטעלט זיך אבער ארויס איז, אז כולא גופא בתר רישא גריר. דער כלל האלט פעסט אן. און שוין אינעם ערשטן טאג פון די אדמיניסטראציע, ביי די סאמע ערשטע פרעס בריעפינג, האט דער נייער סעקרעטערי ספייסער (א וועטעראן פון די אר ען סי, און מיט קרעדענשאלס) באשלאסן נאכצוגיין - מרצונו אדער אויף א באפעל פון אויבן - די פיסטריט פון דעם הויפט, און אויסגעגאסן א פלייץ שקרים וכזבים (וואס זענען תיכף ומיד אפגעפרעגט געווארן), און אטאקירט די מידיא פאר - וואס ער פילט - נישט יושר'דיג דעקן טראמפ'ס עטוזיאסטישע איינשווערונג און די אנוועזנדע מאסן.

דערנאך האט ער פארענדיגט מיט א שטרענגע ווארנונג צו די מידיא אז די "אדמיניסטראציע וועט זיי האלטן אקאונטעבל" פאר פאלשע דעקונג. און ארויס געשטורמט פון צימער אן נעמען קיינע פראגעס.

דער וועג וויאזוי די אדמיניסטראציע באציט זיך צו פאקטן וואס זענען נישט אין איינקלאנג מיט וויאזוי זיי וואלטן געוואלט, איז באזארגענד פאר טייל אבזערווירער. צוזאמען מיט די עצם מלחמה דעקלעראציע מיט די מידיא. עס איז דא א סיבה פאר די ספעציעלע רעכטן און פרייהייט וואס די מידיא געניסט (מער ווי סתם פריוואטע יחידים). דאס איז דערפאר ווייל זיי האלטן די רעגירונג אקאונטעבל, זיי דארפן נאכגיין די פאקטן און עס באריכטן, טאקע כדי גאווערמענט זאל נישט קענען טון וואס זי וויל, אנע מורא פון עקספאוזשור.

דער סאמע ערשטע שריט פון דיקטאטארישע רעגירונגען איז צו קאנטראלירן די פרעסע, זיי זאלן נאר שרייבן וואס די רעגירונג וויל און לאזט. און צו פשוט מכחיש זיין שמש בצהרים ווען די פאקטן שמעקן זיי נישט. די נייע אדמיניסטראציע קוקט אויס זיי טוען די צווייטע חלק, און פרובירן צו טון די ערשטע חלק. (טראמפ האט פאקטיש שוין גערעדט ביים קאמפיין איבער פארשטרענגערן די געזעצן קעגן די מידיא, אין א וועג וואס דער סופרים קאורט האט גערולט אומקאנסטיטוציאנאל).

אפילו מ'דארף נישט (?) מורא האבן אז טראמפ וועט פאקטיש פארוואנדלען דאס לאנד אין א דיקטאטארשאפט (א זאך וואס איז נישט געפערליך שווער אויסצופירן, דורך איינפירן מארשאל לאו א.א.וו. אזוי ווי היטלער האט געטון דאס זעלבע אין די דעמאקראטישע דייטשלאנד), מיינט דאס אבער יא אז די נייע אדמיניסטראציע איז נישט באגלייבט אויף א גלעזל וואסער. און דאס איז פון וואו אמעריקאנער דארפן נעמען אינפארמאציע איבער לעבן און טויט זאכן, מלחמות און קרענק א.א.וו. אויב איז נישטא קיין קרעדיביליטי, זענען מיר טאקע נישט אין א דיקטאטארשאפט, אבער יא אין א דריטע וועלט פורים לאנד.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11707
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מוצ"ש ינואר 21, 2017 10:31 pm

דא מיט די מיליאנען פראטעסטירער, דא מיט די שאן ספייסער קאנטראווערסיע.

He's up to a rocky start

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מוצ"ש ינואר 21, 2017 10:34 pm

פיין געשריבען @מי חכם,

מיט א אנדערע בליק קען מען זאגען אז ענדליך איז דא א רפובליקאנער וואס שטעלט די דיסאנעסט מידיא אין פלאטץ.

דאס אז די מידיא איז לינק, און זאגט שוין יארעו ליגענט איבער די רעכטע איז א פאקט, אבער יעצט האבן זיי באקימען א בולי וואס פראבירט זיי צו שטעלן אין פלאטץ.

די אמעריקאנער פאלק וועט מעגליך נאר פארדינען אויב דער בולי מצליח זיין, ווייל אזוי וועט די מידיא מוזען אנהייבן געבן נוטראלע נייעס.

אלעס ווענט זיך מיט וועלכע בליק מען קוקט עס אן, אויב קוקט מען מיט די ראדיקאלע לינקע בליק איז די מידיא אין א סכנה, און אויב קוקט מען פון א נוטראלע בליק איז דא האפענוג פאר א נייע נייטראלע עפאכע אין די מידיא.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מוצ"ש ינואר 21, 2017 10:39 pm

איך בין במכוון נישט אריין געגאנגען אין די נייעס דעטאלן פון היינטיגע טאג, כאטש דער אשכול איז יא געווידמעט פאר אלע אזאלכע אינצידענטן, וואס קוקט אויס וועט פאסירן טעגליך.

אבער דו ביסט מכובד, איבערצוגיין דעם היינטיגן טאג, און ברענגען ווי די מידיא איז ראנג, 'דיסהאנעסט', פארפירעריש און נישט אין איינקלאנג מיט די פאקטן. און לעומת זה פרעזידענט טראמפ און זיין אפיציעלער ווארטזאגער ספייסער. די היינטיגע זאכן זענען נישט וואס מען קען ספינען אדער פארדרייען, נאר אלעס פשוט'ע אפענע זאכן.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מוצ"ש ינואר 21, 2017 10:43 pm

עס איז נישט אינטערסאנט אריינצוגיין אין דעטאלען איבער די היינטיגע טאג, איך רעדט בככליות איבער די מידיא..

און איך טראכט נישט פאר א מינוט אז סי ען ען האט פונקט היינט אפגענויגט פון זייער טראדישענעל בייעס ראדיקאלע לינקע מהלך.

אדרבה, אויב קענסטו אנווייזען אז סי ען ען איז פאר א טויש היינט יא געווען אומפארטייש, דאן לאז וויסען.

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מוצ"ש ינואר 21, 2017 11:03 pm

מה שאין כן ביי אבאמא האט מען געקענט גלייבען ווייל מען האט נאר געהאלטען און איין פארדרייען נאומבערס און פאקטען און אפאר מאל אפילו אפענע ליגענטס די חילוק איז נאר אז די מידיע האט געהאלפען

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11487
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מוצ"ש ינואר 21, 2017 11:20 pm

מיר איז אינטערסאנט דער פאקט אז פרעזידענט טראמפ איז געגאנגען צו די סי.איי.עי. הויפטקווארטיר צו דערקלערן קריג קעגן די מידיע, בעת ווען מיר ווייסן אז די סי.איי.עי. פונקציאנירט הויפטזעכליך אין אויסלאנד, בעת די עף.בי.איי. פונקציאנירט אין לאנד. איז דאס אן אנדייטונג אז ער וועט זיך נעמען צו די דרויסנדיגע פרעסע מיט די הילף פון די סי.איי.עי.?

(אויב איינער האט א נארמאלערע פשט אויף די 15 מינוטיגע רעדע פאר די סי.איי.עי. חברה, מיינע אויערן זענען אפן)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג ינואר 22, 2017 12:10 am

@מי חכם דיין תגובה זעט אויס ווי דו טוסט זייער שטארק פארדאמען טראמפ׳ן, גיי אן ווייטער.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג ינואר 22, 2017 12:13 am

פנחס בן חיים האט געשריבן:פיין געשריבען @מי חכם,

מיט א אנדערע בליק קען מען זאגען אז ענדליך איז דא א רפובליקאנער וואס שטעלט די דיסאנעסט מידיא אין פלאטץ.

דאס אז די מידיא איז לינק, און זאגט שוין יארעו ליגענט איבער די רעכטע איז א פאקט, אבער יעצט האבן זיי באקימען א בולי וואס פראבירט זיי צו שטעלן אין פלאטץ.

די אמעריקאנער פאלק וועט מעגליך נאר פארדינען אויב דער בולי מצליח זיין, ווייל אזוי וועט די מידיא מוזען אנהייבן געבן נוטראלע נייעס.

אלעס ווענט זיך מיט וועלכע בליק מען קוקט עס אן, אויב קוקט מען מיט די ראדיקאלע לינקע בליק איז די מידיא אין א סכנה, און אויב קוקט מען פון א נוטראלע בליק איז דא האפענוג פאר א נייע נייטראלע עפאכע אין די מידיא.

איך האב עס שוין אפאר מאל געשריבן און איך גיי עס שרייבן נאכאמאל, בען שאפירא האט נאך ראמניס פארלוסט געזאגט אז די איינציגסטע וועג די ריפאבליקאנער קענען נאך געווינען איז מיטן פליקן די מידיע און די לינקע מיטן זעלבן שטעקן וואס זיי האבן אונז שלאגן ביז יעצט, עס איז העכסט צייט צו סטאפן זיין נייס און אנהייבן שמייסן, דאס איז וואס טראמפ האט געטון און איך זע זיין הצלחה.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5847
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג ינואר 22, 2017 12:35 am

איך בין מיט מי חכם אויף די זעלבע פעידזש, עס איז נישט קיין נארמאלע זאך פון א נייע אדמיניסטראציע אויסצוריפען א מלחמה אנטקעגן א אנדערע לאנד אין די ערשטע טאג.


אה, זיי קריגען זיך מיט די זעלבע מידיע וואס האט אויסגעריפען קריג אנטקעגן די רעפובליקאנע פארטיי?

די מידיע וואס האט טשילס ביי די אבאמא אינאגיורעישען, די מידיע וואס ווייסט נישט איבער פעסט ענד פיוריעס, די מידיע וואס ווייסט נישט איבער בענגאזי, די מידיע וואס רעדט נישט פון די פארלוירענע אימעילס פון לואיס לערנער אלס איי אר עס הויפט, די מידיע וואס לייגט טראמפ אין די ענטערטעינמענט סעקשאן? אדער די מידיע וואס האט אים געגעבען זיראו טשענס צו געווינען? די מידיע וואס גיבט שאלות פאר א דיבעיט צו איין קאנדידאט איבער א אנדערע? די מידיע וואס דארף האלטען די גאווערמענט עקאונטעבל איז פארפוילט פון קאפ ביז פיס (איך דערמאן מיך פין בליצערס טאוסט)

א מלחמה קעגן זיי איז א מאסט אויב די רעפובליקאנע ווילען ערגעץ אנקומען.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג ינואר 22, 2017 1:14 am

מטעמים האט געשריבן:איך בין מיט מי חכם אויף די זעלבע פעידזש, עס איז נישט קיין נארמאלע זאך פון א נייע אדמיניסטראציע אויסצוריפען א מלחמה אנטקעגן א אנדערע לאנד אין די ערשטע טאג.


אה, זיי קריגען זיך מיט די זעלבע מידיע וואס האט אויסגעריפען קריג אנטקעגן די רעפובליקאנע פארטיי?

די מידיע וואס האט טשילס ביי די אבאמא אינאגיורעישען, די מידיע וואס ווייסט נישט איבער פעסט ענד פיוריעס, די מידיע וואס ווייסט נישט איבער בענגאזי, די מידיע וואס רעדט נישט פון די פארלוירענע אימעילס פון לואיס לערנער אלס איי אר עס הויפט, די מידיע וואס לייגט טראמפ אין די ענטערטעינמענט סעקשאן? אדער די מידיע וואס האט אים געגעבען זיראו טשענס צו געווינען? די מידיע וואס גיבט שאלות פאר א דיבעיט צו איין קאנדידאט איבער א אנדערע? די מידיע וואס דארף האלטען די גאווערמענט עקאונטעבל איז פארפוילט פון קאפ ביז פיס (איך דערמאן מיך פין בליצערס טאוסט)

א מלחמה קעגן זיי איז א מאסט אויב די רעפובליקאנע ווילען ערגעץ אנקומען.


ריכטיג מען דארף דאס אבער פירן אויפן ריכטיגן וועג, און איך האף אז דיין דעטאלירטער מעסעזש זאל טאקע אנקומען צו די אויערן פון מר. טראמפ, אז ער זאל האבן שכל צו צימבלען די מידיע אויף זאכן וואס זיי גייען זיך נישט קענען פארענטפערן.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג ינואר 22, 2017 11:40 am

טשאק טאד: פארוואס שיקן ענק ארויס דעם פרעסע סעקרעטערי צו זאגן אפענע ליגנטס?

קעליען קאנוועי: אויב דו וועסט אזוי אנרופן אונזער פרעס סעקרעטערי, וועלן מיר דארפן איבער טראכטן אונזערע באציאונגען מיט ענק

טשאק טאד: אבער פארוואס קומט ער ארויס זאגן אפענע ליגנטס?

קאנוועי: די מידיא האט באריכטעט קעגן טראמפ, איז ספייסער ארויסגעקומען מיט "אלטערנאטיווע פאקטן"...
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג ינואר 22, 2017 11:46 am

מי חכם האט געשריבן:טשאק טאד: פארוואס שיקן ענק ארויס דעם פרעסע סעקרעטערי צו זאגן אפענע ליגנטס?

קעליען קאנוועי: אויב דו וועסט אזוי אנרופן אונזער פרעס סעקרעטערי, וועלן מיר דארפן איבער טראכטן אונזערע באציאונגען מיט ענק
.

:shock:

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » זונטאג ינואר 22, 2017 12:02 pm

מי חכם האט געשריבן:טשאק טאד: פארוואס שיקן ענק ארויס דעם פרעסע סעקרעטערי צו זאגן אפענע ליגנטס?

קעליען קאנוועי: אויב דו וועסט אזוי אנרופן אונזער פרעס סעקרעטערי, וועלן מיר דארפן איבער טראכטן אונזערע באציאונגען מיט ענק

טשאק טאד: אבער פארוואס קומט ער ארויס זאגן אפענע ליגנטס?

קאנוועי: די מידיא האט באריכטעט קעגן טראמפ, איז ספייסער ארויסגעקומען מיט "אלטערנאטיווע פאקטן"...


שכוח פאר׳ן ברענגען.
ענדליך א רפובליקאנער מיט גאוטס צירוק צו פייטען די לינקע מידיא, עם עיקש תתעקש.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6219
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג ינואר 22, 2017 12:12 pm

מי חכם האט געשריבן:
אבער דו ביסט מכובד, איבערצוגיין דעם היינטיגן טאג, און ברענגען ווי די מידיא איז ראנג, 'דיסהאנעסט', פארפירעריש און נישט אין איינקלאנג מיט די פאקטן. און לעומת זה פרעזידענט טראמפ און זיין אפיציעלער ווארטזאגער ספייסער. די היינטיגע זאכן זענען נישט וואס מען קען ספינען אדער פארדרייען, נאר אלעס פשוט'ע אפענע זאכן.


דיסהאנעסט?


זאג דו מיר וואס וואלט זיך אפגעטון ווען די זעלבע סיטועישאן פאסירט נאר איין קליינע חילוק; אין אוועל אפיס זיצט מיסיס קלינטאן.

דו מידיא וואלט דאן גערוישט טאג און נאכט מיט די ווילדע אנגעהיצטע ווייסע ראסיסטען וואס ווילען אונטערברענגען דעמאקראטיע!

די משוגענע רעפאבליקאנע קאנגרעסלייט ווילן נישט אנעמען די פרידליכע טרענספער אף פאוער און בויקאטירן די איינשוערונג פונעם דעמאקראטיש ערוויילטן פרעזידענט!!

די ראיאטן פון די נאציס און סופרעמעסיסטן וואס ווין נישט אנעמען די אויסגאנג פון די וואלן און פארפירן ראיאטן (מיט ריזיגע בילדער פון די איין צוויי אונטערגעצינדענע קארס)!!

א קאנגרעסמאן האט געזאגט אז די פרעזידענט איז נישט לעגיטים!!

דער ארויסגייענדער סעקרעטערי אף סטעיט האט מחזק געווען די ווילדע ראיאטער!!

ראסיזם אנטקעגן די ערשטע פרוי אלס פרעזידענט!!

און קיינער וואלט ניטאמאל געוויסט וויפיל מענטשן ס'האבן זיך באטייליגט ביי די איינשווערונג...
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1968
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » זונטאג ינואר 22, 2017 12:15 pm

איך מוז מודה זיין, דער ספייסער האט אנגעהויבן מיטן לינקע מידיע... אפפס כ'מיין מיטן לינקע פיס... נישט אלעמאל גייט אן די כלל "ליגנט באזיגט מען מיט ליגנט". פינטל (קרעדיט: ספייסער)
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » זונטאג ינואר 22, 2017 12:18 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:טשאק טאד: פארוואס שיקן ענק ארויס דעם פרעסע סעקרעטערי צו זאגן אפענע ליגנטס?

קעליען קאנוועי: אויב דו וועסט אזוי אנרופן אונזער פרעס סעקרעטערי, וועלן מיר דארפן איבער טראכטן אונזערע באציאונגען מיט ענק

טשאק טאד: אבער פארוואס קומט ער ארויס זאגן אפענע ליגנטס?

קאנוועי: די מידיא האט באריכטעט קעגן טראמפ, איז ספייסער ארויסגעקומען מיט "אלטערנאטיווע פאקטן"...


שכוח פאר׳ן ברענגען.
ענדליך א רפובליקאנער מיט גאוטס צירוק צו פייטען די לינקע מידיא, עם עיקש תתעקש.


מיט #אלטערנעטיוו פאקטן... :roll:

טאנץ 2
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

תגובהדורך טאנץ 2 » זונטאג ינואר 22, 2017 12:50 pm

גאנץ מעגליך אז ווען טראמפ וואלט נישט געווען פארנומען מיט מלחמות און טוויט'ס די לעצטע 10 וואכען.. וואלט די איינשווערינג אנדערש אויסגעזעהן.. און די זעלבע די פראטעסטן...

די פרעזידענט האט היינט ארויסגעשיקט א 6 AM טוויט.. אז פון די פראטעסטן זעהט אויס ווי מען האלט פאר די עלעקשאנס... וואס ער כאפט נישט איז.. אז אזוי האט אויסגעזעהן זיינע טוויטס די לעצטע 2 חדשים..

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג ינואר 22, 2017 1:36 pm

די פרעזידענט פון סי ען ען האט געשיקט א סטראשע צו די טראמפ אדמיניסטראציע אז אויב גייט אנגיין די מלחמה קעגן סי ען ען זאל ער נישט פארגעסן אז סי ען ען איז די איינציגסטע נעטווארק וואס מען קען זען איבער די גאנצע וועלט, און זיי קענען גאר שטארק באיינפלוסן די מיינונגען איבער די וועלט.

זיי כאפן נישט אז דאס אליינס איז טראמפ טענה, און ערגער קעגן טראמפ קענען זיי נישט זיין, איי וואס איז די סטראשע... נאר עס איז א פארצווייפלטע שריט פון סי ען ען אז אפשר וועט זיך טראמפ דערשרעקן, סארי סי ען ען נייס טריי, אבער טראמפ איז נישט דער טיפישער ריפאבליקאנער וואס לאזט זיך פון ענק.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג ינואר 22, 2017 2:32 pm

"If you like your doctor, you can keep your doctor"

אופס, ראנג אשכול. ליגנט אין פאליטיקס האט נישט עקזיסטירט ביז צוויי טעג צוריק.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג ינואר 22, 2017 3:40 pm

מיטן אטאקירן די פרעסע, פראבירט טראמפ אויסצוניצן די לאנגיערעריגע אנטי-מידיא סענטימענטן ביי די מעינסטריעם פאר זיינע פערזענליכע צוועקן. די מידיא איז נאך אלץ ליבעראל גענויגט, טראץ וואס היינט איז דאס שוין היבש באלאנסירט. אבער מיטן אטאקירן די מידיא פאר זאכן וואס זיי האבן באריכטעט מער/ווייניגער לויט די פאקטן, צולייגדיג א אפענע סטראשע ווארענונג דערצו טראץ וואס זיי האבן נישט פארלעצט קיין שום געזעצן, דארף באזארגן יעדן אמעריקאנער, אז דא בויעט זיך א פוטין-סטייל דינאסטיע.

ווי געדענקט איז פאר פרעזידענט בוש נישט אנגעגאנגען וואס די מידיא האט געזאגט, ער האט זיך אויסגעלאכט. פיל אנדערש איז פארן נייעם הויכגעשעצטן מלוכה פאטריאך ירום הודו וועלכער ארבייט אימערמידליך אויפצובויען א פאזיטיווע ברענד פאר זיין דינאסטיע.

די קעלבלעך וועלן ווייטער טאנצן די אנטי-מידיא רקידה מיט אויפברויז, און דער מושל וועט ווייטער לאכן אונטער די וואנצן.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » זונטאג ינואר 22, 2017 3:49 pm

נישט נאר פייט ער מיט די מידיע, נאר מאכט זיכער אז די מידיע איז ווער עס זאגט עס אויס פאר די וועלט, נאכאמאל און נאכאמאל, ער טוט אויף צוויי זאכן:
1) ער מאכט אפ וואס מ'רעדט אין די גאס, און קאנטרעלירט די מידיע אלץ רעפובליקאנער.
2) דאס מערסטע פארפיינטעטע ארגענעזאציע אין אמעריקע איז די מידיע, ס'אזי די בעסטע פייט וואס ער האט געקענט אננעמען, דאס האט אים געמאכט פרעזידענט, און דאס גייט אים געבן נאך א טורם, און גייט אים מעגליך געבן א צופרידענע פאלק.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6219
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג ינואר 22, 2017 3:51 pm

פרעזידענט בוש איז נישט אנגעגאנגען?

ביג טיים

ער האט נעבעך גארנישט געקענט טון. יעצט האמער איינער וואס פרובירט כאטש. עמער זעהן וויפיל ס'עט ארבעטן
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

חזרה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 29, 2015 1:46 pm

תגובהדורך חזרה » זונטאג ינואר 22, 2017 3:58 pm

מיינע צוויי צענט @מי חכם איז גערעכט און ס'איז געווען א גרויסע טעות די נישט פונקטליכקייט מיט וואס ספייסער איז ארויגעקומען

אבער די פוינט דא איז איין זאך טענה פונעם פרעזידענט און זיין אדמינסטראציע איז איין זאך באהאנדל מיר פונקט ווי דו באהאנדעלסט יעדעם דעטס איט . מאך ניט מיינט נומערן קלענער און יענעם'ס גרעסער וכדו'

וויפיל ס'איז טאקע געווען מאכט נישט אויס איין זאך זוי שיין ווי דו האסט געהענדעלט דיין לבלינינג אבאמא זאלסטו באריכטן מיר אויך

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג ינואר 22, 2017 4:11 pm

די אנדערע ליגענט פון די מידיא ווערט דא ניטאמאל באריכטעט.

ווען אבאמא איז אריין אין אפיס האט ער ארויסגעטראגן די קאפ-סטאטו (BUSTׂׂׂ) פון די בריטישע פרעימער מיניסטער טשוירטשיל פון די אוועל אפיס, און אנשטאט דעם האט ער אהין געשטעלט א באסט פון MLK. בשעתו האט עס אויפגערעגט די רעכטע ווייל ס'האט געוויזן אז ער גרינגשעצט די באציאינגען מיט אמעריקעס שטערקסטע אליאירטע. מייק האקעבי האט דעמאלטס געזאגט "ס'איז א גרויסע אינסאלט פאר די בריטישע".

טראמפ האט צוגעזאגט עס צוריקצולייגן, און טאקע שוין די ערשטע טאג האט מען עס צוריק געשטעלט. מען האט עס צוריק געשטעלט נעבן די קאפ פון MLK.

א ריפארטער וואס איז געווען אין די אוועל אפיס פרייטאג, האט געזעהן די באסט פון טשוירטשעל אבער ער האט נישט געזעהן די באסט פון MLK ווייל ס'איז געווען פארשטעלט דורך אן אנדערע מענטש. נאך פארן וועריפייען צו מ'האט ארויסגעטראגן די באסט פון MLK און פארוואס, האט ער שנעל ארויסגעשיקט א ריפארט אז טראמפ האט ארויסגעווארפן די באסט פון MLK ווייל ער איז א ראסיסט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”